אַ גרופּע סאָציאַליסטן פֿון די 1920ער יאָרן, אַרײַנגערעכנט וויליאַם קאַרלין, אַב קאַהאַן, מאַקס ווינטער און פֿרענק קראָסווייט, אין ניו־יאָרק |
Credit: Forward Association |
מיך הערט ניט אויף צו חידושן, ווי דער עולם אין אַמעריקע ציטערט ממש, מע זאָל זיי, חלילה, ניט אַרײַנשלעפּן אין סאָציאַליזם. מע שטאַרבט פֿריִער ווי אין אַנדערע אַנטוויקלטע, און צו מאָל ניט שטאַרק אַנטוויקלטע, לענדער, אָבער מע פֿאַלט בײַ זיך ניט אַראָפּ — אַבי אָן סאָציאַליזם. און מע טשעפּעט צו דאָס וואָרט "סאָציאַליזם" צו אַלצדינג, וואָס זעט אויס ניט אַזוי ווי עס דאַרף צו זײַן; אַפֿילו אויב דאָס האָט, אין דער אמתן, קיין שום שײַכות ניט צו סאָציאַליזם. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם וואָס סאָציאַליזם, אַפֿילו ווען ער איז בנימצא געווען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט געהאַט אַן אייגן פּנים, און דערצו איז עס געווען אַ צײַטווײַליקע, דער עיקר אימיגראַנטישע זאַך. וועגן דעם האָט אין פֿאַרשיידענע צײַטן ניט איין מאָל געשריבן די דאָזיקע צײַטונג און אירע שוועסטער-צײַטשריפֿטן. דאָ וועל איך ברענגען אַ ציטאַט פֿון דעם סאָציאַליסטישן זשורנאַל "דער וועקער". דעם 16טן יוני 1937 האָט אַב. קאַהאַן דאָרטן געשריבן:
עס איז אַ פֿאַקט, וועלכן דער צוקונפֿטיקער היסטאָריקער פֿון דעם אַמעריקאַנער סאָציאַליזם וועט שענקען אויפֿמערקזאַמקייט און אינטערעס — אַז די ייִדישע אימיגראַנטן פֿון רוסלאַנד, פּוילן, גאַליציע און רומעניע זײַנען געווען צווישן די קרעפֿטן, וואָס האָבן געלייגט דעם פֿונדאַמענט פֿון דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג אין אַמעריקע.
מיט אַ דור פֿריִער האָבן אַן ענלעכע ראָלע געשפּילט דײַטשישע אימיגראַנטן. דערנאָך, ווען די אינדוסטריע פֿון דײַטשלאַנד האָט גענומען וואַקסן מיט אַן איבערראַשנדיקן אימפּעט און זי האָט געפֿאָדערט אַלץ מער אַרבעטער, האָט דער עמיגראַציע-שטראָם פֿון דאָרטן קיין אַמעריקע זיך אָפּגעשטעלט. צו דער זעלבער צײַט האָט זיך, אָבער, שנעל אַנטוויקלט די איבערוואַנדערונג פֿון געטאָ-ייִדן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און זיי האָבן מיט זיך מיטגעבראַכט דעם אײַנפֿלוס פֿון דעם רוסישן פֿרײַהייטס-קאַמף און דעם רוסישן סאָציאַליזם, פּונקט ווי די דײַטשן האָבן פֿון זייער אַלטער היים מיטגענומען דעם גײַסט פֿון דער מאַרקסיסטישער לערע.
און אָט ווי קאַהאַן האָט דערקלערט דעם אונטערשייד צווישן די צוויי קלימאַטן פֿאַר סאָציאַליזם — דעם אייראָפּעיִשן און דעם אַמעריקאַנישן:
אין אייראָפּע איז די מאַכט פֿון דעם סאָציאַליסטישן געדאַנק אומעטום אויסגעוואַקסן פֿון אַ קאַמף פֿאַר פּאָליטישער פֿרײַהייט — פֿאַר דעמאָקראַטיע. אין אַמעריקע, אָבער, איז פֿאַר אַזאַ קאַמף כּמעט קיין פּלאַץ ניט געווען. אַפֿילו די דרײַצן קאָלאָניעס, וועלכע האָבן זיך געפֿונען אונטער דער הערשאַפֿט פֿון דעם ענגלישן טראָן, זײַנען אייגנטלעך געווען דרײַצן דעמאָקראַטישע געזעלשאַפֿטן, און די זעלבסשטענדיקע אַמעריקאַנער רעפּובליק — די פֿאַראייניקטע שטאַטן — איז דאָך געגרינדעט געוואָרן פֿריִער ווי עס האָט זיך אָנגעהויבן די פֿראַנצויזישע רעוואָלוציע.
דאָס גופֿא, אַלזאָ, וואָס די פֿאַראייניקטע שטאַטן איז שטענדיק געווען אַ פֿרײַע מדינה, אַ רעפּובליק, אַ לאַנד מיט דעמאָקראַטישע פֿירונגען, איז אַ סיבה פֿאַר וואָס סאָציאַליסטישע אידעען זײַנען אַהער אימפּאָרטירט געוואָרן פֿון אייראָפּע, און גראָד פֿון אַזעלכע לענדער, איבער וועלכע עס האָט געהערשט אַ דעספּאָטישער צאַר אָדער אַ האַלב-דעספּאָטישער קיסער. דאָס דערקלערט אונדז, פֿאַר וואָס ייִדישע אימיגראַנטן האָבן דאָ געשפּילט און שפּילן אַזאַ וויכטיקע ראָלע אין דער בויונג פֿון דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג.
אָבער דאָס איז געווען מיט כּמה-וכּמה יאָרן צוריק. אין יאָר 1937, ווען קאַהאַן האָט געשריבן דעם אויבן-ציטירטן אַרטיקל, איז די אַמעריקאַנער סאָציאַליסטישע באַוועגונג, אַרײַנגערעכנט איר ייִדישע מיטגלידערשאַפֿט, געווען זייער אַ שוואַכע און אַ צעשפּאָלטענע אויף קליינע באַוועגונגלעך: די וואָס זײַנען פֿאַרליבט געווען אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און געוואָלט די זעלבע זאַך אָפּטאָן אין אַמעריקע; די וואָס זײַנען פֿאַרליבט געווען אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, אָבער ניט געוואָלט די זעלבע זאַך אָפּטאָן אין אַמעריקע; די וואָס האָבן פֿײַנט געהאַט די סאָוועטישע סיסטעם. דער "פֿאָרווערטס" אַליין האָט שוין געהאַלטן אין פֿאַרלירן זײַנע סאָציאַליסטישע אידעאַלן און האָט זיך אַלץ מער אַפֿיליִיִרט מיט דער אידעאָלאָגיע, וואָס מע באַשרײַבט ווי "ליבעראַלע". צווישן די "אויסגעגרינטע" ייִדן האָט עס געפֿונען אַ בעסערן אָפּקלאַנג.
ס׳איז ניט אויסגעשלאָסן, אַז צווישן די לײַט, וואָס האָבן "אָקופּירט" די וואָל-סטריט און ענלעכע גאַסן אין אַנדערע שטעט, זײַנען דאָ אַזעלכע, וועלכע האַלטן זיך פֿאַר סאָציאַליסטן. אָבער ס׳איז דאָך קלאָר, אַז ס׳רובֿ מענטשן זײַנען דאָרטן פּשוט בייז מיט דער פֿאָרעם, וואָס די אַמעריקאַנער, און בכלל מערבֿדיקע, געזעלשאַפֿט האָט באַקומען אין די לעצטע צײַטן. די רייד גייט ניט וועגן מאַרקסיסטישע רעצעפּטן (אַפֿילו אויב זיי זײַנען צום האַרצן אייניקע "אָקופּאַנטן"), נאָר וועגן יושר. און וועגן וואָס פֿאַר אַ יושר, צי אַן "אַמעריקאַנער חלום", קען מען רעדן, אויב אַלץ איז איבערגעדרייט געוואָרן אַזוי, אַז אַ פּיצינקער טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג ווערט אַלץ רײַכער, בעת ס׳רובֿ מענטשן ווערן אָרעמער, צי סתּם אָרעם. אַזאַ סיסטעם דאַרף מען, בלי-ספֿק, פֿאַרריכטן.
אַ בריטישער בירגער, אַ שטייגער, וואָלט אויף די טענות מכּוח סאָציאַליזם געענטפֿערט אין דעם נוסח פֿון מאָטל פּייסי דעם חזנס ווערטער: "מיר איז גוט, איך בין אַ בריטישער". די בריטישע געזעלשאַפֿט איז פֿול מיט פּראָבלעמען, נאָר מענטשן האָבן כאָטש ניט מורא צו פֿאַרלירן די מעדיצינישע פֿאַרזיכערונג, ווײַל אַלע באַקומען עס פֿון דער מלוכה. ווען ער, צי זי, ווערט זעכציק יאָר אַלט, ווערט פֿאַר אַזאַ מענטשן אומזיסט ניט נאָר די מעדיצין (זי איז דאָרטן סײַ-ווי-סײַ פֿאַר אַלעמען אומזיסט), נאָר אַלע רפֿואות (מע זאָל זיי ניט דאַרפֿן) באַקומט מען אויך אין גאַנצן אומזיסט, און פֿאַרן שטאָטישן טראַנספּאָרט הערט מען אויף צו צאָלן. און עפּעס נאָך קומט אַ בן- צי בת-שישים. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם וואָס דורכשניטלעך-סטאַטיסטיש פֿאַרקירצט ניט אַזאַ סיסטעם די יאָרן. און גרויס-בריטאַניע איז גאָר ניט דער בעסטער מוסטער אין דער וועלט — מיר איז עס פּשוט בעסער באַקאַנט.
צי הייסט עס סאָציאַליזם? רופֿט עס ווי ער ווילט. אָבער מיר דאַכט זיך, אַז אַזאַ "סאָציאַליזם" קען מען פֿון דעסטוועגן אויסהאַלטן. האָף איך, אַז די ניט-סאָציאַליסטישע וואָל-סטריט-אָקופּאַנטן וועלן העלפֿן עפּעס אויסצופּועלן אויך פֿאַר אַמעריקאַנער בירגער, אַפֿילו פֿאַר די וועלכע מע האָט אַ מאָל איבערגעשראָקן מיט די שרעקלעכע ווערטער "סאָציאַליזם" און "לינקע".