- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
מיט אַ וואָך צוריק האָט די שפּאַנישע רעגירונג מודיע געווען אַז די ייִדן, וואָס שטאַמען פֿון די אַרויסגעטריבענע ספֿרדים, וועלן זיך צונויפֿשטויסן מיט ווייניקער מניעות אויפֿן וועג צו ווערן שפּאַנישע בירגער. פֿריִער האָט מען אויך געקאָנט זיך אומקערן קיין שפּאַניע. ביז אַהער איז דער דאָזיקער פּראָצעס געווען רעגולירט דורך אַ געזעץ, וואָס איז אָנגענומען געוואָרן אין יאָר 1982. לויט אים נאָך, האָבן ספֿרדישע ייִדן, בירגער פֿון טערקײַ און ישׂראל, געהאַט די רעכט אָנצוגעבן זייערע פּאַפּירן אויף צו באַקומען שפּאַנישע בירגערשאַפֿט, נאָר אויב זיי האָבן געהאַט אָפּגעוווינט אין לאַנד נישט ווייניקער ווי אין משך פֿון, לכל-הפּחות, צוויי יאָר. איצט, אָבער, וועט דער דאָזיקער פּראָצעס גיין אַנדערש: מע וועט קענען אָנגעבן די געהעריקע פּאַפּירן אַפֿילו אויב מע האָט קיין מאָל ניט געוווינט אין שפּאַניע. די בירגערשאַפֿט וועלן קענען באַקומען אויך מיטגלידער פֿון דער משפּחה פֿון די ספֿרדישע ייִדן — זייער ווײַב צי מאַן, ווי אויך זייערע קינדער אין עלטער ביז 18 יאָר. גאָר ניט יעדער איינער וואָס האַלט זיך פֿאַר אַ ספֿרדישן ייִד קען קריגן אַ פּאָזיטיוון ענטפֿער בײַם אַפּליקירן אויף צו באַקומען שפּאַנישע בירגערשאַפֿט. מע מוז אַזוי אָדער אַנדערש באַווײַזן, אַז אײַערע אָבֿות זײַנען טאַקע געווען אַרויסגעטריבן פֿון שפּאַניע. אַ סבֿרא, אַז דאָס קען זײַן גאָר ניט קיין פּשוטער ענין אין פֿינף יאָרהונדערט שפּעטער. שפּאַנישע אָנגעשטעלטע וועלן זיך צוקוקן צו די משפּחה-נעמען, צו די גענעאָלאָגישע ביימער (טאָמער אַזעלכע זײַנען פֿאַראַן) און מע וועט זיך צוהערן צו דער שפּראַך. מע האַלט, אַז אַרום אַ פֿערטל מיליאָן ייִדן היטן נאָך אָפּ זייער שפּאַניש “ייִדיש", וואָס איז באַקאַנט ווי לאַדינאָ אָדער דזשודעזמאָ. באָריסן האָב איך באַגעגנט מיט אַ טאָג פֿאַרן הוראַגאַן און אין עטלעכע טעג אַרום, ווען דאָס לעבן האָט זיך אין אַ היפּשער מאָס אומגעקערט צום נאָרמאַלן שטייגער. ער איז געווען איינער פֿון די תּושבֿים פֿון מײַן הויז (פֿון בערך 200 דירות), וואָס האָבן זיך ניט עוואַקויִרט, ניט געקוקט אויף אַלע שטרענגע אינסטרוקציעס מצד דער שטאָטישער מאַכט. אין דער אמתן, האָב איך אויך תּחילת ניט געוואָלט אַוועקגיין, אָבער דער אויסזען פֿונעם ים און דער ווילדער ווינט האָבן מיך איבערצײַגט מער, ווי די ווערטער פֿונעם ניו־יאָרקער מייאָר בלומבערג. פֿאַר וואָס זשע זײַנען מײַנע שכנים פֿאַרבליבן? אפֿשר האָבן זיי ניט געהאַט אַזעלכע וואַרעמע מענטשן, ווי מײַנע פֿרײַנד, בײַ וועלכע איך האָב פֿאַרבראַכט צוויי טעג "אין עוואַקואַציע". אייניקע לײַט זײַנען ניט אַוועק, ווײַל זיי האָבן ניט געגלייבט, אַז דער מצבֿ וועט ווערן אַזוי ערנסט — מע האָט דאָך פֿאַראַיאָרן רעלאַטיוו גרינג איבערגעלעבן דעם הוראַגאַן "אײַרין". אַ צאָל מענטשן זײַנען ניט אַוועק צוליב זייערע הינט און קעץ. אַ שכנה האָט זיך געקלאָגט ניט אַזוי אויף אירע אייגענע שוועריקייטן, ווי אויף די מאַטערנישן פֿון איר קאַץ, וועלכע האָט ניט געקענט, נעבעך, פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס זי קען ניט טרינקען וואַסער פֿונעם קראַנט — אַזוי איז זי צוגעוווינט געוואָרן עס צו טאָן. אין אייראָפּע — וועגן אַנדערע קאָנטינענטן ווייס איך פּשוט זייער ווייניק — הערט מען אָפֿט וועגן איבערנעמען די, אָדער יענע, דערפֿאַרונג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, באַזונדערס אין טעכנאָלאָגיע. אָבער ניט נאָר אין טעכנאָלאָגיע. די אידעע פֿון עפֿענען אַ קאַפֿע בײַ אַ ביכער-געשעפֿט. צי פֿון טראָגן דזשינסן. צי עסן גרײַפּלעך, אָדער "סיריאַל", אין דער פֿרי. צו זאָגן have a nice day, און טויזנטער אַנדערע זאַכן, אַרײַנגערעכנט וויכטיקע דעמאָקראַטישע פּרינציפּן. איך גלייב אויך, אַז סוף-כּל-סוף וועט אַ ריכטיקע דעמאָקראַטישע סיסטעם זיך אײַנבירגערן בײַ די אַראַבער. די פֿראַגע אָבער איז: וואָס פֿאַר אַ צײַט-אָפּשניט טיילט אונדז אָפּ פֿון אָט דעם ליכטיקן "סוף-כּל-סוף". עד-היום זעט מען ניט קיין סימנים פֿון אַזאַ אַנטוויקלונג אין קיין ווינקל פֿון דער אַראַבישער וועלט. אַפֿילו אין איראַק, וווּ די אַמעריקאַנער אַרמיי האָט שוין, דאַכט זיך, קאָנטראָלירט דאָס גאַנצע לאַנד, גייט דער פּאָליטישער פּראָצעס אין גאָר אַן אַנדער ריכטונג. הינטער די באַגריפֿן "אַראַביש" און "אַראַבער" האָבן זיך זייער בולט אַנטפּלעקט שאַרפֿע קאָנפֿליקטן צווישן פֿאַרשיידענע שבֿטים, ווי אויך רעליגיעזע און סאָציאַלע גרופּעס, וואָס האָבן אַזוי פֿײַנט איינע די אַנדערע, אַז זיי זײַנען גרייט אויסצוהרגענען מענטשן פֿון דעם צד-שכּנגד. אויטאָקראַטישע, רעפּרעסיווע רעזשימען האָבן די דאָזיקע קאָנפֿליקטן ניט געלאָזט צעברענען זיך, אָבער די נײַע, כּמו-דעמאָקראַטישע, אָדער ערבֿ-דעמאָקראַטישע, רעגירונגען זײַנען ניט אימשטאַנד, צי ווילן ניט, אָפּשטעלן די גוואַלד-מעשׂים. ניט אַלץ האָט דאָ צו טאָן מיט אַנטיסעמיטיזם. און ניט אַלץ איז, בכלל, פֿאַרבונדן מיט דער באַציִונג פֿון ניט-ייִדן צו ייִדן. די ייִדן אַליין פֿירן זיך אויף גאַנץ מאָדנע אין רוסלאַנד, בפֿרט די, וואָס געהערן צו דער אינטעלעקטועלער — באַזונדערס באָהעמישער — סמעטענע. די טעג האָב איך געקוקט אויף דער רוסישער טעלעוויזיע אַ פּראָגראַם, וואָס האָט דערציילט וועגן דער ראָלע פֿון די פּראַוואָסלאַוונע טויף-עלטערן אין איצטיקן לעבן. האָב איך זיך צוגעהערט און צוגעקוקט — פֿאָרט אינטערעסאַנט, וואָס עס קומט פֿאָר בײַ זיי. אָבער זייער גיך האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז די רייד איז געגאַנגען ניט אין גאַנצן וועגן "בײַ זיי", ווײַל געוויזן האָט מען ניט ווייניק לײַט מיט ייִדישע נעמען און פּנימער. אין איין פֿאַל האָט דער גלח אויך געטראָגן אויף זײַנע פּלייצעס אַ טיפּיש ייִדישן קאָפּ. (מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָב איך געזען אַ דאָקומענטאַלן פֿילם וועגן דער טעטיקייט, וואָס די פּראַוואָסלאַוונע פֿירן אין ברײַטאָן-ביטש. דער סיפּור-המעשׂה האָט זיך געדרייט, דער עיקר, אַרום די רוסישע שיכּורים און נאַרקאָמאַנען, וואָס מע זעט תּמיד אין דער געגנט. האָט דער היגער גלח צעטיילט צווישן זיי צלמים. האָט איינער פֿון די שיכּורים זיך אָפּגעזאָגט צו נעמען אַ צלם: זײַנען דרײַ אַקטיוויסטן געקומען צו אַ היגן פֿאַרמעגלעכן ייִדן, יהושע ראַכלין האָט ער געהייסן. יענער האָט זיי אויסגעהערט, אָבער אין זײַנע אויערן האָט עס תּחילת געקלונגען ווי פּוסטע רייד. האָט ער דער דעלעגאַציע פֿאָרגעלייגט אַזאַ פּלאַן: טאָמער זיי גיט זיך אײַן צו געפֿינען לכל-הפּחות 15 בעלנים צו ווערן באַצאָלטע מיטגלידער פֿון אַ ייִדישער ביבליאָטעק-געזעלשאַפֿט, וועט ער זײַן ברייטהאַרציק אין שטיצן די דאָזיקע געזעלשאַפֿט. עס האָט געדויערט ניט לאַנג ביז דעם טאָג, ווען דער נייטיקער קוואָרום האָט זיך צונויפֿגעקליבן. אַזוי האָט זיך אין מעלבורן דעם 26סטן דעצעמבער 1911 באַוויזן די "קדימה"-ביבליאָטעק. דעם נאָמען האָט פֿאָרגעלייגט דער בעל-צדקה — ראַכלין. עפּעס האָט אים, אַ פּנים, געצויגן צו פּראָגרעס. "קדימה" מיינט דאָך — פּונקט ווי "פֿאָרווערטס" — פֿאָרויס; דאָס הייסט, צו אַ ליכטיקערער צוקונפֿט. עפּעס איז אין רוסלאַנד געשען בעת און נאָך די וואַלן, דעם 4טן דעצעמבער. די לאַגע האָט זיך געביטן אַזוי שטאַרק, אַז די מלוכה איז ממש פֿאַרציטערט געוואָרן. וולאַדימיר פּוטין האָט זיך אויף אַזוי פֿיל איבערגעשראָקן, אַז פֿון זײַן מויל איז אַרויס גאָר אַ נאַרישקייט — ער האָט באַשולדיקט הילאַרי קלינטאָן אין אונטערהעצן די אָפּאָזיציאָנעלע כּוחות אין לאַנד, אין שיקן זיי אַ סיגנאַל (ווי אויך געלט), אַז זיי זאָלן אָנהייבן די פּראָטעסטן. ער און זײַנע עצה-געבערס האָבן ניט פֿאַרשטאַנען, אַז דערמיט זײַנען באַליידיקט געוואָרן מיליאָנען רוסישע בירגער, בפֿרט די וואָס באַקומען אינפֿאָרמאַציע ניט פֿון דער מלוכה-קאָנטראָלירטער טעלעוויזיע, נאָר פֿון אינטערנעץ. דער דאָזיקער עולם, יעדנפֿאַלס אַ טייל פֿון אים, האָט די גאַנצע שפּיל מיטן אומקערן פּוטינען די פּרעזידענטישע שטעלע אויפֿגענומען ווי אַ שפּײַ אין פּנים. מע פֿילט, אַז פֿון זיי האָט מען זיך פּשוט אויסגעלאַכט: געשטעלט אַ מענטש און אים אָנגערופֿן מיטן נאָמען "פּרעזידענט", נאָר כּדי צו מאַכן אַן אָנשטעל פֿון אָפּשײַ פֿאַר דעמאָקראַטיע — לויט דער קאָנסטיטוציע האָט פּוטין ניט געטאָרט בלײַבן, אָן אַן איבעררײַס, אויף אַ דריטן טערמין. בינו-לבינו, האָבן אייניקע מענטשן אַפֿילו גענומען שטיצן דמיטרי מעדוועדיעוון, ווי אַ שטיקל אַלטערנאַטיוו לגבי דער לגמרי קאָרומפּירטער סיסטעם, וואָס איז אַסאָציִיִרט געוואָרן מיט פּוטינען און דער רעגירנדיקער פּאַרטיי "דאָס געאייניקטע רוסלאַנד". מיך הערט ניט אויף צו חידושן, ווי דער עולם אין אַמעריקע ציטערט ממש, מע זאָל זיי, חלילה, ניט אַרײַנשלעפּן אין סאָציאַליזם. מע שטאַרבט פֿריִער ווי אין אַנדערע אַנטוויקלטע, און צו מאָל ניט שטאַרק אַנטוויקלטע, לענדער, אָבער מע פֿאַלט בײַ זיך ניט אַראָפּ — אַבי אָן סאָציאַליזם. און מע טשעפּעט צו דאָס וואָרט "סאָציאַליזם" צו אַלצדינג, וואָס זעט אויס ניט אַזוי ווי עס דאַרף צו זײַן; אַפֿילו אויב דאָס האָט, אין דער אמתן, קיין שום שײַכות ניט צו סאָציאַליזם. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם וואָס סאָציאַליזם, אַפֿילו ווען ער איז בנימצא געווען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט געהאַט אַן אייגן פּנים, און דערצו איז עס געווען אַ צײַטווײַליקע, דער עיקר אימיגראַנטישע זאַך. וועגן דעם האָט אין פֿאַרשיידענע צײַטן ניט איין מאָל געשריבן די דאָזיקע צײַטונג און אירע שוועסטער-צײַטשריפֿטן. דאָ וועל איך ברענגען אַ ציטאַט פֿון דעם סאָציאַליסטישן זשורנאַל "דער וועקער". דעם 16טן יוני 1937 האָט אַב. קאַהאַן דאָרטן געשריבן: עס איז אַ פֿאַקט, וועלכן דער צוקונפֿטיקער היסטאָריקער פֿון דעם אַמעריקאַנער סאָציאַליזם וועט שענקען אויפֿמערקזאַמקייט און אינטערעס — אַז די ייִדישע אימיגראַנטן פֿון רוסלאַנד, פּוילן, גאַליציע און רומעניע זײַנען געווען צווישן די קרעפֿטן, וואָס האָבן געלייגט דעם פֿונדאַמענט פֿון דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג אין אַמעריקע. אין יאָר 1932 איז קיין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד געפֿאָרן איינער פֿון די פֿירנדיקע "פֿאָרווערטס"-זשורנאַליסטן — מענדל אָשעראָוויטש. אין דער צײַטונג האָט מען אים געהאַלטן פֿאַר אַ מומחה אין אוקראַיִנע, ווײַל, ערשטנס, האָט ער אַליין געשטאַמט פֿון אוקראַיִנע און, צווייטנס, האָט ער זיך תּמיד אינטערעסירט מיט דער געשיכטע און פֿאָלקלאָר פֿון אוקראַיִנישע ייִדן, ווי אויך פֿון די אוקראַיִנער. זײַנע רײַזע-נאָטיצן האָבן זיך געדרוקט אין "פֿאָרווערטס" און זײַנען אויך אַרויס ווי אַ בוך (זייער אַן אינטערעסאַנטס) אונטערן טיטל "ווי מענטשן לעבן אין סאָוועט-רוסלאַנד" (1933), וווּ אָשעראָוויטש האָט פֿאַרשריבן אַ מוסטער פֿון פֿאָלקלאָר פֿון יענער צײַט: * * * אַ פּויער פֿון אַ דאָרף איז געקומען אין אַ גרויסער שטאָט ווי אַ דעלעגאַט אויף אַ סאָוועטישער קאָנפֿערענץ. קיין געבילדעטער איז ער ניט געווען. ער האָט אָבער געהאַט גרויס דרך-ארץ פֿאַר געבילדעטע מענטשן, און אויף די זיצונגען פֿון דער קאָנפֿערענץ האָט ער זיך זייער אויפֿמערקזאַם צוגעהערט צו די רעדעס פֿון די פֿירער. שוין אַ היפּש ביסל צײַט וווין איך אין צוויי וועלטן: אין ענגלאַנד און אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. אין ביידע לענדער רעדט מען ענלעכע שפּראַכן — איין מין ענגליש און אַן אַנדער מין ענגליש. אויף די לינגוויסטישע אונטערשיידן האָב איך כּמעט אין גאַנצן אויפֿגעהערט צו רעאַגירן. עפּעס אַזוינס איז דאָך געווען אויך אין מײַנע קינדער־יאָרן, ווײַל אַ טייל פֿון אונדזער משפּחה, ס׳רובֿ אַ ליטווישע, האָט גערעדט אַן אוקראַיִנישן ייִדיש. אפֿשר צוליב דעם טאַקע בין איך גאָר ניט פּוריסטיש געשטימט. פֿאַרקערט, איך האַלט אַז אַן איבערגעטריבענער פּוריזם מאַכט די שפּראַך אָרעם. אָבער ניט דאָס בין איך אויסן. עס זײַנען דאָ, פֿון דעסטוועגן, אַ סך אונטערשיידן צווישן מײַנע צוויי וועלטן, וואָס איך באַמערק און בלײַב ניט גלײַכגילטיק צו זיי. קודם-כּל, מאַכט מיך משוגע די וואַל-קאַמפּאַניע. ביז די וואַלן גופֿא איז נאָך אַ יאָר, אָבער די וואַל-קאַמפּאַניע גייט שוין אָן. נאָך מער: מיר דאַכט זיך, אַז זי פֿאַרענדיקט זיך בכלל ניט. עס שעפּט זיך אויס אַן עפּיזאָד, און עס הייבט זיך אָן גלײַך אַ נײַער. ס׳איז גענוג מיר אײַנצושליסן דעם "סי-ען-ען" צי נאָך עפּעס אַזוינס, ווי אויף מיר שיטן זיך אַרגומענטן פֿאַר דעם צד און קעגן דעם צווייטן צד. מענטשן האָבן אַ מלאָכה אַזאַ — אַ גוט באַצאָלטע, אַ פּנים — וואָס מיינט צו רעדן טאָג-אײַן, טאָג-אויס וועגן די קאַנדידאַטן און זייערע שאַנסן צו געווינען אָדער פֿאַרשפּילן. מע האַלטן אין איין ברײַען: ריטש פּערי אַהין, מיט ראָמני אַהער. די וואַלן זעען אויס ווי אַ מין ספּאָרט, און אַרום דעם ספּאָרט האָדעווען זיך מענטשן, וואָס קאָמענטירן דעם אָדער יענעם מאַטש, צי ער האָט זיך באַקומען אַ געלונגענער. ווי אין ספּאָרט, האָט די שפּיל נאָר צוויי קאָמאַנדעס אָדער פּאַרטייען, מישטיינס געזאָגט, ניט מער. די געשעענישן אין ליביע האָבן פֿאַרשיידענע אַספּעקטן. איצט, ווען דעם דיקטאַטאָר האָט מען סוף-כּל-סוף געהרגעט און זײַן טויטער גוף איז אַרויסגעשטעלט געוואָרן — ווי אין אַ פֿילם וועגן פֿאַר-מאָדערנע צײַטן — אויף חוזק צו מאַכן (און ווי אַ באַווײַז, אַז ער איז טאַקע טויט), האָט מען דאגות וועגן דער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג אין לאַנד. עפּעס גלייבט זיך ניט, אַז דאָרטן איז מען שוין גרייט אָנצוהייבן די תּקופֿה פֿון דעמאָקראַטיע. מיר ווייסן דאָך, אַז דעמאָקראַטיע פֿאָדערט טראַדיציעס און אינסטיטוציעס פֿון ציווילער געזעלשאַפֿט, וואָס זײַנען, לחלוטין, ניטאָ אין אַזאַ מדינה ווי ליביע. בכלל, אין אַ געזעלשאַפֿט, וואָס איז צוגעוווינט געוואָרן צו אויטאָריטאַרישע פֿאָרמען פֿון רעגירן, קען אַן איבערגאַנג צו דעמאָקראַטיע געדויערן זייער לאַנג. גיט נאָר אַ קוק, למשל, ווי דער זעלבער קאַדאַפֿי איז געווען, און בלײַבט, פּאָפּולער בײַ די רוסן, און ווי זיי, די זעלביקע רוסן, האָבן פֿײַנט אַלץ, וואָס עס שמעקט מיט מערבֿדיקער דעמאָקראַטיע. פּראָ-קאַדאַפֿי-שטימונגען דאָמינירן אין דער הויפּטשטראָמיקער (דאָס הייסט, פּראָ-פּוטינישע) מעדיאַ. טאָמער די רייד גייט וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדישע מוזעען, איז שווער צו געפֿינען אַ קלענערן מומחה ווי אַני-הקטן. דאָך פֿאַרשטיי איך, פֿון דעסטוועגן, אַז אַ זאַך איז עס אַ נײַע. דעם ערשטן, באַשיידענעם פּרוּוו צו שאַפֿן אַ ייִדישן מוזיי האָט מען, אַ פּנים, געמאַכט אין ווין, אין יאָר 1896. אין דער רוסישער אימפּעריע, האָט די באַרימטע עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציע פֿון ש. אַנ־סקי געגעבן אַ רײַכע סחורה פֿאַר אַ מוזיי-אויסשטעלונג, געעפֿנט אין אַפּריל 1914. צווישן די נאָוואַטאָרישע אונטערנעמונגען קען מען דערמאָנען אויך דעם מלוכישן מוזיי פֿון ייִדישער קולטור, וואָס האָט געטראָגן דעם נאָמען פֿון מענדעלע מוכר-ספֿרים. געעפֿנט איז ער געוואָרן אין אָדעס אין יאָר 1927, צום צענטן יאָרצײַט נאָך דעם שרײַבערס פּטירה. אין די מיט-1930ער יאָרן האָט מען זיך אַרומגעטראָגן מיט אַ פּלאַן אַריבערצופֿירן די דאָזיקע אינסטיטוציע קיין ביראָבידזשאַן. אָבער פֿון דעם אײַנפֿאַל איז גאָרנישט ניט אַרויס און דער מוזיי האָט עקזיסטירט אין אָדעס ביז 1941. בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה זײַנען פֿאַרפֿאַלן געוואָרן ס׳רובֿ מאַטעריאַלן פֿון זײַן ביבליאָטעק, אַרכיוו און אויסשטעלונגען. אַ חוץ אָפּהיטן, ווײַזן און לערנען, האָבן מוזעען אויך די פֿונקציע פֿון פֿאַרסך-הכּלען — אַזוי און אַזוי, הייסט עס, איז עס געווען אַ מאָל. און דער סך-הכּל איז, בדרך-כּלל, אַן אידעאָלאָגישער. איך רעד דאָ ניט וועגן ריין-טוריסטישע עקספּאָזיציעס, וואָס קענען זײַן אין גאַנצן פֿרײַ פֿון אַ וועלכער עס זאָל ניט זײַן אידעאָלאָגיע (סײַדן מיר פֿאַררעכענען קאָמערץ פֿאַר אידעאָלאָגיע) און שטעלט מיט זיך פֿאָר פּשוט עפּעס אַ מין טאַנדעט פֿון דער מוזיי-קונסט. |