- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אויף דער רעדע פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, דעם 28סטן מאַרץ, האָבן געוואַרט נישט בלויז די אַמעריקאַנער, נאָר די גאַנצע וועלט, ווײַל די וויכטיקייט פֿון דעם וואָס עס קומט הײַנט פֿאָר אינעם מיטעלן מיזרח און צפֿון־אַפֿריקע, איז נישט צו דערשאַצן; צוריק גערעדט, פֿון דעם ווי אַמעריקע, דער טאָן־געבער פֿון דער הײַנטיקער פּאָליטיק, וועט אויף די געשעענישן ענטפֿערן, ווענדט זיך דער מאָרגן פֿון דער גאַנצער ציוויליזאַציע. אויף פּרעזידענטס אָבאַמאַס דערקלערונגען האָבן אַרויסגעקוקט סײַ די שטיצער און סײַ די קעגנער פֿון דער רעזאָלוציע, אָנגענומען פֿונעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" — נישט לאָזן דעם דיקטאַטאָר קאַדאַפֿי אומצוברענגען דאָס ליבישע פֿאָלק, וואָס איז אויפֿגעשטאַנען קעגן זײַן טיראַנײַ. אַגבֿ, אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן גופֿא, איז די צאָל שטיצער און קעגנער פֿון דער אַמעריקאַנער אַרײַנמישונג אין דעם אינערלעכן קאָנפֿליקט פֿון ליביע, כּמעט אַ גלײַכע; לעצטנס, מיט אַ קליינעם איבערוואָג בײַ די קעגנער. אין 1986, איז, אין ניו־יאָרק, געבוירן געוואָרן די קאַפּעליע "קלעזמאַטיקס" — אַן אייגנאַרטיקע גרופּע, וואָס האָט, דורך איר מוזיק, אויסגעפֿורעמט די הײַנטיקע השׂגה פֿון קלעזמער־מוזיק. די "קלעזמאַטיקס" זענען נישט געווען די ערשטע פֿון די אויפֿלעבערס פֿון דער אַלטער מוזיק, אָבער זיי זענען מסתּמא די וויכטיקסטע, מיט אַ השפּעה וואָס גרייכט איבער דער גאָרער וועלט. אין 2006 האָבן זיי געוווּנען אַ "גראַמי"־פּריז, די העכסטע אָנערקענונג פֿאַר מוזיקער פֿון דער "מוזיק־אינדוסטריע" — די איינציקע קלעזמאָרים צו באַקומען דעם פּריז. אין אַ קינסטלערישער וועלט, וווּ מוזיקער הייבן אָן נײַע פּראָיעקטן, אָבער אָפֿט מאָל דערפֿירן זיי נישט ביזן סוף, איז אַ חידוש, וואָס די "קלעזמאַטיקס" זענען געבליבן צוזאַמען פֿאַר אַזאַ לאַנגער צײַט און, דער עיקר, געבליבן שאַפֿעריש מיט נײַע געדאַנקען. הײַנט שפּילן נאָר דרײַ מוזיקער פֿון די ערשטע באַטייליקטע אין דער גרופּע — דער טרומייטער פֿרענק לאָנדאָן, דער זינגער לאָרין סקלאַמבערג און דער באַסיסט און צימבלער פּאָל מאָריסעט. די אָריגינעלע פֿידלערין אַלישאַ סוויגאַלס איז אַוועק פֿון דער גרופּע מיט צען יאָר צוריק, און הײַנט פֿאַרנעמט איר אָרט ליסאַ גוטקין. פֿאַרשיידענע קלאַרנעטיסטן האָבן געשפּילט אין דער גרופּע במשך פֿון איר געשיכטע: צו ערשט, מאַרגאָ לעווערעט, דערנאָך דוד קראַקאַוער, און נאָך אים מאַט דאַריאָ, וועלכער שפּילט נאָך הײַנט. אויפֿן אָרט פֿונעם ערשטן פּײַקלער דוד ליכט, איז געקומען ריטשי באַרשיי. איך האָב שוין לאַנג געזוכט אַ תּירוץ צו פֿאָרן אין מײַן היימשטאָט, זאַפּאָראָזשע. איצט האָב איך עס, ווײַל דעם זומער וועט דאָרטן זײַן אַ משפּחה-צונויפֿקומעניש. אַזוי, אַז מיר — מײַן ווײַב און איך — האָבן שוין אַפֿילו געקויפֿט די בילעטן. מיט אַנדערע ווערטער, האָב איך אַ גוטן שאַנס צו זײַן דאָרטן, נאָך אַן איבעררײַס פֿון צוואַנציק יאָר. דעמאָלט איז פּונקט געשען די איבערקערעניש, ווען מע האָט אַ פּרוּוו געטאָן אַראָפּצוּוואַרפֿן מיכאַיִל גאָרבאַטשיאָוון. איצט איז עס אַ באַזונדערע מדינה, אוקראַיִנע, וווּ איך בין געווען בלויז איין מאָל, מיט עטלעכע יאָר צוריק, אויף אַ קאָנפֿערענץ אין קיִעוו. טיילווײַז, איז זאַפּאָראָזשע פֿאַר מיר אַ קבֿר-אָבֿות. אָבער איך פֿאָר ניט נאָר צו די קבֿרים. עס וווינען אין דער שטאָט נאָענטע קרובֿים און אַ פּאָר אַלטע חבֿרים, מיט וועלכע איך האַלט אונטער קאָנטאַקטן. וויל איך זיי זען אַלעמען, פֿאַרשטייט זיך. און איך וויל פּשוט אַרומגיין — אין די גאַסן און קוואַרטאַלן, וואָס האָבן פֿאַר מיר עפּעס אַ באַטײַט. די ערשטע בערך פֿופֿצן יאָר פֿון מײַן לעבן האָט מײַן משפּחה געוווינט אין סאַמע צענטער פֿון דער שטאָט, אויף דער לענין-גאַס, וואָס — אַגבֿ — הייסט נאָך אַלץ אַזוי. ניט ווײַט פֿון אונדז זײַנען געווען צוויי קינאָ-טעאַטערס, אין וועלכע מײַנע עלטערן פֿלעגן גיין אַליין אָדער מיט מיר. איך גלייב, אַז דאָס איז געווען אָפּהענגיק פֿון דעם פֿילם. איינער פֿון די קינאָ-טעאַטערס, דער גרעסערער, האָט געטראָגן דעם נאָמען פֿונעם דיכטער וולאַדימיר מאַיאַקאָווסקי, און דער צווייטער, דער קלענערער, איז געווען באַפּוצט מיטן נאָמען פֿון (אויב איך פּלאָנטער ניט) ניקאָלײַ גאָגאָל. אין דעם סאַמע ברען פֿון דער מיליטערישער אָפּעראַציע אין ליביע זײַנען אַרויסגעשוווּמען נײַע טשיקאַווע פּרטים פֿון אַן אַנדערער אָפּעראַציע, וואָס די בריטישע רעגירונג האָט דורכגעפֿירט אין פּעטראָגראַד אין 1918. עס גייט אַ רייד וועגן אַ ניט־געלונגענעם פּרוּוו אומצוברענגען לענינען און אַראָפּצוּוואַרפֿן די באָלשעוויסטישע מאַכט. וועגן דעם האָט לעצטנס דערציילט אַ ראַדיאָ־פּראָגראַם פֿון "בי־בי־סי". וואָס זשע קאָן מען לערנען פֿון אָט דער געשיכטע? די פֿראַגע, וואָס פֿאַרנעמט די הײַנטיקע פּאָליטישע אַנאַליטיקער, איז אַן אַלטע׃ ווי ווײַט קאָן אַ מערבֿדיקע רעגירונג גיין אין איר קאַמף קעגן אַנדערע לענדער, ניט דערקעלערנדיק אַן אָפֿיציעלע מלחמה? דאָ שפּילט אַ ראָלע דער היסטאָרישער פּרעצעדענט. אויב אין 1918 האָט די בריטישע רעגירונג טאַקע יאָ געהאַט בדעה צו באַזײַטיקן לענינען בסוד, קאָן מען ניט אויסשליסן אויך הײַנט, אַז מען האָט טאַקע בדעה אומצוברענגען קאַדאַפֿי? דער אַלטער חשד האָט לעצטנס באַקומען אַ נײַע ראַיה. דער באַקאַנטער ענגלישער היסטאָריקער פֿון רוסלאַנד, ראָבערט סערוויס, האָט אַנטדעקט אַ דאָקומענט, וואָס וואַרפֿט אַ נײַע שײַן אויף דער אַלטער מעשׂה. אויפֿן פֿערטן טאָג נאָכן אָנהייבן די מיליטערישע אָפּעראַציע קעגן מואַמאַר קאַדאַפֿי אין ליביע האָט די ענגלישע צײַטונג The Times פֿאַרעפֿנטלעכט דעם אַרטיקל פֿונעם אויסערן־מיניסטער וויליאַם הייג, וווּ ער שרײַבט, אַז אין דער הײַנטיקער וועלט איז ניטאָ און קאָן נישט זײַן קיין אָרט פֿאַר טיראַנען! ריכטיק, אָבער וואָס שטייט רעאַל הינטער דער שיינער רעטאָריק? פֿאַרשטייט זיך, צו פּרוּוון באַרעכטיקן די באַטייליקונג פֿון ענגלאַנד אין דער מיליטערישער אָפּעראַציע און, קודם־כּל, אין די אויגן פֿונעם אייגענעם פֿאָלק, וואָס איז ווײַט נישט אַנטציקט מיט אָט דעם באַשלוס (לויטן אויספֿרעג, שטיצן דעם פּרעמיער קאַמעראָן בלויז 30% פֿון דער באַפֿעלקערונג). צוריק גערעדט, האָבן די פּשוטע בירגער מורא, אַז די מעשׂים אין ליביע וועלן זיך אויסלאָזן אין אַ פֿאַרשלעפּטער בלוטיקער מלחמה, ווי ס׳איז געשען אין איראַק אָדער אַפֿגאַניסטאַן. דעריבער איז דאָס וואָרט "אַוואַנטורע" הײַנט זייער פֿאַרשפּרייט אין דער ענגלישער פּרעסע, ווען עס גייט אַ רייד וועגן דעם ווי אײַליק האָט דער זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" אָנגענומען די רעזאָלוציע נומ׳ 1973 "צו פֿאַרטיידיקן די פֿרידלעכע ליביער און אײַנשטעלן איבערן לאַנד אַ "פֿלילאָזע זאָנע". די הײַנטיקע פּרשה הייבט זיך אָן מיט די דינים פֿון אַ ייִדישער קימפּעטאָרין. "אשה כּי תזריע וילדה זכר" — "ווען אַ פֿרוי וועט טראָגן און וועט האָבן אַ זון" — הייסט איר די תּורה אָפּוואַרטן 7 טעג; ערשט דעמאָלט קאָן זי זיך טובֿלען אין מיקווה, כּדי צו האָבן דאָס רשות אָנצורירן איר מאַן. בזמן־הבית, ווען דער בית־המיקדש איז געשטאַנען, האָט זי אויך געדאַרפֿט ברענגען אַ קרבן נאָך 33 טעג אַרום. ווען אַ פֿרוי האָט אַ טאָכטער, הייסט די תּורה אָפּוואַרטן צוויי מאָל לענגער — 14 טעג — איידער זי מעג זיך מטהר זײַן אין מיקווה, און צו ברענגען אַ קרבן נאָך 66 טעג. ווײַטער ווערט אין דער פּרשה דערקלערט די הלכות פֿון "צרעת" — אַ הויט־קראַנקייט, וואָס ווערט געוויינטלעך איבערגעזעצט ווי "לעפּרע", און פֿלעגט מטמא זײַן מענטשן, כּלים און גאַנצע הײַזער. דער אָנזאָג "פּרו ורבֿו", צו האָבן קינדער, איז די ערשטע מיצווה אין דער גאַנצער תּורה, וואָס שטייט געשריבן אין דער פּרשה "בראשית". פֿאַרוואָס זאָל אַזאַ שׂימחהדיק געשעעניש, ווי דאָס געבורט פֿון אַ קינד, אַרײַנברענגען אַ פֿרוי אין אַ מצבֿ פֿון ריטואַלער אומריינקייט? פֿאַרוואָס דערציילט די תּורה וועגן די קימפּעטאָרינס אין דער זעלבער פּרשה, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן דער לעפּרע־קראַנקייט? דערצו, דער טאָפּלט־לאַנגער פּעריאָד פֿון טומאה נאָכן געבורט פֿון אַ מיידל, קאָן קלינגען — ווי עס וואָלט געקאָנט טענהן אַ הײַנטצײַטיקער קריטיקער — ווי אַ בפֿירושע דיסקרימינאַציע קעגן פֿרויען. דעם 25סטן מאַרץ איז געוואָרן 100 יאָר זינט דעם טראַגישן טרײַענגל־פֿײַער, און אין "פֿאָרווערטס" האָט מען אָפּגעצייכנט די דאַטע מיט אַרטיקלען און באַריכטן אד"גל — אויך מיט אַ ליד פֿון מאָריס ראָזענפֿעלד. עס זײַנען אויך געווען אַנדערע לידער; לידער מיט מוזיק, און ראָזענפֿעלדס אַ ספּעציעל שטאַרקע קינה, וואָס מיר ווילן דערמאָנען אין אָנדענק פֿון דער טרויעריקער געשעעניש. דאָס ערשטע ליד הייסט "מאַמעניו אָדער עלעגיע פֿאַר די טרײַענגל־פֿײַער־קרבנות", ווערטער פֿון אַנשל שאָר, מוזיק פֿון יוסל רומשינסקי, געדרוקט אין . 1911 יוסף פּאַפּיערניקאָוו איז געבוירן געוואָרן אין וואַרשע, בײַ האָרעפּאַשנע עלטערן. באַקומען אַ פֿרײַע דערציִונג און אַ מיטעלע בילדונג. אין עלטער פֿון נײַן יאָר געוואָרן אַ משורר אין דער וואַרשעווער "טלאָמאַצקע סינאַגאָגע" בײַם חזן פֿון די חזנים — גרשון סיראָטאַ. אָנגעהויבן שרײַבן אין עלטער פֿון זעכצן־זיבעצן יאָר. דעביוטירט אין יאָר 1918 אין י. מ. ווײַסענבערגס "זאַמלביכער" און אין "מיטן שטראָם". אין די 1920ער יאָרן זיך געדרוקט שוין אין ליטעראַטור־בײַלאַגעס פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין פּוילן און, אין אַ גרויסער צאָל ליטעראַרישע צײַטשריפֿטן און זשורנאַלן אין אויסלאַנד. אין יאָר 1924 געפֿאָרן קיין "פּאַלעסטינע" און אין יאָר 1929 — געקומען אויף אַ באַזוך קיין וואַרשע פֿון וואַנען ער איז אין יאָר 1933 צוריקגעפֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל — מיטן באַשלוס, דאָ צו פֿאַרבלײַבן. אין יאָר 1927 איז אין וואַרשע דערשינען די ערשטע זאַמלונג ארץ־ישׂראל־לידער "אין זוניקן לאַנד"; אין יאָר 1929 איז אין וואַרשע אַרויס זײַן ערשטע זאַמלונג פֿון סאָציאַלע לידער "רויט אויף שוואַרץ". ווי באַוווּסט, האָט פּאַפּיערניקאָוו פֿאַרעפֿנטלעכט נאָך אַ סך ליטעראַרישע לידער־זאַמלונגען ווי אויך דערציילונגען. כ׳קען זיך נישט באַקלאָגן, כ׳האָב אינטערעסאַנטע שכנים. אַנומלטן קום איך פֿון אַ שפּאַציר, זיצט אין פֿאָיע מײַן שכן, וועלכער וווינט אויף מײַן שטאָק. זינט ער האָט באַגראָבן זײַן דיאַבעטיש הינטעלע, איז ער גאָרנישט דער זעלבער. ער אַליין איז מסתּמא אין די אָנהייב זעכציקער, אויך אַ דיאַבעטיקער, מיט אַ יענקי־היטל אויפֿן קאָפּ, אײַנגעהילט אין זײַן ווינטער־מאַנטל. ער באַגריסט זיך מיט מיר בזה־הלשון: "גוט־מאָרגן, צוויי־נול־פֿינף!" זײַן דירה איז צוויי־נול־עלף. קוק איך אים אָן. איך ווייס אָבער, אַז ער איז נישט קיין גרויסער חכם און נישט קיין קליינער נאַר. שטעלט ער מיך אָפּ און שטעלט מיר אַ קלאָץ־קשיא: "דו האָסט געקענט אפֿשר אַ ייִדישן שרײַבער מיטן נאָמען הײַמי גרייד. מײַן פֿרוי האָט אויך פֿון אים קיין מאָל נישט געהערט. ער איז עפּעס געווען אַ ייִדישער שרײַבער, אַן אַמעריקאַנער?" ווען מע שעלט עמעצן אויף ייִדיש, זאָגט מען, דער רוח זאָל אים כאַפּן. עס זענען אָבער פֿאַראַן אַזעלכע מענטשן, וואָס ווילן, פּונקט פֿאַרקערט, אַליין כאַפּן אַ רוח, אינעם סאַמע בוכשטעבלעכן זין פֿונעם וואָרט. אין פֿאַרגלײַך מיט די קלאַסישע ספּיריטיסטן, וועלכע פּרוּוון צו פֿאַרבינדן זיך מיט יענער וועלט דורך הילצערנע "ווידזשי־ברעטער" און איבערגעקערטע פּאָרצעלײַענע טעלערס, האָבן די מאָדערנע רוח־כאַפּערס אויסגעאַרבעט אַ גאַנצע ריי "יענוועלטישע" עלעקטראָנישע מכשירים און אַנדערע טעכנאָלאָגישע המצאות. אויף אַ צאָל וועבזײַטן — צום בײַשפּיל אין דער אינטערנעץ־קראָם http://www.Ghost-Mart.com —ווערן פֿאַרקויפֿט כּלערליי דזשימדזשיקעס פֿאַר "פּאַראַנאָרמאַלע" פֿאָרשונגען, בתוכם ספּעציעלע מכשירים, וואָס מעסטן דעם ניוואָ פֿונעם אַרומיקן עלעקטראָמאַגנעטישן פֿעלד — EMF meters. דאָס איז אַ גאַנץ פֿאַרשפּרייטער מין וויסנשאַפֿטלעכע אויסשטאַטונג, וואָס ווערט ברייט אויסגענוצט אין פֿאַרשיידענע פּראַקטישע געביטן און אַרבעט ווי אַ סענסיטיווע אַנטענע, וואָס נעמט אויף סיגנאַלן פֿון זייער נידעריקער פֿרעקווענץ. ווען איך בין נאָך געווען אַ גרינער "יונגערמאַנטשיק" האָב איך געטראַכט, אַז אַ זיבעציק־יעריקער מענטש, איז אַלט־שבאַלט, איז אַ זקן־שבזקן. דאָך איצט, ווען איך ווער באַלד אַלט פֿינף און זעכציק דאַכט זיך מיר, אַז אַ זיבעציק־יעריקער מאַנצביל איז נאָך אַ גרינער "יונגערמאַנטשיק". אַלץ איז רעלאַטיוו... פֿאַרשטייט זיך, אָנרופֿן אַ געשעצטן, באַיאָרטן און באַערטן פּראָפֿעסאָר — גרינער "יונגערמאַנטשיק" איז אַ ביסל גראָב־יונגיש. דאָך האָף איך, אַז פּראָפֿעסאָר יחיאל שיינטוך וועט זיך אויף מיר ניט באַליידיקן, ווײַל מיינען מיין איך זײַן יונגע נשמה, זײַן ענערגיע, זײַנע גײַסטיקע יוגנטלעכע קראַפֿטן. כ׳וואָלט געוואָלט דערמאָנען די לייענער עטלעכע ביאָ־ביבליאָגראַפֿישע פּרטים. יחיאל שיינטוך איז געבוירן געוואָרן אין בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע, דעם 28סטן מאַרץ 1941. דאָרט האָט ער באַקומען זײַן אַלגעמיינע און ייִדישע דערציִונג. געווען אַן אַביטוריאַנט פֿון העברעיִש־ייִדישן לערער־סעמינאַר, וווּ זײַן לערער פֿון ייִדישער ליטעראַטור איז געווען שמואל ראָזשאַנסקי. "פּאַיעיאַ" איז אַ באַטעמט שפּאַניש מאכל, וואָס באַשטייט פֿון רײַז, פֿלייש (אָדער מולטער־בריאות) און גרינסן. אָט איז אַ וועגעטאַרישער נוסח פֿון דעם רעצעפּט, וואָס פֿאַרבײַט דאָס פֿלייש מיט סויע־וווּרשט. די זאַפֿרען־בענדלעך גיבן צו אַ העל־געלן קאָליר. 2 לעפֿעלעך איילבערט־בוימל 8 אונץ (225 גראַם) סויע־וווּרשט 2 ציינדלעך קנאָבל 1 טעפּל קינאַרע־הערצלעך (artichoke hearts) 1 טעפּל צערעפֿטלטע קאַבאַקלעך (squash) |