- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין 2003, האָט שולמית קעניג געוווּנען דעם בכּבֿודיקן פּריז פֿון די פֿאַראייניקטע-פֿעלקער פֿאַר מענטשן-רעכט; אַ פּריז, וואָס מע טיילט צו יעדעס פֿינף יאָר זינט 1966, און זי איז בלויז איינע פֿון די סך-הכּל פֿינף אַמעריקאַנער, וועלכע האָבן אַמאָל באַקומען דעם פּריז. די אַנדערע אַמעריקאַנער אויף דער דאָזיקער רשימה הייסן: עלינאָר רוזוועלט, מאַרטין לוטער קינג, דזשימי קאַרטער, און דזשיימס גראַנט. אַן אַנדער געווינער איז נעלסאָן מאַנדעלאַ. איר נאָמען איז שולמית קעניג, און מיר האָבן זיך לעצטנס געטראָפֿן אין איר קליינער דירה אויף דער אַפּער-וועסט-סײַד פֿון מאַנהעטן צו שמועסן וועגן איר לעבן, אירע פּאָליטישע טעטיקייטן, איר קונסט און נאָך כּל-מיני פּיטשעווקעס. דער ערשטער אײַנדרוק וואָס עס שאַפֿט זיך בעת מע טרעט איבער די שוועל פֿון קעניגס דירהלע איז, ווי אָנגעלייגט זענען אירע אַלערליי חפֿצים, וועלכע דערציילן וועגן איר לעבנס-געשיכטע; ווי ס׳וואָלט זיך גערעדט נישט וועגן אַ פּריוואַטער דירה, נאָר אַ קונסט-גאַלעריע. מע קען דאָרט באַמערקן די קונסט-אָביעקטן וואָס זי און איר מאַן האָבן אי געזאַמלט דורך די יאָרן בעת זייערע רײַזעס איבער דער וועלט, פּראָטעזשירנדיק די ווערטן פֿון מענטשן-רעכט; אי די קונסט, וואָס זי האָט אַליין געשאַפֿן, למשל: סטאַטועס, געמאַכט פֿון אַלטע אינדוסטריעלע גראַוויר-מאַשינען וואָס איר טאַטע האָט פֿאַרמאָגט. זי איז גרייט צו דערציילן, און הייבט אָן פֿון דעם, ווי אַזוי זי האָט פֿאַרלאָזט מדינת-ישׂראל צום ערשטן מאָל. אין פֿאַרגלײַך מיט די "געוויינטלעכע" רבנישע ייִדן, גלייבן נישט די קראָים — אַ ייִדישע סעקטע, וועלכע האָט שוין עקזיסטירט מיט איבער אַ טויזנט יאָר צוריק — אין דער אויטאָריטעט פֿון תּורה־שבעל־פּה. דער פֿריִיִקער עטאַפּ פֿון דער קראָיִשער געשיכטע בלײַבט אומקלאָר. ס׳איז קלאָר, אַז די פֿאַרשפּרייטונג פֿון דער דאָזיקער באַוועגונג אינעם אַמאָליקן מיטל־מיזרח איז געווען פֿאַרבונדן מיט די אינטענסיווע רעליגיעזע דיספּוטן נאָכן אויפֿקום פֿון איסלאַם. אַ טייל היסטאָריקער האַלטן, אַז די קראָים זענען ממשיך, אויף אַ געוויסער מאָס, די עלטערע שיטה פֿון די צדוקים. מע קאָן זאָגן, אַז די קולטור פֿון די קראָים איז געווען באַגרינדעט, בײַם אָנהייב, אויף זייער אָפּלייקענונג פֿון דער תּלמודישער ייִדישקייט — דהײַנו, אויף אַ נעגאַטיוון פּרינציפּ. אַזוי ווי אינעם פֿאַל פֿון די קריסטן־פּראָטעסטאַנטן, האָט זיך אָבער בײַ די קראָים אַנטוויקלט אַן אייגענע טראַדיציע — פֿאַקטיש, אַן אייגענע רעליגיע, וועלכע איז געבליבן, פֿונדעסטוועגן, תּמיד דיאַלעקטיש פֿאַרבונדן מיט דער טראַדיציאָנעלער רבנישער ייִדישקייט. די ערשטע שטאָט אין מײַן לעבן, פֿון וועלכער איך האָב געוואָלט גלײַך אַנטלויפֿן, איז געווען סאַראַנסק, די הויפּט-שטאָט פֿון מאָרדאָוויע, וואָס איז אַ מין רעפּובליק אין באַשטאַנד פֿון רוסלאַנד. באַקאַנט איז די געגנט, בפֿרט, מיט אירע אַרבעט-לאַגערן פֿאַר תּפֿיסהניקעס. ווען איך בין געפֿאָרן אַהין, האָט מען מיך געוואָרנט, און איך האָב עס אַליין דערהערט, אַז די תּושבֿים האָבן דאָרטן גערעדט אַ ווילד רוסיש, שטאַרק איבערגעשאָטן מיט זידלווערטער. אפֿשר איז עס אַ פּועל-יוצא פֿון דעם, וואָס די באַפֿרײַטע תּפֿיסהניקעס פֿלעגן זיך באַזעצן ניט ווײַט פֿון די לאַגערן. און אפֿשר איז דער מצבֿ איצט אַן אַנדערער — מײַן דערפֿאַרונג שטאַמט פֿון אַ מאָל — איך האָב דאָרטן פֿאַרבראַכט איין טאָג אין יאָר 1975 און בין געווען צופֿרידן, אַז די געשעפֿטן מײַנע האָט זיך מיר אײַנגעגעבן אויסצוסדרן זייער גיך: כ׳בין געקומען אין דער פֿרי, אַוועקגעפֿאָרן אויף דער נאַכט און קיין מאָל ניט געוואָלט זיך אַהין אומקערן. וועגן מײַן פֿאַר-היסטאָרישן באַזוך פֿון סאַראַנסק האָב איך זיך דערמאָנט, לייענענדיק וועגן די לעצטע אַוואַנטורעס פֿון דער וועלט-באַרימטער פֿיגור, דעם 64־יאָריקן זשיראַר דעפּאַרדיע. אָנגעהויבן האָט זיך עס ווי אַ פּראָטעסט קעגן די משונה-הויכע שטײַערן אין פֿראַנקרײַך. תּחילת האָט דעפּאַרדיע געלאָזט וויסן, אַז ער וויל ווערן אַ בעלגישער בירגער. אָבער אין גיכן האָט זיך דער סיפּור-המעשׂה געביטן, און ער איז געוואָרן אַ רוסישער בירגער. אָסטראַכאָוויטש האָט נאָר וואָס אָנגעשריבן אַ ראָמאַן "די נאַכט פֿון די לעבעדיקע ייִדן". דער ראָמאַן, ווײַזט זיך אַרויס, איז דווקא אַ גוטער. אָבער פֿאַר וואָס האָט ער זוכה געווען מען זאָל אים דערמאָנען אויף די שפּאַלטן פֿון "פֿאָרווערטס"? ווײַל ער פֿאַרנעמט זיך מיט די ייִדן אין וואַרשע. וואַרשע, ווי באַקאַנט, איז געווען כּמעט האַלב ייִדיש פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה. ס׳רובֿ ייִדן דאָ זענען אומגעקומען. דאָס הייסט, אַז אין וואַרשע האָבן מיר מער טויטע ווי לעבעדיקע ייִדן. די צוויי העלדן פֿונעם ראָמאַן "די נאַכט פֿון די לעבעדיקע ייִדן" זענען טאַקע צוויי טויטע; אַ ייִד און זײַן טאָכטער, וואָס זענען אומגעקומען בשעת דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ, און זײַנען אַרויס פֿון די רויִנען, כּדי צו זען ווי וואַרשע האָט זיך איבערגעאַנדערשט אין די לעצטע יאָרן. דער טאָכטער פֿעלט אַ האַלב פּנים, אָבער זי איז דווקא אַ פֿריילעכע און וויל געניסן פֿון איר יונג לעבן, כאָטש נאָכן טויט. דער טאַטע און די טאָכטער ווילן, למשל, זען די נײַע, אַזוי גערופֿענע "מאָלס", אָדער די אײַנקויף־צענטערס, וואָס מען האָט לעצטנס געבויט אין דער שטאָט. דער נײַער קאַפּיטאַליזם געפֿעלט זיי. נאָך יאָרן זיך געפֿינען אין די חורבֿות עסן זיי אַ געשמאַקן טאָרט אין אַ נײַעם קאַפֿע, און בכלל דאָס נײַע פּוילן, וווּ קאָנסומעריזם זיגט איבער קאַטאָליציזם, געפֿעלט זיי. דער ראָמאַן איז אָנגעשריבן אינעם זשאַנער פֿון קולט־פֿילמען און איז נאָך אַ באַווײַז, אַז דער חורבן איז אַ טעמע פֿון כּל־המינים קינסטלערישע זשאַנערן. סאַמע אָנהייב פֿופֿציקער יאָר בין איך אַרײַן אין זיבעטן קלאַס פֿון אַ לאָקאַלער שולע אין דער בראָנקס. אַלע אין דער פֿרי פֿלעגט מען זיך פֿאַרזאַמלען אין אַלגעמיינעם זאַל אָפּצוגעבן די שבֿועה צו דער אַמעריקאַנער פֿאָן, זינגען די קריסטלעכע "גאָטעס־תּפֿילה," און אַזוי ווי כ׳האָב ווייניק וואָס פֿאַרשטאַנען, בין איך געווען אונטערן אײַנדרוק, אַז דאָס איז אַמעריקע. די לערערינס האָבן אַלע אויסגעזען ווי צווילינג־שוועסטער. זיי האָבן געמוזט אַרויסקומען פֿון דעם זעלבן קאַטוילישן סעמינאַר ווײַל פֿון זיי האָט געווייעט מיט נאָנעשאַפֿט. זיי האָבן זיך געקליידט אין טונקל געוואַנט וואָס איז געהאָנגען אויף זיי ווי אויף אַ וועשלקע. די אויגן — אויסגעברענטע לאַמטערנס, דאָס פּנים באַשאָטן מיט בראָדעווקעס, מיט אַ מעדאַליאָנטשיק אַרום דעם האַלדז. אונדזערס איז געווען אַ מיידלשע שולע, האָבן אַלע מיידלעך אויסגעזען דראָנגעוואַטע. פֿון פֿאָרנט פּלאַטשיק ווי אַ ברעטל, פֿון הינטן אײַנגעקאָרטשעט. געווען צווישן די סטודענטקעס אויך אַ פּאָר שיינע, זגראַבנע און געשיקטע ייִדישע מיידלעך, אָבער זיי האָבן זיך געהאַלטן פֿון דער ווײַטנס; פֿאַרריסן בײַ זיך און שטאָלץ וואָס זיי זײַנען עכטע אַמעריקאַנער קנאָספּן, און מיר, די "גרינע," האָבן אַ קנאַפּן שײַכות צו זיי. רעדן מיט "גרינע" האָט זיי נישט געפּאַסט, האָבן זיי צו אונדז צוגעשמייכלט ווי צו אַ קראַנק לאָשיקל. די עליה איז אַ פּועל־יוצא פֿון אַ רעזאָלוציע, דורכגעפֿירט פֿון פּרעמיער בנימין נתניהוס קאַבינעט אין אָקטאָבער, צו דערלויבן 275 מיטגלידער פֿון דער בני־מנשה, זיך צו באַזעצן אין ישׂראל במשך פֿון די קומענדיקע צוויי חדשים. די וואָך איז געקומען די ערשטע גרופּע פֿון 53 מענטשן. די בני־מנשה וווינען הײַנט אין די אינדישע שטאַטן מיזאָראַם און מאַניפּוּר, און זאָגן, אַז זייערע אָבֿות האָבן זיך דאָרט באַזעצט, נאָך דעם ווי די אַשורים האָבן זיי פֿאַרטריבן, אינעם 8טן יאָרהונדערט פֿאַר דער איצטיקער צײַט־רעכענונג. אינעם 19טן יאָרהונדערט האָבן בריטישע מיסיאָנערן זיי געשמדט צו דער קריסטלעכער רעליגיע, אָבער במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע 60 יאָר, האָבן זיי זיך אומגעקערט צו ייִדישקייט. מײַקל פֿרוינד, דער דירעקטאָר פֿון "שבֿי־ישׂראל" — אַ ישׂראלדיקע אָרגאַניזאַציע, וואָס העלפֿט די "פֿאַרלוירענע" און "באַהאַלטענע" ייִדן איבער דער וועלט — איז מיטגעפֿאָרן מיט זיי אויפֿן עראָפּלאַן, און האָט געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס", אַז די שטימונג איז געווען זייער אַ רירנדיקע. "די בני־מנשה ווײַזן בטבֿע נישט אַרויס זייערע געפֿילן אין דער עפֿנטלעכקייט," האָט פֿרוינד געזאָגט דעם "פֿאָרווערטס". "אָבער ווען מיר האָבן געלאַנדעט אין בן־גוריון פֿליפֿעלד, האָבן זיי אויסגעשאָסן אין אַ געשריי און אַפּלאָדירט. בײַם טויער האָבן זיי אויף אַ קול געמאַכט אַ שהחיינו, און געזונגען די ׳התּקווה׳. אַ צאָל פֿאַרבײַגייער, ישׂראלים און טוריסטן, זענען צוגעקומען און מיטגעזונגען מיט זיי." "זיי האָבן געוואַרט אַזוי פֿיל יאָרן פֿאַר דעם מאָמענט; איז עס, אַוודאי, געווען זייער עמאָציאָנעל," האָט געזאָגט צבֿי כאַוטע, אַ מיטגליד פֿון דער בני־מנשה, וואָס האָט עולה געווען מיט צען יאָר צוריק, און איז געקומען באַגריסן די נײַע אימיגראַנטן אויפֿן פֿליפֿעלד. "אַ סך פֿון זייערע קרובֿים וואָס וווינען דאָ, זענען אויך געקומען; מענטשן, וואָס זיי האָבן נישט געזען יאָרן לאַנג, האָט מען זיך אַרומגעכאַפּט און געוויינט." וויכטיק אויף אַזעלכע אונטערנעמונגען איז צו מאַכן שלום מיטן פֿאַקט, אַז ס׳איז פּשוט אוממעגלעך צו טאַנצן מיט איין תּחת אויף אַלע חתונות. אויב מע פּראָבירט "בשום-אופֿן נישט צו פֿאַרפֿעלן" דעם פֿערטן צי דעם פֿינפֿטן "גאָר וויכטיקן פּאַנעל", אָדער דעם צווייטן צי דריטן קבלת-פּנים אין איין טאָג, — פֿאַלט מען ממש פֿון די פֿיס. וואָס איז אפֿשר יאָ נייטיק — פֿאָרצולייגן צו גרינדן אַ נײַע "אָקופּירט עיי. דזשיי. עס!" באַוועגונג, וואָס זאָל דורכמאַרשירן דורך די גאַסן און סקווערן פֿון שיקאַגע, אַרײַנגערעכנט דעם באַרימטן "היימאַרקעט סקווער", און פֿאָדערן אַן אַכט שעהדיקן אַרבעטסטאָג אויף דער קאָנפֿערענץ. אָבער דאָס איז נאָר מײַן פּערזענלעכע מיינונג... דעם אמת געזאָגט, רעדט זיך וועגן זייער אַ וויכטיקער אונטערנעמונג און דער סימן דערצו ליגט אין די גאָר אינטערעסאַנטע פּאַנעלן וואָס איך האָב באַזוכט און אין זיי זיך באַטייליקט. בײַם ערשטן פּאַנעל, אונטער דעם טיטל "ייִדישע אָפּקלאַנגען צום ראַסיזם נאָכן חורבן", דוד סלוצקי (מאָנאַש־אוניווערסיטעט), דן דזשיי. פּאַקעט (טרוי אוניווערסיטעט), און שירלי גילבערט (אוניווערסיטעט פֿון סאַוטהאַמפּטאָן) — האָבן באַהאַנדלט די טעמע אין דרײַ פֿאַרשידענע געאָגראַפֿישע ערטער. בקיצור, מין איז אַ גאַנצע תּורה, אַ וויסנשאַפֿט פֿאַר זיך, וואָס איז געוואָרן זייער פּאָפּולער אין דער אַקאַדעמישער פֿאָרשונג זינט די 1970ער יאָרן, ווען די געזעלשאַפֿט האָט צוביסלעך אָנגעהויבן אַכטונג געבן אויף די רעכט פֿון פֿרויען, האָמאָסעקסואַליסטן, און אַנדערע באַעוולטע גרופּעס. פֿאַר וואָס די גראַדויִר־שול האָט מיך אויסגעקליבן צו זײַן דער לערער־אַסיסטענט אין דעם קורס איז מיר ניט קלאָר, ווײַל אַ מענטש וואָס ווייסט ווייניקער פֿון מיר וועגן מין און זעקס דאַרף מען זוכן מיט ליכט. אָבער דערפֿאַר איז דער קורס געווען אַ גאָלדענע געלעגנהייט אויסצופֿילן די בלויזן אין מײַן דערציִונג, ספּעציעל וואָס שייך פֿרויען. ווײַל, דער עיקר, האָט דער קורס באַהאַנדלט די ראָלע פֿון פֿרויען אין דער ייִדישער געשיכטע, און ס׳איז אפֿשר ניט קיין חידוש, אַז כּמעט אַלע סטודענטן זײַנען אויך געווען פֿרויען. יצחק גנוז — "חתן־האור" תשע״ג שוין 20 יאָר ווי "אַגודת־הסופֿרים העבֿרים במדינת־ישׂראל" — דער פֿאַרבאַנד פֿון די העברעיִשע שרײַבער אין מדינת־ישׂראל — מערקט אָפּ דעם יום־טובֿ חנוכּה מיט אויסוויילן אַ "חתן־האור" — אַ "פּרײַזטרעגער פֿון ליכט", איינעם פֿון די העברעיִשע שרײַבער אין לאַנד, פֿאַר דעם יאָר תשע״ג.
אין מיזרח־פּוילן געפֿינען זיך די וואָקזאַלן אויסערהאַלב דער שטאָט, ווי דער שטייגער איז געווען אין רוסלאַנד. אין קאַטאָוויץ געפֿינט זיך דער וואָקזאַל אין מיטן שטאָט — אַזוי ווי דער שטייגער איז אין דײַטשלאַנד. די אַרומיקע גאַסן זעען אויס פּונקט ווי אין פֿראַנקפֿורט אָדער בערלין. אין קאַטאָוויץ איז פֿאַראַן אַ קליינע ייִדישע קהילה וואָס דערמאָנט מיט שטאָלץ, אַז טאַקע בײַ זיי, אין קאַטאָוויץ, האָבן זיך געטראָפֿן די ערשטע ציוניסטן. וולאָדזשימיעזש קאַץ, דער ראָש פֿון דער קהילה, ווײַזט די געסט דאָס הויז, וווּ אין יאָר 1884 האָבן די אַזוי גערופֿענע חובֿבֿי־ציון מיט לעאָן פּינסקער בראָש אָרגאַניזירט די קאַטאָוויצער קאָנפֿערענץ. קאַץ דערציילט אָבער וועגן פֿרישע צרות וואָס די ייִדישע קהילה האָט פֿון די נײַע אימיגראַנטן — די אַראַבער. אין די 1960ער יאָרן זענען געקומען די אַראַבישע סטודענטן זיך לערנען אין פּוילן. עטלעכע פֿון זיי האָבן חתונה געהאַט מיט פּוילישע פֿרויען און זענען געבליבן אין קאַטאָוויץ, ווי אין אַ סך אַנדערע פּוילישע שטעט. דער קאָמוניסטישער בלאָק איז געווען געשטימט פּראָ-אַראַביש, און די יונגע אַראַבישע סטודענטן האָבן באַקומען דאָ אַ שיינע פֿינאַנציעלע שטיצע. זייערע פּוילישע פֿרויען האָבן זיך איסלאַמיזירט, אָבער זיי האָבן געלעבט כּמעט גאַנץ נאָרמאַל; יעדנפֿאַלס, אויף דער גאַס האָבן זיי אויסגעזען נישט אַנדערש ווי די אַנדערע פּוילישע פֿרויען. אין די לעצטע יאָרן אָבער זענען געקומען קיין קאַטאָוויץ אין גאַנצן אַנדערע אַראַבער. קיינער ווייסט נישט וואָס זיי טוען. זיי זענען נישט קיין סטודענטן. זיי אַרבעטן נישט. אָבער עמעצער גיט זיי געלט. הראיה האָט איר — זיי האָבן פֿון וואָס צו לעבן. זיי דרייען זיך אַרום דעם אָרטיקן מעטשעט און טעראָריזירן די אַלטע קהילה. וואָס הייסט, די אַלטע קהילה? דאָס מיינט די אַראַבישיע אינזשענערן און דאָקטוירים, וואָס זענען געבליבן אין פּוילן נאָך פֿון די זעכציקער יאָרן. און ווי אַזוי טעראָריזירן זיי די אַלטע אימיגראַנטן? זיי פֿאָדערן, למשל, אַז זייערע פּוילישע פֿרויען זאָלן באַדעקן זייערע פּנימער, ווי סע פֿירט זיך אין סאַודיע. זײַן ביאָגראַפֿיע שפּיגלט אָפּ די קאָמפּליצירטע געשיכטע און געזעלשאַפֿט אין האַוואַיִ. בשעת מײַן וויזיט דאָרטן, אָנהייב דעצעמבער, האָב איך כּסדר געדאַרפֿט זיך פֿרעגן, צי איך געפֿין זיך טאַקע אין אַמעריקע? די האַוואַיער שפּראַך פֿאַרמאָגט בלויז 13 אותיות. ס׳רובֿ אײַנוווינער און טוריסטן שטאַמען פֿון די אַזיאַטישע לענדער — יאַפּאַן, כינע, וויעטנאַם און קאָרעע. יאַפּאַניש איז דאָרטן די צווייטע שפּראַך, אַזוי ווי שפּאַניש אין ניו־יאָרק. אָבער דער עיקרדיקער אונטערשייד מיט די אַנדערע שטאַטן איז אַוודאי די לאַנדשאַפֿט — אַלטע וווּלקאַנען אין מיטן פֿון די אינדזלען, אַרומגערינגלט פֿון גרויסע, לויטערע פּלאַזשען בײַם ים. דערצו איז דער געוויינטלעכער האַוואַיער אַ רויִקער טיפּ, אָבער אינעווייניק ברענט אַ שטילע שׂינאה צום ווײַסן אַמעריקאַנער פֿאָלק, וואָס האָט זיך אַרײַנגעריסן אין דעם גן־עדן מיט מער ווי אַ הונדערט יאָר צוריק. בעת דעם מישפּט, האָט מען זיך אויך דערוווּסט, אַז וועבערמאַן געהערט צום ועד־הצניעות — אַן אומפֿאָרמעלער קאָמיטעט, וואָס פֿאַרזיכערט, אַז יעדער אין דער קהילה זאָל זיך אויפֿפֿירן לײַטיש. טאַקע דערפֿאַר האָט אויסגעזען אַזוי אויסטערליש, וואָס דווקא אַ מענטש פֿונעם ועד־הצניעות זאָל באַשולדיקט און פֿאַרמישפּט ווערן פֿאַר פֿאַרגוואַלטיקן אַ מיידל. יאַנקל, אַ סאַטמערער טאַטע פֿון זיבן קינדער, וועלכער אַרבעט אין אַ פֿאָטאָ־געשעפֿט אין מאַנהעטן, איז געווען ספּעציעל אויפֿגעבראַכט, וואָס וועבערמאַן האָט אויסגעניצט זײַן פּאָזיציע אינעם ועד־הצניעות צו באַקומען צוטריט צו דעם מיידל. "מײַן טאָכטער איז גראַדע געוואָרן אַרויסגעוואָרפֿן פֿון סאַטמאַר, און מ׳האָט מיר אויך געצוווּנגען גיין צו וועבערמאַן נאָך זײַן היילונג," האָט יאַנקל דערציילט. "איך האָב אָבער גראַד אײַנגעזען, אַז דאָס איז אַ משוגענער ׳מאָני־ביזנעס׳ [קרום געלט־געשעפֿט] און מײַן טאָכטער איז צו איידל און שיין — ער וועט זיך צו איר נאָך חלילה טשעפּען. האָב איך איר געשיקט קיין באָראָ־פּאַרק לערנען. איצט וועט זי נישט קענען קיין שיינע שידוכים טאָן, אָבער פֿאָרט בעסער ווי ווערן גערייפּט [פֿאַרגוואַלדיקט]." |