געשיכטע
ניקיטאַ כרושטשאָוו רעדט
בײַם 20סטן פּאַרטיי-צוזאַמענפֿאָר
ניקיטאַ כרושטשאָוו רעדט בײַם 20סטן פּאַרטיי-צוזאַמענפֿאָר

מיט 55 יאָר צוריק, דעם 25סטן פֿעברואַר 1956, האָט ניקיטאַ כרושטשאָוו איבערגעראַשט די דעלעגאַטן פֿונעם 20סטן פּאַרטיי-צוזאַמענפֿאָר מיט אַ רעדע, וועלכע האָט אַנטפּלעקט אייניקע פֿאַרברעכנס פֿון סטאַלינס רעזשים. אין עטלעכע וואָכן אַרום איז דער טעקסט פֿון דער "געהיימער" רעדע געוואָרן אַ סוד אויף גאַנץ בראָד, לכל-הפּחות, אין אויסלאַנד. אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד וועט מען אים פֿאַרעפֿנטלעכן נאָר אין 32 יאָר אַרום, כאָטש מיטגלידער פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי האָבן געהאַט אַ מעגלעכקייט צו הערן עס בעת "פֿאַרמאַכטע" פֿאַרזאַמלונגען.

צווישן די קרבנות פֿון סטאַלינס גזלנישע מעשׂים האָט כרושטשאָוו ניט אָנגערופֿן די ליקווידאַציע פֿון ייִדישע אינסטיטוציעס און דאָס אויסהרגענען פֿון די ייִדישע קולטור-טוער. מיר ווייסן ניט פּינקטלעך, פֿאַר וואָס ער האָט עס פֿאַרשוויגן. מע קען עס פֿאַרטײַטשן ווי אַ סימן, אַז די סאָוועטישע רעגירונג האָט ניט געוואָלט ווידער אויפֿשטעלן אַזעלכע אינסטיטוציעס. מיט אַזאַ כּוונה איז בעסער געווען צו מאַכן בכלל אַ שווײַג מכּוח די ייִדישע ענינים. און דאָך, אין גאַנצן פֿאַרשווײַגן עס האָט זיך ניט אײַנגעגעבן. אַ געוויסע ראָלע האָט דעמאָלט געשפּילט אין דעם דער "פֿאָרווערטס", בפֿרט דער זשורנאַליסט לעאָן קרישטאָל.

קרישטאָל (אויף ענגליש האָט מען זײַן נאָמען אויסגעלייגט Crystal) איז געבוירן געוואָרן אין שאַרגאָראָד, אוקראַיִנע, אין 1894. זינט 1910 געלעבט אין אָדעס, און אין 1914 האָט ער זיך אַרויסגעזעצט אויפֿן אַמעריקאַנער ברעג. אין ניו-יאָרק האָט קרישטאָל שווער געהאָרעוועט. גאַנץ גיך האָט ער פֿאַרבונדן זײַן לעבן מיטן ייִדישן טעאַטער, געאַרבעט ווי אַ פּרעסע-אַגענט בײַ מאָריס שוואַרץ און, לסוף, אָנגענומען געוואָרן אין "פֿאָרווערטס", אין 1922, צו זײַן אַן "אינעווייניקסטער מיטאַרבעטער" (אַזוי האָט מען גערופֿן די זשורנאַליסטן מיט אַ געהאַלט). אַזוי האָבן זיך אָנגעהויבן די זיבן-און-דרײַסיק יאָר פֿון קרישטאָלס זשורנאַליסטישער קאַריערע.

אָנהייב 1956 האָט אים די רעדאַקציע געשיקט קיין מאָסקווע. אין דער אמתן, איז עס געווען מער קאָמפּליצירט, ווי סתּם אַ זשורנאַליסטישע נסיעה קיין רוסלאַנד. צו יענער צײַט האָט די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדע אין מאָסקווע שוין געוווּסט אייניקע פּרטים וועגן דער עקזעקוציע דעם 12טן אויגוסט 1952, ווען מע האָט דערשאָסן אַ גרופּע טוער פֿון דעם ייִדישן אַנטי-פֿאַשיסטישן קאָמיטעט. עמעצער האָט די טרויעריקע געשעעניש שפּעטער אָנגערופֿן "די נאַכט פֿון דערהרגעטע דיכטער", וואָס איז ניט יושרדיק לגבי דער מערהייט פֿון די דרײַצן אומגעבראַכטע מענטשן, ס׳רובֿ פֿון וועלכע האָבן אָדער בכלל ניט געהאַט קיין שײַכות צום ליטעראַרישן צעך, אָדער — לכל-הפּחות, זײַנען ניט געווען קיין דיכטער.

בעת די סאָוועטישע פּני האָבן ניט געוואָלט אויסזאָגן פֿון חדר קיין פּרטים וועגן דעם, ווי אַזוי די דאָזיקע מענטשן, בדרך-כּלל געטרײַע סאָוועטישע בירגער, האָט מען באַשולדיקט אין אויסגעטראַכטע פֿאַרברעכנס, האָט די ישׂראלדיקע אַמבאַסאַדע דווקא יאָ געוואָלט אַרויסטראָגן די אינפֿאָרמאַציע אין דער מערבֿדיקער פּרעסע. גלײַכצײַטיק, אָבער, האָט די אַמבאַסאַדע בשום-אופֿן ניט געוואָלט זײַן דער קוואַל פֿון דער אַנטפּלעקונג.

עס בלײַבט ניט קלאָר, ווי אַזוי מע האָט דאָס אַלץ אַראַנזשירט דווקא מיטן "פֿאָרווערטס". אָבער דער סוף איז געווען, אַז די רעדאַקציע האָט געשיקט קרישטאָלן קיין רוסלאַנד, ער זאָל דאָרטן, כּלומרשט אין גאַנצן צופֿעליק און אומאָפּהענגיק פֿון די ישׂראלדיקע דיפּלאָמאַטן, אויסגעפֿינען די אינפֿאָרמאַציע. קרישטאָל האָט עס טאַקע געטאָן. אין מאַרץ 1956 האָט ער אין "פֿאָרווערטס" פֿאַרעפֿנטלעכט אַנטפּלעקנדיקע אַרטיקלען וועגן די טראַגישע געשעענישן פֿון דער סטאַליניסטישער תּקופֿה. די בשׂורה האָט מען גלײַך איבערדערציילט אין "ניו-יאָרק טײַמס" און צענדליקער אַנדערע צײַטונגען.

אָבער וואָס פֿאַר אַ קאָמוניסט צי סתּם אַ סימפּאַטיקער פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט געקענט גלייבן דער אַנטי-סאָוועטישער פּרעסע? איצט קען מען לאַכן דערפֿון, אָבער אַזוי איז עס געווען דעמאָלט, אין דער אַטמאָספֿער פֿון אַנטי-קאָמוניסטישן מכשפֿה-געיעג. הקיצור, דעם פּראָ-סאָוועטישן עולם האָט געקענט איבערצײַגן נאָר אַן אינפֿאָרמאַציע פֿון אַ "כּשרן" קאָמוניסטישן קוואַל. אַזאַ קוואַל האָט זיך טאַקע אין קורצן באַוויזן, אָבער מע האָט ניט געוווּסט, אַז דער "אורקוואַל" איז דאָך געווען דער זעלבער, דדהײַנו: לעאָן קרישטאָל. אָט ווי עס האָט שפּעטער וועגן דעם געשריבן הערש סמאָליאַר אין זײַן בוך "אויף דער לעצטער פּאָזיציע, מיט דער לעצטער האָפֿענונג"; סמאָליאַר איז אין די 1950ער יאָרן געווען דער הויפּט-רעדאַקטאָר פֿון דער וואַרשעווער ייִדישער (קאָמוניסטישער, פֿאַרשטייט זיך) צײַטונג "פֿאָלקס-שטימע":


אין יענע טעג האָט זיך צוריקגעקערט פֿון מאָסקווע און זיך אָפּגעשטעלט אין וואַרשע דער מיטרעדאַקטאָר [אין דער אמתן, אַ ספּעציעלער קאָרעספּאָנדענט] פֿון דער ניו-יאָרקער טאָג-צײַטונג "פֿאָרווערטס", קרישטאָל. מיר זענען צוזאַמען אַרויס פֿון זײַן האָטעל-צימער, כּדי זיך דורכשמועסן מחוץ "די ווענט, וואָס האָבן אויערן". קרישטאָל האָט מיר דערציילט וועגן דעם, וואָס אים האָט זיך אײַנגעגעבן צו דערוויסן אין מאָסקווע. ער האָט באַשטעטיקט דעם חשד וועגן דער אויסראָטונג פֿון די אַרעסטירטע ייִדישע שרײַבערס און געזעלשאַפֿטלעכע טוערס אין די יאָרן 1937—1948. עס האָט געקאָנט בלויז זײַן אַ ספֿק, צי אַלע אונדז באַקאַנטע זענען דערמאָרדעט געוואָרן, אפֿשר איז עמעצער דאָך געבליבן לעבן. איך האָב קרישטאָלן דערקלערט, נישט האָבנדיק אויף דעם קיינעמס הסכּם, אַז מיר קלײַבן זיך אַרויסצוקומען אין דער עפֿנטלעכקייט מיט אונדזער שטעלונג.

נאָך איינער אַ פֿיבערדיקער נאַכט פֿון כּסדרדיקן קריגן זיך מיטן "אינערלעכן צענזאָר", איז פֿאַרטאָג געווען גרייט מײַן אַרטיקל מיטן "קאָפּ": "אונדזער ווייטיק און אונדזער טרייסט".


דער דאָזיקער אַרטיקל האָט ווי אַ וויכער אַרויסגעבלאָזן פֿון דער קאָמוניסטישער באַוועגונג טויזנטער ייִדישע מיטגלידער און סימפּאַטיקער. אָבער דאָס איז שוין אַן אַנדער געשיכטע.