פּובליציסטיק
פֿון שיקל פֿישמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אָדם און חווה
אָדם און חווה

די פֿראַגע וועגן דעם וואָס ס׳איז געווען דאָס ערשטע לשון איז זייער אַן אַלטע פֿראַגע ("דאָס לשון פֿון אָדם און חווהן") און ס׳איז אַפֿילו איינע פֿון די עלטסטע וויסנשאַפֿטלעכע פֿראַגעס, מיט וועלכע די מענטשהייט פֿאַרנעמט זיך עד־היום. אַזוי ווי קינדערלעך רעדן ניט קיין שום לשון באַלד בײַם געבוירן ווערן, דאַרף דאָך אָט די פֿעיִקייט קומען צו זיי פֿון אַ טיף־אײַנגעבוירענעם איבערנאַטירלעכן מקור. מען איז גרינג געקומען צו דער הסכּמה, אַז דער מקור מוז זײַן אַ געטלעכער. אָבער דורך וועלכע לכתּחילהדיקע געטלעכע אָנהייבן און פּרוּוון זײַנען די הײַנטיקע וועלטשפּראַכן צו אונדז "דערגאַנגען?" אַ געוויסן חוש פֿאַר שפּראַכנבײַט און שפּראַך־אַנטוויקלונג האָבן פֿאָרט די אַמאָליקע פֿאָרשערס און דענקערס פֿאַרמאָגט. וואָס זשע זענען געווען זייערע השׂגות וועגן דער ערשטער שפּראַך בײַם מענטשן־מין?


רש״י און דאַנטע

אי ייִדן, אי קריסטן, האָבן אַ מאָל געהאַלטן, אַז לשון־קודש איז געווען דאָס ערשטע מענטשלעכע לשון. אויף אָט דעם לשון האָט דאָך דער רבונו־של־עולם די וועלט באַשאַפֿן. אויף אָט דעם לשון האָט ער אויסגערופֿן "יהי אור!" ביזן בבֿל־טורעם האָט משמעות די גאַנצע מענטשהייט פֿאַרמאָגט נאָר איין לשון. נאָך דעם דורכגעפֿאַלענעם פּרוּוו אויפֿצושטעלן דעם בבֿל־טורעם, האָט דער רבונו־של־עולם צעזייט און צעשפּרייט אַלע מענטשן ווײַט און ברייט איבער דער וועלט און אין יעדן אָרט איז, ווי אַן עונש, אויפֿגעקומען אַן אַנדער לשון כּדי די מענטשן זאָלן זיך ניט קענען אַזוי לײַכט צונויפֿרעדן און פּרוּוון אים ווידער אָפּצוטאָן אויף טערקיש. זינט דעמאָלט באַמיִען זיך אייניקע מענטשן צוריק צו קומען צו דער מדרגה פֿון איין פֿאַראייניקנדיקן לשון, נאָר דער רבונו־של־עולם איז נאָך אַ פּנים ניט גרייט דערויף. דערווײַל זענען אייניקע דענקערס געבליבן בײַ זייערע אָריגינעלע געדאַנקען, דאָס הייסט, אַז לשון־קודש איז געווען דאָס ערשטע לשון בײַ מענטשן. אי רש״י, אי דאַנטע זענען געווען בײַ אָט דער מיינונג.


"דער עקספּערימענטאַלער מעטאָד"

רש״יס און דאַנטעס דערקלערונגען זענען געווען בהסכּם מיט זייערע רעליגיעזע איבערצײַגונגען. שפּעטער האָבן אַנדערע געזוכט אַנדערע דרכים פֿון פֿאַרענטפֿערן אָט די אַלטע פֿראַגע, למשל, דער אימפּעראַטאָר פֿון דער אַ״ג "הייליקער רוימישער אימפּעריע", פֿרעדעריק דער צווייטער (סוף 12טן און אָנהייב 13טן יאָרהונדערט). אים האָט מען געגעבן דעם צונאָמען "פּלא־עולם" (Stupor Mundi) — דער חידוש פֿון דער וועלט — און אויך אין שײַכות מיט אָט דער ברענענדיקער פֿראַגע פֿון תּחילת־הלשון האָט ער שטאַרק געוואָלט מיט עפּעס מחדש זײַן. ער האָט געוואָלט לגבי דער פֿראַגע געפֿינען אַן ענטפֿער ניט מער ווי אויף אַן עמפּיריש־עקספּערימענטאַלן מעטאָד, וואָס זאָל זײַן פֿרײַ פֿון יעדן מין פֿאָראורטייל און אַפֿילו פֿון חשד פֿון פֿאָראורטייל. דערויף איז ער געפֿאַלן אויף אַן אייגנאַרטיקער המצאה.


דער מידבר־אינדזל

טיף, טיף בײַ פֿרעדעריקן אין האַרצן האָט נאָך געטליִעט דער געדאַנק, אַז אַפֿילו אויב ניט דווקא העברעיִש, מוז מען דאָך פֿאָרט קענען געפֿינען עפּעס אַ קדמון־לשון, אַ לשון וואָס די מענטשהייט האָט באַקומען פֿון גאָט אַליין און די זינדיקע מענטשהייט אַליין האָט דאָס דערנאָך קאַליע געמאַכט, צעברעקלט אויף שטיק־שטיקלעך און נאָך פֿאַרדאָרבן דערצו. אָננעמענדיק אַזוי, פֿרעגט זיך, ווי אַזוי זשע קען מען צו דער קדמון־שפּראַך דערגיין? איז דעם אימפּעראַטאָר אײַנגעפֿאַלן גאָר אַן אָריגינעלער אײַנפֿאַל. ער האָט אונטער דער אויפֿזיכט פֿון טויב־שטומע משרתים פֿאַרמישפּט אַ נײַ־געבוירן עופֿעלע צו "פֿאַרברענגען" די ערשטע פֿיר־פֿינף יאָר פֿון לעבן אויף אַ מידבר־אינדזל כּדי צו דערגיין וואָסער לשון דאָס קינד וועט "ספּאָנטאַן" רעדן איידער אַנדערע מאַכן עס קאַליע און פֿאַרפּראָסטעווען דאָס אויף אַ רעדשפּראַך וואָס איז ניט דירעקט פֿון גאָט, נאָר וואָס באַזירט זיך אויף קאָנטאַקטן מיט אַרומיקע מענטשן.

וואָס זשע איז געווען דער פּועל־יוצא פֿונעם אימפּעראַטאָרס בריליאַנטענעם אימפּירישן און אָביעקטיוון עקספּערימענט; דעם ערשטן שפּראַך־עקספּערימענט אויף דער גאַנצער וועלט? לייענט ווײַטער און שטוינט!


אָן אַ מענטשלעכן קאָנטאַקט

דער סוף פֿון דער מעשׂה איז, אַז אָן אַ סבֿיבֿה און אָן מוסטערן פֿון מענטשלעכע קלאַנגען, ווערטער, זאַצן און פֿראַזעס אין משך פֿון די ערשטע 4־5 יאָר איז דאָס עופֿעלע אויפֿגעוואַקסן לגמרי אָן אַ מענטשלעך לשון בכלל. די פֿעיִקייט זיך אויסצולערנען אַ מענטשלעך לשון איז טאַקע אײַנגעבוירן, נאָר אָן אַן אַרומנעמיקער שפּראַך־סבֿיבֿה אין משך פֿון די פֿריסטע קינדער־יאָרן ווערט אָט די פֿעיִקייט אײַנגעשרומפּן (אַטראָפֿירט) און שטאַרבט לסוף אָפּ לגמרי. דאָס איז געגליכן צום כּוח־הריאה. אַ קינד וואָס וואַקסט אויס אין משך פֿון די ערשטע יאָרן אין טאָטאַלער פֿינצטערניש וועט שוין אויפֿן גאַנצן לעבן בלײַבן אַ בלינדס. יעדער מענטשלעכער חוש און אײַנגעבוירענע פֿעיִקייט האָט זיך אויך זײַן שעת־הכּושר. באַנוצט מען זיך דערמיט דעמאָלט ניט (אָדער ניט גענוג) איז פֿאַרפֿאַלן. עס וועפּט זיך אויס און פֿאַרשווינדט. דאָס אייגענע איז אויך מיט די כּוחות פֿון די אבֿרים. יונגע הענטעלעך און פֿיסלעך וואָס מען באַנוצט זיי לגמרי ניט אין משך פֿון די ערשטע עטלעכע יאָר פֿון לעבן, פֿעלט זיי שפּעטער אויס, נאָכן שעת־הכּושר, די כּוחות צו גיין, לויפֿן, טראָגן און שלעפּן. שפּראַכיקייט איז פּונקט אַזאַ געמיש פֿון אײַנגעבוירענע און פֿון אויסגעלערנטע און געאיבטע פֿעיִקייטן, ווי ס׳זענען די פֿעיִקייטן פֿון אַלע אַנדערע מענטשלעכע חושים.

צוריק צום אימפּעראַטאָר

אויף דער עלטער האָט דער אימפּעראַטאָר געליטן כּלערליי מפּלות. כאָטש ער האָט אין אַ געוויסער צײַט געקיניגט איבער גאַנץ דײַטשלאַנד און גרויסע טיילן פֿון פֿראַנקרײַך האָבן זײַנע שׂונאים אים סוף־כּל־סוף צעשלאָגן און זײַנע גיטער צוגענומען. און די האַרבע פּראָבלעם וועגן דעם וואָס ס׳איז געווען דאָס ערשטע מענטשלעכע לשון ווערט ערשט איצט ביסלעכווײַז אויפֿגעקלערט. אָבער קיין העברעיִש, ווי מיר קענען עס און ווי אונדזערע חכמים האָבן עס געקאָנט, איז עס זיכער ניט געווען. הײַנט האַלטן לינגוויסטן, אַז העברעיִש, אַראַביש, אַראַמעיִש, עטיאָפּיש און אַ סך נאָך עלטערע לשונות שטאַמען אַלע פֿון איין היפּאָטעטישן "פּראָטאָ־סעמיטיש" (אַ נאָמען נאָך איינעם פֿון נוחס זין, שם), פֿון וועלכן זיי האָבן זיך ביסלעכווײַז באַזונדער אויסגעשיילט נאָך מיט טויזנטער יאָרן צוריק.

פּראָטאָ־סעמיטיש אַליין שטאַמט אויך פֿון אַ פֿריִערדיקן פּראָטאָ־לשון: "פּראָטאָ־אַפֿראָ־אַזיאַטיש", וואָס האָט זיך געצויגן דורך גאַנץ צפֿון־ און צענטראַל־אַפֿריקע, דורך דעם נאָענטן מיזרח אַזש ביזן אַלטן טײַך פּרת (עפֿרעטעס). אָבער אויך פּראָטאָ־אַפֿראָ־אַזיאַטיש שטעלט מיט זיך ניט פֿאָר די סאַמע עלטסטע היפּאָטעטישע שפּראַך, וואָס די הײַנטיקע לינגוויסטן זענען אַ בעלן צו רעקאָנסטרויִרן. די עלטסטע סימנים פֿון אַזאַ שפּראַך געפֿינען זיי אין דרום־מערבֿ־אַפֿריקע, וווּ מען האָט אויך געפֿונען די עלטסטע ביינער פֿונעם מענטשלעכן (און ניט פֿונעם מאַלפּישן) מין. הכּלל, לשון־קודש איז אפֿשר די עלטסטע הײַנטיקע ייִדישע שפּראַך, נאָר דאָס עלטסטע לשון פֿון דער גאַנצער מענטשהייט איז עס זיכער ניט. אָדם מיט חווהן האָבן זיכער קיין העברעיִש ניט גערעדט איינער מיטן אַנדערן אין גן־עדן, נאָר מסתּמא גאָר אַ פֿריִען מין פּראָטאָ־אַפֿראָ־אַזיאַטיש. שטעלט זיך פֿאָר גאָטס ניסים!