|
אַ גלייביקער לאָזט מענטשן וויסן, מיט צוויי וואָכן צוריק,
אַז די וועלט וועט זיך ענדיקן דעם 21סטן מײַ; אין מאַנהעטן |
Credit: Getty Images |
מיט אַ יאָר פֿופֿציק צוריק פֿלעג איך גיין אין מײַן לערנשול דורך אַ פּאַרק, אָדער ריכטיקער — אַ שטיקל פּאַרק, ווײַל מע האָט אים דעמאָלט נאָר פֿאַרלייגט און אָנגערופֿן "פּאַרק פֿון שלום"; ווײַל פּונקט דעמאָלט האָט ניקיטאַ כרושטשיאָוו זיך אַרומגעטראָגן מיט זײַן סטראַטעגיע פֿון שלום איבער דער גאַנצער וועלט. און נאָך איין מאַנקאָליע האָט ער — כרושטשיאָוו — זיך דעמאָלט אַרײַנגעקלאַפּט אין זײַן פּויעריש-באָלשעוויסטישן קאָפּ, דהײַנו: אַז אין יאָר 1980 וועט דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אַרײַנטרעטן אין דער תּקופֿה פֿון קאָמוניזם. ווי מיר ווייסן איצט, האָט אי כרושטשיאָוו אי דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד אַרײַנגעטראָטן אין אַ היפּש ביסל זאַכן, אָבער ניט אין קאָמוניזם.
כרושטשיאָוו איז געווען ניט דער איינציקער, וואָס האָט געגלייבט, אַז דער מאַרקסיסטישער גן-עדן איז ערגעצוווּ גאָר ניט ווײַט, אַז מע קען אים שוין כּמעט אַ טאַפּ טאָן צי, לכל-הפּחות, זען פֿון דער ווײַטנס; בפֿרט, אויב מע געפֿינט זיך אין מאָסקווע. טובֿיה גען, דער סאָוועטיש-ייִדישער שרײַבער, האָט מיר דערציילט, ווי ס׳האָט אין קאָמוניזם געגלייבט דער תּמיד שיכּורעוואַטער רעדאַקטאָר פֿון דער צײַטונג הינטער מאָסקווע, וווּ גען האָט קוים געפֿונען אַן אַרבעט נאָך דעם ווי מע האָט אין די לעצטע יאָרן פֿון סטאַלינס ממשלה ליקווידירט דעם מאָסקווער פֿאַרלאַג "אמת". יעדן אין דער פֿרי פֿלעגט דער רעדאַקטאָר קומען און קודם-כּל פֿרעגן, צי די רעגירונג האָט נאָך ניט אַנאָנסירט דעם אָנהייב פֿון דער קאָמוניסטישער תּקופֿה.
אָבער לאָמיר זיך אומקערן אין דעם "פּאַרק פֿון שלום", וואָס איז געלעגן אויף מײַן וועג אין דער שול. די צענטראַלע אַלעע איז געווען באַפּוצט דורך גרויסע בילדער, וועלכע האָבן אילוסטרירט די קאָמוניסטישע צען געבאָטן. די נײַע, קאָמוניסטישע רעליגיע האָט דאָך תּמיד נאָכגעמאַכט די "אַלטע" רעליגיע, בפֿרט אין דעם גלייבן, אַז אַ גן-עדן דערוואַרט ערגעץ הינטער דעם, אָדער יענעם, ראָג. אָבער די טויערן אינעם גן-עדן זײַנען געווען אָפֿן ניט פֿאַר יעדן מענטש — אַרײַנגיין האָבן געקענט נאָר די וואָס האָבן עס פֿאַרדינט, אויספֿילנדיק די געבאָטן און כּלערליי געבאָטעלעך.
אין דער אמתן, האָבן דאָך אַלע נבֿיאותן אַ ווערט פֿון אַ לאָטעריע, וועלכע ברענגט אויך אַ שטיקל גן-עדן פֿאַר געציילטע בר-מזלס. ווער געדענקט שוין איצט, וואָס די פּרעזידענטישע וואַל-קאַמפּאַניע האָט צוגעזאָגט? און וויפֿל זאַכן האָט מען ניט פֿאָרויסגעזאָגט! וויפֿל מענטשן האָבן גערעדט וועגן דעם וועלט-קריזיס אין 2008? (אפֿשר נאָר נוריעל רוביני, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין אַ ייִדישער משפּחה אין טערקײַ, געוווינט אין איראַן און ישׂראל, און איז הײַנט אַ פּראָפֿעסאָר פֿון עקאָנאָמיע פֿון דעם ניו-יאָרקער אוניווערסיטעט.) ווער האָט פֿאָרויסגעזאָגט די איצטיקע איבערקערענישן אין די אַראַבישע לענדער?
און ניט געקוקט אויף דעם אַלעם, הערט מען פֿון צײַט צו צײַט, אַז עפּעס אַ באַגײַסטערטער פֿאַנאַטיקער זאָגט צו, אַ שטייגער, דעם סוף פֿון דער וועלט, און זייער אַ סך מענטשן גלייבן אין אַזעלכע נאַרישקייטן. לעצטנס האָט זיך מיט אַזאַ נאַרישקייט אויסגעצייכנט העראָלד קעמפּינג, וואָס איז שוין גאָר ניט קיין יונגערמאַנטשיק — אין יולי וועט מען פּראַווען זײַן 90־יאָריקן יובֿל. קעמפּינג איז דער פּרעזידענט פֿון דעם קריסטלעך-פֿרומען "משפּחה-ראַדיאָ", וואָס פּראָדוצירט פּראָגראַמען, אין אַ צאָל שפּראַכן, פֿאַר צענדליקער ראַדיאָ-סטאַנציעס. דער הויפּט-ציל פֿון די פּראָגראַמען איז צו פֿאַרטײַטשן ביבלישע טעקסטן.
אַ וויכטיקער ענין אין אָט די אַלע טײַטשן איז פֿאַרבונדן מיט דעם עקסטאַטישן מאָמענט (אויף ענגליש רופֿט מען עס rapture), ווען דער עולם, וואָס האָט פֿאַרדינט דעם גן-עדן, באַקומט די מעגלעכקייט זיך צונויפֿקלײַבן כּדי שפּעטער, ווען פֿון דער זינדיקער וועלט וועט שוין קיין זכר ניט בלײַבן, אַריבערגעפֿירט צו ווערן אין דער אייביקער, בעסערער וועלט. האָט העראָלד קעמפּינג יאַקאָס אַרויסגעפֿירט, אַז דער דאָזיקער טאָג וועט קומען דעם 21סטן מײַ.
איך האָב וועגן דעם חשבון — אַ קרומען, ווי מיר ווייסן שוין איצט — זיך דערוווּסט נאָר אין דעם קומענדיקן טאָג. דעם 21סטן מײַ האָבן מיר, מײַן ווײַב און איך, אין דער פֿרי פֿאַרבראַכט אַ פּאָר שעה מיט אונדזערע אייניקלעך, אין אַ לאָנדאָנער פּאַרק, וואָס איז ניט ווײַט פֿון דעם קבֿר פֿון אַן אַנדער נבֿיא — קאַרל מאַרקס. דערנאָך זײַנען מיר אַוועקגעפֿאָרן צו אונדזער זון, אויך אין לאָנדאָן. מיר האָבן שפּאַצירט און געגעסן אין דער געגנט פֿון באַרביקאַן, אויפֿגעבויט אויפֿן אָרט פֿון די הײַזער, וואָס די נאַצי-אַוויאַציע האָט מלאך-המוותדיק רויִנירט בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. אומעטום איז געווען פֿול געפּאַקט מיט מענטשן, וועלכע האָבן גאָר ניט געוויזן קיין סימנים פֿון צוגרייטן זיך צום סוף פֿון דער וועלט. צוריקפֿאָרנדיק, קיין אָקספֿאָרד, האָבן מיר זיך אַרײַנגעכאַפּט אין אַ סופּערמאַרקעט און, ניט וויסנדיק אַז מיר שפּילן זיך מיטן גורל, אָנגעקויפֿט אַכילה אויף אַ גאַנצער וואָך.
אַ מאָל האָט העראָלד קעמפּינג זיך געלערנט אויף אַן אינזשעניר, פֿאַרענדיקט אַ גוטן אוניווערסיטעט — אין בערקלי. אָבער געווען איז עס מיט כּמעט 70 יאָר צוריק, און פֿון דעמאָלט אָן האָט ער שוין, אַ פּנים, פֿאַרגעסן, ווי אַזוי מע דאַרף רעכענען. רופֿט ער איצט אָן אַן אַנדער דאַטע, ווען די וועלט וועט קומען צום סוף — דעם 21סטן אָקטאָבער. ווי איר ווילט, אָבער איך וועל ווידער אײַנקויפֿן עסנוואַרג אויף אַ וואָך, ווײַל וואָס קען זײַן נאַרישער פֿון זיך צוהערן צו פֿאַנאַטישע נבֿיאות — עוואַנגעליסטישע, צי אַוועלכע זיי זאָלן ניט זײַן?