- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער מחבר פֿון די שורות האָט נישט איין מאָל געהערט דעם סטערעאָטיפּ, אַז קאָמפּיוטערײַ איז, כּלומרשט, נישט קיין ווײַבערישע זאַך; פֿון דער צווייטער זײַט, האָב איך נאָך אין דער מיטל־שול געקענט מיידלעך, וועלכע האָבן זיך דעמאָלט שטאַרק אינטערעסירט מיט קאָמפּיוטער־וויסנשאַפֿט און זענען שפּעטער טאַקע געוואָרן געניטע פּראָגראַמיסטקעס. אין אַזאַ רעלאַטיוו קאָנסערוואַטיוו לאַנד, ווי אַמעריקע, שאַפֿן אַזעלכע פֿרויען ספּעציעלע אָרגאַניזאַציעס, כּדי צו באַקעמפֿן די דערמאָנטע סטערעאָטיפּן. די פֿילאָסאָפֿיע פֿונעם אָפֿענעם פּראָגראַם־קאָד שטאַמט פֿון דער "העקער"־באַוועגונג, וועלכע האָט, אין די אָנהייב־1960ער יאָרן, ווייניק געהאַט צו טאָן מיטן הײַנטצײַטיקן סטערעאָטיפּישן אימאַזש פֿון אַ קאָמפּיוטער־פֿאַרברעכער, און האָט זיך פֿאָקוסירט אויף אַזעלכע ווערטן, ווי פֿרײַהייט, חבֿרשאַפֿט און אומאָפּהענגיקייט. די שאַפֿער פֿון אָפֿענע פּראָגראַמען פֿאַרשפּרייטן זיי דווקא בחינם, צוזאַמען מיטן אָריגינעלן קאָד, וועלכער דערמעגלעכט יעדן מענטש צו פֿאַרשטיין גענוי, ווי אַזוי די פּראָגראַם פֿונקציאָנירט, און ווי אַזוי צו שאַפֿן אויפֿן סמך פֿון איר אייגענע פּראָגראַמען, אָן קיין זאָרג וועגן פּאַטענטן און ליצענזיעס. הגם די ערשטע קאָמפּיוטערס זענען געשאַפֿן געוואָרן נאָך אין די 1940ער יאָרן, און אַ סך קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס האָבן זיך נישט פּרינציפּיעל געביטן במשך פֿון די לעצטע 50 יאָר, ווערן די הײַנטיקע קאָמפּיוטערס אַלץ קלענער. אַ געוויינטלעכער צעל־טעלעפֿאָן איז אַ סך מעכטיקער און גיכער, ווי די אַמאָליקע ריזיקע רעכן־מאַשינען, וואָס זענען אויסגענוצט געוואָרן, למשל, כּדי אָפּצושיקן די ערשטע עקספּעדיציעס אין קאָסמאָס. פֿאַראַכטאָגן שבת איז געשטאָרבן ניל אַרמסטראָנג — דער לעגענדאַרער העלד פֿון דער ערשטער לבֿנה־עקספּעדיציע. זינט יענער תּקופֿה, האָט קיינער מער נישט באַזוכט די לבֿנה, הגם אַלע נייטיקע חשבונות פֿאַר אַזאַ נסיעה קאָן מען הײַנט דורכפֿירן מיט דער הילף פֿון אַ מכשיר, וואָס פּאַסט גרינג אַרײַן אין אַ קעשענע אָדער אַפֿילו אין אַ האַנט־זייגער. ס׳איז אָבער פֿאַראַן אַ סתּירותדיק פֿעלד פֿון פֿאָרשונגען, וווּ קאָמפּיוטערײַ און נאַנאָטעכנאָלאָגיעס קאָנען ברענגען צו אַ נײַער פֿונדאַמענטאַלער וויסנשאַפֿטלעכער רעוואָלוציע. די וואָך האָט דער זשורנאַל ״Nature Materials״ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פֿאָרש־אַרטיקל פֿון אַ גרופּע האַרוואַרדער וויסנשאַפֿטלער, וועלכע האָבן קאָנסטרויִרט, צום ערשטן מאָל, אַ נעץ פֿון מיקראָסקאָפּישע עלעקטרישע דראָטן, פֿאַרבונדן מיט אַ קינסטלעך־געשאַפֿן שטיקל פֿון לעבעדיקע מענטשלעכן צעלן. די פֿאָרשער האָבן אויפֿגעוויזן, אַז מע קאָן שאַפֿן אַ האַלב־לעבעדיקע, האַלב־קאָמפּיוטערישע סיסטעם, וווּ מענטשלעכע נערוון־צעלן זענען אינגאַנצן אויסגעמישט מיט סיליקאָן־דראָטן, און טראַנזיסטאָרס. דער חילוק צווישן פּאַנטעיִזם און פּאַנענטעיִזם — הגם ס׳רובֿ חסידים קענען נישט, מסתּמא, אַזעלכע פֿילאָסאָפֿישע טערמינען — באַשטייט אין דעם, וואָס פֿאַר אַ פּאַנטעיִסט איז אַלץ ממש ג־ט, און אַ פּאַנענטעיִסט האַלט, אַז דער אוניווערס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ ג־טלעכע אַנטפּלעקונג, אָדער איז אָנגעפֿילט מיטן ג־טלעכן חיות. אין פֿאַרשיידענע חסידישע גרופּעס טרעפֿן זיך ביידע פֿילאָסאָפֿיעס, אין פֿאַרשיידענע קאָמבינאַציעס. ס׳רובֿ הײַנטיקע אונגאַרישע און גאַליציאַנער חסידים פֿאַרנעמען זיך נישט סיסטעמאַטיש מיט קבלה און שטודיעס פֿון חסידישע טעאָריעס. זייער חסידות דריקט זיך אויס, דער עיקר, אין מלבושים, מאכלים, נוסח פֿון דאַוונען, גיין צום רבינס טיש און אַנדערע פּראַקטישע מינהגים. די סאַטמאַרער חסידים — די גרעסטע גרופּע אין דער וועלט — זענען בכלל נעענטער צום מתנגדישן דרך; רבי יואל טייטלבוים ז״ל האָט געהאַלטן, אַז דער אַלטער דרך פֿון בעל־שם־טובֿ איז אין די הײַנטיקע צײַטן פֿאַרגעסן געוואָרן, דערפֿאַר איז די עיקר־עבֿודה צו זײַן אַ ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר, וואָס לערנט די גמרא, לעבט על־פּי שולחן־ערוך און טוט חסד. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע חסידים, טראַכטן נישט די סאַטמאַרער, אַז אַ יונגער־מאַן, וואָס לערנט די גאַנצע צײַט אין אַ כּולל, איז העכער ווי אַ פּשוטער אַרבעטער. אַדרבה, דאָס אַרבעטן און געבן צדקה איז פּונקט אַזוי הייליק, ווי דאָס תּורה־לערנען. אין דעם דאָזיקן צוגאַנג גופֿא ווערט אָבער אויסגעדריקט דער אַלגעמיינער חסידישער פּאַנענטעיִזם. אַפֿילו אַזאַ גשמיותדיקע זאַך, ווי פּרנסה, איז בעצם הייליק. ווען מע שעלט עמעצן אויף ייִדיש, זאָגט מען, דער רוח זאָל אים כאַפּן. עס זענען אָבער פֿאַראַן אַזעלכע מענטשן, וואָס ווילן, פּונקט פֿאַרקערט, אַליין כאַפּן אַ רוח, אינעם סאַמע בוכשטעבלעכן זין פֿונעם וואָרט. אין פֿאַרגלײַך מיט די קלאַסישע ספּיריטיסטן, וועלכע פּרוּוון צו פֿאַרבינדן זיך מיט יענער וועלט דורך הילצערנע "ווידזשי־ברעטער" און איבערגעקערטע פּאָרצעלײַענע טעלערס, האָבן די מאָדערנע רוח־כאַפּערס אויסגעאַרבעט אַ גאַנצע ריי "יענוועלטישע" עלעקטראָנישע מכשירים און אַנדערע טעכנאָלאָגישע המצאות. אויף אַ צאָל וועבזײַטן — צום בײַשפּיל אין דער אינטערנעץ־קראָם http://www.Ghost-Mart.com —ווערן פֿאַרקויפֿט כּלערליי דזשימדזשיקעס פֿאַר "פּאַראַנאָרמאַלע" פֿאָרשונגען, בתוכם ספּעציעלע מכשירים, וואָס מעסטן דעם ניוואָ פֿונעם אַרומיקן עלעקטראָמאַגנעטישן פֿעלד — EMF meters. דאָס איז אַ גאַנץ פֿאַרשפּרייטער מין וויסנשאַפֿטלעכע אויסשטאַטונג, וואָס ווערט ברייט אויסגענוצט אין פֿאַרשיידענע פּראַקטישע געביטן און אַרבעט ווי אַ סענסיטיווע אַנטענע, וואָס נעמט אויף סיגנאַלן פֿון זייער נידעריקער פֿרעקווענץ. די קאָמפּיוטער־שפּילערײַען זענען הײַנט ברייט פֿאַרשפּרייט אין דער וועלט, און זענען פּאָפּולער צווישן קינדער און דערוואַקסענע. גענוג מענטשן פּטרן אויף זיי אַ גרויסן טייל פֿון זייער צײַט און ענערגיע. אין עקסטרעמע פֿאַלן, ווערן די סאַמע פֿאַרביסענע "גיימערס" אַזוי שטאַרק אַרײַנגעצויגן אין דער שפּיל און צוגעבונדן צו דעם קאָמפּיוטער, אַז זיי פֿאַרגעסן וועגן אַרבעט און דעם פּערזענלעכן לעבן. אַזאַ "ווירטועלע נאַרקאָמאַניע" קאָן ברענגען צו אַ גט און אַרבעטלאָזיקייט. מ׳טרובעט איבער דער וועלט — ס׳רוכעוועט זיך צווישן די גלחים אַ פּערוועזער סקאַנדאַל. זיי האָבן געזינדיקט און ווילן זיך נישט מתוודה זײַן. זיי האָבן זיך איזדיעקעוועט איבער אומשולדיקע קינדער און זיך פֿאַרנומען מיט פּעדאָפֿיליע דורות־לאַנג. נישט נאָר דאָס. איין גלח האָט פֿאַרפֿירט 200 טויבע קינדער, און נישט בלויז דאָ אין אַמעריקע, נאָר כּמעט גלאָבאַל — אייראָפּע, אירלאַנד, לאַטיין־אַמעריקע און איצט מעקסיקע. די קאַטוילישע קירך האָט ממש באַנקראָטירט. לעצטנס האָט די וועבזײַט פֿון אונדזער צײַטונג געהאַט די "זכיה" צו באַקומען אַ נײַע כוואַליע מיסט־קאָמענטאַרן צו די אַרטיקלען. ווי ס׳איז באַקאַנט, לײַדן כּמעט אַלע שמועס־ערטער איבער דער אינטערנעץ, וווּ מע קאָן זיך גרינג רעגיסטרירן און איבערלאָזן עפּעס אַ קאָמענטאַר, פֿונעם אַזוי־גערופֿענעם "ספּאַם" — נאַרישע רעקלאַמעס, פּאָליטישע לאָזונגען און אַנדערע מינים ידיעות, וואָס שטערן דעם נאָרמאַלן גאַנג פֿון די דיסקוסיעס. אין דער “ניו־יאָרק טײַמס" פֿון 29סטן מײַ איז פֿאַראַן אַן אינטערעסאַנט אַרטיקעלע, געשריבן פֿון איינעם, ניקאָלאַס ווייב, וווּ ער דערציילט אונדז וועגן אַן עקספּערימענט וואָס מען פֿירט אַדורך אין דײַטשלאַנד שוין פֿון יאָרן. זעט אויס, אַז דאָרטן רוכעוועט זיך מיט מענטשלעכע, גענעטישע סודות. דאָס מאָל ווילן זיי דווקא דערגיין דעם סוד פֿון אונדזערע פֿעיִקייטן צו שפּראַך. דאָס גענעטישע אויסגעפֿינס איז באַצייכנט געוואָרן מיטן יום־טובֿדיקן נאָמען “פֿאַקס פּ־2." די אינספּיראַציע פֿאַר דעם אַרטיקעלע איז מיר געקומען פֿון צוהערן זיך צו אַ בריליאַנטענעם אַמעריקאַנער קאָמעדיאַנט־פֿילאָסאָף מיטן נאָמען דזשאָרדזש קאַרלין. נישט געקוקט אויף דעם, וואָס דער חבֿרהמאַן איז נישט לאַנג צוריק געשטאָרבן, האָט מען אים באַערט אין קענעדי־צענטער אין וואַשינגטאָן און צוגעטיילט אַ פּרעסטיזשפֿולן פּריז. פֿרעגט זיך די פֿראַגע: אין וואָס איז באַשטאַנען די גרויסקייט פֿון זײַן הומאָר? וועל איך אײַך תּיכּף זאָגן. פֿאַראַכטאָגן דינסטיק, בעת דעם יערלעכן אַמעריקאַנער אַוויאַ-פֿעסטיוואַל אין אָסקאָש, שטאַט וויסקאָנסין, האָט דער נײַ־זילענדישער דערפֿינדער גלען מאַרטין אויסגעפּרוּווט אַ פֿלי-מכשיר, וועלכן מע בינדט צו צום רוקן, ווי אַ מין רענצל. מיט דער הילף פֿון דער נײַער דערפֿינדונג, האָט דזשאָן שוואַרץ, אַ זשורנאַליסט פֿון "ניו-יאָרק-טײַמס", זיך אויפֿגעהויבן אויף אַ פּאָר מעטער איבער דער ערד, און זיך געהאַלטן אין דער לופֿטן במשך פֿון עטלעכע מינוט. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט דער זשורנאַל "Science" איבערגעגעבן, אַז די וויסנשאַפֿטלער בײַם ירושלמער "פֿאָרש-צענטער פֿון נאַטירלעכער מעדיצין אויפֿן נאָמען פֿון לויִס באָריק" האָט זיך אײַנגעגעבן אויפֿצוציִען אַ טייטלבוים פֿון אַן אוראַלטן קערן, געפֿונען אין די רויִנען פֿון דער באַרימטער פֿעסטונג מצדה. די פֿאָרשער האָבן באַשטימט, אַז דאָס קערנדל איז געווען 2,000 יאָר אַלט. ביז הײַנט האָט זיך קיינעם נישט אײַנגעגעבן אויפֿצולעבן אַזאַ אַלט געוויקס. פֿאַרשיידענע סימבאָלן דינען הײַנט אָפֿט ווי "אָנערקענונג-צייכנס" פֿון רעליגיעס, פֿעלקער און פּאָליטישע באַוועגונגען. צום בײַשפּיל, ווערט דער זעקס-עקיקער שטערן באַטראַכט ווי אַ ייִדישער און דווקא ייִדישער סימבאָל, און דער קרייץ — דווקא ווי אַ קריסטלעכער צייכן, וועלכער קאָן בשום-אופֿן נישט באַנוצט ווערן בײַ ייִדן — לכל-הפּחות, אין אַ רעליגיעזן קאָנטעקסט. אַן אַנדער טרויעריק-באַרימטער סימבאָל, דער האַקנקרייץ, ווערט פֿעסט פֿאַרבונדן מיט נאַציזם. |