- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
כּל־זמן ישׂראל און אַמעריקע זוכן ווייטיקלעך אַ פּשרה, ווי אַזוי צו באַוואָרענען די פּאַלעסטינער מיט אַן אייגענער מלוכה (דערבײַ זאָלן אויך די שעפּסן בלײַבן גאַנץ און די וועלף — זאַט); זוכט רוסלאַנד אַ וועג אַרײַנצושטעלן אַ פֿוס אין דער נאָך נישט געשאַפֿענער פּאַלעסטינער מלוכה (לויט אַן אַנדער ווערטל: פֿון אַ חזיר אַ האָר). צוליב דעם לאָזט מאָסקווע אין גאַנג אירע שוין אויסגעפּרוּווטע מיטלען (אויסגעפּרוּווט נאָך אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד) צו דערנענטערן צו זיך די פּאַלעסטינער, פֿאַררופֿנדיק זיך אויף דער טראַדיציאָנעלער פֿרײַנדשאַפֿט מיט די אַראַבישע ברידער. אַזוי, למשל, איז די פֿאַרגאַנגענע וואָך דורכגעפֿירט געוואָרן אונטער מאָסקווע אַ צונויפֿקומעניש צווישן די פֿירער פֿון פֿאַרשידענע פּאַלעסטינער גרופּירונגען, אָרגאַניזירט כּלומרשט דורכן אינסטיטוט פֿון מיזרח־פֿאָרשונגען בײַ דער רוסלענדישער אַקאַדעמיע. אמת, אין דער דאָזיקער טרעפֿונג האָבן זיך אַקטיוו באַטייליקט די מיטאַרבעטער פֿון אויסערן־מיניסטעריום, אָבער דאָס זײַנען שוין קלייניקייטן. דער הויפּט־ציל איז דאָך געווען אַרויסצוהעלפֿן רויִק, אָן אַ דראַנג פֿון דרויסן, צו פֿאַרפֿעסטיקן דעם "דערפֿאָלג", וואָס איז דערגרייכט געוואָרן אין קאַיִר צווישן די צוויי גרעסטע פּאַלעסטינער אָרגאַניזאַציעס — "פֿאַטאַך" און "כאַמאַס". ווער זאָגט עס, אַז נתניהו האָט גאָרנישט געלערנט פֿון זײַנע פּאָליטישע דורכפֿאַלן אין זײַן ערשטער רעגירונג פֿון מיט איבער צען יאָר צוריק און אין די צוויי יאָר פֿון זײַן איצטיקער רעגירונג? זײַן איצטיקער באַזוך אין וואַשינגטאָן און זײַן טריִומפֿאַלער צוריקקער פֿון דאָרט קיין ישׂראל האָט בפֿירוש דערוויזן, אַז ער האָט זיך אין אָט דער צײַט גוט אויסגעלערנט די חכמה און די פּראַקטיק פֿון... רעדן. און, אין קעגנזאַץ צו דעם באַקאַנטן פֿאָלקסווערטל, אַז "ווען רעדן וואָלט געווען אַ פֿאַך", אאַז״וו, האָט ער זיך אַרויסגעוויזן ווי אַ גרויסער קינסטלער, אַ מײַסטער אין דעם פֿאַך. ער האָט אויך אין דער זעלבער צײַט ווי אַ כּישופֿמאַכער דערוויזן, אַז "פֿון זאָגן ווערט מען נישט טראָגן": אין דער קורצער שעה פֿון זײַן רעדע — סײַ פֿאַרן אַמעריקאַנער קאָנגרעס און סײַ פֿאַרן ייִדישן לאַבי, דעם "אייפּאַק", האָט ער אַדורכגעפֿירט אַ סעמאַנטישן אַבאָרט און האָט פֿאַרוואַנדלט זײַן קאַטעגאָרישן "ניין" אין אַן אויסגעבלאָזן איי... אין זכות פֿון אָט דעם רעטאָרישן טאַלאַנט קענען מיר הײַנט שוין פֿרײַ אָפּעטעמען און שלאָפֿן רויִק: עס איז געוואָרן אויסגעמיטן אַ מלחמה צווישן ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע! ניו־יאָרק און מאָנטרעאָל זענען צוויי שטעט וואָס געפֿינען זיך בלויז עטלעכע שעה צוצופֿליִען איינער פֿון דער אַנדערע, נאָר זיי זײַנען ווי טאָג און נאַכט וואָס שייך זייערע פֿיל־שפּראַכיקע "לאַנדשאַפֿטן"; דער עיקר, די לאַנדשאַפֿטן פֿון ייִדיש און פֿראַנצויזיש. די "לאַנדשאַפֿט" פֿון אַ לשון באַשטייט פֿון דער קולטור און פֿון די אינסטיטוציעס, וואָס אַנטוויקלען זיך אויף און אַרום דעם לשון, דאָס הייסט, נישט נאָר דאָס לשון גופֿאַ, נאָר די גאַנצע סבֿיבֿה וואָס איז מיט אים פֿאַרבונדן. פֿראַנצויזיש אין קאַנאַדע פֿראַנצויזיש איז געקומען קיין קאַנאַדע ווי אַן אָנזאָג און פֿירשפּרעכער פֿון אַ גרויסער פֿראַנצויזישער אימפּעריע אין "דער נײַער וועלט". פֿון דער גאַנצער מעכטיקער אימפּעריע, וואָס די פֿראַנצויזן האָבן פֿאַרלוירן בעת זייערע קאַמפֿן מיט די ענגלענדער אויף די אַ״ג "פּליינען פֿון אַבֿרהם" (1759), איז זייער לשון געבליבן ווי אַ זכר־לחורבן און ווי אַ נר־תּמיד; אי ריזיק, אי אָפּהענטיק. פֿון דער גרויסער אימפּעריע איז שוין לאַנג כּמעט ווי גאָרנישט ניט געבליבן, נאָר דאָס לשון זייערס האָט במשך אַ סך דורות געהאַלטן אין איין וואַקסן און אויסשפּרייטן זיך. אַפֿילו אין פֿאַרשיידענע טיילן פֿון די שטאַטן, ניט ווײַט פֿון דער קאַנאַדער גרענעץ (וועגן קאַנאַדע גופֿאַ איז דאָך אָפּגערעדט), זענען אויפֿגעקומען הונדערטער פֿראַנצויזישע ייִשובֿים, שולן, קלויסטערס, אוניווערסיטעטן, געשעפֿטן, צײַטונגען, קראָמען און וווילטעטיקע קרײַזן. זייער אַריכות־ימים איז עד־היום אַ ריזיקער כּוח. אין דער קאַנאַדער געזעלשאַפֿט איז דער "פֿראַנצויזישער פֿאַקט" אַ קלאָר וויכטיקער און אַפֿילו דאָמינאַנטער אויף גאָר אַ סך געביטן: דעמאָגראַפֿיש, פּאָליטיש, עקאָנאָמיש און קולטורעל. מיט אַ יאָר פֿופֿציק צוריק פֿלעג איך גיין אין מײַן לערנשול דורך אַ פּאַרק, אָדער ריכטיקער — אַ שטיקל פּאַרק, ווײַל מע האָט אים דעמאָלט נאָר פֿאַרלייגט און אָנגערופֿן "פּאַרק פֿון שלום"; ווײַל פּונקט דעמאָלט האָט ניקיטאַ כרושטשיאָוו זיך אַרומגעטראָגן מיט זײַן סטראַטעגיע פֿון שלום איבער דער גאַנצער וועלט. און נאָך איין מאַנקאָליע האָט ער — כרושטשיאָוו — זיך דעמאָלט אַרײַנגעקלאַפּט אין זײַן פּויעריש-באָלשעוויסטישן קאָפּ, דהײַנו: אַז אין יאָר 1980 וועט דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אַרײַנטרעטן אין דער תּקופֿה פֿון קאָמוניזם. ווי מיר ווייסן איצט, האָט אי כרושטשיאָוו אי דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אַרײַנגעטראָטן אין אַ היפּש ביסל זאַכן, אָבער ניט אין קאָמוניזם. כרושטשיאָוו איז געווען ניט דער איינציקער, וואָס האָט געגלייבט, אַז דער מאַרקסיסטישער גן-עדן איז ערגעצוווּ גאָר ניט ווײַט, אַז מע קען אים שוין כּמעט אַ טאַפּ טאָן צי, לכל-הפּחות, זען פֿון דער ווײַטנס; בפֿרט, אויב מע געפֿינט זיך אין מאָסקווע. טובֿיה גען, דער סאָוועטיש-ייִדישער שרײַבער, האָט מיר דערציילט, ווי ס׳האָט אין קאָמוניזם געגלייבט דער תּמיד שיכּורעוואַטער רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג הינטער מאָסקווע, וווּ גען האָט קוים געפֿונען אַן אַרבעט נאָך דעם ווי מע האָט אין די לעצטע יאָרן פֿון סטאַלינס ממשלה ליקווידירט דעם מאָסקווער פֿאַרלאַג "אמת". יעדן אין דער פֿרי פֿלעגט דער רעדאַקטאָר קומען און קודם-כּל פֿרעגן, צי די רעגירונג האָט נאָך ניט אַנאָנסירט דעם אָנהייב פֿון דער קאָמוניסטישער תּקופֿה.
David Bezmozgis.
דער מאַרשרוט דורך ווין און רוים איז באַקאַנט פֿאַר אַלע ייִדישע עמיגראַנטן, וואָס זײַנען אַרויסגעפֿאָרן פֿון סאָוועטן־פֿאַרבאַנד קיין אַמעריקע אין די 1970ער און 1980ער יאָרן. דאָס איז געווען אַ פּועל–יוצא פֿון אַ פּאָליטישער פּשרה אין דער קאַלטער מלחמה. אַנשטאָט צו לאָזן אַלע די, וואָס האָבן באַקומען וויזעס צו מאַכן עליה קיין ארץ־ישׂראל, קומען צו פֿליִען דירעקט קיין תּל־אָבֿיבֿ, האָט מען אײַנגעאָרדנט אַ טראַנזיט־סטאַנציע אין ווין. דאָס האָט געגעבן יעדן די מעגלעכקייט צו דערקלערן, אַז אַנשטאָט ישׂראל וויל מען זוכן גליקן ערגעץ־וווּ אַנדערש. אַזאַ מין שיטה האָט געבראַכט עגמת־נפֿש פֿאַר ישׂראל, אָבער די אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן באַשטאַנען אויף דעם רעכט פֿון פֿרײַער ברירה. די צאָל פֿון אַזעלכע "נושרים" ("אָפּגעפֿאַלענע בלעטער", ווי מען האָט זיי גערופֿן אויף העברעיִש) האָט געהאַלטן אין איין וואַקסן, און צום סוף פֿון די 1970ער יאָרן דערגרייכט צו פֿופֿציק פּראָצענט. דער ערשטער אָפּשטעל אויפֿן וועג צו פֿרײַהייט איז געווען אין רוים, וווּ די אַמעריקאַנער ייִדישע הילף־אָרגאַניזאַציעס האָבן געשאַפֿן אַ ספּעציעלן טראַנזיט־פּונקט, מען זאָל קענען וואַרטן אויף אַרײַנפֿאָר־וויזעס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע אָדער אויסטראַליע. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר אָנגעהויבן לייענען דעם פֿערטן טייל פֿון חמישה־חומשי־תּורה — "במדבר". די נעמען פֿון יעדן גרויסן תּורה־טייל, אַזוי ווי די נעמען פֿון די באַזונדערע פּרשיות, ווײַזן אָן אויף דעם אַלגעמיינעם לייטמאָטיוו, וואָס ווערט אין זיי באַהאַנדלט. אין דער הײַנטיקער פּרשה ווערן פֿאָרגעזעצט די פּרטימדיקע חשבונות פֿון די ייִדישע שבֿטים און משפּחות, צוליב וועלכע דער גאַנצער חומש "במדבר" ווערט אויך אָנגערופֿן "ספֿר פּקודים" — אַ ספֿר פֿון חשבונות. "נשׂא את ראש בני גרשון" — דער אייבערשטער האָבן געהייסן משה רבינו איבערצוציילן די אייניקלעך פֿון גרשון — דער עלטסטער זון פֿון לוי. דערנאָך ווערן איבערגעציילט די אייניקלעך פֿון לויס אַנדערע צוויי זין — קהת און מררי. ווען די ייִדן האָבן געוואַנדערט אינעם מידבר, האָבן די לויים געטראָגן דאָס אַחריות פֿאַר דער טראַנספּאָרטאַציע פֿונעם הייליקן מישכּן. די אייניקלעך פֿון גרשון האָבן געטראָגן די לעדערנע ווענט און פֿאָרהאַנגען פֿונעם מישכּן, ווי אויך דעם מזבח; די אייניקלעך פֿון מררי האָבן געטראָגן די ברעטער, זײַלן און אַנדערע פֿאַרבינדונג־טיילן, אויף וועלכע עס האָט זיך געהאַלטן דער גאַנצער הייליקער בנין; און די בני־קהת, צו וועלכע עס האָט געהערט משה רבינו אַליין, האָבן געטראָגן אויף זייערע פּלייצעס די הייליקסטע טיילן פֿון מישכּן, אַרײַנגערעכנט דעם אָרון־הברית מיט די צוויי לוחות, די גאָלדענע מנורה און דעם אינערלעכן גאָלדענעם מזבח פֿאַרן קטורת. ממש די טעג האָב איך זיך אומגעקערט פֿון ישׂראל, וווּהין כ׳בין געשיקט געוואָרן אויף אַ וואָך פֿון דעם מאָלדאַווישן ראַדיאָ, בײַצוזײַן און דערנאָך דערציילן אונדזערע צושויער וועגן דער אַרבעט פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער קאָנפֿערענץ פֿון בעסאַראַבער ייִדן אין תּל־אָבֿיבֿ. אָפּגעמערקט האָט מען עטלעכע קײַלעכדיקע דאַטעס: 70 יאָר, זינט די אָרגאַניזאַציע פֿון בעסאַראַבער ייִדן איז געגרינדעט געוואָרן; 40 יאָר — זינט ס׳איז אויפֿגעבויט געוואָרן "בית־בעסאַראַביע", ווי אויך דאָס דערמאָנען דעם 100סטן געבוירן־טאָג פֿון יצחק קאָרן, דער לאַנג־יאָריקער פּרעזידענט פֿון דער אַלוועלטלעכער אָרגאַניזאַציע. ישׂראל, וועדליק ס׳איז שוין אַוועק אַ האַלבער מײַ, האָט זיך מיט אַ גוטן וועטער נישט צעבאַלעוועט. ס׳איז געווען קיל און כּסדר גערעגנט. די ישׂראלים האָט אַזאַ "וויינענדיקער" אינדרויסן בפֿירוש געפֿרייט: אַ סך רעגנס — אַ סך וואַסער! און באמת, אַלע טײַכלעך און סאָזשלקעס אויפֿן וועג, וווּ ס׳איז מיר אויסגעקומען צו פֿאָרן, זײַנען געווען פֿול מיט וואַסער און אַלץ אַרום האָט געגרינט און געבליט. קיין "בית־בעסאַראַביע" בין איך אָנגעקומען מיט אַ שעה פֿריִער פֿאַר דער עפֿענונג פֿון דער קאָנפֿערענץ. דער עולם האָט זיך ערשט אָנגעהויבן צונויפֿזאַמלען. אינעם בנין אַליין, האָט געקאָכט מיט דער לעצטער צוגרייטונג־אַרבעט, און דער הויפּט־אָרגאַניזירער פֿון דער אונטערנעמונג, דער אויספֿירלעכער דירעקטאָר פֿון דער אָרגאַניזאַציע, לעוו ווײַנבוים, האָט געמאַכט זײַנע פֿאַראָרדענונגען. שוין אַרום אַ יאָר צענדליק, וואָס אין פֿאַרשיידענע טיילן פֿון שטאָט ניו־יאָרק, טרעפֿט זיך יעדן חודש אַן אומגעוויינטלעכע גרופּע מענטשן, כּדי זיך אַראָפּצורעדן פֿונעם האַרצן מכּוח זייערע פּאָליטישע און פּערזענלעכע פּראָבלעמען. זיי זעצן זיך אויס — ישראלים, פּאַלעסטינער, אַמעריקאַנער יִידן, אַמעריקאַנער קריסטן, מוסולמענער פֿון מיטל אַזיע, אַראַבער — און ברענגען אַרויס זייערע איבערלעבונגען, זייערע האָפֿענונגען און שוועריקייטן, זייער אַנאַליז פֿון פּאָליטישע און געשיכטלעכע געשעענישן, ווי אויך אַנדערע, טעמעס ווי די צײַט דערמעגלעכט. דאָס אַלץ געשעט בשעת די באַטייליקטע באַמיִען זיך, ווי ווײַט מעגלעך, צו שאַפֿן אַן אַטמאָספֿער פֿון פֿאַרשטאַנד און מיט אַ שטרעבונג זיך צו לערנען איינער פֿונעם אַנדערן. די אָרגאַניזאַציע וואָס איז פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דעם, הייסט "דער דיאַלאָג-פּראָיעקט", און דער מוח און די אָנפֿירערין פֿון דעם איז מאַרשאַ קאַנאַרי, אַ ייִדישע פֿרוי פֿון ברוקלין. זי זאָגט אַז נאָכן וווינען אין ישׂראל און אַנדערע מקומות, האָט זי באַשלאָסן זיך צוריקבאַזעצן אין ברוקלין, וווּ ס’רוב אירע געשטאָרבענע קרובֿים זענען באַגראָבן, און זי דעפֿינירט זיך הײַנט צו טאָג פּשוט ווי "אַ ברוקלינערין". באַטראַכטנדיק אירע איבערלעבונגען אין ישׂראל און פֿאַרשטייענדיק, אַז דער נאַציאָנאַלער סיכסוך דאָרט איז נאָך ווײַט פֿון אַ סוף, האָט זי זיך מיישבֿ געווען, אַז מע דאַרף כאָטש עפּעס טאָן, כּדי צו פֿאַרמינערן די שׂינאה צווישן די צוויי פֿעלקער. ביידע צדדים האַלטן דעם זעלבן קליינעם שטח פֿאַר זייער "היימלאַנד". דעם 18טן פֿעברואַר 2011 איז אין עלטער פֿון 90 יאָר אַוועק פֿון אונדז אין דער אייביקייט ד״ר שלום לוריא לבית קלמנאָוויטש. במשך פֿון בערך אַ יאָר זענען ניפֿטר געוואָרן דרײַ אָנגעזעענע ווילנער, וועלכע האָבן פֿאַרנומען אַן אָרט בײַם אויבן אָן פֿון אונדזער צוויישפּראַכיקער ייִדישער קולטור אין מדינת־ישׂראל; אַלע דרײַ זײַנען געווען מײַנע רעדאַקטאָרן און מײַנע אונטערפֿירער אויפֿן געביט פֿון דער ייִדישער און העברעיִשער ליטעראַטור און פּרעסע. אַבֿרהם סוצקעווער האָט מיך אַרײַנגעפֿירט אין די טויערן פֿון "די גאָלדענע קייט", און וועגן אים האָב איך זיך פֿאַרמאָסטן אָנצושרײַבן אַ חיבור אויף די שפּורן פֿון זײַנע כּתבֿ־ידן פֿון ווילנער געטאָ; פּראָפֿעסאָר שמואל ווערסעס האָט צוזאַמען מיט פּראָפֿעסאָר חנא שמערוק מיך אַרײַנגעפֿירט אין די טויערן פֿון דער מענדעלע מוכר־ספֿרים־פֿאָרשונג, און וועגן אים האָב איך צו זײַן ווערן אַ בן־תּשעים אָנגעשריבן אַן אָפּהאַנדלונג אינעם "ירושלימער אַלמאַנאַך", באַנד 28; ד״ר שלום לוריא האָט מיט אַ זיכערער האַנט רעדאַגירט, זינט 1994, מײַנע אַרבעטן וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור געדרוקט אין זשורנאַל "חוליות" אונטער זײַן רעדאַקציע. וויל איך אָנשרײַבן אַ פּאָר ווערטער וועגן זײַן בײַטראָג פֿאַר אונדז אַלעמען. שלום לוריא איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1920. געווען איז ער אַ וויכטיקער ליטעראַטור־פֿאָרשער באַהאַוונט אין אונדזער צוויישפּראַכיקער ייִדיש־העברעיִשער ליטעראַטור פֿון אַלע צײַטן. דער פֿאַרנעם פֿון זײַן איבערזעצערישער טעטיקייט פֿון ייִדיש אויף העברעיִש, איז געווען נישט קלענער פֿון זײַן רעדאַקטאָרישער פּראַצע. די הײַיאָריקע עפֿנטלעכע פֿאַרזאַמלונג לכּבֿוד דעם אָנדענק פֿונעם גרויסן ייִדישן שרײַבער, דעם קלאַסיקער פֿון דער וועלט־ליטעראַטור, שלום־עליכם, אָרגאַניזירט דורך זײַנע קרובֿים בהסכּם מיט די וווּנטשן פֿון זײַן עטישער צוואה, איז פֿאָרגעקומען דעם 22סטן מײַ אינעם בנין פֿון דער "ברודערשאַפֿט"־סינאַגאָגע אין מאַנהעטן. זי איז געעפֿנט געוואָרן פֿון קענעט קאַופֿמאַן, דעם שרײַבערס אוראייניקל און דער באַשטענדיקער פֿאָרזיצער פֿון די יאָרצײַט־אונטערנעמונגען אין די לעצטע יאָרן. ער האָט איבערגעגעבן, צווישן אַנדערן, אַז דאָ אין זאַל געפֿינען זיך די געסט פֿון כינע — אַ גרופּע פּראָפֿעסאָרן, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט שלום־עליכם פֿאָרשונגען. מע האָט זיי באַגריסט מיט אַפּלאָדיסמענטן. נאָך דער אַרײַנפֿיר־רעדע, האָט דער פֿאָרזיצער פֿאַרבעטן צום מיקראָפֿאָן דעם אַקטיאָר פֿון ייִדישן טעאַטער, שיין בעקער, וועלכער האָט פֿאָרגעלייענט אויף ייִדיש אַ פֿראַגמענט פֿונעם שרײַבערס צוואה (אַגבֿ, שיין איז געקומען אין דער "ברודערשאַפֿט"־סינאַגאָגע גלײַך נאָך דער "פֿאָלקסבינע"־פֿאָרשטעלונג פֿון "הערשעלע אָסטראָפּאָליער", וווּ ער האָט געשפּילט די ראָלע פֿון בונים). דעם ענגלישן נוסח פֿון אָט דעם צוואה־פֿראַגמענט האָט רעציטירט אַן אייניקל פֿון שלום־עליכם, שערווין קאַופֿמאַן. דער מאַמעס מעשׂהלע, דעם טאַטנס ניגון — מײַן צוגעטיילטע, ערלעכע ירושה — זיי קומען מיר אַ טרער אַראָפּצושיקן. אין ביטערע מינוטן, אין דער פֿינצטער — ווער קומט מײַן פּײַן מיר שטילן און פֿאַרוויגן? דער מאַמעס מעשׂהלע, דעם טאַטנס ניגון — מ. מ. שאַפֿיר "דער מאַמעס מעשׂהלע, דעם טאַטנס ניגון" אַז דער מאָנטרעאָלער פּאָעט מ. מ. שאַפֿיר (1909 — 1988) האָט געשריבן אין אַ פֿאָלקסטימלעכן סטיל, האָבן אַלע קריטיקערס מסכּים געווען. און מיטן געדאַנק, אַז די שורות זײַנע האָבן אָפּגעשפּיגלט אַ דיכטערישן טאַלאַנט, דער עיקר, צוליב זײַן לשון, האָבן אויך אַלע אײַנגעשטימט. שאַפֿיר האָט ליב געהאַט אַרײַנצופֿלעכטן פֿאָלקלאָר אין זײַנע לידער, און אין געוויסע בענדער צוגעבן טעקטסן פֿון פֿאָלקלאָר וואָס ער האָט געדענקט פֿון זײַן יוגנט, אַ מאָל בײַם אָנהייב, אַ מאָל צום סוף. למשל, אין דער זאַמלונג זײַנער "טראָפּנס טרייסט אין דער בידע", 1985, נעמט ער אַרײַן 42 דערציילונגען אין אַ געזעמל וואָס הייסט, "פֿון מײַן מאַמעס מעשׂהלעך" — וויצן, משלים און פֿאָלקס־מעשׂיות. שאַפֿיר האָט פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז אַ גוטע "סחורה", עכט ייִדישער פֿאָלקלאָר, וואָס ס'וואָלט געווען שווער איבערצוגעבן אין אַן אַנדער לשון, און אַוודאי שווער צו געבן צו פֿאַרשטיין פֿאַר אַן אַנדער פאָלק. למשל: די שפּײַז־עקספּערטין דזשאָן נייטען האָט פֿאַראַיאָרן אַרויסגעלאָזט אַ קאָכבוך Quiches, Kugels and Couscous (קיש, קוגל און קוסקוס), וועגן איר זוכעניש פֿון ייִדישע מאכלים אין פֿראַנקרײַך. אַ צאָל פֿון אירע רעצעפּטן זענען מילכיק און דערפֿאַר זייער פּאַסיק פֿאַרן יום־טובֿ שבֿועות, ווען ס׳איז אַ טראַדיציע צו עסן מילכיקע פּאָטראַוועס. בײַ די פֿרומע ייִדן איז, אַגבֿ, אַ ביסל אַנדערש: אַז מע קומט אַהיים פֿון שיל, עסט מען טאַקע מילכיקס, אָבער נאָך דעם זעצט מען זיך צו אַ פֿליישיקער סעודה, ווײַל פֿליישיקס איז פֿאַררעכנט פֿאַר מער יום־טובֿדיק. 4 רויע בוריקעס 2 ציבעלעס 2 גאַנצע ציינדלעך קנאָבל 1 לעפֿל צוקער זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער, לויט אײַער געשמאַק 3 לעפֿל באַלזאַמישע עסיק 1/2 טעפּל ווייניק־פֿעטיקע סמעטענע 4 לעפֿל קריפּ (קראָפּ) |