- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
סאַמע אָנהייב פֿופֿציקער יאָר בין איך אַרײַן אין זיבעטן קלאַס פֿון אַ לאָקאַלער שולע אין דער בראָנקס. אַלע אין דער פֿרי פֿלעגט מען זיך פֿאַרזאַמלען אין אַלגעמיינעם זאַל אָפּצוגעבן די שבֿועה צו דער אַמעריקאַנער פֿאָן, זינגען די קריסטלעכע "גאָטעס־תּפֿילה," און אַזוי ווי כ׳האָב ווייניק וואָס פֿאַרשטאַנען, בין איך געווען אונטערן אײַנדרוק, אַז דאָס איז אַמעריקע. די לערערינס האָבן אַלע אויסגעזען ווי צווילינג־שוועסטער. זיי האָבן געמוזט אַרויסקומען פֿון דעם זעלבן קאַטוילישן סעמינאַר ווײַל פֿון זיי האָט געווייעט מיט נאָנעשאַפֿט. זיי האָבן זיך געקליידט אין טונקל געוואַנט וואָס איז געהאָנגען אויף זיי ווי אויף אַ וועשלקע. די אויגן — אויסגעברענטע לאַמטערנס, דאָס פּנים באַשאָטן מיט בראָדעווקעס, מיט אַ מעדאַליאָנטשיק אַרום דעם האַלדז. אונדזערס איז געווען אַ מיידלשע שולע, האָבן אַלע מיידלעך אויסגעזען דראָנגעוואַטע. פֿון פֿאָרנט פּלאַטשיק ווי אַ ברעטל, פֿון הינטן אײַנגעקאָרטשעט. געווען צווישן די סטודענטקעס אויך אַ פּאָר שיינע, זגראַבנע און געשיקטע ייִדישע מיידלעך, אָבער זיי האָבן זיך געהאַלטן פֿון דער ווײַטנס; פֿאַרריסן בײַ זיך און שטאָלץ וואָס זיי זײַנען עכטע אַמעריקאַנער קנאָספּן, און מיר, די "גרינע," האָבן אַ קנאַפּן שײַכות צו זיי. רעדן מיט "גרינע" האָט זיי נישט געפּאַסט, האָבן זיי צו אונדז צוגעשמייכלט ווי צו אַ קראַנק לאָשיקל. "איר קענט זיך שוין גיין באָדן, ר׳ ייִד. כ׳האָב שוין צו רעכט געמאַכט דעם קראַן. ס׳איז נישט געווען קיין לײַכט שטיקל אַרבעט. איצט וועט שוין נישט רינען. כ׳האָב אויסגערייניקט די רער, אַרײַנגעגעבן צוויי נײַע גומע־רעדלעך. ס׳וועט האַלטן אײַזן." זאָגט דער לאָקאַטאָר: "צוויי וואָכן האָב איך געדאַרפֿט וואַרטן מיטן באָדן זיך, איר זאָלט צו רעכט מאַכן אַזאַ נאַרישקייט." דער אינסטאָלאַטאָר: "דאָס הייסט בײַ אײַך אַ נאַרישקייט? אויסגערייניקט די רער, געטוישט דאָס שרײַפֿל און אַרײַנגעגעבן צוויי נײַע שפּעקולין־גומעלעך. איר ווייסט וויפֿל איך וואָלט פֿאַר אַזאַ אַרבעט גענומען פֿון אַן אַנדערן?" דער לאָקאַטאָר: "איז וויפֿל ווילט איר פֿון מיר? שעמט אײַך נישט, זאָגט וויפֿל ס׳קומט אײַך. מ׳וועט נישט גיין צום רבֿ. איז וויפֿל קום איך אײַך?" דער אינסטאָלאַטאָר: "וויפֿל איר פֿאַרשטייט!" און אַזוי גייט צו דאָס האַנדלען זיך און ראַנגלען זיך מיט "וויפֿל איר פֿאַרשטייט," אַזוי לאַנג און אַזוי ברייט, ביז מ׳האַלט בײַם קראַפּירן. קום איך אײַך דערציילן וועגן דער לעצטער פּיעסע וואָס איך האָב בײַגעוווינט, וואָס הייסט "דער לעצטער סדר," און איך האָף, אַז זי וועט בײַ מיר זײַן טאַקע די לעצטע, ווײַל אויב איך זע נאָך אַמאָל אַזאַ פֿאַרפֿאַסונג, וואָס האָט צו טאָן מיט אַ ייִדישער משפּחה, מיט אַ פּסחדיקן סדר, מיט אַ העכסט אָפּגעשטאַנענעם סוזשעט, וועל איך נעמען לאַכן מיט יאַשטשערקעס. זעענדיק "דער לעצטער סדר" האָב איך נאָר זיך געשראָקן עס זאָל חלילה נישט זײַן אַ ייִדישע ווערסיע פֿון יעזוסעס "די לעצטע וועטשערע," וואָס לעאָנאַרדאָ דע־ווינטשי האָט זיך קונה־שם געווען מיט זײַן מאָלערײַ. נו, האָט גאָט געהאָלפֿן און מען האָט מיר פֿאַרשפּאָרט דעם אײַנפֿאַל, אָבער נישט פֿאַרשפּאָרט צו לײַדן כּמעט צוויי שעה צײַט: די יסורים פֿון אַ פֿאָרשטעלונג וואָס די דראַמאַטורגין דזשעניפֿער מייזעל האָט פֿאַרפֿאַסט, און דזשעסיקאַ באַומען האָט רעזשיסירט. אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז מיר פֿאַרמאָגן דאָ אין אַמעריקע אַ צווייטן, גאָר אַ באַגאַבטן דראַמאַטורג, וועלכער צייכנט זיך אויס אין שילדערן זײַן ייִדישע וועלט אויף ענגליש, אין סטיל פֿון קאָמעדיע, און דאָס איז ניל סײַמאָן. אַדאָפּטירט די פּיעסע האָט גאָר אַ באַגאַבטער דראַמאַטורג, מיט ייִחוס־בריוו דערצו, אַהרן פּאָסנער. דערצו האָט די ערנסטע דראַמע צובאַקומען אַן ערשטקלאַסיקן רעזשיסאָר, גאָרדאָן עדלשטיין, מיט אײַנפֿאַלן בלויז צו באַוווּנדערן. דאָ שפּילט זיך אָפּ גאָר אַן ערנסטע דראַמע וואָס האָט צו טאָן מיט פֿרומע עלטערן, וועלכע האָבן אַ געלונגענעם בן־יחיד אָשר (אַרי בראַנדט), גאָר אַן ערנסטן יונגער־מאַן, וועלכער איז אַ מאָלער, אַ קינסטלער, אָבער זײַן שעפֿערישקייט פֿאָדערט פֿון אים צו פֿאַרזוכן דעם טעם פֿון קלאַסישער און ערנסטער קונסט וואָס געפֿינט זיך אין די מוזייען. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָ קומט פֿאָר אַ צוזאַמענשטויס צווישן צוויי וועלטן. די ייִדישע וועלט פֿון זײַנע פֿרומע עלטערן און די אַרומיקע, דרויסנדיקע, וועלט פֿון קונסט. אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז די ראָלע פֿון אָשר לעוו שפּילט אַרי בראַנדט, דער זון פֿון אַ ישׂראלדיקן פּיאַניסט נתן בראַנדט, אַן אַמאָליקער וווּנדערקינד, וועמענס אייגענער פֿאָטער, אַ כירורג אין ירושלים, האָט אַראָפּגעקוקט אויף זײַן זונס אָפּקלײַב פֿון אַ מוזיקאַלישער פּראָפֿעסיע.
דערווײַל האָב איך זיך דערוווּסט, אַז ברײַנע וואַסערמאַן, וועלכע האָט יאָרן־לאַנג אָנגעפֿירט מיטן "סעגאַל־צענטער פֿאַר טעאַטער־קונסט" אין מאָנטרעאָל, האָט דאָרט באַקומען גרויס אָנערקענונג און לויבגעזאַנגען פֿאַרן אָנפֿירן סײַ מיטן ייִדישן און סײַ מיטן ענגלישן טעאַטער. איר רעפּערטואַר איז לעצטנס באַשטאַנען פֿון אַזעלכע פֿאָרשטעלונגען אויף ייִדיש ווי: "שווער צו זײַן אַ ייִד," "ליגנס וואָס מײַן טאַטע האָט מיר דערציילט," די מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונג "דער מאַן פֿון לאַ־מאַנשאַ," "דער דיבוק," "הודיני," "אויף סעקאָנד־עוועניו," "פֿידלער אויפֿן דאַך," און אַלץ אויף ייִדיש. פֿאַראַיאָרן האָט ברײַנע וואַסערמאַן אָרגאַניזירט אַ פֿעסטיוואַל פֿון פֿאָרשטעלונגען און קאָנצערטן, פֿאָרלעזונגען און געזאַנג, און פֿאַרבעטן ייִדישע קינסטלער, זינגער, לעקטאָרן פֿון דער גאַנצער וועלט. די גראַנדיעזע אונטערנעמונג איז אַדורכגעפֿירט געוואָרן אויף דער העכסטער מדרגה פֿון ייִדישער קונסט. ס׳איז ממש אַ גרויס געווינס פֿאַר דער "פֿאָלקסבינע" אין ניו־יאָרק זי אַרײַנצובאַקומען. ברײַנע איז די טאָכטער פֿון דאָראַ וואַסערמאַן. מאַמע און טאָכטער האָבן צענדליקער יאָרן זיך פֿאַרנומען מיט ייִדיש־טעאַטער. דער אמת איז, אַז מען דאַרף צוגיין צום ענין ייִדיש־טעאַטער מיט איבערגעגעבנקייט צו ייִדיש־לשון, צו ייִדישער קונסט, צו ייִדישער קולטור בכלל. ערנסט און מיט אַן אויג אויף דער צוקונפֿט, האָט מען אין מאָנטרעאָל אויסגעשולט אַ ייִנגערן דור אין דער קונסט פֿון טעאַטער־שוישפּיל און הײַנט האָבן זיי איבערגענומען דאָס רעדל און פֿירן ווײַטער דאָס טעאַטער אויף ייִדיש. איינער צווישן זיי איז איבערצײַגט, אַז ער איז אין גאַנצן אומשולדיק. נאָך אַלעמען, ער האָט דאָך אַזוי געלויבט סטאַלינען, דעם קאָמוניזם, דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, ממש זיי געדינט ווי אַ נײַעם גאָט; און דער וואָס ווייסט אין וואָס דאָ האַנדלט זיך, כאַפּט זיך, אַז דאָ שילדערט מען דעם ייִדישן פּאָעט איציק פֿעפֿערן. ווי זאָגט מען, אַז מען טרינקט זיך, כאַפּט מען זיך אָן אין אַ שטרוי. האָב איך גענישטערט צווישן פֿעפֿערס ווערק און געפֿונען ציטאַטן פֿון זײַן ליד "איך בין אַ ייִד": "איך בין אַ ייִד, וואָס האָט געטרונקען פֿון סטאַלינישן כּוס פֿון גליק, - - - - - - - - - - און אויף צעפּיקעניש די שׂונאים, וואָס גרייטן קבֿרים שוין פֿאַר מיר, וועל איך אונטער די רויטע פֿאָנען נאָך האָבן נחת אָן אַ שיעור. כ׳וועל מײַנע ווײַנגערטנער פֿאַרפֿלאַנצן און פֿון מײַן גורל זײַן דער שמיד, כ׳וועל נאָך אויף היטלערס קבֿר טאַנצן! איך בין אַ ייִד!" געשען איז די געשיכטע אין יאָר 1991 אין חיפֿה, אין צײַט פֿון דער גאָלף־מלחמה, ווען די "סקאַד"־ראַקעטן זײַנען געפֿלויגן, און ,דער עיקר, האָבן זיי אָנגעגריפֿן דעם שפּיטאָל. דאָ האַנדלט זיך אין אַ מיש־מאַש, ווען צוויי עופֿעלעך וואָס מען האָט על־פּי־טעות פֿאַרביטן. דאָס ייִדישע קינד איז אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון אַן אַראַבישער פֿרוי פֿון די שטחים, אין דער משפּחה פֿון ליילאַ און סאַיִד אַלבעזאַאַז (אַרין אָמאַרי און כאַליפֿאַ נאַטור), און דאָס אַראַבישע קינד — אין די הענט פֿון ייִדישע עלטערן, אָדית און אַלון זילבערמאַן (עמנואלה דעוואָס און פּאַסקאַל ערבע) אין תּל־אָבֿיבֿ. דער אַראַבישער בחור, דער ייִד, הייסט עס, איז יאַסין (מעהדי דעבהי), און יוסף זילבערמאַן — דער ייִד (יוליס סיטרוק). ווען די צוויי בחורים קומען צו דער עלטער פֿון אַכצן, דערוויסן זיי זיך, אַז זיי געהערן נישט צו דער משפּחה, מיט וועלכער זיי האָבן אָפּגעלעבט זינט זייער געבורט. די טאַטעס, נאָכן דערוויסן זיך, זײַנען מלא־רציחה, נאָר די מאַמעס נעמען עס אויף בשתּיקה, ליבלעך און רעזיגנירט. די קינדער האָדעווען זיך בײַ איבערגעגעבענע עלטערן. דאָס גרויס וווּנדער קומט פֿאָר מיטן ייִדיש־אַראַבישן בחור יאַסין, וואָס כאָוועט זיך בײַ די אַראַבישע עלטערן, בײַ אַ טײַערער און איבערגעגעבענער מאַמע. דער טאַטע איז אַ מעכאַניקער און האָט ליב מוזיק. הײַנט פֿאַרריכט ער די מאָטאָרן פֿון צעקאַליעטשעטע אויטאָס. דער געראָטענער און שיינער בחור זייערער יאַסין שטודירט מעדיצין אין פּאַריז און האַלט בײַם ווערן אַ דאָקטער. יוסף ווידער, דאָס אַראַבישע ייִנגל, וואָס כאָוועט זיך בײַ די ייִדישע עלטערן, פֿאַרקויפֿט אײַזקרעם און ליאָדעס אויף דער פּלאַזשע פֿון תּל־אָבֿיבֿ און האָט ליב מוזיק. ווען ביידע בחורים באַגעגענען זיך נאָך דעם ווי זיי געפֿינען אויס, אַז מען האָט זיי פֿאַרביטן, הייבן זיי אָן צו באַקענען זיך, דערוויסן זיך וועגן זייערע משפּחות, ברידער און שוועסטער. ווי איך האָב שוין דערמאָנט, הייסט די פֿאָרשטעלונג "אַלטע ייִדן דערציילן וויצן," וואָס שפּילט שוין איבער אַ יאָר מיט גרויס דערפֿאָלג, אין "וועסטסײַד טהיעטער" אויף דער 43טער גאַס און נײַנטער עוועניו צו אויספֿאַרקויפֿטע הײַזער. עפּעס לייגט זיך מיר נישט אויפֿן שׂכל. דאַכט זיך מיר, אַז ביז אַהער זײַנען מיר געווען סטאַטעטשנע און אָנשטענדיקע ייִדן, וואָס מיט דעם טראָגן מיר זיך אַרום דורות־לאַנג, להבֿדיל, אַ מישכּן מיט עטיק און מאָראַל. אַ קלוג פֿאָלק, אַ שעפֿעריש פֿאָלק, אַ געראָטן פֿאָלק. מיט אַ מאָל קומט אונדז קאַפּויער דאָס אַמעריקע, די פֿרײַהייט, די לויזע באַציִונג צו קינד און קייט. מיר האָבן אײַנגעשלונגען די גאַס אַזוי ווי זי גייט און שטייט. די ייִדישע פּראָסטקייט, גראָבקייט און חזירישקייט, וואָס האָט מסתּמא עקזיסטירט אויך פֿריִער, אָבער בלויז צווישן געוויסע שיכטן ווי בלאַטע, גאַסנפֿרויען און סטראָגער־ייִדענעס. די דאָזיקע פֿאָרשטעלונג באַשטייט העיקר פֿון דערציילן וויצן. אַלטע וויצן וואָס האָבן שוין בערד, נײַע וויצן וואָס קומען פֿון פֿרעמדע קוואַלן — נישט קיין ייִדישע — וואָס הייבן זיך אָן בזה־הלשון: "אַ גלח, אַ רבי און אַ זשאַבע..." איר פֿאַרשטייט דאָך שוין אין וואָס דאָ האַנדלט זיך. כ׳דאַרף דאָך אײַך נישט אַרײַנלייגן אַ פֿינגער אין מויל. דער עולם כאַכאָטשעט אויפֿן הויכן קול. מען קאַטשעט זיך פֿאַר געלעכטער פֿון יעדן ברודיקן וויץ וואָס האָט צו טאָן מיט אַ מענטשנס אַנאַטאָמיע, פֿון אויבן ביז אַראָפּ. אַלטע ייִדן און ייִדענעס וויצלען זיך וועגן סעקס, מיט דעם וואָס האָט צו טאָן מיטן קלאָזעט, מיט נאַקעטקייט און אָפּפֿירמיטלען. איין זאַך קען איך אײַך פֿאַרזיכערן. ס׳איז אַן איבערקערעניש אין ייִדישן לעבן אין אַמעריקע. מיר גייען פֿאַרלוירן צווישן דער אָפּגעשטאַנענקייט פֿונעם פּראָסטן המון אַמעריקאַנער ייִדן. די מוזיקאַלישע איין־פּערזאָניקע פֿאָרשטעלונג הייבט זיך אָן מיט מאַרטין לוטער קינגס רעדע וווּ ער האָט געפּריידיקט גלײַכהייט פֿאַר זײַנע ברידער און שוועסטער, וועלכע קומען אַרויס פֿון שקלאַפֿערײַ, מיט דעם לאָזונג: "איך האָב אַ חלום!" (I have a dream). גלײַך נאָך דער רעקאָרדירטער רעדע, פֿאַלט דער רעפֿלעקטאָר אויף אַ זינגערין, אָנגעטאָן אין אַ פּאָר, וואָס מען רופֿט דאָ־הי "דזשינס"־הויזן, מיט אַ שוואַרץ העמדל, מיט אַ צעפּלאָשעטן קאָפּ האָר, וואָס מען רופֿט דאָ אָן "אַפֿראָ." די חבֿרהמאַנטע הייבט אָן מיט כּל־נדרי, אויסטײַטשנדיק עס מיט דזשעז, און באַלד גייט זי אַריבער צו אַ ליד וואָס האָט צו טאָן מיט "געפּרעגלטע הון און לאַטקעס," און ווען זי ענדיקט, דערוויסט מען זיך ערשט, אַז זי איז די טאָכטער פֿונעם גאָר באַרימטן אַקטיאָר־פֿאַרווײַלער און מאָנאָלאָגיסט — ריטשאַרד פּרײַער. כ׳ווייס נישט וויפֿל פֿון אײַך געדענקען דעם קאָמיקער. איך געדענק אים גוט, ווײַל ער איז אויפֿגעטראָטן אין די זעכציקער יאָרן אויף דער טעלעוויזיע. גאָר אַ באַגאַבטער קאָמעדיאַנט געווען, פֿול מיט טאַלאַנט, קאָמיזם און פֿאַרווײַלונג. איך דערמאָן זיך אויך די ביטערע בשׂורה, אַז דער חבֿרהמאַן, דער לץ, האָט זיך אונטערגעצונדן וועלנדיק באַגיין זעלבסטמאָרד. די זאַך איז אים אָבער נישט געלונגען, אָבער קיין שטיק געזונט איז אים דערפֿון אויך נישט צוגעקומען. מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָב איך באַשלאָסן צו געבן אַ קורס אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט טאַקע געווידמעט די ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן וואָס זײַנען ווייניק באַקאַנט דעם ייִדישן עולם לייענער אין אונדזערע קרײַזן, שוין אָפּגערעדט פֿון די סטודענטן. איך האָב אומישנע דערמאָנט אַ פּאָר פֿון אונדזערע ייִדישע פּראָפֿעסאָרן אין אונדזער אָפּטיילונג, אַז איך גרייט זיך צו געבן אַ קורס וואָס האָט צו טאָן מיט ייִדישע שרײַבער און דיכטער וואָס גייען פֿאַרלוירן צווישן די קלאַסיקער. האָבן זיי מיר דערלאַנגט אַ לאַנגווײַליקן בליק און זיך אָפּגערופֿן: "דו מיינסט מסתּמא מענדעלען, שלום־עליכמען און פּרצן." "ניין!" האָב איך זיך אָפּגערופֿן, "איך מיין די פֿאַרנאַכלעסיקטע ליטעראַטן." "פֿאַראַן אַזוינס בײַ אונדז?" — האָבן זיי מיך אָנגעקוקט מיט קעלבערנע אויגן. אַ שאלה אויף אַ מעשׂה צי ס׳איז פֿאַראַן. דאָ רעדט זיך וועגן אַ פּלעיאַדע פֿון ליטעראַרישע קינסטלער, און צווישן זיי יעקבֿ פֿרידמאַן, אַבֿרהם קאַרפּינאָוויטש, מה־יפֿית, משה נאַדיר, לעאָן קאָברין, יאָסל קאָטלער, אליעזר שטיינבאַרג, אורי־צבֿי גרינבערג, אַבֿיעזר בורשטיין, יאַנקל יאַקיר, חיים גרינבערג, מאיר חרץ, שיקע דריז, שוין אָפּגערעדט פֿון איציק מאַנגערן, יעקבֿ גלאַטשטיינען, קאַדיע מאָלאָדאָווסקי, יוסף קערלערן, און זיי אַלע באַשײַנען אונדזער ליטעראַרישן אָלימפּ." דער פֿאָטער איז געווען אַן אונגאַרישער ייִד וואָס איז אַדורכגעגאַנגען דאָס גיהנום אויף די אייגענע פּלייצעס און, על־פּי נס, ניצול געוואָרן. געקומען קיין ישׂראל נאָך דער מלחמה, אויפֿגעשטעלט אַ משפּחה, דרײַ זין און אַ טאָכטער, אָפּגעלעבט זײַנע יאָרן אין ליידן און אין פֿריידן און איז אַוועק פֿון דער וועלט. דער ייִד האָט אָבער איבערגעלאָזט אַ ביכל מיט זכרונות פֿון אַלע זײַנע ליידן און יסורים אונטער דעם נאַצי־רעזשים. לויט זײַן זון, דוד פֿישער, קומט אויס אַז קיינער פֿון די קינדער האָט נישט געוווּסט, אַז דער פֿאָטער שרײַבט זײַנע מעמואַרן, וואָס דאָס שטעל איך אויך אונטער אַ גרויסן פֿרעגצייכן. אָבער נישט אין דעם גייט עס דווקא. דעם דאָקומענטאַרן פֿילם האָט צוגעגרייט דער פֿילם־מאַכער, זון, דוד פֿישער. פֿאַרשטייט זיך אַן ישׂראלי. שוין ווײַט פֿון זײַנע מיידלשע יאָרן, מסתּמא אין די זעכציקער. דאָ האַנדלט זיך אין אַ רײַזע קיין עסטרײַך, נאָכצוגיין אין פֿאָטערס פֿוסטריט איבער די טויטלאַגערן פֿון אוישוויץ ביז עסטרײַך, פֿון וואַנען דער פֿאָטער איז אַרויס קוים־קוים בײַם לעבן. איז אַזוי. די דרײַ ברידער מיט דער איינציקער שוועסטער, נעמען זיך אונטער די רײַזע קיין "גוסען" און "קונסקירכען," שטעטלעך שיין ווי גאָלד אין עסטרײַך טאַקע, וווּ די פּרעכטיקע בערגלעך און ביימער, בלומען און פּאַנאָראַמע, באַהאַלטן דעם סוד פֿון זייער פֿאָטערס פּײַן. מיר האָבן אַמאָל פֿאַרמאָגט אַ כאָפּטע טאַשנציִערס אויף יענער זײַט ים פֿאַרן חורבן. בלאַטע, קליינע און גרעסערע גנבֿים, אַזעלכע וואָס זײַנען באַפֿאַלן מענטשן אין מיטן גאַס, אין וועג און וווּ ס׳האָט זיך געמאַכט. הײַנט לעבט מען אין אַ פֿרײַער מדינה וווּ מ׳גנבֿעט אויטאָס, מ׳באַגנבֿעט בענק, מ׳כאַפּט אַרויס בײַטלען בײַ פֿאַרבײַגייער. יעדן טאָג הערט מען אַ נײַ שטיקל אַרבעט וואָס אַ סך מאָל ענדיקט עס זיך מיט אַ ביטערן סוף. שווינדל איז געוואָרן אונדזער טעגלעך ברויט אין דער גאָלדענער מדינה. בענק, וואָל־סטריט, געשעפֿטסלײַט, הויזבאַזיצער, פּראָפֿיטירער ווי מײַדאָף און אַנדערע גנבֿים, באַנדיטן און ספּעקולאַנטן. יעדעס מאָל וואָס איך הער אַ ייִדישן נאָמען פֿאַרבונדן מיט אַ שווינדל ווער איך פֿאַרציטערט. נאָך אַלעמען, מיר זײַנען פֿאָרט אַן אַתּה בחרתּנו־פֿאָלק, אַן אויסדערוויילטע אומה. |