- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ליבע פֿרײַנד, די וועלט שפּאַלט זיך, די מענטשהייט שפּאַלט זיך, די באַוועגונגען שפּאַלטן זיך. די איינציקע מניעה בלײַבט — ווי רופֿט מען זיך ווען מען איז געשפּאָלטן? נו, האָט מען גערופֿן אַן אַסיפֿה, זיבן טעג און זיבן נעכט, עלעהיי די כעלעמער חכמים, און גענומען זיך שפּאַלטן די קעפּ. זאָל מען זיך רופֿן די "קאַווע־באַוועגונג?" האָבן אַלע אויסגעשריגן אין איין קול: "חס־וחלילה!" און פֿאַרוואָס דאָס נישט? ווײַל קאַווע ווערט אימפּאָרטירט. ס׳איז נישט קיין היגע סחורה. זאָל מען זיך רופֿן "די יויך מיט לאָקשן־באַוועגונג?" צו ספּראַווען זיך מיטן אַנטיסעמיטיזם אויף דער בינע, האָט דער דראַמאַטורג רענדי כּהן אויסגעקליבן פֿאַר זײַן פּראָטאַגאָניסט אַ מיטליעריקן קאַלעדזש־פּראָפֿעסאָר (סעטה דוער), וועלכער שטייט איינער אַליין אויף דער בינע נאָענט צו צוויי שעה צײַט, און דערלאַנגט אַ לעקציע וואָס האָט צו טאָן — דער עיקר, מיט ייִדן. ער האָט דערצו צוגעגרייט אַ ליסטע פֿון פּראָמינענטע בני־ישׂראלניקעס אויף דער וועלט, וועלכע האָבן באַרײַכערט די וועלט מיט זייערע פֿעיִקייטן און חכמה די לעצטע הונדערט יאָר. און דערמאָנענדיק באַזונדער זייערע נעמען, פּראַוועט ער אַן אָרגיע פֿון אָפֿענעם ייִדנהאַס. די לעקציע איז אָנגעזאַפּט מיט "אַמוזירנדיקע" אָבסערוואַציעס, היסטאָרישע הערות און פֿילאָסאָפֿישע אַרײַנבליקן אין יעדן ווינקל פֿון זײַן לײַב און לעבן. איסלאַם און קריסטנטום — ביידע קענען זיך נישט פֿאַרשעמען. לאָמיר נישט פֿאַרגעסן, אַז רעליגיע איז מאַכט, און אַלע רעליגיעס שמעקן מיטן זעלבן בשׂמים־גערוך. ווען אַ רעליגיע לאָזט זיך אַראָפּ אויף אַן אומשולדיק פֿאָלק, וואָס פֿאַרמאָגט אַן אייגענע קולטור און עקזיסטירט טויזנטער יאָר נאָך אַנאַנד; אויף אַ פֿאָלק, וואָס דינט זייער פֿאַרצײַטיקן גאָט, פֿאַרמאָגט אייגענע זיטן, און אַן אייגענעם לעבנס־שטייגער — באַפֿאַלן פּלוצעם מיסיאָנערן און צווינגען אויף אים אַרויף אַ ווילד־פֿרעמדן גאָט מיט אַ פֿרעמדער קולטור. ערשט נישט לאַנג איז מיר אויסגעקומען צו זען אַ פֿאָרשטעלונג וועלכע איז אויפֿגעפֿירט געוואָרן אין דער "שיל פֿאַר קינסטלער," אין טרײַבעקאַ, ניו־יאָרק. די טעאַטראַלע טרופּע רופֿט זיך "קאַבאָש־טעאַטער־קאָמפּאַני," און ס׳איז אַ טייל פֿון אירלענדישן פֿעסטיוואַל וואָס קומט פֿאָר די טעג אין ניו־יאָרק. איך דערוויס זיך דערבײַ, אַז די גאָר קליינינקע ייִדישע קהילה אין אירלאַנד איז אָנגעקומען אַהין נאָך אין די 1850ער יאָרן, ווען אַ מיעוט פֿון זיי איז אָנגעקומען פֿון דײַטשלאַנד. איך קען גאָרנישט געדענקען ווען איך בין געווען אַזוי אַנטציקט פֿון אַ פּיעסע ווי "פֿרוידס לעצטע סעסיע," אָבער מען טאָר נישט פֿאַרלירן די האָפֿענונג, ווײַל עס איז נאָך פֿאַראַן אין דעם ניו־יאָרק אַן אינטעליגענטער טעאַטער־עולם. דער זאַל איז טאַקע געווען געפּאַקט מיט זיי. איך שטעל זיך פֿאָר, אַז ס׳רובֿ צושויער זײַנען געווען פּסיכיאַטערס, פּסיכאָלאָגן און פּסיכאָ־טעראַפּיסטן. איך האָב נישט געגלייבט מײַנע אויגן, נישט געריכט זיך און נישט פֿאָרגעשטעלט זיך, אַז אַ חבֿרה חסידים וועלן זיך פֿאַרשטענדיקן מיט מיר דורך בליצפּאָסט און מיר מכבד זײַן מיט אַזאַ מין בריוועלע אין זייער אייגן לשון. "מײַן נאָמען איז פֿײַוויש פֿונק (נישט דער אמתער נאָמען), און איך וווין אין ברוקלין. איך בין אַ טאַטע פֿון זיבן זיסע קינדערלעך און איך האָב בע״ה זייער אַ וווילע פֿרוי און אַ גוטע פּרנסה רעלאַטיוו צום הײַנטיגן עקאָנאָמיע. מיר זײַנען צען חסידים וואָס ליינען אײַערע אַרטיקלען וועכנטלעך כּמעט. פֿאַרשטייט זיך אַז מיר זענען מער נישט אַזוי קנאָיש (פֿאַנאַטיש) פֿרום, פֿון אינעווייניג מיר זענען טאָלעראַנט און "אויסגעברענט." אָבער פֿון דערויסען זענען מיר נאָרמאַל חסידיש. מיר האָבן אַלע פֿאַמיליעס. איך וואָלט געוואָלט בעטן טרעפֿן מיט אײַך. מיר וועלן צופֿאָרן אין דער בראָנקס אָדער מאַנהעטן. לויט ווי מען גיט איבער, האָט מען אין איראַן אַרעסטירט אַן אשת־איש, וועלכע מ׳באַשולדיקט אין האָבן עסקים מיט עמעצן אויסער איר מאַן. דעריבער האָבן די אַיאַטאָלאַס צוגעפּסקנט זי מכבד זײַן מיט הונדערט שמיץ, און נאַכער זי פֿאַרשטיינערן. די רעליגיעזע שופֿטים האָבן נאָך צוגעשריבן צום פּסק אַזאַ מין ברוך־הבא: "קיינער טאָר נישט אַרויסווײַזן קיין מיטגעפֿיל אָדער רחמנות, ווײַל אַזוי האָט פֿאַראָרדנט אַלאַ (קאָראַן, 24:2).
לויט ווי איך פֿאַרשטיי, וואָלט געווען אַן אָך און וויי צו דער וועלט ווען נישט די ייִדן, די אויסטערלישסטע און אינטערעסאַנטסטע פֿון אַלע פֿעלקער אין אַלע צײַטן. אָן אונדז וואָלט די וועלט אויסגעזען פֿאַראָרעמט און פֿאַראומערט. העלפֿט גאָט און ס’באַווײַזן זיך אויף דער אייבערפֿלאַך פֿון דעם ערדקוגל די פֿילקאָלירטע, שעפֿערישסטע און שאַרף זיניקע אַחינו־בני־ישׂראל, מיט זייער אויסטערלישער געשיכטע, מיט זייער חכמה און זייער אַוועקמאַכן מיט דער האַנט "נישט גוט? ס’וועט זײַן גוט!" מיט זייער טרײַבן קאַטאָוועס און כּסדר פּאָרען זיך אַרום דעם געוויסן פֿון דער וועלט ווי די מוראַשקעס אַרום זייער מלכּה. אַז איך גיי מיט מײַן חבֿרטע, ליליען, יעדן טאָג אין דער פֿרי — אַרום זעקס זומער און זיבן אַזייגער די רעשט פֿון די סעזאָנען — ווייסט איר דאָך שוין. אָבער אַזוינס, וואָס האָט זיך געטראָפֿן נעכטן אויף אונדזער טעגלעכן שפּאַציר, איז געווען ממש אומגלייבלעך. בדרך־כּלל, דרייען זיך דאָ אַרום מענטשן מיט הינט: מ׳צאַצקעט זיך מיט זיי, מ׳פּילנעוועט זיי ווי אַן אייגן קינד. אָבער קיינער קוקט זיך נישט אום אויף אַ היימלאָזן מענטש, וואָס לעבט אין אונדזער פּאַרק, שלאָפֿט אין אונדזער פּאַרק און איז אַרומגערינגלט מיט אַ אײַנקויף־וועגעלע, וווּ עס שטעקן אַרויס אַלטע געשיר, צונויפֿגעדרייטע שמאַטעס, אַ פֿלעשעלע וואַסער און אַ קאָלדרע. מײַן חבֿרטע ליליען דערציילט מיר דערווײַל, אַז דורך דער צײַט וואָס איך בין נישט דאָ — ס׳הייסט, אין די זומער־ און ווינטער־חדשים — האָט זיך דער מענטש באַזעצט אין פּאַרק, לעבן אונדזער הויז. רבֿקה מרים רבֿקה מרים איז איינע פֿון די גאָר פֿעיִקע העברעיִשע שרײַבערינס; אַ פּאָעטעסע און קינסטלערין אין מאָלערײַ. זי דערשײַנט אינעם בוך "מיר זײַנען אַלע נאָענט", צווישן אַ פּלעיאַדע פֿון העברעיִשע שריפֿטשטעלער און שריפֿטשטעלערינס. צווישן זיי: אַהרון אַפּלפֿעלד, חיים באר, יצחק בן מרדכי, אַ. כּרמי, אלעזר פֿרײַפֿעלד, שולמית הרבֿן, יהושע כּנז, אַריה ליפֿשיץ, יאל מעדיני, יצחק אורפּז, עמוס עוז, דן פּאַגיס, אסנת פּעטרי, בנימין תּמוז, אַ. ב. יהושוע און נתן זאַך. פֿאַר מיר זײַנען זיי כּמעט געווען פֿרעמד. דער שרײַבער אַהרן אַפּלפֿעלד איך מוז זיך מודה זײַן, אַז איך בין אַ קנאַפּע לייענערין פֿון העברעיִשע ליטעראַטן. זינט מיר זײַנען אַוועק פֿון ישׂראל זײַנען שוין פֿאַרלאָפֿן אַ דרײַסיק יערעלעך. איז דערווײַל האָט מײַן העברעיִש גענומען זשאַווערן און מײַן עבֿרית האָט גענומען גיין איבער די הײַזער און בעטלען "ווי זאָגט מען?.." אָבער מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָב איך אויפֿגעהויבן אַ ביכל אין "אַרבעטער־רינג"־ביכער־קראָם, וואָס האָט געהייסן "מיר זײַנען אַלע נאָענט" — אינטערוויוען און שמועסן מיט אַכצן העברעיִשע שריפֿטשטעלער און פּאָעטן, צווישן זיי מחברים און מחברטעס. אַרויסגעגעבן האָט דאָס בוך זייער אַ פֿעיִקער שרײַבער, אינטערוויואַנט און מיטשמועסער — חיים טשערטאָק. אַ מעשׂה איז ווי מען דערציילט זי. מ׳דאַרף די מעשׂה דערציילן אייגנאַרטיק, אַ סך מאָל — באַגראַמט, אָבער דער עיקר — באַטעמט. פֿון וואַנען ווייס איך, אַז די ערשטע מעשׂה, וואָס איך גיי אײַך דאָ דערציילן איז אַ גוטע מעשׂה? ווײַל ווען איך האָב זי אַמאָל דערציילט אַ ייִדישן פֿילם־מאַכער פֿון בערלין, איז ער צוריקגעקומען קיין ניו־יאָרק מיט אַלע זײַנע פֿילמיר־אַפּאַראַטלעך; מיט ליכט־עפֿעקטן; מיך אַוועקגעזעצט אין דער אַלטער ייִוואָ־געביידע, און געהייסן דערציילן די מעשׂה אויף דאָס נײַ. |