- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין פֿאַרגלײַך מיט די "געוויינטלעכע" רבנישע ייִדן, גלייבן נישט די קראָים — אַ ייִדישע סעקטע, וועלכע האָט שוין עקזיסטירט מיט איבער אַ טויזנט יאָר צוריק — אין דער אויטאָריטעט פֿון תּורה־שבעל־פּה. דער פֿריִיִקער עטאַפּ פֿון דער קראָיִשער געשיכטע בלײַבט אומקלאָר. ס׳איז קלאָר, אַז די פֿאַרשפּרייטונג פֿון דער דאָזיקער באַוועגונג אינעם אַמאָליקן מיטל־מיזרח איז געווען פֿאַרבונדן מיט די אינטענסיווע רעליגיעזע דיספּוטן נאָכן אויפֿקום פֿון איסלאַם. אַ טייל היסטאָריקער האַלטן, אַז די קראָים זענען ממשיך, אויף אַ געוויסער מאָס, די עלטערע שיטה פֿון די צדוקים. מע קאָן זאָגן, אַז די קולטור פֿון די קראָים איז געווען באַגרינדעט, בײַם אָנהייב, אויף זייער אָפּלייקענונג פֿון דער תּלמודישער ייִדישקייט — דהײַנו, אויף אַ נעגאַטיוון פּרינציפּ. אַזוי ווי אינעם פֿאַל פֿון די קריסטן־פּראָטעסטאַנטן, האָט זיך אָבער בײַ די קראָים אַנטוויקלט אַן אייגענע טראַדיציע — פֿאַקטיש, אַן אייגענע רעליגיע, וועלכע איז געבליבן, פֿונדעסטוועגן, תּמיד דיאַלעקטיש פֿאַרבונדן מיט דער טראַדיציאָנעלער רבנישער ייִדישקייט. ווי אַזוי קומט אַ פֿילאָסאָפֿין פֿון לבֿנון צו ייִדיש? אין דער מיטל־עלטער, פֿלעגן אַ סך ייִדישע פֿילאָסאָפֿן שרײַבן זייערע ווערק אויף אַראַביש, ווײַל פֿאַר זיי איז געווען גרינגער אויסצודריקן זייערע געדאַנקען אויף אַ שמועס־שפּראַך, וועלכע פֿאַרמאָגט שוין אַ רײַכן גרייטן וואָקאַבולאַר פֿון וויסנשאַפֿטלעכע און פֿילאָסאָפֿישע טערמינען. ווען יהודה אבֿן־תּיבון און אַנדערע איבערזעצער האָבן איבערגעטײַטשט אַזעלכע קלאַסישע ייִדיש־אַראַבישע ספֿרים, ווי דעם רמבמ״ס "מורה נבֿוכים" אויף העברעיִש, האָבן זיי געמוזט זיך געבן אַן עצה און אויסטראַכטן אַ סך נײַע ווערטער און פֿראַזעס. אין אַ גרויסער מאָס, שטעלט מיט זיך פֿאָר די מיטל־עלטערלעכע העברעיִשע פֿילאָסאָפֿישע טערמינאָלאָגיע אַ דירעקטע קאַלקע פֿון אַראַביש. אין מײַנע אַרטיקלען אינעם "פֿאָרווערטס", דערמאָן איך נישט זעלטן פֿאַרשיידענע ענינים, וועלכע האָבן צו טאָן מיט פֿילאָסאָפֿיע. צוליב דער רײַכער און לאַנגער היסטאָרישער ירושה, קאָן אַ ייִדישער שרײַבער זיך באַנוצן אָדער מיט די אַלטע העברעיִשע טערמינען, אָדער מיט די באַקאַנטע אינטערנאַציאָנאַלע גריכיש־ און לאַטײַניש־שטאַמיקע ווערטער. אַזעלכע מחברים, ווי הלל צייטלין און חיים זשיטלאָווסקי, האָבן אָפֿט אַדאַפּטירט אויף אַ מער ייִדישן שטייגער די טערמינאָלאָגיע פֿון די דײַטשישע און רוסישע פֿילאָסאָפֿן. למשל, אַנשטאָט "עקסיסנטענץ" קאָן מען אויף ייִדיש אויסנוצן אַזאַ טראַדיציאָנעל וואָרט ווי "מציאות". דאָס דאָזיקע וואָרט איז אָבער בעצם אַן אַלטע העברעיִשע איבערזעצונג פֿונעם אַראַבישן טערמין "וווּדזשוד". עס באַקומט זיך, אַז אַפֿילו הײַנט שפּירט זיך אין דער ייִדישער קולטור אַ השפּעה פֿון דער מיטל־עלטערלעכער אַראַבישער פֿילאָסאָפֿיע. נישט יעדן טאָג טרעפֿט מען אָבער אַן אַראַבישן פֿילאָסאָף, וואָס טראַכט, אַז דווקא ייִדיש האָט אַן אוניקאַלן פֿילאָסאָפֿישן טעם. מיט צוויי חדשים פֿריִער האָט דער אינסטיטוט פֿאַרענדיקט אַן אַנדער ריזיקן פּראָיעקט, די 15־בענדיקע ענגלישע אויסגאַבע פֿון "ליקוטי־מוהר״ן", רבי נחמנס וויכטיקסטן ספֿר. די באַזוכער פֿון דער וועבזײַט ״Breslov.org״ קאָנען שוין אַראָפּלאָדן אַ קליינעם טייל פֿון רב נתנס "הלכות־תּפֿילין", איבערגעזעצט דורך עוזר בערגמאַן. "ליקוטי הלכות" איז אײַנגעטיילט לויט דעם סדר פֿונעם "שולחן ערוך", אָבער האָט ווייניק צו טאָן מיט דער הלכה אינעם בוכשטעבלעכן זין; ס׳איז אַ סעריע פֿון קבלה־דרשות מיט אַ ספּעציפֿישן בראַצלעווער טעם. למשל, אינעם פֿאַרעפֿנטלעכטן איבערגעזעצטן פֿראַגמענט גייט אַ רייד וועגן פֿאַרבינדונגען צווישן מורה־שחורה און עראָטישע געפֿילן; וועגן דעם כּוח פֿון אַן עכטן צדיק; וועגן תּפֿילין ווי אַ פֿאַלישן סימבאָל אין שײַכות צו בושה און ליבע; וועגן דעם מענטשלעכן אַחדות ווי אַ קאָלעקטיוון גײַסטיקן "תּפֿילין"; און וועגן די סימבאָלישע באַציִונגען צווישן דער שבתדיקער מנוחה, זיווג מיט אַ פֿרוי און משיחישער גאולה. ס׳איז נישט קיין חידוש, וואָס רבי נחמנס חסידות האָט שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אַ גאַנצע ריי פֿילאָסאָפֿן, פּאָעטן, שרײַבער און פּסיכאָאַנאַליטיקער. פֿון דער אַנדערער זײַט, טרעפֿן זיך צווישן גאַנץ טראַדיציאָנעלע בראַצלעווער רבנים אַזעלכע, וואָס שטודירן בודיזם, פֿרוידישע פּסיכאָלאָגיע און אַנדערע טעמעס, וועלכע ווערן זעלטן דערמאָנט אין אַנדערע חסידישע סבֿיבֿות. דער טיף־אינטעלעקטועלער דרך פֿון בראַצלעוו וואַרפֿט אָפּ, בדרך־כּלל, די משׂכּילישע ראַציאָנאַליסטישע פֿילאָסאָפֿיע און פֿאָקוסירט זיך אויף דער מענטשלעכער עקזיסטענץ, ראָמאַנטישער אינטויִציע און פּסיכאָלאָגיע. דער מחבר פֿון די שורות האָט נישט איין מאָל געהערט דעם סטערעאָטיפּ, אַז קאָמפּיוטערײַ איז, כּלומרשט, נישט קיין ווײַבערישע זאַך; פֿון דער צווייטער זײַט, האָב איך נאָך אין דער מיטל־שול געקענט מיידלעך, וועלכע האָבן זיך דעמאָלט שטאַרק אינטערעסירט מיט קאָמפּיוטער־וויסנשאַפֿט און זענען שפּעטער טאַקע געוואָרן געניטע פּראָגראַמיסטקעס. אין אַזאַ רעלאַטיוו קאָנסערוואַטיוו לאַנד, ווי אַמעריקע, שאַפֿן אַזעלכע פֿרויען ספּעציעלע אָרגאַניזאַציעס, כּדי צו באַקעמפֿן די דערמאָנטע סטערעאָטיפּן. די פֿילאָסאָפֿיע פֿונעם אָפֿענעם פּראָגראַם־קאָד שטאַמט פֿון דער "העקער"־באַוועגונג, וועלכע האָט, אין די אָנהייב־1960ער יאָרן, ווייניק געהאַט צו טאָן מיטן הײַנטצײַטיקן סטערעאָטיפּישן אימאַזש פֿון אַ קאָמפּיוטער־פֿאַרברעכער, און האָט זיך פֿאָקוסירט אויף אַזעלכע ווערטן, ווי פֿרײַהייט, חבֿרשאַפֿט און אומאָפּהענגיקייט. די שאַפֿער פֿון אָפֿענע פּראָגראַמען פֿאַרשפּרייטן זיי דווקא בחינם, צוזאַמען מיטן אָריגינעלן קאָד, וועלכער דערמעגלעכט יעדן מענטש צו פֿאַרשטיין גענוי, ווי אַזוי די פּראָגראַם פֿונקציאָנירט, און ווי אַזוי צו שאַפֿן אויפֿן סמך פֿון איר אייגענע פּראָגראַמען, אָן קיין זאָרג וועגן פּאַטענטן און ליצענזיעס. סאַשע פּאָליאַן, אַ מאָסקווער ייִדישיסטקע און אַן אוניווערסיטעט־לערערין, וועלכע האָט זיך באַטייליקט אין דער זעלבער סעריע פֿון אינטערוויוען, האָט זיך אויך אַנטדעקט אויף אַן אַנדער עקראַן, וווּ זי רעדט וועגן שלמה מיכאָעלסן. אַחוץ דעם, הערט מען זי זינגען דאָס ליד "לאָמיר אַלע אינאיינעם" אויף דער עקספּאָזיציע וועגן דעם שווערן לעבן אין די סאָוועטישע קאָמונאַלע דירות. איר קול, צווישן אַ צאָל אַנדערע שטימען, ווערט אויך דערהערט אויף אַ ריזיקן קאָמפּיוטער־טאָוול, וועלכער באַקענט די מוזיי־באַזוכער מיט ייִדישע קללות און שפּריכווערטער. די שאַפֿער פֿונעם מוזיי האָבן כּמעט מיט קיין וואָרט נישט דערמאָנט די ייִדישע ליטעראַטור, אַחוץ גענאַדי עסטרײַכס קליינער, און אַ שטיקל נעגאַטיווער, רעדע וועגן פּרץ מאַרקישס פּאָעזיע. סאַשע פּאָליאַנס לענגערער אינטערוויו וועגן שלום־עליכמען האָט מען, זעט אויס, נישט אויסגענוצט בכלל. דער פּאַנעל מיט ייִדישע קללות און ווערטלעך דערקלערט די באַזוכער, אַז ייִדיש איז אַ שפּראַך מיט אַ סך טשיקאַווע אויסדרוקן און פֿאָלקס־מעשׂיות; קיין העכערע פֿאָרמען פֿון קולטור ווערן נישט דערמאָנט.
על־פּי־קבלה, איז נאָך דעם חטא פֿון אָדם־הראשון די מאַכט איבער ס׳רובֿ זאַכן אין עולם־הזה אַריבער צום מלאך סמאל, וועלכער ווערט באַטראַכט ווי אַ מעכטיקער און געפֿערלעך בייזער וועלט־פֿירער. אַנטקעגן וואָס דערצייל איך דאָס? די וואָך, דעם נײַנצנטן טאָג פֿונעם חודש כּיסלו, פּראַווען די ליובאַוויטשער חסידים אַ גרויסן יום־טובֿ; דאָס איז דער טאָג, ווען דער גרינדער פֿון דער חב״ד־באַוועגונג, רבי שניאור־זלמן, איז אַרויס פֿון דער פּעטראָפּאַוולאָווסקער פֿעסטונג אין פּעטערבורג, נאָך אַ 53־טאָגיקן אַרעסט. די מתנגדים האָבן אים געמסרט, כּלומרשט, ווי אַ שטיצער פֿון דער טערקישער אימפּעריע. די ליובאַוויטשער באַטראַכטן י״ט כּיסלו ווי "די ראָש־השנה פֿון חסידות". דעם רבינס אַרעסט און זײַן באַרפֿרײַונג האָט מוליג געווען אַ ריזיקע טראַדיציע פֿון פֿאָלקלאָר און טיפֿע מיסטישע מעשׂיות. אינעם רוסישן פֿאָלקלאָר, פֿון דער אַנדערער זײַט, איז פֿאַראַן אַ רײַכע מיטאָלאָגיע וועגן פּעטערבורג. ווי עס דערקלערן די הײַנטיקע היסטאָריקער און ליטעראַטור־קריטיקער, איז פּעטערבורג היסטאָריש און קאָנצעפּטועל פֿאַרבונדן מיט רוים; ביידע שטעט ווערן באַטראַכט ווי שאַפֿונגען און פּאַלאַצן פֿון אַ מלך־דעמירוג. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז די דאָזיקע מיטאָלאָגיע שפּילט זיך אָפּ אויך אין ייִדישקייט. צו דער איטאַליענישער הויפּטשטאָט זענען בײַ ייִדן תּמיד געווען געמישטע געפֿילן, ווי עס ווערט שוין דערמאָנט אין גמרא. איין תּנא, רבי יהודה בר אילעאי, האָט געלויבט די רוימער פֿאַר זייערע שיינע מערק, בריקן און בעדער. רבי שמעון בר יוחאי האָט אים געענטפֿערט, אַז די דאָזיקע פּראַכט איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן בלויז צוליב עגאָיִסטישע צוועקן: די מערק — כּדי אַרײַנצוברענגען זונות; די בריקן — כּדי צו זאַמלען די שטײַערן; און די בעדער צוליב דעם איבעריקן לוקסוס. פֿאַר אַזעלכע ווערטער האָט די רוימישע מאַכט געהייסן צו דערהרגנען רבי שמעונען. ער האָט געמוזט זיך אויסבאַהאַלטן דרײַצן יאָר אין אַ הייל, וווּ ער האָט משׂיג געווען די קבלה־סודות, וועלכע זענען אַרײַן אינעם "ספֿר־הזוהר". זונטיק, אַ טאָג פֿאַרן סימפּאָזיום, האָט אַנע ערשלער, מײַנע אַ באַקאַנטע, מיט וועלכער איך האָב זיך געלערנט אין דער זעלבער מיטלשול אין רוסלאַנד, און איצטw אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון מאַטעמאַטיק, אַן אַקטיווע פּאַריזער ייִדישיסטקע, האָט מיר געגעבן אַן אומפֿאָרמעלן טור איבער דעם אַלטן ייִדישן קוואַרטאַל פֿון פּאַריז, באַקאַנט ווי דאָס "פּלעצל", וואָס געפֿינט זיך אינעם ראַיאָן "מאַרע". מײַן ערשטער שפּאַציר איבער דער פֿראַנצויזישער הויפּטשטאָט איז געווען אַ חידושדיקער: דערוואַקסענע מיט קינדער־וועגעלעך, וועלאָסיפּעדן, מאָטאָציקלען און אויטאָס. קינד־און־קייט, פֿאָרן בשלום צוזאַמען אויף די שמאָלע גאַסן, פֿול מיט מוזיקאַנטן מכּל־המינים, וועלכע פּרוּוון צו מאַכן אַ ביסל פּרנסה, שפּילנדיק פֿאַר די טויזנטער טוריסטן; וועלכע שפּאַצירן כּסדר איבער די אַלטע פּאַריזער קוואַרטאַלן. פּונקט אַזאַ אײַנדרוק איז בײַ מיר געבליבן פֿונעם סימפּאָזיום גופֿא. נישט געקוקט אויף דער ערנסטקייט פֿון דער אונטערנעמונג, וועלכע איז פֿאָרגעקומען אינעם צענטראַלן בנין פֿון אַ וויכטיקן צווײַג פֿון דער "יו־ען", איז דער סימפּאָזיום געראָטן ווי אַ שעפֿערישע, לעבעדיקע, פֿאַרכאַפּנדיקע און בונטע פֿאַרזאַמלונג. פּראָפֿ׳ יצחק ניבאָרסקי האָט דערקלערט, אין דער אַרײַנפֿיר־סעסיע פֿונעם סימפּאָזיום, אַז די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן בכּיוון פֿאַרבעטן נישט די גוט־באַקאַנטע פֿאַרוואַלטער און פֿאָרזיצער פֿון ייִדיש־אָרגאַניזאַציעס, נאָר אַזעלכע מענטשן — בפֿרט די יונגע־לײַט — וועלכע קאָנען ווײַזן, אַז די ייִדישע שפּראַך אַנטוויקלט זיך טאַקע ווײַטער נישט בלויז ווי עפּעס אַן אינסטיטוציע־פּראָגראַם, נאָר ווי אַ טייל פֿון אַ לעבעדיקער קולטור. פֿאַר אַ לייענער מיט אַ טראַדיציאָנעלער ייִדישער בילדונג, וועלכער איז גוט באַקאַנט מיטן אַראַמישן טייל פֿונעם תּלמוד, האָבן אַלע אַראַמישע טעקסטן אַ ייִדישלעכן טעם, אַפֿילו ווען די מחברים זענען נישט געווען ייִדן. אין אַ געוויסן זין, איז עס טאַקע אַזוי; אַ סך ניט־ייִדישע אַראַמישע טעקסטן זענען פֿעסט פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער טראַדיציע אָדער דערציילן וועגן דער סבֿיבֿה, אין וועלכער עס האָבן געוווינט די תּנ״כישע פּערסאָנאַזשן און די חז״ל. די פֿריִיִקסטע אַראַמישע טעקסטן פֿון מיט 3,000 יאָר צוריק, אין אייניקע פֿאַלן אַפֿילו עלטער, דערציילן אַ סך וועגן דער קולטור און דער געשיכטע פֿונעם ראַיאָן, וווּ ס׳איז אויפֿגעקומען און זיך אַנטוויקלט די ייִדישע רעליגיע, ווי אויך וועגן דעם לעבן פֿון אַנדערע אוראַלטע פֿעלקער. אַזוי, למשל, אין דער באַרימטער אַראַמישער סטעלע, געפֿונען אין תּל־דן, ישׂראל, אין די 1990ער יאָרן, ווערט דערמאָנט "מלך בית־דוד". אַפֿילו פֿאַר אַ הײַנטיקן ייִד איז גאַנץ קלאָר, אַז אין דער דאָזיקער סטעלע גייט די רייד וועגן אַ מלך פֿון דודס דינאַסטיע, הגם אַ טייל פֿאָרשער פֿון דער סקעפּטישער מחנה באַמערקן, אַז דאָס וואָרט "בית־דוד" איז פֿאַרשריבן בלויז אינעם טעקסט און קאָן מיינען, אין פּרינציפּ, עפּעס אַנדערש. גאָר וויכטיקע ייִדישע דאָקומענטן פֿון דער מיצרישער שטאָט אַלעפֿאַנטינע, אָנגעשריבן מיט 2,500 יאָר צוריק, זענען געפֿונען געוואָרן אויף אַן אַלטן סקלאַד אין עגיפּטן אין אַ וווּנדער־גוטן מצבֿ. איינער פֿון די דאָזיקע כּתבֿ־ידן ווערט געוויזן אינעם אַלט־מיצרישן אָפּטייל בײַם ברוקלינער מוזיי. אַ טייל פֿון די מגילות־ים־המלח איז אויך אַראַמישע, אַרײַנגערעכנט די עלטסטע תּרגומים. אַ מערקווירדיקער טייל פֿון תּנ״ך, ווי ס׳איז באַקאַנט, איז אויך פֿאַרשריבן אויף אַראַמיש, דער עיקר, אין די ספֿרים פֿון עזרא און דניאל. אַ סך קלאַסישע מפֿרשים פֿרעגן טאַקע די דאָזיקע קשיא. מיר דאַכט זיך אָבער, אַז ס׳איז בעצם אַ רעטאָרישע קשיא, וואָס יעדער ווייסט שוין דעם ענטפֿער דערויף. די תּורה רעדט נישט בלויז וועגן ייִדן, דערפֿאַר הייבט זי זיך אָן דווקא מיט אַלמענטשלעכע ענינים. און כאָטש אַ סך פּרשיות אינעם חומש האָבן צו טאָן מיט ספּעציפֿיש־ייִדישע מיצוות, קאָן מען נישט איגנאָרירן די אַרומיקע וועלט און מע קאָן פֿון יעדן תּורה־ענין אָפּלערנען אַן אוניווערסאַלן לימוד. מע ווייסט דאָך, אַז אין דער קריסטלעכער וועלט ווערט דער תּנ״ך אָנערקערט ווי אַ הייליקער ספֿר, וואָס דינט ווי אַ קוואַל פֿון אינספּיראַציע און מחשבֿה פֿאַר פֿאַרשיידענע נישט־ייִדישע דענקער און קינסטלער במשך פֿון צוויי טויזנט יאָר. אַדרבה, זענען די קלאַסישע ייִדישע פּירושים אויף דער פּרשה "בראשית" אָפֿט די לענגסטע, אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע טיילן פֿון דער תּורה. יעדער פֿילט, למשל, אַז די מעשׂה וועגן אָדם און חוה איז אָנגעלאָדן מיט "70 פּנימער" פֿון פֿילזײַטיקן באַדײַט, וואָס יעדער מענטש קאָן אין איר געפֿינען עפּעס אַ חידושדיקע פּערזענלעכע עצה. דאָס, וואָס מע פֿרעגט כּלערליי קשיות וועגן דעם אָרט, וואָס די מעשׂה־בראשית פֿאַרנעמט אין דער תּורה, איז אַ קלאָרער אָנווײַז אויף דעם, אַז זי בלײַבט אייביק וויכטיק און רעלעוואַנט פֿאַר אַלעמען. אַזאַ אינטערנאַציאָנאַלע שׂימחת־תּורה איז אַ סימן פֿון אַן אַוניקאַלער אַטמאָספֿער, וועלכע האָט געהערשט אין איטאַליע במשך פֿון הונדערטער יאָר. די איטאַליענישע ייִדישע קהילה איז די איינציקע אין גאַנץ אייראָפּע, וואָס עקזיסטירט שוין במשך פֿון 2,200 יאָר אָן אַזעלכע גרויסע דראַמאַטישע און טראַגישע צרות, ווי ס׳איז געשען אין אַ צאָל אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער, וווּ די ערשטע ייִדן האָבן זיך אויך באַזעצט נאָך פֿאַרן חורבן־בית־המיקדש. אַפֿילו בעניטאָ מוסאָליניס פֿאַשיסטישע רעגירונג האָט, צוערשט, באַשיצט די ייִדן פֿון טויט, נישט געקוקט אויף די בפֿירוש אַנטיסעמיטישע געזעצן; בלויז נאָך סעפּטעמבער 1943, ווען די נאַצי־כּוחות, בראָש מיט דײַשטלאַנד, האָבן אָקופּירט איטאַליע, האָבן די נאַציס אָנגעהויבן פֿאַרשיקן די אָרטיקע ייִדן אין די טויט־לאַגערן. בערך 7,500 איטאַליענישע ייִדן זענען אומגעקומען בעת דעם חורבן; אַ סך ייִדישע תּושבֿים פֿון איטאַליע האָט זיך אָבער אײַנגעגעבן איבערצולעבן דעם חורבן. דאָס מיינט נישט, אַז דאָס ייִדישע לעבן אין איטאַליע איז תּמיד געווען רויִק און גרינג. ווען איך האָב זיך צוערשט באַקענט מיט אָראָבינדאָס מיסטישע טעאָריעס און מיט זײַן "אינטעגראַלער יאָגע", האָב איך באַלד באַמערקט אַ גאַנצע ריי בפֿירושע ענלעכקייטן צו קבלה און חסידות. הרבֿ אַבֿרהם־יהודה חן, אַ באַקאַנטער חב״ד־חסיד און אַן אָריגינעלער דענקער פֿון אַ לינק־אַנאַרכיסטישן שניט, דערקלערט אין זײַן ווערק־זאַמלונג "במלכות היהדות", אַז ראַבינדראַנאַט טאַגאָר, דער באַרימטער אינדישער פּאָעט און שרײַבער, האָט געהאַט, מעגלעך, אַ ייִדישע נשמה און איז געווען דערפֿאַר אַ ייִד אינעם גײַסטיקן זין פֿון וואָרט. מע קאָן זאָגן, אַז אָראָבינדאָ, טאַגאָרס אַ לאַנדסמאַן, זײַנער אַ באַקאַנטער און אַ מיטדענקער, איז נאָך מער ייִדישלעך. אין אָראָבינדאָס פֿאַל איז עס אָבער מער ווי אַ גײַסטיקע ענלעכקייט און גילגולי־נשמות. זײַן בעסטע חבֿרטע, צוזאַמען מיט וועלכער ער האָט אָרגאַניזירט זײַן יאָגע־באַוועגונג, איז געווען אַ ייִדישע פֿרוי און ער איז געווען באַקאַנט מיט די ווערק פֿון אַ מיסטעריעזן ייִדישן מחבר, וועלכע זענען פֿול מיט קבלה־געדאַנקען. ד״ר קרישנאַ דהאַן גהאָש דער טאַטע פֿונעם קומענדיקן גרויסן דענקער, האָט געשיקט זײַן זון, וועלכער איז דעמאָלט געווען אַ קליין קינד, אין אַן אָרטיקער ענגלישער שול. אינעם יאָר 1879, איז דער יונגער אָראָבינדאָ אַוועקגעפֿאָרן קיין מאַנטשעסטער. הגם די ערשטע קאָמפּיוטערס זענען געשאַפֿן געוואָרן נאָך אין די 1940ער יאָרן, און אַ סך קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס האָבן זיך נישט פּרינציפּיעל געביטן במשך פֿון די לעצטע 50 יאָר, ווערן די הײַנטיקע קאָמפּיוטערס אַלץ קלענער. אַ געוויינטלעכער צעל־טעלעפֿאָן איז אַ סך מעכטיקער און גיכער, ווי די אַמאָליקע ריזיקע רעכן־מאַשינען, וואָס זענען אויסגענוצט געוואָרן, למשל, כּדי אָפּצושיקן די ערשטע עקספּעדיציעס אין קאָסמאָס. פֿאַראַכטאָגן שבת איז געשטאָרבן ניל אַרמסטראָנג — דער לעגענדאַרער העלד פֿון דער ערשטער לבֿנה־עקספּעדיציע. זינט יענער תּקופֿה, האָט קיינער מער נישט באַזוכט די לבֿנה, הגם אַלע נייטיקע חשבונות פֿאַר אַזאַ נסיעה קאָן מען הײַנט דורכפֿירן מיט דער הילף פֿון אַ מכשיר, וואָס פּאַסט גרינג אַרײַן אין אַ קעשענע אָדער אַפֿילו אין אַ האַנט־זייגער. ס׳איז אָבער פֿאַראַן אַ סתּירותדיק פֿעלד פֿון פֿאָרשונגען, וווּ קאָמפּיוטערײַ און נאַנאָטעכנאָלאָגיעס קאָנען ברענגען צו אַ נײַער פֿונדאַמענטאַלער וויסנשאַפֿטלעכער רעוואָלוציע. די וואָך האָט דער זשורנאַל ״Nature Materials״ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פֿאָרש־אַרטיקל פֿון אַ גרופּע האַרוואַרדער וויסנשאַפֿטלער, וועלכע האָבן קאָנסטרויִרט, צום ערשטן מאָל, אַ נעץ פֿון מיקראָסקאָפּישע עלעקטרישע דראָטן, פֿאַרבונדן מיט אַ קינסטלעך־געשאַפֿן שטיקל פֿון לעבעדיקע מענטשלעכן צעלן. די פֿאָרשער האָבן אויפֿגעוויזן, אַז מע קאָן שאַפֿן אַ האַלב־לעבעדיקע, האַלב־קאָמפּיוטערישע סיסטעם, וווּ מענטשלעכע נערוון־צעלן זענען אינגאַנצן אויסגעמישט מיט סיליקאָן־דראָטן, און טראַנזיסטאָרס. |