- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דעם 5טן סעפּטעמבער, 1882, זענען זיך צונויפֿגעקומען אַן ערך צען טויזנט מענטשן אין דער שטאָט ניו־יאָרק פֿאַרן ערשטן "לייבאָר־דיי"־פּאַראַד. זיי האָבן מאַרשירט פֿון "סיטי־האָל" (ראָטהויז), פֿאַרבײַ "יוניאָן־סקווער" און זיך פֿאַרקערעוועט צו דער 42סטער גאַס. דאָרטן האָבן זיי זיך פֿאַרגונען אַ פּיקניק, אַ קאָנצערט און דרשות פֿון פּאָליטיקער און אַרבעטער־פֿירערס. די גאַנצע אונטערנעמונג איז אָרגאַניזירט געוואָרן מיט גרויס התמדה דורך דעם "צענטראַלן אַרבעטער־קאָמיטעט" פֿון ניו־יאָרק, אַ "דאַך־אָרגאַניזאַציע" אין וועלכער עס זענען געווען אָנגעשלאָסן פֿאָרשטייערס פֿון גאָר אַ סך לאָקאַלע יוניאָנס. היסטאָריקער דעבאַטירן נאָך אַלץ צווישן זיך וועגן דעם וועמענס געדאַנק עס איז געווען מלחתּחילה. נאָר ס׳איז קלאָר, אַז ס׳איז אַרויסגעוואַקסן פֿון די רייען פֿון דער אָרגאַניזירטער אַרבעטערשאַפֿט אין אַ צײַט ווען זיי האָבן געוואָלט באַווײַזן דעם כּוח פֿון דער באַוועגונג און פֿאָדערן פֿאַרבעסערונגען אין זייערע אַרבעטס־באַדינגונגען. דער פּאַראַד איז געווען אַ המצאה פֿון דער־אָ דעמאָלטיקער פֿראַטערנאַלער אָרגאַניזאַציע "די ריטער פֿון קאָלומבוס". באַלד נאָך אַזאַ דערפֿאָלג האָט די פֿירערשאַפֿט פֿון דער אָרגאַניזאַציע אָנגענומען אַ באַשלוס יעדן יאָר ווידער אַ מאָל צו אָרגאַניזירן אַזאַ פּאַראַד (און נאָך אַ גרעסערן אַפֿילו, פֿאַרשטייט זיך) און דעם פּאַראַד־טאָג אַ נאָמען געגעבן "אַרבעטער־טאָג" (אויף ענגליש: "לייבאָר־דיי") אין אָנערקענונג פֿון די וואָס אַרבעטן און אויף וועמענס אַרבעט מיר שטיצן זיך אַלע. די אייראָפּעיִשע אַרבעטער־פּאַרטייען האָבן שוין פֿריִער געיובֿלט דעם ערשטן מײַ כּדי דערמיט צוצוציִען נײַע מיטגלידער. אָבער די אַמעריקאַנער האָבן בכּיוון אויסגעקליבן גאָר אַן אַנדער דאַטע (פּינקטלעך דעפֿינירט ווי "דער ערשטער מאָנטיק נאָכן ערשטן דינסטיק פֿון סעפּטעמבער") כּדי מען זאָל זיי, חלילה, ניט פֿאַרמישן מיט די קאָמוניסטן. "סטאַטיסטיק" וועגן ייִדיש איז זייער אַ דעליקאַטער ענין. ערשטנס, דאַרף מען דאָך ציילן מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע מינים און לויט פֿאַרשיידענע סימנים. ייִדן האָבן ספּעציעל ניט ליב ווען מען ציילט זיי. דערפֿאַר זאָגט מען דאָך בײַ אונדז אין דער משפּחה, "ניט איינס", "ניט צוויי", אאַז״וו, אויב עמעצער פֿרעגט די פּשוטסטע נומערישע פֿראַגע; למשל, וועגן וויפֿל "זענען מיר הײַנט בײַם טיש?" מיר זענען טיף איבערצײַגט, אַז קיין גוטס קען דערפֿון ניט אַרויס, אַז ס׳קען נאָר, חלילה, שאַדטן. דערצו, קומט נאָך צו די חשיבֿות פֿון דעם געציילטן. "עני חשובֿ כּמת", זאָגן מיר און אין דער וועלט פֿון לשונות איז ייִדיש נעבעך אַן עני (אָרעמאַן) און ס׳איז ניט כּדאַי זיך דערמיט צו פֿיל צו צאַצקען. אין דער מאָדערנער וועלט אָבער, וווּ רעגירונגען ציילן כּסדר אַלץ און אַלעמען, מוזן זיי, פֿון צײַט צו צײַט, אויך ציילן און "דערציילן" וויפֿל פֿון זייערע אײַנוווינערס ס׳רעדן אויף איין שפּראַך צי אויף אַן אַנדערער. פֿון אָט דעם "דערציילן" וואַקסט אַרויס אַן אַנדער צרה: די לשונות וועמען עס גייט גוט, זיי הייבן אָן צו ווערן נאָך בעסער בלויז פֿונעם דערציילן אַליין. מענטשן האָבן ליב זיך צו אידענטיפֿיצירן מיט לשונות וועמען עס גייט מיט דער פּוטער אַרויף און זיך אָפּצוטרייסלען פֿון די וועמען עס גייט מיט דער פּוטער אַראָפּ. צוליב אָט די אַלע סיבות בין איך ניט קיין שטאַרקער מאמין אין שפּראַך־סטאַטיסטיק. אָבער פּונקט ווי בײַם פּסחדיקן סדר איז אויך וועגן דעם ענין "שפּראַך" פֿאַראַן אַ וויכטיקע "פֿערטע קשיא": וואָס איז אייגנטלעך פּונקט די פֿראַגע אויף וועלכער די אויסגעפֿרעגטע מוזן ענטפֿערן. אויב מען בײַט אַפֿילו איין וואָרט פֿון דער פֿראַגע באַקומט מען אַן אַנדער ענטפֿער, פֿון איין לאַנד צו אַן אַנדערן און פֿון איין יאָר צו אַן אַנדערן. די צרה איז וואָס די פֿראַגע בלײַבט ניט אַלע מאָל פּונקט די זעלבע פֿון מאָל צו מאָל. אויב מען פֿרעגט אויף איין אָרט וועגן "מוטערשפּראַך", אויף אַן אַנדערס וועגן "היימשפּראַך" און אויף אַ דריט אָרט וועגן "שפּראַך פֿון דער קינדהייט" באַקומען זיך יעדער מאָל אַנדערע ענטפֿערס אַפֿילו אינעם זעלבן טאָג און פֿון די זעלבע אינפֿאָרמאַנטן. און אויב דערצו בײַט מען נאָך דאָ און דאָרט אַ וואָרט פֿון דער פֿראַגע פֿון איין יאָר צום צווייטן, ווערן שוין די ענטפֿערס צו אַלע פֿראַגעס "ניט־פֿאַרגלײַכלעך" און דאָס איז שוין די "הויפּטזינד" בײַ שפּראַך־סטאַטיסטיקער. מערסטע צײַטונגען מיינען, אַז זייערע לייענער האָבן ניט קיין געדולד און ניט קיין אינטערעס צו לייענען באַריכות וועגן גאָר־גאָר לשונות וואָס ווערן איצט פֿון דאָס נײַ געפֿאָרשט. וויפֿל האָבן מערסטע צײַטונגען אונדז דען דערציילט וועגן דעם 21־בענדיקן ווערטערבוך וואָס איז לעצטנס אַרויס פֿון די בבֿלישע און אַסירישע וואַריאַנטן וואָס מען האָט שוין 2,000 יאָר ניט גערעדט און וואָס עס האָט געדויערט 200 יאָר זיי צו דעשיפֿרירן און 90 יאָר זיי צוצוגרייטן צום דרוק? מיר איז דאָס אַלץ גאָר שטאַרק אינטערעסאַנט, און ניט סתּם ווײַל איך בין אַ סאָציאָלינגוויסט, נאָר ווײַל איך בין אַ שטיקל בעל־בטחון אויך. איך גלייב, אַז קיין זאַך וואָס ייִדן שאַפֿן פֿאַר די דורות וועט ניט פֿאַרלוירנגיין און אַז עס וועלן זיך תּמיד באַווײַזן מבֿינים אָט די שאַפֿונגען אָפּצושאַצן און זיי אויסצוטײַטשן און פֿון דאָס נײַ זיי צו באַלעבן, פֿאַרשפּרייטן און פֿאַרפּירסומען. אַקאַדיש דאָס לשון מיט וועלכן דאָס ווערטערבוך גיט זיך אָפּ איז "אַקאַדיש", דאָס לשון אויף וועלכן דער גרויסער מלך סאָרגאַן האָט אָנגעפֿירט מיט דער סאַמע ערשטער וועלט־אימפּעריע, די אַקאַדישע אימפּעריע, מיט אַן ערך 26 הונדערט יאָר פֿאַר דער נײַער צײַטרעכענונג. אויף אָט דעם זעלבן לשון האָט האַמוראַבי פֿאַרפֿעסטיקט דעם ערשטן געזעצן־קאָדעקס מיט אַן ערך 1,900 יאָר פֿאַר דער נײַער צײַטרעכענונג, און דאָס ערשטע ריזיקע ווערק פֿון דער וועלט־ליטעראַטור, דער "עפּאָס פֿון גאַלגאַמעש", איז אָנגעשריבן געוואָרן. אויף אָט דעם לשון האָט נבֿוכדנצר דער צווייטער אויפֿגעבויט די באַרימטע "הענגענדיקע גערטנער פֿון בבֿל". ס’איז געווען די ערשטע וועלטשפּראַך פֿון האַנדל־ און געשעפֿט־פֿירונג בכלל, פֿון באַוואַסערן די ריזיקע מידבריות אין מיטל־מיזרח און פֿון פֿאָרויסזאָגן די צוקונפֿט און דעם רצון פֿון די געטער. ס’איז אַ ניט־פֿאַרבײַטלעך לשון פֿאַר יעדן איינעם וואָס וויל זיך דערגרונטעווען צו די עיקר־יסודות פֿון דער מעסאָפּאָטאַמישער וועלט. אַקאַדיש איז מסתּמא געווען די סאַמע ערשטע שרײַבשפּראַך אויף דער וועלט, אַ "פֿלעקלשריפֿט" דורך וועלכער מען קען עד־היום דערגרייכן צוריק צו די סומערישע כּתבֿים פֿון קנאַפּע 4,000 יאָר צוריק; די כּתבֿים פֿון די סאַמע עלטסטע שטעט און צענטערס פֿון לייענעוודיקייט בײַ די ברעגן פֿון די טײַכן פּרת און חידוקל אין טיילן פֿון דער הײַנטיקער סיריע און איראַק, פֿון די מקומות פֿון וועלכע אונדזער אַבֿרהם אָבֿינו אַליין האָט אויך געשטאַמט. די פֿראַגע וועגן דעם וואָס ס׳איז געווען דאָס ערשטע לשון איז זייער אַן אַלטע פֿראַגע ("דאָס לשון פֿון אָדם און חווהן") און ס׳איז אַפֿילו איינע פֿון די עלטסטע וויסנשאַפֿטלעכע פֿראַגעס, מיט וועלכע די מענטשהייט פֿאַרנעמט זיך עד־היום. אַזוי ווי קינדערלעך רעדן ניט קיין שום לשון באַלד בײַם געבוירן ווערן, דאַרף דאָך אָט די פֿעיִקייט קומען צו זיי פֿון אַ טיף־אײַנגעבוירענעם איבערנאַטירלעכן מקור. מען איז גרינג געקומען צו דער הסכּמה, אַז דער מקור מוז זײַן אַ געטלעכער. אָבער דורך וועלכע לכתּחילהדיקע געטלעכע אָנהייבן און פּרוּוון זײַנען די הײַנטיקע וועלטשפּראַכן צו אונדז "דערגאַנגען?" אַ געוויסן חוש פֿאַר שפּראַכנבײַט און שפּראַך־אַנטוויקלונג האָבן פֿאָרט די אַמאָליקע פֿאָרשערס און דענקערס פֿאַרמאָגט. וואָס זשע זענען געווען זייערע השׂגות וועגן דער ערשטער שפּראַך בײַם מענטשן־מין? רש״י און דאַנטע אי ייִדן, אי קריסטן, האָבן אַ מאָל געהאַלטן, אַז לשון־קודש איז געווען דאָס ערשטע מענטשלעכע לשון. אויף אָט דעם לשון האָט דאָך דער רבונו־של־עולם די וועלט באַשאַפֿן. אויף אָט דעם לשון האָט ער אויסגערופֿן "יהי אור!" ביזן בבֿל־טורעם האָט משמעות די גאַנצע מענטשהייט פֿאַרמאָגט נאָר איין לשון. נאָך דעם דורכגעפֿאַלענעם פּרוּוו אויפֿצושטעלן דעם בבֿל־טורעם, האָט דער רבונו־של־עולם צעזייט און צעשפּרייט אַלע מענטשן ווײַט און ברייט איבער דער וועלט און אין יעדן אָרט איז, ווי אַן עונש, אויפֿגעקומען אַן אַנדער לשון כּדי די מענטשן זאָלן זיך ניט קענען אַזוי לײַכט צונויפֿרעדן און פּרוּוון אים ווידער אָפּצוטאָן אויף טערקיש. זינט דעמאָלט באַמיִען זיך אייניקע מענטשן צוריק צו קומען צו דער מדרגה פֿון איין פֿאַראייניקנדיקן לשון, נאָר דער רבונו־של־עולם איז נאָך אַ פּנים ניט גרייט דערויף. דערווײַל זענען אייניקע דענקערס געבליבן בײַ זייערע אָריגינעלע געדאַנקען, דאָס הייסט, אַז לשון־קודש איז געווען דאָס ערשטע לשון בײַ מענטשן. אי רש״י, אי דאַנטע זענען געווען בײַ אָט דער מיינונג. ניו־יאָרק און מאָנטרעאָל זענען צוויי שטעט וואָס געפֿינען זיך בלויז עטלעכע שעה צוצופֿליִען איינער פֿון דער אַנדערע, נאָר זיי זײַנען ווי טאָג און נאַכט וואָס שייך זייערע פֿיל־שפּראַכיקע "לאַנדשאַפֿטן"; דער עיקר, די לאַנדשאַפֿטן פֿון ייִדיש און פֿראַנצויזיש. די "לאַנדשאַפֿט" פֿון אַ לשון באַשטייט פֿון דער קולטור און פֿון די אינסטיטוציעס, וואָס אַנטוויקלען זיך אויף און אַרום דעם לשון, דאָס הייסט, נישט נאָר דאָס לשון גופֿאַ, נאָר די גאַנצע סבֿיבֿה וואָס איז מיט אים פֿאַרבונדן. פֿראַנצויזיש אין קאַנאַדע פֿראַנצויזיש איז געקומען קיין קאַנאַדע ווי אַן אָנזאָג און פֿירשפּרעכער פֿון אַ גרויסער פֿראַנצויזישער אימפּעריע אין "דער נײַער וועלט". פֿון דער גאַנצער מעכטיקער אימפּעריע, וואָס די פֿראַנצויזן האָבן פֿאַרלוירן בעת זייערע קאַמפֿן מיט די ענגלענדער אויף די אַ״ג "פּליינען פֿון אַבֿרהם" (1759), איז זייער לשון געבליבן ווי אַ זכר־לחורבן און ווי אַ נר־תּמיד; אי ריזיק, אי אָפּהענטיק. פֿון דער גרויסער אימפּעריע איז שוין לאַנג כּמעט ווי גאָרנישט ניט געבליבן, נאָר דאָס לשון זייערס האָט במשך אַ סך דורות געהאַלטן אין איין וואַקסן און אויסשפּרייטן זיך. אַפֿילו אין פֿאַרשיידענע טיילן פֿון די שטאַטן, ניט ווײַט פֿון דער קאַנאַדער גרענעץ (וועגן קאַנאַדע גופֿאַ איז דאָך אָפּגערעדט), זענען אויפֿגעקומען הונדערטער פֿראַנצויזישע ייִשובֿים, שולן, קלויסטערס, אוניווערסיטעטן, געשעפֿטן, צײַטונגען, קראָמען און וווילטעטיקע קרײַזן. זייער אַריכות־ימים איז עד־היום אַ ריזיקער כּוח. אין דער קאַנאַדער געזעלשאַפֿט איז דער "פֿראַנצויזישער פֿאַקט" אַ קלאָר וויכטיקער און אַפֿילו דאָמינאַנטער אויף גאָר אַ סך געביטן: דעמאָגראַפֿיש, פּאָליטיש, עקאָנאָמיש און קולטורעל. דער גרויסער איטאַליענישער דיכטער דאַנטע אַליגערי (1265—1326) האָט אָנגעשריבן אַן אויסערגעוויינטלעך ווערק וועגן דער גרויסקייט פֿון דער פֿאָלקשפּראַך. שפּעטער האָבן אַנדערע אויך געשריבן ביכער וואָס האָבן אָפּגעגעבן אַ סך קאָמפּלימענטן זייערע רעדשפּראַכן, מחמת די רעדשפּראַכן זענען אין זייערע אויגן געווען שיין, אמתדיק, קלוג, קאָלירפֿול, אאַז״וו, אין פֿאַרגלײַך מיט די קלאַסישע שפּראַכן מיט וועלכע אַלע האָבן דעמאָלט שטאָלצירט און מיט וועלכע זיי האָבן קאָנקורירט (בפֿרט נאָך בכּתבֿ). אָבער לויט מערסטע קאָמענטאַטאָרס פֿונעם מיטלעלטער זענען די רעדשפּראַכן געווען ניט גענוג פּאָלירט, רעגלמעסיק און לגמרי ניט דרך־ארצדיק. דאַנטעס גרויסער אויפֿטו איז געווען וואָס ער האָט דערזען דעם חן, די צאַרטקייט און די ראַפֿינירטע אויסדריקלעכקייט ("עלאָקווענץ") פֿון דער פּשוטער שפּראַך פֿון דעם אַ״ג "פּראָסטן המון". אין 19טן יאָרהונדערט איז אַזאַ אַנטדעקונג שוין געוואָרן אַלטמאָדיש לגבי די מערבֿ־לשונות, נאָר אין מיזרח־אייראָפּע האָט מען זיך נאָך געדאַרפֿט אײַנשטעלן פֿאַר זיי, למשל ווי עס האָט דאָס געטאָן וווּק קאַראַדזשיץ לגבי סערביש. הײַנט צו טאָג אָבער דרייט זיך דאָס דריידל אָפֿט אויף צוריק. אין אַ סך לשונות באַמערקט מען, אַז שרײַבערס און אינטעליגענטע לייענערס האָבן ווידער גרויסע טענות, דער עיקר ווי מען שרײַבט די רעדשפּראַכן, אָבער ניט זעלטן אויך ווי מען רעדט זיי אַרויס. וואָס שייך דער צאָל פֿון אירע רעדנערס, איז אַראַביש איינע פֿון די שטאַרקסטע און פֿאַרזיכערטסטע לשונות אויף דער וועלט. אַפֿילו ווען מען זאָל רעכענען בלויז די פֿאַר וועמען אַראַביש איז זייער מוטערשפּראַך, באַטרעפֿן זיי הונדערטער מיליאָנען מענטשן און ווען מען גיט נאָך צו אויך די אַלע פֿאַר וועמען אַראַביש איז "בלויז" אַ לשון פֿון רעליגיעזע הצטרכותן, ווערט די צאָל אַראַביש־"באַנוצערס" אַן ערך צוויי מאָל אַזוי פֿיל, אויב ניט נאָך מער! הכּלל, מיר האָבן דאָ צו טאָן מיט אַ גרויס און שטאַרק לשון. קודם־כּל, פֿונעם סאַמע ערשטן בליק, דערזעט מען אַז קאַזואַ אַועדאַס מײַסטערווערק איז אויך אַ יאַפּאַניש־קונסטווערק. עס שטייט שטאָלץ און עלעגאַנט, אײַנגעקעסטלט אין אַן אַרומנעמיק קאַרטאָנען קעסטעלע, דעקאָראַטיוו אויסגעכּתבֿעט און באַקעפּלט מיט גרויסע, קידוש־לבֿנהדיקע, יאַפּאַנישע "אותיות", וואָס זייער מיין איז: "ייִדיש־יאַפּאַניש ווערטערבוך". דער צונויפֿשטעלער פֿונעם איבערראַשנדיקן (מען וואָלט אַפֿילו געקענט זאָגן "אָטעם־פֿאַרכאַפּנדיקן") ווערטערבוך איז אַ פּראָפֿעסאָר אין דעם אָנגעזעענעם יאַפּאַנישן אוניווערסיטעט "פֿוקואָקאַ", וווּ ער לייענט שוין העכער ווי אַ דריטל־יאָרהונדערט לעקציעס פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור. לעת־עתּה האָט שוין פּראָפֿעסאָר אַועדאַ אַרויסגעגעבן עטלעכע וויכטיקע ווערק אינעם שטח פֿון ייִדיש, דהײַנו: אַ ייִדישע גראַמאַטיק, אַן אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישע דערציילונגען, אַ לערנבוך פֿון ייִדישע אויסדרוקן און אַ בוך שפּראַך־געניטונגען, אַלץ פֿאַר יאַפּאַניש־רעדערס. מען קען זיך משער זײַן פֿון דער גרייס פֿונעם ווערטערבוך אַליין (1,302 זז׳ + 20 זז׳ אויפֿקלערונגען וועגן דעם ווי אַזוי זיך צו באַנוצן מיטן בוך). אַועדאַ גופֿא האָט אַרײַנגעלייגט אין אָט דער אַרבעט גאָר אַ סך יאָרן און געזונט, און דער פֿאַרלאַג "דייגאַקוסוואַרין" — אַן אוצר מיט געלט! בײַ לײַטן איז לעצטנס אָנגענומען געוואָרן, אַז גאָר אַ סך לשונות האַלטן אין איין אויסשטאַרבן, ממש במהרה־בימינו, טאַקע פֿאַר אונדזערע אויגן. אָבער אין דער זעלבער צײַט, האָבן טייל געניטע אָבסערוואַטאָרן באַמערקט ווי נײַע לשונות ווערן גאָר געבוירן! אַ באַווײַז האָט איר: די אַגענטור וואָס פֿאַרנעמט זיך יאָר אײַן און יאָר אויס מיט ציילן די לשונות פֿון דער גאָרער וועלט און די צאָלן פֿון זייערע רעדנערס, דהײַנו: די The Summer Institute of Linguistics, האָט במשך דעם איצטיקן יאָרצענדלינג אָפֿט געפֿונען, אַז די צאָל לשונות אויפֿן וועלטקוגל פֿאַרגרעסערט זיך און ווערט גאָר ניט קלענער! ווי קען דאָס גאָר אַפֿילו געמאָלט זײַן אין אַ תּקופֿה ווען די שפּראַכיקע שוואַרצזעערס פֿון דער מאָדערנער וועלט האַלטן נאָר אין איין "קראַקען" זייער אונטערגאַנג־ליד? כאָטש מערסטע ייִדן האָבן קיין באַסקן פֿאַר די אויגן אַפֿילו קיין איין מאָל ניט אָנגעקוקט, איז מיר שוין אויסגעקומען אַזש פֿיר מאָל צו זײַן צווישן זיי. די ערשטע באַגעגעניש: זייער אַ טרויעריקע דאָס ערשטע מאָל איז דאָס פֿאָרגעקומען טאַקע אין פֿילאַדעלפֿיע, "וווּ איך האָב מײַנע קינדערישע יאָרן פֿאַרבראַכט" (ביז איך בין אַריבערגעפֿאָרן קיין ניו־יאָרק, כּדי דאָרטן צו באַקומען דעם דאָקטאָראַט). אין פֿילאַדעלפֿיע האָב איך זיך קינדווײַז געלערנט אין די "אַרבעטער־רינג"־שולן, וווּ מיר האָבן איין מאָל אין וואָך זיך פֿאַרנומען מיט "נײַעס פֿון דער וועלט" און דער לערער, גדליה ברעסלער, האָט מיר איבערגעגעבן דעם שפּאַנישן בירגערקריג, ווי מײַן טעמע אויף וועלכער אָפּצוגעבן אַ וואָכיקן באַריכט. פֿאַר מיר איז אָט די טעמע געווען זייער צוגעפּאַסט, ווײַל איך האָב שוין ביז דעמאָלט געהאַט אָנגעהויבן זאַמלען מאַרקעס, כּדי זיך צו באַקענען מיט דער ברייטער וועלט פֿון "פֿעלקער און קלימאַטן". איצט איז שוין קלאָר פֿאַר אַלעמען די געוואַגטקייט און די אַמביציעזקייט פֿון זאַמענהאָפֿס פּלענער צו שאַפֿן אַ נײַ פֿאָלק פֿאַר וועמען "עטישע באַציִונגען" מיט אַלע מענטשן־קינדער (ניט געקוקט אויף זייער פֿאָלק, קולטור, בירגערשאַפֿט צי גלויבן), זאָל זײַן זייער הויפּטציל אין לעבן. איבערצײַגט, אַז כּדי זײַן דערפֿינדונג פֿון "עספּעראַנטאָ" זאָל האָבן אַריכות־ימים, מוז עס קודם־כּל ווערן די ירושה פֿון אַן איבערגעגעבן פֿאָלק, האָט ער עס לכתּחילה געשאָנקען צו די ייִדן פֿון רוסלאַנד. ייִדן זענען שוין פֿון לאַנג, לאַנג אַ פֿאָלק מיט כּסדרדיקע שפּראַך-פּראָבלעמען: מוטער-שפּראַך, חבֿרים-שפּראַך, שול-שפּראַך, דאַוון-שפּראַך, אַרבעט-שפּראַך, אימיגראַציע־שפּראַך, אאַז״וו. נאָר דער אמת איז, אַז גאָר אַ סך פֿעלקער האָבן פּונקט די זעלבע (אָדער גאָר ענלעכע) פּראָבלעמען. לאָמיר, למשל, אַ קוק טאָן. ווען דער דרויסן קריכט אַרײַן אינעווייניק דאָס לשון פֿונעם ברייטן דרויסן, וואָס גיט אירע רעדערס אַ צוטריט צו פּאָסטנס און צו כּל־מיני הכנסות, ווערט תּמיד געהאַלטן העכער און באַטראַכט מיט מער דרך־ארץ ווי דאָס לשון פֿון דער אָרעמער היים און פֿון דער אינטימער טאָג־טעגלעכקייט. דאָס דערמאָנט אינעם שײַכות צווישן ייִדיש און ענגליש בײַ נײַ־געקומענע קיין אַמעריקע. אָבער אַזוי ווי ענגליש איז פֿאַרבונדן מיט ייִחוס, ברענגט מען דאָס אַרײַן אין שטוב אויך, און די אינטימקייט ווערט צעטיילט אין צווייען. |