- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
געוויינטלעך, ווען מע שעלט עפּעס אויף ייִדיש, "שיקט" מען עס אין דר׳ערד. מיט צוויי וואָכן צוריק, אָבער, האָבן צוויי מענער, אַ האַוואַיִשער יוריסט און באָטאַניקער, און אַ שפּאַנישער שרײַבער, אָנגעקלאָגט אינעם קרײַז־געריכט פֿון האָנאָלולו, אַז די אייראָפּעיִשע וויסנשאַפֿטלער פּלאַנירן אַן עקספּערימענט, וועלכער וועט, כּלומרשט, אַרײַנציִען די ערד גופֿא אין אַ "שוואַרצער לאָך". אין די נײַעס וועגן דעם איצטיקן קאָנפֿליקט אין טיבעט פֿיגורירט נישט זעלטן דאָס וואָרט "שאַנגרי־לאַ" — דער נאָמען פֿונעם אוטאָפּישן לאַנד אין דזשיימס הילטאָנס ראָמאַן "פֿאַרלוירענער האָריזאָנט". אַ סך אייראָפּעער שטעלן זיך פֿאָר טיבעט, ווי אויך דעם בודיסטישן ווײַטן מיזרח בכלל, ווי אַן עקזאָטישע אידיליע פֿון שלום, אַריכות-ימים, נאַטירלעך לעבן צווישן דער אומבאַרירטער ווילדער נאַטור. בײַ אַ סך מענטשן ווערט דער אויסדרוק "ייִדישע וויסנשאַפֿט" אַסאָציִיִרט מיטן חורבן. די נאַציס פֿלעגן באַשולדיקן די ייִדישע וויסנשאַפֿטלער אין אַרײַנברענגען, כּלומרשט, אַ פֿרעמדן גײַסט, אַ באַזונדערן "ייִדישן מין" וויסנשאַפֿט אין דײַטשלאַנד; אויף אַן אמתן, האָט וויסנשאַפֿט נישט קיין עטנישע און מלוכישע גרענעצן, הגם אין אַ טייל פֿאַלן, קאָן מען זען, ווי די נאַציאָנאַלע קולטור איז משפּיע אויפֿן געדאַנקען-גאַנג פֿון אַ וויסנשאַפֿטלער. ווען עס גייט אַ רייד וועגן אַזעלכע געביטן פֿון וויסנשאַפֿט, וואָס שטודירן פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון דער מענטשהייט גופֿא — למשל, היסטאָריע און לינגוויסטיק — טראָגן אַ סך וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען אין די דאָזיקע געביטן אַ בולטן נאַציאָנאַלן צייכן. אַ גרופּע ביאָלאָגן פֿון רוסלאַנד און דײַטשלאַנד האָבן נישט לאַנג צוריק דורכגעפֿירט אַן עקספּערימענט: זיי האָבן געכאַפּט די טײַך־ראָרזינגער (European reed warblers) בעת זייער פֿרילינג-מיגראַציע, אַריבערגעפֿירט זיי מיט אַן עראָפּלאַן 1,000 קילאָמעטער אויף מיזרח, און אַרויסגעלאָזט. די פֿאָרשער האָבן איבערגעגעבן, אַז די באַפֿרײַטע פֿייגל האָבן געביטן די ריכטונג פֿון זייער פֿלי, און זיך אומגעקערט צום פֿריִערדיקן מאַרשרוט. אין אוריאל ווײַנרײַכס ייִדיש-ענגלישן ווערטערבוך, וווּ עס ווערט געבראַכט אַ קליינע צאָל ייִדישע שפּריכווערטער, וועלכע דער מחבר האָט געהאַלטן פֿאַר די וויכטיקסטע, שטייט, אַז דער אויסדרוק "קיין צוויי נישט קענען ציילן" איז אַ סינאָנים פֿון אַ גאָר נאַיִוון מענטש אָדער אַ נאַר. ענלעכע אויסדרוקן ווערן גענוצט אויך אויף ענגליש, רוסיש און אַנדערע אייראָפּעיִשע שפּראַכן; אַ מערבֿדיקער מענטש קאָן זיך נישט פֿאָרשטעלן, ווי אַזוי קען מען זיך באַגיין אינעם לעבן אָן עלעמענטאַרער אַריטמעטיק. נישט לאַנג צוריק האָט די אויסטראַלישע רעגירונג געבעטן מחילה בײַ די אײַנגעוואָרצלטע תּושבֿים פֿונעם לאַנד — די אַבאָריגענען — וועלכע האָבן געוווינט אין אויסטראַליע מיט אַ סך טויזנטער יאָר פֿריִער, איידער די ערשטע אייראָפּעער האָבן אָנגעהויבן קאָלאָניזירן דעם קאָנטינענט. ווען די ערשטע אייראָפּעער האָבן זיך באַזעצט אין אויסטראַליע, אינעם יאָר 1788, מיט 110 יאָר צוריק, אין פֿרילינג 1898, האָט זיגמונד פֿרויד צוגעגרייט צום דרוק זײַן בוך וועגן דעם פּסיכאָלאָגישן באַדײַט פֿון חלומות. במשך פֿון טויזנטער יאָרן האָבן די מענטשן זיך ערנסט באַצויגן צו זייערע חלומות, און פֿלעגן זוכן אין זיי ענטפֿערס אויף פֿאַרשיידענע לעבנס-פֿראַגעס, פֿאָרויסזאָגונגען פֿון צוקונפֿט און אַנדערע מינים געהיימע אינפֿאָרמאַציע. צוליב פֿרוידס בוך, וואָס ווערט הײַנט פֿאַררעכנט ווי אַ קלאַסישע פּסיכאָלאָגיע-שטודיע, האָבן די פּסיכאָלאָגן אָנגעהויבן פֿאָרשן דעם אָפּטײַטשן פֿון חלומות און דעם פֿענאָמען פֿון חלומען גופֿא ווי אַן ערנסטע וויסנשאַפֿטלעכע דיסציפּלין. מיט 60 יאָר צוריק האָבן די געהיימע אַגענטן פֿון דער סאָוועטישער רעגירונג, נאָך אַ פּערזענלעכן באַפֿעל פֿון סטאַלינען, דערמאָרדעט דעם גרויסן ייִדישן אַקטיאָר, שלמה וואָווסי, באַקאַנט אין דער וועלט אונטער זײַן טעאַטראַלישן נאָמען — מיכאָעלס. די טרויעריקע פּרטים פֿון מיכאָעלסעס מאָרד זענען גוט באַקאַנט; נאָך זײַן טראַגישן טויט, האָט סטאַלינס רעגירונג אומגעבראַכט עטלעכע אַנדערע אָנגעזעענע ייִדישע טוער, און אָנגעהויבן אַ ריי אַנטיסעמיטישע רדיפֿות, וועלכע האָבן אונטערגעריסן די ייִדישע קולטור אינעם לאַנד, און געדינט ווי איינע פֿון די הויפּט־סיבות פֿון דער מאַסן־אַסימילאַציע פֿון מיליאָנען סאָוועטישע ייִדן. נאָך איינער פֿון מײַנע פֿריִערדיקע נסיעות קיין רוסלאַנד, מיט אָנדערהאַלבן יאָר צוריק, האָב איך באַקענט די לייענער פֿון "פֿאָרווערטס" מיטן כּמו־פֿעמיניסטישן פֿרומען זשורנאַל אויף רוסיש, "די וועלט פֿון דער ייִדישער פֿרוי", וואָס ווערט אַרויסגעגעבן דורך אַ גרופּע ליובאַוויטשער פֿרויען, על־פּי־רובֿ רביצינס, אין לוגאַנסק, אוקראַיִנע. דאָס מאָל, בעת מײַן אַנומלטיקן באַזוך, מיט אַ חודש צוריק, האָבן מיך מײַנע פֿרומע פּעטערבורגער חבֿרים באַקענט מיט אַ נײַעם חודש־זשורנאַל: "Черным по белому" ("שוואַרץ אויף ווײַס"), געשאַפֿן דורך די פֿרומע ייִדן און פֿאַר אַ פֿרומען עולם; דער זשורנאַל גייט אַרויס אין ישׂראל, און איז טאַקע אַ שוואַרץ-ווײַסער, אָבער אַ פּרעכטיקער. סוף 18טן יאָרהונדערט האָט זיך אָנגעהויבן אַ פּראָצעס, וועלכער האָט אויפֿגערודערט די גאַנצע וועלט: אויף אַ סך טעקסטילע פֿאַרבריקן, וווּ די אַרבעטער פֿלעגן אַליין דרייען די ווערקשטעלן, שפּינענדיק די פֿעדעם און וועבנדיק די שניט-סחורה, האָט מען אויפֿגעשטעלט די דאַמף-מאַשינען, וועלכע האָבן דערמעגלעכט אויסצופֿירן די אַרבעט אָן דעם מענטשלעכן כּוח. אין דער ערשטער העלפֿט פֿונעם 19טן יאָרהונדערט זענען מעכאַניזירט געוואָרן אַ סך אַנדערע פּראָדוציר-פּראָצעסן. — אינעם מאָסקווער עראָפּאָרט "שערעמעטיעוואָ" האָט זיך צעבראָכן דער באַגאַזש-טראַנספּאָרטער, דערפֿאַר האָב איך פֿאַרשפּעטיקט אויף מײַן צווייטן פֿלי, פֿון מאָסקווע קיין סאַנקט-פּעטערבורג. ענדלעך, אין אַ שעה אַרום, זענען געקומען דרײַ אַרבעטער, און האָבן באַקוקט דעם מעכאַניזם. איינער פֿון זיי האָט זיך צוגעמאָסטן, און געגעבן אַ זעץ מיטן שטיוול; דער טראַנספּאָרטער האָט אַ קרעכץ געטאָן, און אָנגעהויבן זיך דרייען. דאָס דערצייל איך מײַן עראָפּלאַן-שכנה, פֿליִענדיק פֿון ניו־יאָרק קיין פּאַריז; פֿאַרשיידענע מינים דריידלעך זענען צווישן די עלטסטע שפּילעכלעך אין דער וועלט, באַקאַנט פֿון דער פֿריִיִקסטער תּקופֿה פֿון דער מענטשלעכער ציוויליזאַציע, מיט 5,500 יאָר צוריק; מ׳האָט געשפּילט אין דריידלעך נאָך אינעם אוראַלטן שומער, מצרים, כינע און גריכנלאַנד. דריידלעך האָבן תּמיד פֿאַרחידושט פֿילאָסאָפֿן, פּאָעטן און אַפֿילו אַ טייל מיסטיקער, וועלכע האָבן געפּרוּווט פֿאָרויסצוזאָגן דורך זיי די צוקונפֿט. |