|
סאָפֿי ווילסאָן, די שאַפֿערין פֿון די קאָמאַנדעס אינעם "אַרם"־פּראָצעסאָר |
|
מיט צוויי חדשים צוריק איז אין באַלטימאָר דורכגעפֿירט געוואָרן די צווייטע יערלעכע קאָמפּיוטערײַ־קאָנפֿערענץ "דער טאָג פֿונעם אָפֿענעם קאָד אויפֿן נאָמען פֿון גרייס האָפּער", ווי אַ טייל פֿון די "גרייס האָפּער פֿײַערונגען" (Grace Hopper Celebration of Women in Computing), וועלכע שטעלט דעם ציל צו ווײַזן דער וועלט, אַז פֿרויען שפּילן אַ וויכטיקע ראָלע אין קאָמפּיוטער־וויסנשאַפֿט און צו העלפֿן די פֿרויען צו פֿאַרנעמען אַ גרעסער אָרט אין דער הײַנטיקער עלעקטראָנישער אינדוסטריע.
דער מחבר פֿון די שורות האָט נישט איין מאָל געהערט דעם סטערעאָטיפּ, אַז קאָמפּיוטערײַ איז, כּלומרשט, נישט קיין ווײַבערישע זאַך; פֿון דער צווייטער זײַט, האָב איך נאָך אין דער מיטל־שול געקענט מיידלעך, וועלכע האָבן זיך דעמאָלט שטאַרק אינטערעסירט מיט קאָמפּיוטער־וויסנשאַפֿט און זענען שפּעטער טאַקע געוואָרן געניטע פּראָגראַמיסטקעס. אין אַזאַ רעלאַטיוו קאָנסערוואַטיוו לאַנד, ווי אַמעריקע, שאַפֿן אַזעלכע פֿרויען ספּעציעלע אָרגאַניזאַציעס, כּדי צו באַקעמפֿן די דערמאָנטע סטערעאָטיפּן.
די פֿילאָסאָפֿיע פֿונעם אָפֿענעם פּראָגראַם־קאָד שטאַמט פֿון דער "העקער"־באַוועגונג, וועלכע האָט, אין די אָנהייב־1960ער יאָרן, ווייניק געהאַט צו טאָן מיטן הײַנטצײַטיקן סטערעאָטיפּישן אימאַזש פֿון אַ קאָמפּיוטער־פֿאַרברעכער, און האָט זיך פֿאָקוסירט אויף אַזעלכע ווערטן, ווי פֿרײַהייט, חבֿרשאַפֿט און אומאָפּהענגיקייט. די שאַפֿער פֿון אָפֿענע פּראָגראַמען פֿאַרשפּרייטן זיי דווקא בחינם, צוזאַמען מיטן אָריגינעלן קאָד, וועלכער דערמעגלעכט יעדן מענטש צו פֿאַרשטיין גענוי, ווי אַזוי די פּראָגראַם פֿונקציאָנירט, און ווי אַזוי צו שאַפֿן אויפֿן סמך פֿון איר אייגענע פּראָגראַמען, אָן קיין זאָרג וועגן פּאַטענטן און ליצענזיעס. ריטשאַרד סטאָלמאַן, איינער פֿון די הויפּט־העלדן אין דער דאָזיקער באַוועגונג, האָט צוגעטראַכט אַ ספּעציעלע קאַפּיוערדיקע "קאָפּילעפֿט"־ליצענץ, וועלכע גיט די באַנוצער פֿון די פּראָגראַמען דאָס פֿולע רעכט צו טאָן מיט זיי וואָס מע וויל, אָבער פֿאַרווערט צו פֿאַרוואַנדלען זיי אין אַ פֿאַרמאַכטער קאָמערציעלער סחורה. צוליב דעם, פֿאַרשפּרייטן זיך אין דער וועלט טויזנטער אומזיסטע און אינגאַנצן אָפֿענע פּראָגראַמען.
דאָס מיינט נישט, אַז אַזעלכע פּראָגראַמען ווערן קיינמאָל נישט פֿאַרקויפֿט פֿאַר געלט. אַדרבה, מע פֿאַרקויפֿט זיי אין די הויפּטשטראָמיקע קאָמפּיוטער־קראָמען. הגם די פּראָגראַם גופֿא קאָסט נישט קיין געלט, באַצאָלט מען פֿאַרן שיינעם קעסטל, דאָקומענטאַציע־ביכער און טעכנישער הילף. די שאַפֿער ווערן באַצאָלט פֿאַר זייער מי און פֿיזישער פּראָדוקטיווקייט, אָבער נישט פֿאַרן פֿאַרקויפֿן זייער "אינטעלעקטועלע אייגנטום". אַזאַ צוגאַנג צו קאָמפּיוטערײַ האָט אַ סך מעלות, ווײַל פֿאַר אַ פּראָגראַמיסט אָדער וויסנשאַפֿטלער זענען נישטאָ קיין סודות און פּאַטענטן, וועלכע באַגרענעצן די פֿאָרשונג און אַרבעט.
אויף די אָפֿענע פּראָגראַמען איז פֿאַקטיש באַגרינדעט די גאַנצע אינטערנעץ; זיי ווערן אויך ברייט באַנוצט אַרום דער וועלט — למשל, נישט געקוקט אויף אַלע פּראָגרעסיווע אידעען, האָט זיך אַרום דער באַוועגונג פֿאַר אומזיסטע פּראָגראַמען געשאַפֿן אַ סבֿיבֿה, וווּ פֿרויען פֿילן זיך צומאָל אומבאַקוועם, צוליב דער גרעבלעכער באַציִונג פֿון די מענער. די קאָלעגן באַציִען זיך איינעם צום צווייטן ווי אַ "נאַשבראַט", וואָס העלפֿט אָנצוהאַלטן אַ ברידערלעכע ענטוזיאַסטישע אַטמאָספֿער, אָבער נישט תּמיד איז עס פּאַסיק צווישן מענער און פֿרויען. דערפֿאַר זענען ספּיציעלע פֿרויען־אָרגאַניזאַציעס פֿאַר אָפֿענע פּראָגראַמען טאַקע אַקטועל.
גרייס האָפּער, לכּבֿוד וועלכער מע האָט אָנגערופֿן די יערלעכע סעריע פֿון פֿרויען־קאָנפֿערענצן, GHC, איז געווען אַ ייִדישע פֿרוי, אַ קאָמפּיוטער־וויסנשאַפֿטלערין און אַ הויכראַנגיקע אַפֿיצירין — אַן אַדמיראַל — פֿונעם אַמעריקאַנער ים־פֿלאָט. זי האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע בײַם שאַפֿן איינעם פֿון די ערשטע קאָמפּיוטערס אין דער וועלט, "האַרוואַרד מאַרק־איינס", בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה.
|
דער פּראָגראַמירלעכער קאָלקולאַטאָר "HP-50g" |
|
אינעם יאָר 1944 האָט דער דאָזיקער קאָמפּיוטער אָנגעהויבן באַדינען דעם אַמעריקאַנער ביוראָ פֿון מיליטערישע שיפֿן. נאָך דער מלחמה, האָט האָפּער זיך אַקטיוו באַטייליקט אין אַ צאָל אַנדערע חידושדיקע קאָמפּיוטער־פּראָיעקטן; אין די סוף 1950ער יאָרן האָט זי געשאַפֿן איינע פֿון די ערשטע קאָמפּיוטער־שפּראַכן, COBOL, וואָס ווערט נאָך אַלץ באַנוצט אין געוויסע סעקטאָרן פֿון דער קאָפּיוטער־אינדוסטריע. האָפּער האָט געהאָפֿט, אַז די נײַע שפּראַך וועט העלפֿן די דורכשניטלעכע מענטשן, לאַוו־דווקא ספּעציאַליסטן, צו פּראָגראַמירן און צו פֿאַרשטיין דעם קאָד פֿון קאָמפּיוטער־פּראָגראַמען. אין יענער צײַט איז "קאָבאָל" געווען אַ גרויסע דערגרייכונג, הגם הײַנט זעט עס אויס אויסטערליש און אַלטמאָדיש.
האָפּער איז, אַוודאי, נישט די איינציקע פֿרוי, וועלכע האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין דער געשיכטע פֿון קאָמפּיוטערײַ. אַ סך מענטש טראַכטן, אַז די סאַמע פֿאַרשפּרייטע קאָמפּיוטערס אין דער וועלט זענען די "פּי־סי"־מאַשינען; דאָס איז נישט אמת, אויב מע נעמט אין באַטראַכט כּלערליי קליינע קאָמפּיוטערלעך, וועלכע שטעקן אין צעל־טעלעפֿאָנען, פֿאָטאָ־אַפּאַראַטן און אַנדערע מכשירים. דער סאַמע פֿאַרשפּרייטער קאָמפּיוטער־פּראָצעסאָר אין דער וועלט הייסט ״ARM״; אַחוץ דער קליינער מאָס און נידעריקן ענערגיע־באַנוץ, איז ער פּאָפּולער צוליב דעם, וואָס דאָס פּראָגראַמירן מיט אים איז אויסערגעוויינטלעך קלאָר, צוליב זייער אַ סיִמעטרישער סיסטעם פֿון מאַשין־קאָמאַנדעס, וועלכע סאָפֿי ווילסאָן, אַ בריטישע וויסנשאַפֿטלערין, האָט אויסגעטראַכט אין די 1980ער יאָרן. דאָס איז, אָבער, אַן אומגעוויינטלעכער פֿאַל; ווילסאָן איז געבוירן געבוירן ווי אַ מאַן מיטן נאָמען ראָדזשער, און כירורגיש געביטן איר געשלעכט אינעם יונגן עלטער.
אויב עמעצער וויל פֿאַרשטיין, ווי אַזוי אַ קאָמפּיוטער אַרבעט, זענען די קאָמפּיוטערס מיט דעם דערמאָנטן פּראָצעסאָר, מסתּמא, די בעסטע ברירה. איך האָב געקויפֿט מײַנע קינדער אויף חנוכּה דעם פּראָגראַמירלעכן קאַלקולאַטאָר ״HP-50g״ — בעצם, אַ קליינעם קאָמפּיוטער. ער איז גענוג קאָמפּליצירט, כּדי צו שאַפֿן כּלערליי פּראָגראַמען, און גענוג פּשוט, כּדי צו פֿאַרשטיין זײַנע אינערלעכע חכמות מיט אַלע פּיטשעווקעס. אַזאַ מכשיר קאָן העלפֿן אויך צו זען, ווי אַזוי דער קאָד פֿון אַן עקזיסטירנדיקער פּראָגראַם קאָן אויסגענוצט ווערן פֿאַר נײַע פּראָיעקטן. די דײַטלעכע און פּשוטע סיסטעם פֿונעם דערמאָנטן "אַרם"־פּראָצעסאָר קאָן אויך דינען ווי אַ בילדונג־מיטל צו באַקענען זיך מיט די יסודות פֿונעם אינערלעכן מאַשין־קאָד, וועלכער ליגט אינעם סאַמע גרונט פֿונעם קאָמפּיוטער.