|
סורעאַליסטישער פּייסאָזש "נאָכן שטורעם" אין דער געגנט סטאַטן־אײַלאַנד, נאָוועמבער 2 |
Getty Images |
איך האָב אַ שכן, וועגן וועלכן איך ווייס זייער ווייניק, אָבער פֿון דעסטוועגן האָב איך וועגן אים אַ גרעסערן "דאָסיע" איידער וועגן ס׳רובֿ אַנדערע שכנים אין אונדזער קאָאָפּעראַטיוון הויז, וואָס שטייט בײַם ים אין ברײַטאָן-ביטש. אַ פּאָר מאָל זײַנען מיר צופֿעליק געפֿאָרן צוזאַמען אין סאָבוויי, און באָריס האָט מיר דערציילט, אַז ער שטאַמט פֿון מינסק, פֿון אַ ייִדיש-רעדנדיקער שטוב. זײַן טאַטע האָט זיך געחבֿרט מיט די עטלעכע ייִדישע שרײַבער, וואָס האָבן געוווינט אין דער שטאָט נאָכן חורבן. איך ווייס אויך, אַז אין "יענעם לעבן" איז ער געווען אַ מוזיקער און אַז אין "דעם לעבן" איז ער אַ קאָמפּיוטער-פּראָגראַמיסט.
באָריסן האָב איך באַגעגנט מיט אַ טאָג פֿאַרן הוראַגאַן און אין עטלעכע טעג אַרום, ווען דאָס לעבן האָט זיך אין אַ היפּשער מאָס אומגעקערט צום נאָרמאַלן שטייגער. ער איז געווען איינער פֿון די תּושבֿים פֿון מײַן הויז (פֿון בערך 200 דירות), וואָס האָבן זיך ניט עוואַקויִרט, ניט געקוקט אויף אַלע שטרענגע אינסטרוקציעס מצד דער שטאָטישער מאַכט. אין דער אמתן, האָב איך אויך תּחילת ניט געוואָלט אַוועקגיין, אָבער דער אויסזען פֿונעם ים און דער ווילדער ווינט האָבן מיך איבערצײַגט מער, ווי די ווערטער פֿונעם ניו־יאָרקער מייאָר בלומבערג.
פֿאַר וואָס זשע זײַנען מײַנע שכנים פֿאַרבליבן? אפֿשר האָבן זיי ניט געהאַט אַזעלכע וואַרעמע מענטשן, ווי מײַנע פֿרײַנד, בײַ וועלכע איך האָב פֿאַרבראַכט צוויי טעג "אין עוואַקואַציע". אייניקע לײַט זײַנען ניט אַוועק, ווײַל זיי האָבן ניט געגלייבט, אַז דער מצבֿ וועט ווערן אַזוי ערנסט — מע האָט דאָך פֿאַראַיאָרן רעלאַטיוו גרינג איבערגעלעבן דעם הוראַגאַן "אײַרין". אַ צאָל מענטשן זײַנען ניט אַוועק צוליב זייערע הינט און קעץ. אַ שכנה האָט זיך געקלאָגט ניט אַזוי אויף אירע אייגענע שוועריקייטן, ווי אויף די מאַטערנישן פֿון איר קאַץ, וועלכע האָט ניט געקענט, נעבעך, פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס זי קען ניט טרינקען וואַסער פֿונעם קראַנט — אַזוי איז זי צוגעוווינט געוואָרן עס צו טאָן.
די ערשטע זאַך, וואָס באָריס האָט מיר געזאָגט, ווען מיר האָבן זיך געטראָפֿן שוין נאָך דעם הוראַגאַן, איז געווען: "פֿריִער האָב איך געמיינט, אַז ערגער פֿון צאָלן אַלימענטן איז שוין גאָרנישט ניטאָ." און האָט צוגעגעבן: "דאָך, האָבן מיר געהאַט מזל, ס׳האָט אונדז פּשוט אָפּגעגליקט".
דאָס מזל איז געווען, וואָס אונדזער בנין איז לחלוטין ניט פֿאַרפֿלייצט געוואָרן, בעת די איבעריקע הײַזער אויף ברײַטאָן־ביטש און אַרום אין דער געגנט, זײַנען בדרך-כּלל ניט געווען אַזוי מזלדיק — דאָס ים-וואַסער האָט פֿאַרגאָסן זייערע קעלערס און גאַראַזשן, קאַליע געמאַכט די עלעקטריע-אַפּאַראַטן. ווי אַ פּועל-יוצא, האָבן מיר שוין אין צוויי טעג אַרום ווידער באַקומען עלעקטריע, וואַסער און באַהייצונג, בעת טויזנטער לײַט אַרום אונדז האָבן דעם דאָזיקן לוקסוס נאָך אַלץ ניט (לכל-הפּחות, ווען איך שרײַב עס). שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס מיר זײַנען בכלל ניט צו פֿאַרגלײַכן מזלדיקער איידער די לײַט, וואָס האָבן פֿאַרלוירן זייערע שטיבער, אויטאָס וכ׳. איך רעדט שוין ניט וועגן די אומגעקומענע.
דער הוראַגאַן "סענדי" האָט בולט געוויזן, אַז דער כּרך ניו-יאָרק איז ווייניק צוגעגרייט צו אַזעלכע קאַטאַקליזמען. באַזונדערס שלעכט צוגעפּאַסט צו אַזעלכע עקסטרעמע סיטואַציעס איז די אינפֿראַסטרוקטור פֿון דער שטאָט. אין דער געגנט אַרום מײַן בנין האָבן אויפֿגעהערט צו אַרבעטן אַפֿילו די מאָבילע טעלעפֿאָנען, די מענטשן זײַנען פֿאַרבליבן ניט נאָר אָן וואָסער און ליכט, אָבער אויך אָן אַ פֿאַרבינדונג מיט דער "גרויסער וועלט". און דער אַלטיטשקער סאָבוויי איז ניט נאָר אַ פֿאַרזעעניש, בפֿרט פֿאַר אַזאַ רײַכער שטאָט ווי ניו-יאָרק; איצט ווייסן מיר, אַז ער איז אויך ניט בכּוח אויסצוהאַלטן אַזאַ שטורעם, וואָס האָט פֿאַקטיש פּאַראַליזירט די שטאָט, און עס וועט געדויערן עפּעס אַ צײַט, ביז מע וועט ווידער אויפֿשטעלן אַלע עלעמענטן פֿון דעם טראַנספּאָרט און דער ענערגיע-סיסטעם.
מע רעדט איצט וועגן דעם, אַז אייניקע געלערנטע האָבן נאָך מיט יאָרן צוריק געוואָרנט וועגן אַזאַ סצענאַר, אָבער מע האָט זיך צו זיי ניט צוגעהערט. און ס׳איז גאָר ניט קלאָר, צי מע וועט זיך צוהערן צו זיי איצט. אינוועסטיציעס פֿון ביליאָנען דאָלאַרן קענען מאַכן ניו-יאָרק בעסער פֿאַרטיידיקט פֿון דעם אָקעאַן, וואָס רינגלט אַרום די שטאָט און צעברעקלט זי אויף באַזונדערע אינדזלען. ווי אַן אָפּשאַצונג פֿון אַזעלכע אינוועסטיציעס, רופֿט מען אָן אַ ריזיקע סומע — אַזש פֿון 10 ביליאָן דאָלאַר. ס׳איז אויך באַוווּסט, אַז אַלע אַזעלכע אָפּשאַצונגען זײַנען נידעריק; אין דער אמתן, וועט עס קאָסטן מער.
משוגענע געלטער? אַוודאי. אָבער זיי זעען אויס גאָר ניט משוגע אין פֿאַרגלײַך מיט די באמת משוגענע 6 ביליאָן, וואָס זײַנען אַוועק אויף די פּרעזידענטישע וואַלן. פֿון די ביליאָנען, אַרײַנגעלייגט אינעם פֿאַרטיידיקן די שטאָט, וואָלט מען באַקומען ממשותדיקע זאַכן: געראַטעווע מענטשלעכע לעבנס, ניט רויִנירטע הײַזער, דירות און געשעפֿטן. פֿון די צעטרענצלטע ביליאָנען וועט בלײַבן נאָר אַן עכאָ. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז עס זײַנען דאָ אַ סך ביליקערע אופֿנים פֿון דורכצופֿירן דעמאָקראַטישע וואַלן. ווייניקער געלט — ווייניקער בלאָטע, אַרויסגעגאָסן איינער אויפֿן אַנדערן.
דאָס וואָרט "וועקער" איז אַ מאָל געווען פּאָפּולער צווישן די ייִדישע סאָציאַליסטן. זיי פֿלעגן אַזוי אָנרופֿן זייערע צײַטונגען, זשורנאַלן. אפֿשר וועט דער הוראַגאַן "סענדי" ווערן אַ וועקער אויך איצט, אין די נאָך-סאָציאַליסטישע צײַטן. אפֿשר וועט ער אויפֿוועקן דאָס געפֿיל פֿון אַחריות בײַ די מענטשן, וואָס ווערן אויסגעקליבן אויף די שטעלעס, וווּ זיי מוזן זײַן פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַרן גורל פֿון ניו-יאָרק און אַנדערע בײַ-ברעגיקע שטעט און געגנטן.