‫פֿון רעדאַקציע

מיט 37 יאָר צוריק, דווקא אין דער צײַט, איז אָנגעגאַנגען די ביטערע מלחמה, וואָס איז אַרײַן אין דער ישׂראל־געשיכטע, ווי די יום־כּיפּור־מלחמה. במשך פֿון די אַלע יאָרן, איז יעדעס מאָל אויפֿגעקומען אַ נײַער וויכּוח אין דער געזעלשאַפֿט אַרום דער דאָזיקער מלחמה. הײַיאָר קומט עס ווידער פֿאָר, באַזונדערס שאַרף און ווייטיקלעך, צוליב די נײַע פּרטים, וואָס זײַנען באַקאַנט געוואָרן נאָכן פֿאַרעפֿנטלעכן די געהיים־פּראָטאָקאָלן פֿון דער רעגירונג־זיצונג, באַלד נאָך דעם ווי די מלחמה האָט אויסגעבראַכן.

ביאָגראַפֿיעס
חיים גראַדע, אויגוסט 1959

פֿאַראַכטאָגן מאָנטיק האָט מען אינעם געפּאַקטן זאַל פֿון ייִוואָ אָפּגעמערקט דעם 100־יאָריקן יוביליי פֿונעם גרויסן ייִדישן שרײַבער און פּאָעט, חיים גראַדע, מיט פֿאַרכאַפּנדיקע ליטעראַישע אַנאַליזן פֿון זײַנע ווערק, ווי אויך פּערזענלעכע זכרונות וועגן דעם קאָמפּליצירטן מענטש.

"גראַדע האָט זיך תּמיד געפֿילט צעשפּאָלטן צווישן דאָסטאָיעווסקי און דעם תּלמוד," האָט דערקלערט ד״ר רות ווײַס, פּראָפֿעסאָרין פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין האַרוואַרד־אוניווערסיטעט.

געשיכטע
פֿון מרדכי דוניץ (ירושלים)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער אָנהייב פֿונעם קיבוץ דגניה, 1911

יעדעס מאָל, ווען איך פֿאָר באַזוכן מײַן זון און זײַן משפּחה אין צפֿון פֿון לאַנד, קיין ראָש־פּינה, שטעל איך זיך אָפּ אין איינעם פֿון די קיבוצים אויפֿן וועג.

דאָס מאָל האָב איך אָפּגעשטאַט אַ וויזיט אין קיבוץ דגניה א׳ — דעם ערשטן קיבוץ אין לאַנד, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן מיט 100 יאָר צוריק. נאָך אים זענען אויפֿגעקומען איבערן לאַנד נאָך 273 קיבוצים מיט אַ באַפֿעלקערונג פֿון 126 טויזנט חבֿרים.

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Natan Meir.
Kiev: Jewish Metropolis.
A History, 1859—1914.
Bloomington: Indiana University Press, 2010.

דאָס בוך פֿון פּראָפֿעסאָר נתן מאיר געהערט צו דער רעלאַטיוו נײַער און אין אַ געוויסן זין רעוויזיאָניסטישער שיטה פֿון דער היסטאָרישער פֿאָרשונג וועגן ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע. אַנשטאָט צו פֿאַרפֿאַסן אַרומנעמיקע היסטאָרישע נאַראַטיוון וועגן דעם ייִדישן נאַציאָנאַלן כּלל, וואָס ראַנגלט זיך קעגן אַנטיסעמיטישע רדיפֿות, גיט מען זיך אָפּ מיט קלענערע ענינים, אַזעלכע ווי געשיכטעס פֿון פֿאַרשידענע ייִדישע קהילות, אינסטיטוציעס, גרופּעס אָדער יחידים.

פֿון אונדזער פֿאָלקלאָר־אוצר
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
אַן אילוסטראַציע פֿונעם 19טן יאָרהונדערט צו דער פֿאָלקס־מעשׂה

דער פֿאָלקלאָריסט י. ל. כּהן (1881—1937) איז געווען אַ גרינדער פֿון דער ייִדישער פֿאָלקלאָריסטיק און האָט בעסער געקענט די ייִדישע פֿאָלקלאָר־מאַטעריאַלן ווי אַלע אַנדערע. אָבער אַ חסרון האָט ער געהאַט, וואָס איז פֿאַרשפּרייט צווישן אַקאַדעמיקער — דאָס דרוקן אַן אַרטיקל אָדער אַ זאַמלונג איז אים אָנגעקומען מיט גרינע ווערעם. ווען מע קוקט אַרײַן אינעם באַנד "שטודיעס וועגן ייִדישער פֿאָלקשאַפֿונג" וואָס דער ייִוואָ אונטער מאַקס ווײַנרײַכס רעדאַקציע, האָט אַרויסגעגעבן נאָך כּהנס טויט אין 1952, זעט מען אַ סך פֿראַגמענטאַרישע אַרבעטן, נישט פֿאַרענדיקטע, וואָס וואָלטן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ וויכטיקן צושטײַער צו דער פֿאָלקלאָריסטיק ווען כּהן וואָלט זיי געהאַט פֿאַרענדיקט. אָבער אַפֿילו אין זייער איצטיקן פֿראַגמענטאַרישן מצבֿ האָבן זיי אונדז וואָס צו לערנען.

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

בײַם אָנהייב פֿון דער הײַנטיקער פּרשה, האָט דער אייבערשטער געזאָגט צו אַבֿרהם אָבֿינו: "לך־לך" — גיי פֿון דײַן לאַנד, פֿון דײַן היימאָרט, און דײַן טאַטנס הויז, אינעם לאַנד, וואָס איך וועל דיר ווײַזן. ווי עס שטייט אינעם מדרש, האָט דער בייזער מלך נמרוד געהייסן פֿאַרברענען אַבֿרהמען אין אַ קאַלך־אויוון, פֿאַר זײַן גײַסטיקן ווידערשטאַנד קעגן זײַן אימפּעריאַלן קולט. אַבֿרהם — וועלכער האָט דעמאָלט נאָך געהייסן אַבֿרם, אָן אַ "הא", איז געראַטעוועט געוואָרן על-פּי-נס, אָבער געמוזט אַנטלויפֿן פֿון זײַן היימלאַנד, און האָט זיך געלאָזט אויפֿן וועג קיין ארץ־כּנען — דאָס נײַע לאַנד, וואָס דער אייבערשטער האָט אים אָנגעזאָגט אָנצוּווײַזן.

פֿאַרשײדנס
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

"איך האָב מורא געהאַט, אַז אין די אַכט און דרײַסיק יאָר האָבן זיי [די גאַסן] זיך געענדערט, און איך וועל מײַן ווילנע ניט דערקענען. ניו-יאָרק האָט זיך פֿאַר דער צײַט דרײַ מאָל אין גאַנצן געביטן. איך האָב אָבער אומזיסט מורא געהאַט. ווילנע איז תּמיד צו אָרעם, צו פֿאַרדלותט זיך צו ענדערן. מען האָט צוגעבויט נײַע גאַסן אַנדערשוווּ, אָבער די אַלטע ווילנע איז געבליבן מיט איר פֿאַרצײַטיקייט, מיט איר אײַנגעפֿונדעוועטן קבצנות, מיט איר אָפּגעשטאַנענקייט. אַזוי ווי אומישנע (בכּיוון), כּדי איך זאָל מײַן שטאָט דערקענען." אַזוי האָט געשריבן אין זײַנע רײַזע-נאָטיצן אַב. קאַהאַן אין סעפּטעמבער 1919, וועגן זײַן באַזוך אין ווילנע.

ליטעראַטור
פֿון איתן פֿינקעלשטיין (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
וולאַדימיר פּאָרודאָמינסקי

וולאַדימיר פּאָרודאָמינסקי איז שוין נישט קיין יונגער מענטש (געבוירן אין 1928, אין מאָסקווע), און גאָר אַ באַשיידענער, וואָס האָט געמאַכט אים — אַ פּאָפּולערער שרײַבער אין ראַטן־פֿאַרבאַנד — שוין גיכער אַן אויסנאַם אין דער חבֿרה שרײַבער פֿון יענע צײַטן. זײַן פֿאָטער, אַ באַקאַנטער דאָקטער־גענעקאָלאָג אין מאָסקווע, האָט באַוואָרנט זײַן זון אויף לאַנגע יאָר צו פֿירן אַ זאַט, רויִק לעבן און נישט וויסן פֿון קיין נויט און שווערער האָרעוואַניע.

פּאָליטיק
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
בשעתן רעפֿערענדום

ווי באַוווּסט, לעבט שוין מאָלדאָווע צוויי יאָר אָן אַ פּרעזידענט. צוליב דעם קריטישן מצבֿ אין לאַנד, איז אויפֿגעקומען אַ געפֿאַר, אַז אויך דער קומענדיקער פּאַרלאַמענט וועט נישט קאָנען דערוויילן דעם פּרעזידענט. האָבן די פֿירער פֿון דער איצטיקער מאַכט, אין שפּיץ מיטן צײַטווײַליקן פּרעזידענט און פּאַרלאַמענט־ספּיקער גימפּו, באַשלאָסן, אַז פֿאַר זיי וועט זײַן בעסער, אויב פֿון דער קאָנסטיטוציע וועט אַרויסגענומען ווערן דער פּונקט נומ׳ 78; דעמאָלט וואָלט דעם פּרעזידענט געקאָנט אויסוויילן נישט דער פּאַרלאַמענט, נאָר דאָס פֿאָלק. דערבײַ וואָלט די איצטיקע מאַכט פֿון דער ליבעראַל־דעמאָקראַטישער אַליאַנץ נישט געדאַרפֿט פֿאַרלאָזן די ווענט פֿונעם פּאַרלאַמענט.

פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

קאַדיע מאָלאָדאָווסקי איז געווען איינע פֿון די פֿײַנסטע ייִדישע דיכטערינס אין דער ייִדישער ליטעראַטור. זי האָט באַרײַכערט די ייִדישע פּאָעזיע מיט אירע אויסדרוקן פֿון צער און ווייטיק אויפֿן חורבן, אויף דעם אָרעמען מצבֿ פֿון די ייִדישע מאַסן, מיט אירע קלוגע און אינטערעסאַנטע קינדער־לידער, מיט איר אינטימער פֿרויען־דיכטונג און אירע באַגײַסטערטע לידער וועגן ישׂראל. זי איז אַחוץ אַ דיכטער, געווען אַ רעדאַקטאָר פֿון אַ ליטעראַרישן זשורנאַל "סבֿיבֿה", האָט אַ צײַט געאַרבעט ווי אַ שול־לערערין און אויך געשריבן פּיעסעס וועגן אַמעריקאַנער לעבן.

פֿאַרשײדנס
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דאָס "קאָרדאָבאַ־הויז", דער מוסולמענישער צענטער (פּראָיעקט), וואָס רופֿט אַרויס אַ סך פּראָטעסטן

איסלאַם און קריסטנטום — ביידע קענען זיך נישט פֿאַרשעמען. לאָמיר נישט פֿאַרגעסן, אַז רעליגיע איז מאַכט, און אַלע רעליגיעס שמעקן מיטן זעלבן בשׂמים־גערוך. ווען אַ רעליגיע לאָזט זיך אַראָפּ אויף אַן אומשולדיק פֿאָלק, וואָס פֿאַרמאָגט אַן אייגענע קולטור און עקזיסטירט טויזנטער יאָר נאָך אַנאַנד; אויף אַ פֿאָלק, וואָס דינט זייער פֿאַרצײַטיקן גאָט, פֿאַרמאָגט אייגענע זיטן, און אַן אייגענעם לעבנס־שטייגער — באַפֿאַלן פּלוצעם מיסיאָנערן און צווינגען אויף אים אַרויף אַ ווילד־פֿרעמדן גאָט מיט אַ פֿרעמדער קולטור.

שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

איך קען אַ סך מענטשן, אָבער האָב נישט קיין נאָענטע פֿרײַנד. נאָר מיט געציילטע וואָלט איך זיך דערנענטערט. איך בין אַ חתונה־געהאַטע און מײַן מאַן איז פֿרײַנדלעך מיט איינעם פֿון מײַנע געציילטע נאָענטע פֿרײַנד אויך. ס׳איז נישט קיין פּראָבלעם פֿאַר מײַן מאַן וואָס איך האָב אַ פֿרײַנד, אַ זכר. איך אַרבעט מיט דעם חבֿר, און במשך פֿונעם יאָר זענען מיר נעענטער געוואָרן, אָבער מיר זענען געבליבן נאָר פֿרײַנד.