- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ניט אומזיסט דער נאָמען רבֿקה גראַמט זיך דאָך מיט דיכטונג! ניט אומזיסט דער נאָמען באַסמאַן גראַמט זיך דאָך מיט שאַפֿונג... רבֿקה באַסמאַן אין אַ שמועס אירן מיט דוד פּינסקי האָט אים געזאָגט: "איך אָטעם מיט ייִדיש". כ׳מיין, אַז מיט פֿולער רעכט וואָלט זי געקענט אויך זאָגן: "איך אָטעם מיט ייִדישע לידער". דעם באַקאַנטן זאָג פֿונעם פֿראַנצויזישן פֿילאָסאָף און מאַטעמאַטיקער רענע דעקאַרט: "איך דענק, הייסט עס איך עקזיסטיר", וואָלט רבֿקה באַסמאַן געקענט איבערפֿראַזירן אויף איר שטייגער: "איך שרײַב לידער, הייסט עס, איך עקזיסטיר". זי האָט באַשאַפֿן אין אירע לידער אַ באַזונדערע פּאָעטישע וועלט. אין דער דאָזיקער רבֿקה באַסמאַן־וועלט איז פּאָעטיזירט יעדע זאַך, יעדעס געשעעניש, יעדעס באַשעפֿעניש. די שײַנענדיקע שטערן, די בליִענדיקע בלומען, די קילע רעגנס זענען אין איר וועלט פֿאַרשיידענע פֿאָרמעס פֿון לידער — לידער, וועלכע עס שרײַבט די נאַטור, וועלכע עס האָט אפֿשר, אָנגעשריבן בראשית דער באַשעפֿער. און די העלדן פֿון איר דיכטונג שאַפֿן אויך לידער, סטראָפֿעס, שורות: עס קומען און גייען אַוועק מוזיקאַלישע פּראָיעקטן; נאָך איידער מע קוקט זיך אַרום, זענען זיך שוין צעגאַנגען קאַפּעליעס; גרופּעס, וואָס מע וואָלט זיי טאַקע זייער געוואָלט הערן ווײַטער. למשל, פֿון מאָנטרעאָל האָב איך באַקומען אַ נײַ קאָמפּאַקטל, אַרויסגעגעבן אין 2009 וואָס הייסט "דער מעראָוויץ־פּראָיעקט" [Merovitz Project + Brass: Live in Montreal] מיטן זינגער אַלאַן מעראָוויץ. די רעקאָרדירונג איז נישט פֿון די סאַמע בעסטע אין די לעצטע יאָרן, אָבער, פֿון דעסטוועגן, הערט מען טאַלאַנטן אויפֿן קאָמפּאַקטל, וואָס ס׳איז אַ שאָד — מע וועט זיי שוין מער נישט קענען זען אָדער הערן אין דער צוקונפֿט. לויט אָנרי אָפּענהײַם, דעם אַקאָרדיאָניסט און אַראַנזשירער פֿון דער גרופּע, האָט דער "מעראָוויץ־פּראָיעקט" זיך אָנגעהויבן אין האַרבסט 2008 און זיך צעפֿאַלן אין האַרבסט 2010. די זעלביקע מוזיקער שפּילן הײַנט ווײַטער, אָבער אָן מעראָוויץ; מיט אַן אַנדער זינגער, אַ קאָמעדיאַנטקע, אַן אַקטריסע פֿון מאָנטרעאַל, מיטן נאָמען מישעל הײַסלער. דעם נאָמען פֿון דער גרופּע האָט מען געביטן, פֿאַרשטייט זיך, און הײַנט הייסט זי "מגילה" [magillah.com]. די שטאָט אָדעס פֿאַרנעמט אַ גאָר באַזונדער אָרט אין דער געשיכטע פֿון דרײַ ליטעראַטורן׃ דער רוסישער, ייִדישער און העברעיִשער. אָדעס איז געווען סײַ דאָס וווינאָרט פֿון די מחברים, וואָס האָבן שפּעטער באַקומען אַ קאַנאָנישן סטאַטוס, ווי קלאַסיקער פֿון די געהעריקע ליטעראַטורן — מענדעלע, שלום־עליכם, ביאַליק, ראַווניצקי, באַבעל, בונין און אַנדערע — און סײַ די בינע, אויף וועלכער עס האָבן זיך אַנטפּלעקט די האַנדלונגען פֿון זייערע ווערק. אָדעס איז אויך געווען דער צענטער פֿון דער אַזוי־גערופֿענער רוסיש־ייִדישער ליטעראַטור. די דאָזיקע ליטעראַטור איז געבוירן געוואָרן דווקא אין אָדעס, אין דער מיט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. איר "זיידע" איז געווען אָסיפּ ראַבינאָוויטש, דער רעדאַקטאָר פֿונעם ערשטן ייִדישן זשורנאַל אויף רוסיש "ראַסצוועט" (באַגינען). ראַבינאָוויטש האָט אַרײַנגעבראַכט אין דער רוסישער ליטעראַטור דעם אייגנאַרטיקן אָדעסער דיאַלעקט, וועלכער האָט אין זיך אַרײַנגעזאַפּט ייִדישע, אוקראַיִנישע, פּוילישע, פֿראַנצויזישע, איטאַליענישע, גריכישע ווערטער און אויסדרוקן. מיט 55 יאָר צוריק, דעם 25סטן פֿעברואַר 1956, האָט ניקיטאַ כרושטשאָוו איבערגעראַשט די דעלעגאַטן פֿונעם 20סטן פּאַרטיי-צוזאַמענפֿאָר מיט אַ רעדע, וועלכע האָט אַנטפּלעקט אייניקע פֿאַרברעכנס פֿון סטאַלינס רעזשים. אין עטלעכע וואָכן אַרום איז דער טעקסט פֿון דער "געהיימער" רעדע געוואָרן אַ סוד אויף גאַנץ בראָד, לכל-הפּחות, אין אויסלאַנד. אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד וועט מען אים פֿאַרעפֿנטלעכן נאָר אין 32 יאָר אַרום, כאָטש מיטגלידער פֿון דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי האָבן געהאַט אַ מעגלעכקייט צו הערן עס בעת "פֿאַרמאַכטע" פֿאַרזאַמלונגען. צווישן די קרבנות פֿון סטאַלינס גזלנישע מעשׂים האָט כרושטשאָוו ניט אָנגערופֿן די ליקווידאַציע פֿון ייִדישע אינסטיטוציעס און דאָס אויסהרגענען פֿון די ייִדישע קולטור-טוער. מיר ווייסן ניט פּינקטלעך, פֿאַר וואָס ער האָט עס פֿאַרשוויגן. מע קען עס פֿאַרטײַטשן ווי אַ סימן, אַז די סאָוועטישע רעגירונג האָט ניט געוואָלט ווידער אויפֿשטעלן אַזעלכע אינסטיטוציעס. מיט אַזאַ כּוונה איז בעסער געווען צו מאַכן בכלל אַ שווײַג מכּוח די ייִדישע ענינים. און דאָך, אין גאַנצן פֿאַרשווײַגן עס האָט זיך ניט אײַנגעגעבן. אַ געוויסע ראָלע האָט דעמאָלט געשפּילט אין דעם דער "פֿאָרווערטס", בפֿרט דער זשורנאַליסט לעאָן קרישטאָל. די הײַנטיקע סדרה שליסט די סעריע פֿון פֿינף פּרשיות, וווּ עס ווערט דערציילט, ווי אַזוי די ייִדן האָבן אויפֿגעבויט דעם מישכּן. ס׳איז אויך די לעצטע פּרשה אינעם חומש "שמות", וווּ עס גייט אַ רייד וועגן יציאת־מצרים און דער גײַסטיקער דערפֿאַרונג פֿונעם באַפֿרײַטן ייִדישן פֿאָלק אינעם מידבר. ווי מיר האָבן דאָס שוין באַטראַכט אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, דינט די מעשׂה פֿון יציאת־מצרים ווי אַן אַרכעטיפּ, אַ מוסטער פֿון מענטשלעכער פֿרײַהייט. צוליב דעם, ווערט דער יום־טובֿ פּסח אָנגערופֿן "זמן־חרותינו" — "די צײַט פֿון אונדזער באַפֿרײַונג". אין די פֿריִערדיקע פּרשיות האָבן מיר אויפֿגעוויזן, אַז אין אַלע פּרשיות פֿונעם חומש "שמות" שטעקט אַ טיפֿער סאָציאַלער אינהאַלט — אַמאָל בפֿירוש, אַמאָל ברמז. די פֿאָריקע וואָך האָבן מיר געלייענט די פּרשה "ויקהל", וווּ עס ווערט דערציילט, ווי משה רבינו האָט צונויפֿגערופֿן אַלע ייִדן, און האָט זיי געוואָרנט, אַז זיי טאָרן נישט בויען דעם מישכּן אום שבת. בעת דער מלאכת־המישכּן האָבן די ייִדן געוויזן, אַז אַ בשותּפֿותדיקע טעטיקייט, מיט אַחדות און ברודערשאַפֿט, איז מסוגל צו פֿאַרוואַנדלען די גשמיותדיקע וועלט אין אַ היים פֿאַר דער הייליקער שכינה, און אויפֿצוהייבן די מענטשלעכע נשמה צו איר ג־טלעכן שורש. יצחק גנוז, ייִדיש־העברעיִשער שרײַבער באַערט דאָנערשטיק, דעם 17טן פֿעברואַר 2011 איז אין תּל־אָבֿיבֿ פֿאָרגעקומען אַ פֿײַערלעכער אָוונט לכּבֿוד דעם ייִדיש־העברעיִשן שרײַבער און דיכטער יצחק גנוז, צום דערשײַנען פֿון זײַן נײַ בוך לידער "נוכח האָרץ ומלואה" — דאָס לאַנד און זײַן פֿולקייט. יצחק גנוז איז ליטעראַריש שעפֿעריש סײַ אין ייִדיש און סײַ אין עבֿרית. ביז איצט האָט ער אַרויסגעגעבן צוויי ראָמאַנען אין עבֿרית: "במעגלי הדובה הגדולה" — אין די קרײַזן פֿון דעם גרויסן בער; און "כּיסופֿים וסער" (בענקשאַפֿט און שטורעם), און צוויי ביכער פּאָעזיע: "מעבֿר לגשרון העץ" (איבער דער הילצערנער קלאַטקע) און "נוכח האָרץ ומלואה". אין ביידע ביכער פּאָעזיע שליסט גנוז אײַן לידער איבערגעזעצט פֿון עבֿרית אין ייִדיש, און פֿאַרקערט, ייִדישע לידער, איבערגעזעצט פֿון ייִדיש אין עבֿרית. אין צוגאָב איז יצחק גנוז דער לאַנג־יאָריקער רעדאַקטאָר פֿון זשורנאַל "ידע־עם", געווידמעט פֿאָלקלאָר אין ייִדיש לשון און פֿאָרשאַרבעטן אויף דעם געביט. חוץ דעם, פּובליקירט יצחק גנוז זײַנע אָפּהאַנדלונגען און עסייען, זייער אָפֿט, אין פֿאַרשיידענע ליטעראַרישע פּובליקאַציעס אין לאַנד. מיט צען יאָר צוריק האָט יצחק גנוז באַקומען דעם עמינח־פּרײַז. אין די מאָטיוון פֿאַר דעם פּרײַז ווערט צוו״אַנד געזאָגט, אַז "די דיכטונג פֿון יצחק גנוז שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ מצבֿה אויף אַ תּקופֿה פֿון דעם ייִדנטום אין גלות, אויף דעם אומקום פֿון זײַן משפּחה און ייִדיש־לעבן אין מיזרח־אייראָפּע". צום 90סטן געבוירן־טאָג אין דער איצטיקער צײַט ווערט געפֿײַערט דער 90סטער געבוירן־טאָג פֿון דעם קאָמפּאָזיטאָר און כאָר־דיריגענט דוד באָטוויניק. נישט אַלע לייענער קענען אים און זײַנע מוזיקאַלישע ווערק, ווײַל ער האָט כּמעט זײַן גאַנץ לעבן געלעבט און געווירקט אין מאָנטרעאַל. איך געדענק ניט צי ער איז אַ מאָל געווען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. איך האָב זיך מיט אים אייגנטלעך ניט געטראָפֿן. איך האָב אָבער אָנערקענט זײַן גרויסן פֿאַרדינסט אין נאָטירן פֿאַר שמערקע קאַטשערגינסקי די מעלאָדיעס פֿאַר די געטאָ־לידער אין זײַן גרויסן ווערק "לידער פֿון די געטאָס און לאַגערן". איך האָב אויך געזען אין דעם לאַזאַר ווײַנער־אַרכיוו פֿון ייִוואָ אַ קאָנצערט־פּראָגראַם, וווּ ס׳איז אָפּגעדרוקט באָטוויניקס ליד "לייזער, דער ייִדישער פּאַרטיזאַנער", וואָס ווײַנערס כאָר האָט געזונגען. וועגן נאָך אַ ליד "רחלע" האָב איך געהערט און געפּרוּווט געפֿינען, אָן דערפֿאָלג. דאָס דאָזיקע ליד און אויך אַנדערע געזוכטע לידער געפֿינען זיך איצט אײַנגעהילט אין דעם פּרעכטיקן נייעם באַנד לידער וואָס טראָגט דעם טיטל "פֿון חורבן צום לעבן". דאָס בוך וואָס ווערט אַרויסגעגעבן פֿון דער ייִדיש־ליגע האָט שוין באַקומען פֿיל לויב און אָנערקענונג פֿון מוזיקערס, שרײַבערס, פּראָפֿעסאָרן. און אַזאַ בוך, אין אַזאַ צײַט, מיין איך, איז ווערט צו באַטראַכטן פֿיל מאָל. אויב איך האָב ניט קיין טעות איז דאָס לעצטע בוך פֿון אַזאַ מין פֿאַרנעם געווען רות לעווינס פּראַכט־אויסגאַבע פֿון איר פֿאָטער לייבו לעווינס לידער מיט יאָרן צוריק. אין אַ "נאָרמאַלן לעבן" קוק איך אַרײַן אין משך פֿון אַ טאָג ניט מער ווי אין איין צײַטונג. אָבער ווען איך פֿלי פֿון אַמעריקע קיין אייראָפּע צי פֿאַרקערט, האָב איך צײַט צו לייענען אַזעלכע זאַכן, בפֿרט אויב איך פֿאַרגעס (צי וויל ניט) מיטשלעפּן קיין בוך, און אויב קיין לײַטישע פֿילמען זײַנען ניטאָ אין דער פֿאַרווײַלונג-פּראָגראַם. דאָס מאָל איז מיט די פֿילמען געווען גאָר שלעכט. איך האָב געקוקט נאָר איין קינאָ-ווערק, Morning Glory ("פֿרימאָרגן-גלאָריע"), וואָס האָט בײַ מיר איבערגעלאָזט אַ שווערן נאָכטעם. אַ חוץ כּלערליי נאַרישקייטן, טראָגט דער פֿילם אַזאַ גוואַלדיקע אידעע: די טעלעוויזיע נייטיקט זיך ניט, לכל-הפּחות אין דער פֿרי, אויף אַ ניכטערן מאָגן, אין קיין ערנסטע פּראָגראַמען. רק פֿאַרווײַלונג האָט די רעכט צו בלײַבן אויפֿן עקראַן. אפֿשר בין איך פּשוט אַלט פֿאַר אַזעלכע פֿילמען. קריטיקער שרײַבן דאָך לעצטנס, אַז די הײַנטיקע האָליוווּד-פּראָדוקציע אָריענטירט זיך, דער עיקר, אויף יונגע מענטשן צי קינדער. הקיצור, האָב איך געלייענט צײַטונגען. אַ לאָנדאָנער צײַטונג האָט מיך געמאַכט קליגער וועגן מײַן בלוט. אין מיר צירקולירט די AB-גרופּע, וועלכע איז אַ רעלאַטיוו זעלטענע זאַך. לאָזט זיך אויס, אַז מיט אַזאַ רויטער (צי אַפֿילו בלויער?) פֿליסיקייט דאַרף איך האָבן אַ נטיה צו קונסט, אָבער גלײַכצײַטיק איז שווער פֿאָרויסצוזאָגן מײַן אויפֿפֿירונג. מיך פֿרייט, אַז איך האָב ניט די A-גרופּע, וועלכע מע האָט אין נאַצי-דײַטשלאַנד געהאַלטן פֿאַר אַ סימן פֿון "אַריִיִשקייט", כאָטש מײַן גרופּע מאַכט העכער מײַן שאַנס צו אַנטוויקלען געוויסע קרענק. די אַמאָליקע שפּרינצע־לאהלע איז הײַנטיקע ליליען, אַ גראַציעזע דאַמע מיט אַן אויעררינגל. מיט פֿינף־זעקס יאָר צוריק האָט זי געפֿונען מײַן נאָמען אינעם "חורבן־מוזיי" פֿון וואַשינגטאָן. זי האָט געהאַלטן דעמאָלט בײַם צונויפֿשטעלן איר אויסשטעלונג וועגן די די־פּי־לאַגערן אין נאָך־מלחמהדיקן דײַטשלאַנד, אַן אויסשטעלונג וואָס איז שפּעטער דערשינען סײַ דאָ, סײַ מעבֿר־לים. בעת איר פֿאָרשאַרבעט, האָט זי מיט אַ מאָל באַמערקט אינעם "חורבן־מוזיי" אַן אַלבאָם מיט לידער וואָס מיר קינדער האָבן געזונגען אין אונדזער לאַגער, הינדערבורג־קאַסערנע אין אולם. ווי אַ נײַן־צען־יעריק מיידעלע האָב איך אָנגעזאַמלט אין לאַגער אַן ערך אַכציק לידער און זיי פֿאַרשריבן אויף ייִדיש, העברעיִש, רוסיש און פּויליש. ליליען איז אַנטציקט געוואָרן פֿון מײַן אַלבאָם און גענומען זיך נאָכפֿרעגן ווער ס׳האָט עס געשריבן, האָט מען איר געזאָגט אַז דאָס געהערט צו מיר. זי האָט נישט פֿאַרלוירן קיין רגע און מיר אָנגעקלונגען פֿון איר היים אין גרייט־נעק, לאָנג־אײַלענד. קודם געוואָלט זיך באַקענען און למען־השם טרעפֿן זיך. אַרויסגעוויזן האָט זיך, אַז מיר זײַנען געגאַנגען אין דעם זעלבן בית־ספֿר "תּרבות" און געהאַט די זעלבע לערער. האָט מען זיך ביידע צוגעכאַפּט צום אַלבאָם און גענומען זינגען יענע פֿאַרגאַנגענע לידער, ווײַל בײַ איר אין די־פּי־לאַגער האָט מען זיי אויך געזונגען. אַז מע ברענגט פּורים שלח־מנות פֿאַר דער משפּחה און פֿרײַנד, איז תּמיד גוט אַרײַנצולייגן אַ שטיקל היימיש געבעקס. אָבער אַנשטאָט די געוויינטלעכע המן־טאַשן, פּרוּווט הײַיאָר אויס דעם רעצעפּט פֿאַר מאָן־לעקעך. די מעלה פֿון דעם רעצעפּט ליגט אין דעם וואָס ער ניצט ווייניקער פֿעטס ווי דער טראַדיציאָנעלער מאָן־לעקעך, אָבער איז נאָך אַלץ געשמאַק. 1/3 טעפּל מאָן־קערעלעך 1 לעפֿל צעריבן לימענע־שאָלעכץ 1 טעפּל מילעך מיט בלויז 2% פֿעטס 2 אייער 1/2־1 טעפּלעך צוקער 2 טעפּלעך מעל 1/2־2 לעפֿעלעך באַק־פּראָשיק 1/2 לעפֿעלע צימערינג 1/4 לעפֿעלע מושקאַט 3/4 טעפּל קאַנאָלאַ־בוימל 1 לעפֿעלע וואַניל 1 לעפֿעלע מאַנדלסענץ (almond extract) |