- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
באָריסן האָב איך באַגעגנט מיט אַ טאָג פֿאַרן הוראַגאַן און אין עטלעכע טעג אַרום, ווען דאָס לעבן האָט זיך אין אַ היפּשער מאָס אומגעקערט צום נאָרמאַלן שטייגער. ער איז געווען איינער פֿון די תּושבֿים פֿון מײַן הויז (פֿון בערך 200 דירות), וואָס האָבן זיך ניט עוואַקויִרט, ניט געקוקט אויף אַלע שטרענגע אינסטרוקציעס מצד דער שטאָטישער מאַכט. אין דער אמתן, האָב איך אויך תּחילת ניט געוואָלט אַוועקגיין, אָבער דער אויסזען פֿונעם ים און דער ווילדער ווינט האָבן מיך איבערצײַגט מער, ווי די ווערטער פֿונעם ניו־יאָרקער מייאָר בלומבערג. פֿאַר וואָס זשע זײַנען מײַנע שכנים פֿאַרבליבן? אפֿשר האָבן זיי ניט געהאַט אַזעלכע וואַרעמע מענטשן, ווי מײַנע פֿרײַנד, בײַ וועלכע איך האָב פֿאַרבראַכט צוויי טעג "אין עוואַקואַציע". אייניקע לײַט זײַנען ניט אַוועק, ווײַל זיי האָבן ניט געגלייבט, אַז דער מצבֿ וועט ווערן אַזוי ערנסט — מע האָט דאָך פֿאַראַיאָרן רעלאַטיוו גרינג איבערגעלעבן דעם הוראַגאַן "אײַרין". אַ צאָל מענטשן זײַנען ניט אַוועק צוליב זייערע הינט און קעץ. אַ שכנה האָט זיך געקלאָגט ניט אַזוי אויף אירע אייגענע שוועריקייטן, ווי אויף די מאַטערנישן פֿון איר קאַץ, וועלכע האָט ניט געקענט, נעבעך, פֿאַרשטיין, פֿאַר וואָס זי קען ניט טרינקען וואַסער פֿונעם קראַנט — אַזוי איז זי צוגעוווינט געוואָרן עס צו טאָן. אין אייראָפּע — וועגן אַנדערע קאָנטינענטן ווייס איך פּשוט זייער ווייניק — הערט מען אָפֿט וועגן איבערנעמען די, אָדער יענע, דערפֿאַרונג פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, באַזונדערס אין טעכנאָלאָגיע. אָבער ניט נאָר אין טעכנאָלאָגיע. די אידעע פֿון עפֿענען אַ קאַפֿע בײַ אַ ביכער-געשעפֿט. צי פֿון טראָגן דזשינסן. צי עסן גרײַפּלעך, אָדער "סיריאַל", אין דער פֿרי. צו זאָגן have a nice day, און טויזנטער אַנדערע זאַכן, אַרײַנגערעכנט וויכטיקע דעמאָקראַטישע פּרינציפּן. זײַנען דרײַ אַקטיוויסטן געקומען צו אַ היגן פֿאַרמעגלעכן ייִדן, יהושע ראַכלין האָט ער געהייסן. יענער האָט זיי אויסגעהערט, אָבער אין זײַנע אויערן האָט עס תּחילת געקלונגען ווי פּוסטע רייד. האָט ער דער דעלעגאַציע פֿאָרגעלייגט אַזאַ פּלאַן: טאָמער זיי גיט זיך אײַן צו געפֿינען לכל-הפּחות 15 בעלנים צו ווערן באַצאָלטע מיטגלידער פֿון אַ ייִדישער ביבליאָטעק-געזעלשאַפֿט, וועט ער זײַן ברייטהאַרציק אין שטיצן די דאָזיקע געזעלשאַפֿט. עס האָט געדויערט ניט לאַנג ביז דעם טאָג, ווען דער נייטיקער קוואָרום האָט זיך צונויפֿגעקליבן. אַזוי האָט זיך אין מעלבורן דעם 26סטן דעצעמבער 1911 באַוויזן די "קדימה"-ביבליאָטעק. דעם נאָמען האָט פֿאָרגעלייגט דער בעל-צדקה — ראַכלין. עפּעס האָט אים, אַ פּנים, געצויגן צו פּראָגרעס. "קדימה" מיינט דאָך — פּונקט ווי "פֿאָרווערטס" — פֿאָרויס; דאָס הייסט, צו אַ ליכטיקערער צוקונפֿט. מיך הערט ניט אויף צו חידושן, ווי דער עולם אין אַמעריקע ציטערט ממש, מע זאָל זיי, חלילה, ניט אַרײַנשלעפּן אין סאָציאַליזם. מע שטאַרבט פֿריִער ווי אין אַנדערע אַנטוויקלטע, און צו מאָל ניט שטאַרק אַנטוויקלטע, לענדער, אָבער מע פֿאַלט בײַ זיך ניט אַראָפּ — אַבי אָן סאָציאַליזם. און מע טשעפּעט צו דאָס וואָרט "סאָציאַליזם" צו אַלצדינג, וואָס זעט אויס ניט אַזוי ווי עס דאַרף צו זײַן; אַפֿילו אויב דאָס האָט, אין דער אמתן, קיין שום שײַכות ניט צו סאָציאַליזם. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם וואָס סאָציאַליזם, אַפֿילו ווען ער איז בנימצא געווען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט געהאַט אַן אייגן פּנים, און דערצו איז עס געווען אַ צײַטווײַליקע, דער עיקר אימיגראַנטישע זאַך. וועגן דעם האָט אין פֿאַרשיידענע צײַטן ניט איין מאָל געשריבן די דאָזיקע צײַטונג און אירע שוועסטער-צײַטשריפֿטן. דאָ וועל איך ברענגען אַ ציטאַט פֿון דעם סאָציאַליסטישן זשורנאַל "דער וועקער". דעם 16טן יוני 1937 האָט אַב. קאַהאַן דאָרטן געשריבן: עס איז אַ פֿאַקט, וועלכן דער צוקונפֿטיקער היסטאָריקער פֿון דעם אַמעריקאַנער סאָציאַליזם וועט שענקען אויפֿמערקזאַמקייט און אינטערעס — אַז די ייִדישע אימיגראַנטן פֿון רוסלאַנד, פּוילן, גאַליציע און רומעניע זײַנען געווען צווישן די קרעפֿטן, וואָס האָבן געלייגט דעם פֿונדאַמענט פֿון דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג אין אַמעריקע. אין יאָר 1932 איז קיין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד געפֿאָרן איינער פֿון די פֿירנדיקע "פֿאָרווערטס"-זשורנאַליסטן — מענדל אָשעראָוויטש. אין דער צײַטונג האָט מען אים געהאַלטן פֿאַר אַ מומחה אין אוקראַיִנע, ווײַל, ערשטנס, האָט ער אַליין געשטאַמט פֿון אוקראַיִנע און, צווייטנס, האָט ער זיך תּמיד אינטערעסירט מיט דער געשיכטע און פֿאָלקלאָר פֿון אוקראַיִנישע ייִדן, ווי אויך פֿון די אוקראַיִנער. זײַנע רײַזע-נאָטיצן האָבן זיך געדרוקט אין "פֿאָרווערטס" און זײַנען אויך אַרויס ווי אַ בוך (זייער אַן אינטערעסאַנטס) אונטערן טיטל "ווי מענטשן לעבן אין סאָוועט-רוסלאַנד" (1933), וווּ אָשעראָוויטש האָט פֿאַרשריבן אַ מוסטער פֿון פֿאָלקלאָר פֿון יענער צײַט: * * * אַ פּויער פֿון אַ דאָרף איז געקומען אין אַ גרויסער שטאָט ווי אַ דעלעגאַט אויף אַ סאָוועטישער קאָנפֿערענץ. קיין געבילדעטער איז ער ניט געווען. ער האָט אָבער געהאַט גרויס דרך-ארץ פֿאַר געבילדעטע מענטשן, און אויף די זיצונגען פֿון דער קאָנפֿערענץ האָט ער זיך זייער אויפֿמערקזאַם צוגעהערט צו די רעדעס פֿון די פֿירער. אַ מאָדנע גורל האָט אומאַן, די אוקראַיִנישע שטאָט וואָס געפֿינט זיך 125 מײַל פֿון קיִעוו. אייניקע טענהן, אַז זי פֿאַרנעמט דאָס אָרט פֿון דעם געאָגראַפֿישן צענטער אין לאַנד. אומאַן קען זיך אויך גרויסן מיט איר אַלטן שיינעם פּאַרק און מיט דעם וואָס זי איז געוואָרן אַ ברודער-שטאָט מיט אַשקלון. און דאָך ניט אין דעם באַשטייט איר וויכטיקייט אין 21סטן יאָרהונדערט. אומאַן באַווײַזט זיך אין אוקראַיִנישע און אינטערנאַציאָנאַלע נײַעס יעדן האַרבסט, אַרום ראָש-השנה, ווען אַהין הייבן אָן קומען טויזנטער, און לעצטנס, צענדליקער טויזנטער, חסידים. אין אומאַן געפֿינט זיך דער קבֿר פֿון רבי נחמן בראַצלעווער (1772—1810) — אין דער דאָזיקער שטאָט איז אים באַשערט געווען צו שטאַרבן פֿון טובערקולאָז. אַזוי איז עס געוואָרן אַ הייליק אָרט פֿאַר דעם זגאַל ייִדן. די איצטיקע געשיכטע פֿון עולה-רגל זײַן קיין אומאַן האָט זיך אָנגעהויבן אין יאָר 1989, אין דעם סאַמע ברען פֿון מיכאַיִל גאָרבאַטשיאָווס "פּערעסטרויקע". דעמאָלט זײַנען אין דער פֿאַרשלאָפֿענער פּראָווינציעלער שטאָט פֿון בערך 90 טויזנט תּושבֿים אָנגעקומען אַרום אַ טויזנט חסידים. זיי האָבן דורכגעלייגט דעם וועג, און זינט דעמאָלט האָט די צאָל פּילגרימען געהאַלטן אין איין וואַקסן. פֿון אַלע עקן וועלט לאָזן זיך אין וועג אַרײַן ייִדן, דער עיקר, די "טויטע חסידים". אַזוי רופֿט מען די בראַצלעווער חסידים (דווקא, זייער לעבעדיקע מענטשן), ווײַל זיי האָבן קיין אָפֿיציעלן רבי ניט געהאַט זינט דעם טויט פֿון זייער רבין, ר׳ נחמן בראַצלעווער. די אומאַנער יאַזדעס האָבן אַרײַנגעבלאָזן אַ היפּש ביסל ענערגיע אין דער דאָזיקער סבֿיבֿה, צוגעצויגן צו זיי מער מענטשן. זונטיק, דעם 12טן יוני, האָט די טערקישע באַפֿעלקערונג געשטימט אין די פּאַרלאַמענטאַרע וואַלן, צו וועלכע מע האָט זיך צוגעקוקט אין בשכנותדיקע און געאָגראַפֿיש-ווײַטע לענדער. טערקײַ שפּילט דאָך אַ ממשותדיקע ראָלע אין דער הײַנטיקער וועלט — איר עקאָנאָמיע פֿאַרנעמט דאָס 17טע אָרט און אַנטוויקלט זיך זייער גוט. אין "נאַטאָ" האָט טערקײַ די צווייטע — נאָך די פֿאַראייניקטע שטאַטן — גרעסטע אַרמיי. קיין אַנדער מוסולמעניש לאַנד איז ניט אַזוי נאָענט צו אייראָפּע סײַ געאָגראַפֿיש, סײַ פּאָליטיש, סײַ קולטורעל; שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס טערקײַ שאַפֿט אַ מוסטער פֿאַר אַ סך מוסולמענער איבער דער וועלט, בפֿרט אין די אַראַבישע מדינות, ווי אַ געזעלשאַפֿט, וועלכע עס גיט זיך אײַן צו קאָמבינירן וועלטלעכקייט מיט רעליגיעזע טראַדיציעס. אויף דער קיניגלעכער חתונה אין לאָנדאָן בין איך ניט געווען צוליב צוויי סיבות: ערשטנס, האָב איך פּונקט דעמאָלט געמוזט זײַן אין ניו-יאָרק. צווייטנס, האָט מען מיך ניט פֿאַרבעטן — אפֿשר צוליב די זעלבע טעמים ווי מיט די געוועזענע פּרעמיער-מיניסטערס, טאָני בלער און גאָרדאָן בראַון, און אפֿשר האָב איך זיך פֿאַרזינדיקט אויף אַן אַנדער אופֿן. אָבער אַ שעה צי אַפֿילו מער האָב איך פֿאַרבראַכט בײַ דער טעלעוויזיע. דאָס הייסט, געווען איינער פֿון די בערך צוויי ביליאָן נחת-קלײַבער. מע זאָגט דאָך, אַ שטייגער, אַז יעדער פֿינפֿטער ישׂראלי האָט נאָכגעפֿאָלגט די געשעענישן אין צענטער פֿון לאָנדאָן. ס׳איז געווען טאַקע זייער שיין, ממש פּרעכטיק. די ענגלענדער זײַנען גרויסע מײַסטערס פֿון אַזעלכע זאַכן. בפֿרט נאָך, אַז די "דעקאָראַציעס" האָט מען געבויט אין משך פֿון יאָרהונדערטער. אַלץ האָט מען דורכגעטראַכט. די פֿערד. די זעלנער. די מוזיק. און די הוטן, וואָס די פֿרויען האָבן געטראָגן! אָבער, דער עיקר, פֿון דעסטוועגן איז געווען — די כּלה. ווי אַזוי איז די רעליגיעזקייט פֿון אַמעריקאַנער ייִדן פֿאַרבונדן מיט זייער וועלטלעכער הצלחה, דאָס הייסט מיט זייערע דערגרייכונגען אין געשעפֿט, אַרבעט וכ׳? אַזאַ פֿראַגע האָבן פֿאַר זיך געשטעלט האַריעט און משה האַרטמאַן, און אין דעם מאַרץ-העפֿט פֿון Journal of the Scientific Study of Religion קען מען זיך באַקענען מיט די רעזולטאַטן פֿון זייער פֿאָרשונג. דעם רוישטאָף פֿאַרן אַרטיקל האָבן זיי גענומען פֿון דעם פּרטימדיקן אויספֿרעג, וואָס מע האָט אין די יאָרן 2000 און 2001 דורכגעפֿירט צווישן די אַמעריקאַנער ייִדן. די האַרטמאַנס האָבן אויסגעקליבן נאָר אַזעלכע רעספּאָנדענטן, וועלכע זײַנען געווען דערוואַקסענע מענטשן, 25—64 יאָר אַלט, געבוירן געוואָרן בײַ ייִדישע עלטערן, אויפֿגעהאָדעוועט ווי ייִדן און זיך געהאַלטן פֿאַר ייִדן. בסך-הכּל, האָבן זיי געפֿונען נייטיקע דאַטעס פֿאַר אַרום אַ טויזנט מאַנצבילן און אַ טויזנט פֿרויען. אין מײַן סאָוועטישן לעבן האָב איך תּמיד געזען אַרום זיך ייִדן, וועלכע עס האָט געצויגן נאָר צו איין זאַך, דהײַנו: געלט. אין מײַן משפּחה פֿלעגן אַזעלכע טיפּן זיך טרעפֿן זעלטן, ווײַל ס׳רובֿ קרובֿים האָבן געשטאַמט פֿון ייִדישע קאָלאָניסטן, צי פּשוט געזאָגט — פּויערים, האָרעפּאַשניקעס. און אַ געשעפֿט איז דאָך, בדרך-כּלל, אַ שטעטלדיקער, מנחם-מענדלשער (אין שלום-עליכמס זין) ענין. בײַ אַ מנחם-מענדל אַרבעט אַנדערש ניט נאָר דער קאָפּ זײַנער, נאָר אויך דאָס געוויסן. לויט מנחם-מענדלס אייגנאַרטיקער מאָראַל איז אַ גנבֿה כּשר און אַפֿילו יושרדיק, אויב מע גנבֿעט בײַ דער מלוכה צי בײַ פֿרעמדע מענטשן. און יעדער "געשעפֿטמענטש" פֿון אַזאַ סאָרט האָט אַן אייגענעם באַגריף פֿון "אייגענע מענטשן", בײַ וועלכע ער וועט (אפֿשר) קיין איבעריקע פּרוטה ניט נעמען. די דאָזיקע גנבֿישע פּסיכאָלאָגיע איז כאַראַקטעריש ניט נאָר פֿאַרן אַלטן שטעטל. זי לעבט אויך אין זייער מאָדערן-אויסזעענדיקע ייִדן, אין וועלכע מע זעט ניט צו מאָל גלײַך די מאָראַלישע פּרימיטיווקייט פֿון די אַמאָליקע צײַטן. דאָס זײַנען דאָך, אין תּוך אַרײַן, מענטשן, וועלכע זײַנען פּשוט ניט אימשטאַנד צו פֿירן אַ נאָרמאַלן געשעפֿט, אַפֿילו ווען קיינער שטערט זיי ניט עס צו טאָן. זיי מוזן דרייען. וואָס האָט, דאַכט זיך, געשטערט מיידאָפֿן צו זײַן אַ נאָרמאַלער ביזנעסמען? נאָר איין זאַך: ער איז געווען מאָראַליש פֿאַרפֿוילט, האָט געבויט אַלץ אין זײַן לעבן אויף איין פּרינציפּ — אַבי געלט. און ער איז, אַוודאי, גאָר ניט דער איינציקער. אין סאָוועטיש-ייִדיש האָט מען אַ מאָל גענוצט אַזאַ וואָרט: "חודשניק", וואָס איז געווען אַ קאַלקירטע איבערזעצונג פֿונעם רוסישן "מעסיאַטשניק" — אַזוי האָט מען גערופֿן כּלערליי קאַמפּאַניעס צי אונטערנעמונגען, וועלכע האָבן געדויערט אַ חודש-לאַנג. עס זעט אויס, אַז חודשניקעס זײַנען הײַנט-צו-טאָג אַרײַן אין דער מאָדע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. למשל, מאַרץ איז דורך דער רעגירונג אָנגערופֿן געוואָרן ווי דער חודש פֿאַר ענינים, וואָס זײַנען אַסאָציִיִרט מיט פֿרויען. מיר געפֿעלט עס. בפֿרט נאָך, אַז איך האָב ליב פֿרויען. זיי זײַנען, בדרך-כּלל, אינטערעסאַנטער איידער מאַנצבילן. זייער רעאַקציע אויף געשעענישן איז לעבעדיקער, עמאָציאָנעלער. פֿרויען זײַנען, אין תּוך אַרײַן, קליגער. טראַכט זיך אײַן: מאַנצבילן ווערן פֿיר-פֿינף מאָל אָפֿטער געקלאַפּט דורך בליצן. מיר שײַנט עס ווי אַ בולטער סימן פֿון נאַרישקייט. און איך געדענק תּמיד, אַז די דאָליע פֿון פֿרויען איז געוויינטלעך שווערער. צום אַלעם ערשטן, מוזן זיי אויסהאַלטן פֿון אונדז. שוין אָפּגעשמועסט פֿון אַזעלכע "קלייניקייטן" ווי האָבן קינדער, אַרבעטן, פֿירן אַ באַלעבאַטישקייט, און דערצו נאָך — אויסזען! מיט 55 יאָר צוריק, דעם 25סטן פֿעברואַר 1956, האָט ניקיטאַ כרושטשאָוו איבערגעראַשט די דעלעגאַטן פֿונעם 20סטן פּאַרטיי-צוזאַמענפֿאָר מיט אַ רעדע, וועלכע האָט אַנטפּלעקט אייניקע פֿאַרברעכנס פֿון סטאַלינס רעזשים. אין עטלעכע וואָכן אַרום איז דער טעקסט פֿון דער "געהיימער" רעדע געוואָרן אַ סוד אויף גאַנץ בראָד, לכל-הפּחות, אין אויסלאַנד. אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד וועט מען אים פֿאַרעפֿנטלעכן נאָר אין 32 יאָר אַרום, כאָטש מיטגלידער פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי האָבן געהאַט אַ מעגלעכקייט צו הערן עס בעת "פֿאַרמאַכטע" פֿאַרזאַמלונגען. צווישן די קרבנות פֿון סטאַלינס גזלנישע מעשׂים האָט כרושטשאָוו ניט אָנגערופֿן די ליקווידאַציע פֿון ייִדישע אינסטיטוציעס און דאָס אויסהרגענען פֿון די ייִדישע קולטור-טוער. מיר ווייסן ניט פּינקטלעך, פֿאַר וואָס ער האָט עס פֿאַרשוויגן. מע קען עס פֿאַרטײַטשן ווי אַ סימן, אַז די סאָוועטישע רעגירונג האָט ניט געוואָלט ווידער אויפֿשטעלן אַזעלכע אינסטיטוציעס. מיט אַזאַ כּוונה איז בעסער געווען צו מאַכן בכלל אַ שווײַג מכּוח די ייִדישע ענינים. און דאָך, אין גאַנצן פֿאַרשווײַגן עס האָט זיך ניט אײַנגעגעבן. אַ געוויסע ראָלע האָט דעמאָלט געשפּילט אין דעם דער "פֿאָרווערטס", בפֿרט דער זשורנאַליסט לעאָן קרישטאָל. |