- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ס׳איז געווען צו דערוואַרטן אַ דורכפֿאַל אין די דאָזיקע פֿאַרהאַנדלונגען, ווײַל ס׳איז שוין גוט באַקאַנט די טאַקטיק פֿון טעהעראַן — ציִען די צײַט און דערווײַל פֿאָרזעצן די אַרבעט איבער זייער נוקלעאַרער פּראָגראַם. די באַזונדערקייט פֿון די מאָסקווער פֿאַרהאַנדלונגען באַשטייט אין דעם, וואָס דורכגעפֿאַלן זײַנען זיי פּונקט ערבֿ דעם 1טן יולי, ווען די לענדער פֿונעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד מוזן אין גאַנצן אָפּשטעלן אײַנצוקויפֿן דעם איראַנישן נאַפֿט. אַזאַ באַשלוס איז נאָך אָנגענומען געוואָרן אָנהייב יאָר. נאָך מער: די אייראָפּעיִשע קאָמפּאַניעס איז פֿאַרווערט געוואָרן אונטערצושרײַבן מיט די איראַנישע האַנדל־אַגענטן נײַע קאָנטראַקטן אויף צוצושטעלן נאַפֿט. דעמאָלט, געדענקט זיך, האָט טעהעראַן געסטראַשעט אײַנצופֿירן אַ בלאָקאַדע אינעם אָרמוזער דורכגוס און דערמיט אָפּשטעלן דעם נאַפֿט־עקספּאָרט פֿון סאַודיע. לאַזאַר ווײַסביין איז געבוירן געוואָרן אין 1895 און זײַן טאַטע האָט געחלומט, אַז דער זון זאָל ווערן אַ קאָמערסאַנט. דעריבער האָט ער אים אָפּגעגעבן זיך לערנען אין אַ קאָמערץ־טעכניקום. אָבער דעם זון איז די גאַנצע קאָמערץ געלעגן אין דער לינקער פּאה; אַן אַנדער זאַך — צו שפּילן פֿידל. צו שפּילן — יאָ, אָבער נישט האָרעווען; ער וויל נישט זײַן קיין צווייטער חפֿץ אָדער אויסטרײַך, אים איז גענוג צו זינגען פֿריילעכע קופּלעטן, אונטערטאַנצן און זיך אונטערשפּילן אויפֿן פֿידל. נאָך לאַנגע פּרוּוון צו געפֿינען פֿאַר זיך אַן אָרט אין אַ טעאַטער, האָט מען אים סוף־כּל־סוף גענומען אין דער טרופּע פֿונעם טעאַטער אין קרעמענטשוג (1912). אמת, מיט אַ תּנאַי, אַז דעם ייִדישן נאָמען ווײַסביין וועט ער פֿאַרבײַטן אויף אַ קלינגעוודיקן טעאַטער־פּסעוודאָנים. אַזוי האָט זיך באַוויזן אין דער טעאַטער־וועלט דער זינגער און אַקטיאָר לעאָניד אוטיאָסאָוו. דאָס לעבן פֿון אַן אַקטיאָר האָט אים פֿאַרשלעפּט און פֿאַרדרייט; ער האָט געביטן טעאַטערס און שטעט, ביז ער האָט זיך באַזעצט אין דער שטאָט לענינגראַד. אין 1919 שפּילט ער אין זײַן ערשטן פֿילם "לייטענאַנט שמידט — קעמפֿער פֿאַר פֿרײַהייט". שוין דער נאָמען אַליין איז פֿול מיט פּראָפּאַגאַנדע. אָבער אין 1928, זײַענדיק אין פּאַריז, הערט ער דאָרט דעם אַמעריקאַנער דזשאַז־אָרקעסטער פֿון טעד לויִס. זינט דעמאָלט ווערט אוטיאָסאָוו "קראַנק אויף דזשאַז". פֿון דער אַנדערער זײַט, זײַנען געווען די יעניקע, וועלכע האָבן אים פֿײַנט געהאַט. אין די נאַציאָנאַליסטישע און פֿאַשיסטישע קרײַזן פֿון דײַטשלאַנד האָט מען אים געהאַלטן שיִער נישט פֿאַרן גרעסטן שׂונא פֿונעם דײַטשישן פֿאָלק, וועלכער דריקט אויס די אינטערעסן פֿון דער "נידעריקסטער ייִדישער ראַסע", שטעלט פֿאָר די "אונטערגייענדיקע ליבעראַלע קולטור". נאָך דעם ווי די נאַציס זײַנען געקומען צו דער מאַכט, האָבן זיי עפֿנטלעך פֿאַרברענט זײַנע ביכער און אים געלאָזט אָן דער דײַטשישער בירגערשאַפֿט, זײַן האָב־און־גוטס איז קאָנפֿיסקירט געוואָרן. פֿרעגט אָבער הײַנט אַ פּשוטן דורכגייער אויף דער גאַס אין פֿויכוואַנגערס היים־שטאָט מינכן — ווער איז ליאַן פֿויכטוואַנגער? ווייניק ווער וועט אײַך ענטפֿערן ריכטיק; ס׳רובֿ וועלן הייבן די אַקסלען — קיין אַנונג נישט! אַ גוטער בײַשפּיל פֿון אַזאַ לעבנס־שטאַנדהאַפֿטיקייט קאָן זײַן דער נאָמען "פֿאָרווערטס". צום ערשטן מאָל האָט ער אָנגעהויבן צו קלינגען ווי אַ נאָמען פֿון אַ דײַטשישער פּובליקאַציע "Vorwärts", וועלכע איז דערשינען אין פּאַריז אין 1844. די צײַטונג פֿלעגט אַרויסגיין צוויי מאָל אין דער וואָך און האָט עקזיסטירט בלויז איין יאָר. און דאָך האָט זי איבערגעלאָזט אין דער געשיכטע אַ ממשותדיקן שפּור, ווי דער ערשטער אידעאָלאָגישער צענטער פֿונעם אייראָפּעיִשן סאָציאַליזם און קאָמוניזם, וואָס האָבן דעמאָלט אָנגעהויבן צעשפּרייטן די פֿליגלען. צווישן די מחברים זײַנען געווען אַזעלכע גרויסע רעוואָלוציאָנערן און דענקער ווי קאַרל מאַרקס, פֿרידריך ענגעלס, מיכאַיִל באַקונין און אַנדערע. עס זײַנען דורכגעגאַנגען 32 יאָר, און אין 1876, אונטער דעם זעלבן נאָמען הייבט אָן דערשײַנען די צײַטונג פֿון די דײַטשישע סאָציאַל־דעמאָקראַטן. דער וואָכנבלאַט "Vorwärts" גייט אַרויס אין לײַפּציג און ווערט פֿאַרשפּרייט איבער גאַנץ דײַטשלאַנד, ווי אויך אין עסטרײַך, שווייץ און פּוילן. ער ווערט איינע פֿון די פּאָפּולערסטע לינקע אויסגאַבעס אין אייראָפּע און פֿאַרשפּרייט אַקטיוו די סאָציאַליסטישע און סאָציאַל־דעמאָקראַטישע אידעען, וואָס ווערן גיך אַריבערגעבראַכט אין אַמעריקע. אַסף מעסערער, דער גרינדער פֿון דער דינאַסטיע, וואָס האָט געבראַכט אַ שם דעם רוסישן באַלעט אין דער וועלט, איז געבוירן געוואָרן אין ווילנע, אין 1903. אין דער משפּחה האָבן אַלע קינדער געטראָגן העברעיִשע נעמען. אַסף האָט זיך נישט געלערנט אין אַ טראַדיציאָנעלער באַלעט־שול; ער האָט זיך בכלל אָנגעהויבן לערנען טאַנצן בײַ זײַנע 15 יאָר; אָבער זײַענדיק פֿון דער נאַטור זייער אַ געראָטענער יונג, איז ער נאָך דרײַ יאָר לערע (1921) אָנגענומען געוואָרן אין דער באַלעט־טרופּע פֿונעם גרויסן טעאַטער אין מאָסקווע. ווי אַזוי זשע האָט דער מענטש מיט אַ ייִדישן אָפּשטאַם געקאָנט דערגרייכן צו אַזאַ הויכער מדרגה סײַ פֿיגורעל און סײַ דירעקט גערעדט? דער מיליטערישער כּוח אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד האָט זיך געהאַלטן אויף דרײַ זײַלן: נוקלעאַר געווער, ראַקעטן־קאָסמישן פּאָטענציאַל און נוקלעאַרן אונטערוואַסער־פֿלאָט. די געשיכטע, ווי אַזוי עס איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן דאָס סאָוועטישע נוקלעאַר־געווער, איז הײַנט גוט באַקאַנט; די נעמען פֿון די מענטשן, וועלכע האָבן זיך מיט דעם באַשעפֿטיקט האָט מען געקאָנט הערן נאָך פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען קיין סוד פֿון דעם ענין האָט מען נישט געמאַכט. גאָר אַן אַנדער זאַך — ראַקעטן־בויונג. אין 1945, נאָכן קראַך פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד, זײַנען אַהין געשיקט געוואָרן אַ היפּשע צאָל גרופּעס פֿון סאָוועטישע טעכנישע געלערנטע, וואָס זייער צוועק איז געווען צו דעמאָנטירן פֿאַבריקן, וויסנשאַפֿטלעכע אינסטיטוטן, לאַבאָראַטאָריעס און דאָס אַלץ אַריבערפֿירן אינעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. אין איינער פֿון אַזעלכע גרופּעס איז געווען אויך באָריס טשערטאָק — אַן אינזשעניר פֿון אַ מאָסקווער אַוויאַ־אונטערנעמונג. אין אַן אָפֿיציר־אוניפֿאָרם פֿון אַ מאַיאָר האָט מען אים געשיקט אויסצוזוכן אין דײַטשלאַנד אויסשטאַטונגען, וואָס האָבן אַ שײַכות צו אַוויאַ־בויונג. נאָך צוויי חדשים אַרבעטן אין בערלין, איז ער, צוזאַמען מיטן פּראָפֿעסאָר הענריך אַבראַמאָוויטש, אויך אָנגעטאָן אין אַ מיליטערישן מונדיר, אָנגעקומען אין טורינגיע, פּונקט דעמאָלט, ווען דאָס אַמעריקאַנער מיליטער האָט די געגנט איבערגעגעבן אין די הענט פֿון דער סאָוועטישער אַרמיי, ווי אַן אויסטויש אויף די מערבֿ־ראַיאָנען פֿון בערלין. און אָט איז אַוועק 100 יאָר. אין דעם זעלבן 20סטן יאָרהונדערט זײַנען פֿאָרגעקומען צוויי וועלט־מלחמות, בלוטיקע רעוואָלוציעס, גאַנצע אימפּעריעס האָבן געקראַכט... און, להבֿדיל, האָט אייראָפּע זיך פֿאַראייניקט אין איין פֿאַרבאַנד. צי וואָלט עמעצן געקאָנט קומען אין קאָפּ אַזאַ ווילדער געדאַנק, אַז דווקא אין דער ליבעראַלער אייראָפּע — אַ מוסטער פֿאַר דעמאָקראַטיע און טאָלעראַנץ, איז ווידער אויפֿגעקומען די ווילדע פֿראַגע וועגן... ריטועלן מאָרד?! אמת, איצט ווערן די ייִדן באַשולדיקט נישט, חלילה, אינעם מאָרד פֿון קריסטלעכע קינדער, נאָר אינעם "ברוטאַלן ריטואַלן מאָרד פֿון בהמות"! כּמעט די אַלע מאַטעריאַלן האָט זיך מיר אײַנגעגעבן איבערצושיקן קיין אויסלאַנד, מיט דער הילף פֿון אלי וויזעל; און אין 1985 האָב איך פֿאַרעפֿנטלעכט אין וואַשינגטאָן מײַן "וועגווײַזער איבער ירושלים ד’ליטא". כ’האָב געהאָפֿט, אַז אויב אַן אַמעריקאַנער טוריסט וועט קומען אויף אַ באַזוך אין ווילניוס, די הויפּטשטאָט פֿון דער סאָוועטישער ליטע, און זיך אַרײַנדרייען אין עפּעס אַן אַלטן הויף אָדער אַלט געסל, זאָל ער וויסן, ווער און ווען ס’האָט דאָרט געוווינט פֿון די אַמאָל־באַקאַנטע איבער דער וועלט ייִדישע פּערזענלעכקייטן. פּונקט מיט 70 יאָר צוריק, דעם 22סטן יוני 1941, האָבן די מיליטער־טיילן פֿון "ווערמאַכט" זיך אַרײַנגעריסן אין ליטע. פֿיר יאָר האָבן דאָרט באַלעבאַטעוועט די נאַציס און נאָך דעם, 45 יאָר — די סאָוועטישע מאַכט. הײַנט איז ליטע אַן אומאָפּהענגיקע, דעמאָקראַטישע מלוכה; אַ גלײַכער מיטגליד אינעם אייראָפּעיִשן פֿאַרבאַנד און אין דעם מיליטערישן אַליאַנץ — "נאַטאָ". פֿאַר די לעצטע 20 יאָר איז ליטע געוואָרן אַן אַנדער לאַנד, און אַ סך אין איר איצטיקן אויסזען דערמאָנט די אַלטע פֿאַר־מלחמהדיקע צײַטן; אַ סך, נאָר נישט אַלץ. דאָס לאַנד איז נישט מסוגל געווען אומצוקערן אירע אַלטע ייִדישע תּושבֿים, די ליטוואַקעס, און די איצטיקע הויפּטשטאָט ווילניוס, וועט מען שוין קיין מאָל נישט רופֿן "ווילנע, ירושלים ד׳ליטא". (אַן אויסצוג פֿון דעם ערשטן ביאָגראַפֿישן בוך וועגן מישע אַלכּסנדראָוויטש) אין די ערשטע יאָרן פֿון זײַן לעבן אין ישׂראל נאָך דער עליה, האָבן די זשורנאַליסטן, גיריק צו אַ פּאָליטישער סענסאַציע, זיך ממש אײַנגעקלאַמערט אין אַלכּסנדראָוויטשן ער זאָל זיי פּרטימדיק דערציילן וועגן זײַן "דיסידענטישער אַקטיווקייט", דאָס הייסט, ווי ער האָט געפֿירט זײַן העלדישן קאַמף קעגן דער קאָמוניסטישער מאַכט. אַלכּסנדראָוויטש, וואָס האָט פֿײַנט געהאַט די אַלע אויפֿגעבלאָזענע מעשׂיות אַרום זײַן פּערזאָן, האָט זיי געענטפֿערט מיט אַ וויץ וועגן אַ שיף, וואָס איז געטראָפֿן אין אַ שטורעם. מיט אַ כוואַליע איז אָפּגעווישט געוואָרן פֿון דער דעק אַ פֿרוי און קיינער פֿון די פּאַסאַזשירן און מאַטראָסן האָט נישט געוואַגט זיך צו וואַרפֿן אין ים אַרײַן צו ראַטעווען די פֿרוי. און פּלוצעם איז איינער אַ מאַנספּאַרשוין אַראָפּגעשפּרונגען אין וואַסער. די פֿרוי, וואָס אַלע האָבן שוין געהאַלטן, אַז ס׳איז געקומען איר סוף, האָט זיך אָנגעכאַפּט אינעם דרייסטן רעטער. עמעצער האָט זיי אַראָפּגעוואָרפֿן אַ ראַטיר־רינג, און ווען מ׳האָט זיי סוף־כּל־סוף אַרויפֿגעשלעפּט אויף דער שיף, האָבן אַלע דערזען, ווער דער דאָזיקער מאַנספּאַרשוין איז. און געווען איז עס אַ דאַרער, אַ קליינטשיקער ייִד, ווײַט נישט קיין גיבור; אַ פֿאַרפֿרוירענער האָט ער געציטערט און זיך אומגעקוקט, זוכנדיק עמעצן מיט די אויגן. אויפֿן פֿערטן טאָג נאָכן אָנהייבן די מיליטערישע אָפּעראַציע קעגן מואַמאַר קאַדאַפֿי אין ליביע האָט די ענגלישע צײַטונג The Times פֿאַרעפֿנטלעכט דעם אַרטיקל פֿונעם אויסערן־מיניסטער וויליאַם הייג, וווּ ער שרײַבט, אַז אין דער הײַנטיקער וועלט איז ניטאָ און קאָן נישט זײַן קיין אָרט פֿאַר טיראַנען! ריכטיק, אָבער וואָס שטייט רעאַל הינטער דער שיינער רעטאָריק? פֿאַרשטייט זיך, צו פּרוּוון באַרעכטיקן די באַטייליקונג פֿון ענגלאַנד אין דער מיליטערישער אָפּעראַציע און, קודם־כּל, אין די אויגן פֿונעם אייגענעם פֿאָלק, וואָס איז ווײַט נישט אַנטציקט מיט אָט דעם באַשלוס (לויטן אויספֿרעג, שטיצן דעם פּרעמיער קאַמעראָן בלויז 30% פֿון דער באַפֿעלקערונג). צוריק גערעדט, האָבן די פּשוטע בירגער מורא, אַז די מעשׂים אין ליביע וועלן זיך אויסלאָזן אין אַ פֿאַרשלעפּטער בלוטיקער מלחמה, ווי ס׳איז געשען אין איראַק אָדער אַפֿגאַניסטאַן. דעריבער איז דאָס וואָרט "אַוואַנטורע" הײַנט זייער פֿאַרשפּרייט אין דער ענגלישער פּרעסע, ווען עס גייט אַ רייד וועגן דעם ווי אײַליק האָט דער זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" אָנגענומען די רעזאָלוציע נומ׳ 1973 "צו פֿאַרטיידיקן די פֿרידלעכע ליביער און אײַנשטעלן איבערן לאַנד אַ "פֿלילאָזע זאָנע". בײַ נאַכט, פֿון 26סטן אויפֿן 27סטן יאַנואַר 1945 האָט דאָס סאָוועטישע מיליטער באַפֿרײַט דעם נאַצישן קאָנצענטראַציע־לאַגער אין אוישוויץ — אַן אָרט אין דער וועלט, וווּ במשך פֿון קנאַפּע 6 יאָר זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן 1 מיליאָן 100 טויזנט ייִדן, 140 טויזנט פּאָליאַקן, 22 טויזנט ציגײַנער, 12 טויזנט רוסן, 25 טויזנט מענטשן פֿון אַנדערע נאַציאָנאַליטעטן. מײַן נומער איז B־8259, איך בין געבראַכט געוואָרן קיין אוישוויץ פֿון לאָדזש, ריכטיקער, פֿון דער לאָדזשער געטאָ אין דער פֿרי דעם 30סטן אויגוסט 1944... עס דערציילט דער געוועזענער קאַצעטלער מיכאל טשעטשינסקי, געברוין אין 1924. |