- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די היסטאָריע ווערט קיינמאָל נישט געשריבן פֿון פֿאָרויס און עס זײַנען נישטאָ הײַנט די נבֿיאים וואָס זאָלן קענען פֿאָרויסזאָגן, וועלכן אָרט ס׳וועלן פֿאַרנעמען די הײַנטיקע פּאַסירונגען אין אונדזער וועלטל אין די געשיכטע־ביכער פֿון מאָרגן. עס זײַנען שוין געווען מער דראַמאַטישע, מער שטורמישע און מער "היסטאָרישע" געשעענישן אין דער תּקופֿה פֿון אונדזער דור און אין אונדזער געשיכטע. דער באַגריף פֿון אַ "ייִדישער ליטעראַטור אויף אַ ניט־ייִדישער שפּראַך" שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ האַרבע טעאָרעטישע פּראָבלעם. צי נעמט דער דאָזיקער באַגריף אַרײַן אַלץ, וואָס איז אָנגעשריבן געוואָרן פֿון ייִדישע מחברים? אָדער מוז אַזאַ ליטעראַטור אומבאַדינגט באַהאַנדלען ייִדישע טעמעס? צי דאַרף זי זײַן ספּעציפֿיש געצילט אויף דעם ייִדישן עולם? אָדער אפֿשר איז דאָס גאָר ניט מעגלעך; און אַ ייִדישע ליטעראַטור קאָן עקזיסטירן נאָר אויף אַ ייִדישער שפּראַך? אָט די און אַנדערע קשיאות געפֿינען זיך אינעם צענטער פֿון הײַנטיקע ליטעראַריש־קריטישע וויכּוחים. אַמאָל איז אין אַ שטעטל געווען אַ גרויסער מכניס־אורח. ער פֿלעגט נישט גיין עסן, אַז ער האָט נישט געהאַט קיין אורח צום טיש, און טאָמער האָט ער נישט געהאַט קיין אורח, פֿלעגט ער אַרויסשיקן דעם שמשׂ אויסזוכן אַן אורח. איין מאָל, ווען ער איז אין דער היים נישט געווען, קומט אַרײַן אַן אָרעמאַן און בעט אַ נדבֿה. גיט אים דאָס ווײַב אַ קאָפּיקע, וויל ער נישט נעמען. גיט זי אים צוויי קאָפּיקעס, וויל ער אויך נישט נעמען. הכּלל, בקיצור, זי איז אַרויפֿגעקומען ביז אַ האַלב קערבל, און ער וויל אַלץ נישט נעמען, האָט זי געזאָגט: "מער איז נישט אין מײַן רשות צו געבן. איך וועל גיין אין בית־המדרש אַרײַן נאָך מײַן מאַן". דעם 14טן מײַ 1948, מיטן פּראָקלאַמירן מדינת־ישׂראל, איז די עגיפּטישע אַרמיי אַרײַנגעדרונגען אין דרום־ישׂראל, ווי אַ טייל פֿון אַ קאָאָרדינירטן אַטאַק פֿון די שכנותדיקע אַראַבישע מדינות. אָבער די קרעפֿטן פֿון צה"ל האָבן מצליח געווען צו אָקופּירן דעם סיני־האַלבאינדזל ביז על־אַריש און די מלחמה האָט זיך געענדיקט דעם 24סטן פֿעברואַר 1949 מיט אַ וואָפֿנשטילשטאַנד־אָפּמאַך, וואָס איז אונטערגעשריבן געוואָרן אויף דעם ראָדאָס־אינדזל. איז וווּ זשע האַלט מען? דאַכט זיך בײַ "זינד," וואָס שפּילט איצט אין "ברוך־קאַלעדזש," וועלכער געפֿינט זיך אויף לעקסינגטאָן־עוועניו און דער 25סטער גאַס. די פּיעסע איז געבויט אויף יצחק באַשעוויס־זינגערס דערציילונג וואָס הייסט אויף ענגליש The Unseen, אויף ייִדיש מסתּמא "די פֿאַרבאָרגענע." אָבער איך בין נישט זיכער דערין. אַדאַפּטירט די דערציילונג פֿאַר דער בינע האָט משה אַלטמאַן, נישט קיין פּנים־חדשות אויף דער ייִדישער גאַס. די לעצטע פּאָר יאָר האָט ער אַנטדעקט די "פֿאָלקסבינע נאַציאָנאַלן ייִדישן טעאַטער", געוואָרן פֿאַרכאַפּט פֿון אַלטע ייִדישע פּיעסעס, גענומען זיי אַדאַפּטירן פֿאַר דער בינע ביז ער האָט באַקומען דעם טיטל פֿון אַסיסטענט־אַרטיסטישער דירעקטאָר. חג־הפּסח אינעם חומש זענען פֿאַראַן צוויי פּסוקים וועגן דעם יום־טובֿ פּסח, וואָס זעען אויס ווי סתּירותדיקע. אין איין אָרט, בײַם סוף פֿון דער פּרשה "ראה", שטייט געשריבן: "ששת ימים תאכל מצות" — איר זאָלט עסן די מצות זעקס טעג, און דעם זיבעטן זאָל מען פּראַווען אַ באַזונדערן יום־טובֿ — עצרת — פֿאַרן אייבערשטן. די פּרשה "בא", וווּ עס גייט אַ רייד וועגן יציאת־מצרים, זאָגט אָבער אָן, אַז מע דאַרף עסן מצות זיבן טעג. מײַן מאַמע פֿלעגט אויסרופֿן "ס׳איז אַ וועלט מיט וועלטעלעך!", ווען זי האָט דערהערט אָדער דערזען עפּעס אַ חידוש. אין דער אמתן איז די וועלט טאַקע אַזאַ: פֿול מיט ניט־פֿאָרויסגעזעענעם וווּנדער, קליין און גרויס. ווויל איז יענעם, וואָס קען יעדן טאָג אַנטדעקן נײַעסן אין דער אייגענער סבֿיבֿה. און דאָס איז וואָס ציט מיך צו פֿאָרשונג: דאָס שפּאָגל נײַע וואָס איז אָפֿט אומדערוואַרט באַהאַלטן אינעם אַלטן און גוט־באַקאַנטן. די פֿון אונדז וואָס זענען טיף אַרײַנגעטאָן אין שפּראַך־פֿאָרשונג, דער עיקר מיט פּרוּוון אויפֿצוהיטן לפֿי־ערך קליינע און שוואַכע לשונות, האָבן מיט רעכט געקענט אויסרופֿן "ס׳איז אַ וועלט מיט וועלטעלעך" בשײַכות מיט דער אַרבעט פֿון אַ קליינער גרופּע קאָלעגעס, איך מיין, אַז אַלע פּראָפֿעסיאָנעלע מוזיקער, דערצויגן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, האָבן געהערט וועגן דער באַקאַנטער מוזיקאַלישער משפּחה גנעסין — מיכאַיִל און זײַנע שוועסטער, וועלכע האָבן געשאַפֿן אַ דורכגעטראַכטע סיסטעם פֿון אַ מוזיקאַלישער דערציִונג, אָנהייבנדיק פֿון די מוזיק־שולן פֿאַר קינדער ביז דער העכסטער קאָנסערוואַטאָריע־בילדונג. זייער מעטאָדיק, אויך הײַנט צווישן די בעסטע אין דער וועלט, האָט זיך רעאַליזירט אין מאָסקווע, וווּ זיי האָבן געעפֿנט די מוזיקאַלישע לערן־אַנשטאַלטן: צען־יאָריקע שול, טעכניקום, אינסטיטוט, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון מיכאַיִל גנעסין. איר ווייסט, וואָס איז דער אונטערשייד צווישן אַ מענטש און אַ שטאָט? דער מענטש שטרעבט וואָס לענגער צו בלײַבן יונג, און אַ שטאָט איז גרויס מיט איר עלטער, אַלטקייט. פֿאַר וואָס? ווײַל דער אויסדויער פֿון צײַט איז ווי אַ גאַראַנטיע פֿון דעם, אַז די שטאָט איז היסטאָריש און קולטורעל רײַך. אַלטע שטעט זײַנען ענלעך צו אַלטע ספֿרים, וואָס מע קען זיי לייענען אָן אַ שיעור. איינע פֿון אַזעלכע שטעט איז אויך טשערנאָוויץ — אַ לעבעדיקער אייראָפּעיִשער קרייצוועג אויף דער שוועל פֿון די קאַרפּאַטן־בערג און אויפֿן ברעג פֿונעם טײַך פּרוט. טשערנאָוויץ איז שטענדיק געווען אַ שטאָט, וווּ עס האָבן געלעבט אַ סך פֿעלקער. די אַספּיראַנטקע פֿון "בערקלי"־אוניווערסיטעט, זוהר ווײַנמאַן־קעלמאַן, שפּרודלט מיט פּלענער פֿאַרן מאָרגן פֿון ייִדיש; אַ מחיה צו פֿאַרברענגען מיט איר און זיך צוהערן צו איר התפּעלות פֿאַר מאַמע־לשון און פֿאַר דער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער קולטור און וויסנשאַפֿט. זי איז געבוירן געוואָרן און אויפֿגעוואַקסן אין ירושלים, און האָט שטודירט ייִדיש און די ייִדישע ליטעראַטור אינעם דאָרטיקן "העברעיִשן אוניווערסיטעט". מיט פֿינעף יאָר צוריק איז זי געקומען קיין קאַליפֿאָרניע צו שטודירן פֿאַרגלײַכיקע ליטעראַטור אין "בערקלי", מיטן טראָפּ אויף דער ייִדישער ליטעראַטור. מע קען ניט זאָגן, אַז מיר זײַנען זייער רײַך מיט פֿאָרשונגען פֿון ייִדישע צײַטונגען בכלל און פֿון די ניו-יאָרקער צײַטונגען בפֿרט. אָבער יעדע נײַע פֿאָרשונג ציטירט, בדרך-כּלל, די פֿאָרש-אַרבעט, וואָס איז אַרויס מיט 85 יאָר צוריק אין ניו-יאָרק. די רייד גייט וועגן אַן אינטערעסאַנט און נוצלעך בוך, וואָס איז אין גאַנצן געווידמעט דער טעמע פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער פּרעסע — The Yiddish Press: An Americanizing Agency. דניאל טשאַרני (1888—1959) ווערט איצט זעלטן דערמאָנט, סײַדן די רייד גייט וועגן אַקאַדעמישע פֿאָרשונגען. ווי אַ דיכטער, האָט ער ניט געהערט צו די "גרויסע" מײַסטערס פֿונעם ייִדישן וואָרט. זײַן בײַטראָג איז געווען, דער עיקר, אַ זשורנאַליסטישער און אַ מעמואַריסטישער. זײַנע ניט-פּאָעטישע ביכער — "משפּחה-כראָניק", "באַרג-אַרויף", "די וועלט איז קײַלעכדיק", "אַ יאָרצענדליק אַזאַ" און אַנדערע — דערציילן אַ סך וועגן דער ייִדישער סבֿיבֿה, אין וועלכער טשאַרני איז געבוירן געוואָרן, אַרײַן אין די פֿעדערן און געווען טעטיק. |