- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
לויט אַ באַקאַנטן ווערטל, טאָר מען נישט אָפּשאַצן אַ בוך לויט זײַן טאָוול. דער איינציקער אויסנאַם פֿונעם דאָזיקן כּלל זענען די אילוסיטרירטע קונסט־אויסגאַבעס. ס׳רובֿ קלאַסישע ווערק פֿון וועלט־ליטעראַטור ווערן געדרוקט דווקא מאָנאָטאָניש־באַשיידן; אַדרבה, שרײַענדיקע בונטע טאָוולען זענען אָפֿט אַ סימן פֿון שונד־ביכער. וואָס קאָן מען זאָגן, אָבער, ווען אַ בוך האָט בכלל נישט קיין טאָוול, און אַפֿילו נישט קיין זײַטן אינעם טראַדיציאָנעלן זין פֿון וואָרט; און ווערט פֿאַרשפּרייט בלויז אויף דער אינטערנעץ, אַנשטאָט דער געוויינטלעכער פּאַפּיר־פֿאָרעם? אַ טייל ליטעראַטור־קריטיקער — אַפֿילו די, וואָס פֿאַרשטייען גאַנץ גוט דאָס דערמאָנטע שפּריכווערטל — באַציִען זיך צו דער נעץ־ליטעראַטור נאָך אַלץ מיט אַ חשד. די רוסישע לייענער האָבן לעצטנס צוגעטראַכט אַ ספּעציעל וואָרט, "сетература" — כּדי אונטערצושטרײַכן דעם חילוק צווישן דער "אינטעראַטור" און די קאָנווענציאָנעלע פּאַפּירענע ביכער. יעדער ייִד, וועלכער איז באַקאַנט מיט די נעמען פֿון גרויסע רבנים און רביים, האָט זיכער געהערט פֿונעם באַרדיטשעווער רבין, דעם בריסקער רבֿ, דעם מעזשריטשער מגיד און דעם ווילנער גאָון, הגם נישט יעדער ווייסט, וווּ די דאָזיקע שטעטלעך געפֿינען זיך פּינקטלעך. בײַ אייניקע פֿעלקער — למשל, בײַ די אירלענדער — זענען פֿאַראַן לידער וועגן כּמעט אַלע זייערע שטעטלעך. די אייניקלעך פֿון די אירלענדישע אימיגראַנטן, וואָס וווינען שוין צוויי־דרײַ דורות אין אַמעריקע, זינגען נאָך אַלץ אַזעלכע לידער ווי "ספּענסיל־היל" אָדער "די פֿעלדער פֿון אַטענרײַ", הגם בלויז אַ טייל פֿון זיי קאָנען אָנווײַזן די דאָזיקע ערטער אויף דער מאַפּע פֿון אירלאַנד. דעם 27סטן אויגוסט האָט דער מחבר פֿון די שורות פֿאַרעפֿנטלעכט אינעם "פֿאָרווערטס" אַן אַרטיקל וועגן וולאַדימיר סאָלאָוויאָוו — אַ באַרימטער רוסישער קריסטלעכער פֿילאָסאָף און אוהבֿ־ישׂראל. זײַנע אידעען האָבן אַרויסגערופֿן אַן אינטערעס בײַ אַ צאָל ייִדישע מיסטיקער. ווייניק מענטשן ווייסן אָבער וועגן דעם גרויסן איטאַליענישן רבֿ, פֿילאָסאָף און מקובל אליהו בן־אַמוזג (בענאַמאָזעג), וועלכער האָט אויסגעאַרבעט אַן אוניווערסאַלע פֿילאָסאָפֿיע, באַגרינדעט אויף קבלה, וועלכע האָט צוגעצויגן אַ צאָל קריסטלעכע "חסידים". אין אַ סך אַספּעקטן, איז ער געווען אַ ייִדישער "צווילינג" פֿון סאָלאָוויאָוון; אין זייערע געדאַנקען גייען זיי, אָפֿטמאָל, ממש טריט בײַ טריט; ביידע האָבן געלעבט אין דער זעלבער צײַט און ניפֿטר געוואָרן אינעם זעלבן יאָר. מיט דרײַ יאָר צוריק, האָט דער מחבר פֿון די שורות אָנגעשריבן אַן אַרטיקל מיט נאָמען "יצחק-נחמן שטיינבערגס ירושה: רעוואָלוציע, עטיק און פֿרומקייט", לכּבֿוד דעם 50סטן יאָרצײַט פֿונעם באַקאַנטן ייִדישן טוער און דענקער. אין מײַן אַרטיקל, האָב איך דערמאָנט, אַז שטיינבערג האָט קריטיקירט דעם "מעכאַנישן" סאָציאַליזם פֿון ס׳רובֿ מאַרקסיסטן, און געהאַלטן, אַז מע קאָן אויפֿבויען אַ יושרדיקע געזעלשאַפֿט בלויז דורך אַ שעפֿערישן און גײַסטיקן פּראָצעס. די דאָזיקע אידעע שטאַמט פֿונעם באַרימטן ייִדיש־דײַטשישן אַנאַרכיסט און רעוואָלוציאָנער גוסטאַוו לאַנדאַוער. שטיינבערג דערמאָנט כּסדר לאַנדאַוערן, דירעקט און אומדירעקט; אַ פּאָר רוסישע פֿאַרלאַגן האָבן זיך מיט עטלעכע יאָר ערנסט פֿאַרנומען מיט ייִדישער ליטעראַטור — דהײַנו, מיט די קלאַסישע ווערק, וועלכע זענען טאַקע אָנגעשריבן אויף דער ייִדישער שפּראַך. בײַ ס׳רובֿ רוסיש־רעדנדיקע ייִדן, בפֿרט פֿונעם ייִנגערן דור, האָט זיך געשאַפֿן אַזאַ סטערעאָטיפּ, אַז די ייִדישע ליטעראַטור באַשטייט, כּלומרשט, בלויז פֿון רוסישע אָדער ענגלישע ביכער, וווּ עס ווערן כאָטש אַ פּאָר מאָל דערמאָנט די ייִדישע טעמעס, ווי אויך פֿון ווייניק־באַקאַנטע ישׂראלדיקע ביכער אויף העברעיִש. לויט אַן אויספֿרעג אויף אַ באַקאַנטער ליטעראַרישער וועבזײַט "בוקניקי", האַלט אַ גרויסער טייל ייִדן אין רוסלאַנד, אַז זיי "פֿילן זיך ווי אַ ייִד", ווען זיי לייענען די "ייִדישע שרײַבערין" דינה רובינאַ — אַ ישׂראלדיקע פּראָזאַיִקערין, די שטאַרקסטע באַסטיאָנען פֿון דער ייִדישער שפּראַך, וווּ אַלע קינד־און־קייט רעדן טאָג־טעגלעך אויף ייִדיש אין דער היים און אויף דער גאַס, זענען די הײַנטיקע חסידישע קוואַרטאַלן און שטעטלעך אַרום דער וועלט, בפֿרט דער ברוקלינער ראַיאָן וויליאַמסבורג — די היים פֿון צענדליקער טויזנטער סאַטמאַרער חסידים, וועלכע פֿאַרנעמען אומקאָמפּראָמיסלעכע פּאָזיציעס וועגן דער שפּראַך, און האַלטן פֿאַר אַ גרויסער מיצווה צו רעדן דווקא אויף ייִדיש. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ צאָל אַנדערע ענלעכע ערטער, אַזעלכע ווי די בני־ברק אָדער באָראָ־פּאַרק, וווּ מע רעדט שוין מער העברעיִש אָדער ענגליש, לעבן אין וויליאַמסבורג אַ סך קינדער, וואָס קענען בכלל נישט קיין אַנדער לשון, און לערנען זיך ענגליש אויס, שפּעטער, ווי אַ צווייטע שפּראַך. מיט 110 יאָר צוריק, דעם 12טן אויגוסט 1900, איז געשטאָרבן וולאַדימיר סאָלאָוויאָוו — אַ גרויסער רוסישער פֿילאָסאָף, פּאָעט, קריסטלעכער טעאָלאָג, פּובליציסט און ליטעראַטור־קריטיקער. אין דער ייִדישער וועלט איז ער צום מערסטן באַקאַנט ווי אַ גרויסער באַשיצער פֿון ייִדן און זייערע בירגער־רעכט. סאָלאָוויאָווס לעבן איז געווען טיף פֿאַרבונדן מיט ייִדן. די רוסישע גלחים האָבן אין יענער צײַט כּסדר געפּריידיקט, אַז די ייִדן זענען די "פֿאַרשאָלטענע קינדער פֿונעם שׂטן". ווי אַ זעלטענער אויסנאַם, האָט סאָלאָווויאָוו ביזן לעצטן טאָג פֿון זײַן לעבן געקעמפֿט קעגן אַנטיסעמיטיזם; אַפֿילו אויפֿן טויטן־בעט, אויסגעמאַטערט פֿון דער סכּנותדיקער מחלה, האָט ער געזאָגט תּהילים אויף העברעיִש לטובֿת דעם ייִדישן פֿאָלק. די קאָמפּיוטער־שפּילערײַען זענען הײַנט ברייט פֿאַרשפּרייט אין דער וועלט, און זענען פּאָפּולער צווישן קינדער און דערוואַקסענע. גענוג מענטשן פּטרן אויף זיי אַ גרויסן טייל פֿון זייער צײַט און ענערגיע. אין עקסטרעמע פֿאַלן, ווערן די סאַמע פֿאַרביסענע "גיימערס" אַזוי שטאַרק אַרײַנגעצויגן אין דער שפּיל און צוגעבונדן צו דעם קאָמפּיוטער, אַז זיי פֿאַרגעסן וועגן אַרבעט און דעם פּערזענלעכן לעבן. אַזאַ "ווירטועלע נאַרקאָמאַניע" קאָן ברענגען צו אַ גט און אַרבעטלאָזיקייט. ס׳טײַטש — מע טאָר דאָך נישט צייכענען קיין מלאכים! אַזאַ רעאַקציע רופֿט אַרויס בײַ אַ טייל ייִדן דער פּרעכטיקער אילוסטרירטער קינדער־חומש, וואָס מײַן ווײַב האָט געקויפֿט נישט לאַנג צוריק אויף דער אינטערנעץ. דער ישׂראלדיקער מאָלער, זלי סמעכאָוו, געבוירן אין מאָסקווע, האָט באַהאַנדלט די תּורה־פּערסאָנאַזשן אויף אַן אָריגינעלן קינסטלערישן און חנעוודיקן אופֿן: חוה מיט לאַנגע רויטע האָר טראָגט אַ היפּי־בענדל אויף איר קאָפּ; די מלאכים זעען אויס ווי די מיטל־מיזרחדיקע מענער, אָנגעטאָן אין אוראַלטע קליידער און באַפֿליגלט ווי די פֿייעס פֿון "דיסני"־אַנימאַציעס. די אילוסטראַציעס זענען טשיקאַווע, אָבער נישט צו אַנאַכראָניסטיש און פּאָסטמאָדערניסטיש. זונטיק פֿאַראַכטאָגן, דעם 6טן יוני, איז אינעם בראָנקסער "שלום־עליכם־צענטער" פֿאָרגעקומען אַ לעקציע פֿון עליע מאָזעסאָן, אַ סטודענט פֿונעם קאָלומביע־אוניווערסיטעט, אויף דער טעמע "ייִדיש און מיסטיציזם". דער לעקטאָר האָט דערציילט וועגן אַזעלכע פּאָפּולערע ספֿרים אויף ייִדיש, ווי "קבֿ הישר" און "נחלת־צבֿי", וואָס זענען פֿול מיט מיסטישע מעשׂיות פֿונעם זוהר און אַנדערע קבלה־ענינים, ווי אויך וועגן חסידישע שפּראַך־טעאָריעס, לויט וועלכע ייִדיש איז אַ הייליקע אָדער האַלב־הייליקע שפּראַך, אַזוי ווי דער תּלמודישער אַראַמיש, וואָס איז אויך אַמאָל געווען דאָס מאַמע־לשון פֿאַר אַ סך ייִדן, מיט עטלעכע חדשים צוריק, האָט די אַמעריקאַנער קאָסמאָס־אַגענטור, "נאַסאַ", אַנטדעקט אַ "מערקווירדיקן סכום וואַסער" אויף דער לבֿנה. דעם 9טן אָקטאָבער, האָט אַ ספּעציעלער סאַטעליט, מיטן נאָמען "LCROSS", אַרײַנגעוואָרפֿן זײַן אויסגענוצט ליידיקן ראַקעט־מאָטאָר אינעם קראַטער קאַבעוס, וואָס געפֿינט זיך בערך אַרום 62 מײַל פֿונעם צפֿונדיקן לבֿנה־פּאָלוס. זײַענדיק אַראָפּגעוואָרפֿן פֿון דער אָרביטע אין דער וואַקוּוּם־סבֿיבֿה, וווּ ס׳איז נישטאָ קיין לופֿט, וואָס וואָלט פֿאַרזאַמט דאָס פֿאַלן, האָט דער מאַסיווער מעטאַלענער אָביעקט געדינט ווי אַ באָמבע. אַ סך מענטשן, אַרײַנגערעכנט געבילדעטע ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר, ווערן פֿאַרחידושט, ווען זיי דערוויסן זיך וועגן דער אוניקאַלער אַרכיטעקטור־ און מאָלערײַ־טראַדיציע פֿון הילצערנע שילן, וועלכע איז אַמאָל אָנגענומען געוואָרן אין גאַנץ ליטע און פּוילן, ווי אויך אין אַ טייל אַנדערע ראַיאָנען פֿון מיזרח־אייראָפּע. פֿאַר אַ הײַנטיקן ייִד האָבן די אַלטע מיזרח־אייראָפּעיִשע בתּי־תּפֿילות אַ כּמו־מיזרחדיקן טעם, ווי זיי וואָלטן געשטאַנען נישט אין די ליטווישע שטעטלעך, נאָר ערגעץ אין כינע אָדער טיבעט. |