געזעלשאַפֿט
פֿון עדי מהלאל (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

שולמית קעניג אין איר דירה
שולמית קעניג אין איר דירה
Credit: Adi Mahalel
זי איז געבוירן געוואָרן אין 1930 אין ירושלים, אָבער שוין אַ העלפֿט פֿון איר לעבן וווינט זי אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. זי איז די טאָכטער פֿון אַ גרויסן מעטאַל-אינדוסטריאַליסט — איינער וואָס איז נישט געווען גרייט צו דיסקרימינירן צווישן זײַנע ייִדישע און אַראַבישע אַרבעטער לויט די דעמאָלטיקע באַדינגונגען פֿון דער הסתּדרותּ ("חבֿר דניאל", האָבן זיי אים געזאָגט, "דאָס איז אַן אַרבעטער-אָרגאַניזאַציע פֿון ייִדן!"); און זי איז געווען טעטיק אין ישׂראל וואָס שייך אויסגלײַכן די פּענסיע-רעכט צווישן מענער און פֿרויען.
אין 2003, האָט שולמית קעניג געוווּנען דעם בכּבֿודיקן פּריז פֿון די פֿאַראייניקטע-פֿעלקער פֿאַר מענטשן-רעכט; אַ פּריז, וואָס מע טיילט צו יעדעס פֿינף יאָר זינט 1966, און זי איז בלויז איינע פֿון די סך-הכּל פֿינף אַמעריקאַנער, וועלכע האָבן אַמאָל באַקומען דעם פּריז. די אַנדערע אַמעריקאַנער אויף דער דאָזיקער רשימה הייסן: עלינאָר רוזוועלט, מאַרטין לוטער קינג, דזשימי קאַרטער, און דזשיימס גראַנט. אַן אַנדער געווינער איז נעלסאָן מאַנדעלאַ. איר נאָמען איז שולמית קעניג, און מיר האָבן זיך לעצטנס געטראָפֿן אין איר קליינער דירה אויף דער אַפּער-וועסט-סײַד פֿון מאַנהעטן צו שמועסן וועגן איר לעבן, אירע פּאָליטישע טעטיקייטן, איר קונסט און נאָך כּל-מיני פּיטשעווקעס.
דער ערשטער אײַנדרוק וואָס עס שאַפֿט זיך בעת מע טרעט איבער די שוועל פֿון קעניגס דירהלע איז, ווי אָנגעלייגט זענען אירע אַלערליי חפֿצים, וועלכע דערציילן וועגן איר לעבנס-געשיכטע; ווי ס׳וואָלט זיך גערעדט נישט וועגן אַ פּריוואַטער דירה, נאָר אַ קונסט-גאַלעריע. מע קען דאָרט באַמערקן די קונסט-אָביעקטן וואָס זי און איר מאַן האָבן אי געזאַמלט דורך די יאָרן בעת זייערע רײַזעס איבער דער וועלט, פּראָטעזשירנדיק די ווערטן פֿון מענטשן-רעכט; אי די קונסט, וואָס זי האָט אַליין געשאַפֿן, למשל: סטאַטועס, געמאַכט פֿון אַלטע אינדוסטריעלע גראַוויר-מאַשינען וואָס איר טאַטע האָט פֿאַרמאָגט. זי איז גרייט צו דערציילן, און הייבט אָן פֿון דעם, ווי אַזוי זי האָט פֿאַרלאָזט מדינת-ישׂראל צום ערשטן מאָל.


* * *

"איך האָב געדינט אין דער ישׂראל־אַרמיי ווי אַן אָפֿיציר. כ׳בין געווען די העכסט-ראַנגיקע אָפֿיצירין אין ירושלים, פֿאַראַנטוואָרטלעך איבער 800 סאָלדאַטקעס. אָבער איך בין נישט געווען גרייט צו לאָזן די רעליגיעזע פֿרויען זיך צו באַפֿרײַען פֿון מיליטער-דינסט. איך האָב געוווּסט, אַז אַ היפּש ביסל פֿון זיי האָבן זיך בלויז געמאַכט פֿאַר רעליגיעזע. מע האָט עס אויבן פֿאַרטײַטשט, ווי איך וואָלט זיך אַרײַנגעמישט אין פּאָליטישע ענינים. האָב איך זיך נישט מוותּר געווען און מע האָט מיך באַפֿרײַט פֿון דעם מיליטער. אין 1950 האָב איך באַשלאָסן צו גיין שטודירן און זיך פֿאַרנעמען מיט אײַנאָרדענען די נײַע עולים אין לאַנד."
שולמית האָט אָבער דעמאָלט נישט גענומען אין באַטראַכט, אַז ישׂראל גלילי בכבֿודו-ובעצמו וועט זי פֿאַרבעטן צו זיך און זאָגן: "מיידעלע, דו מאַכסט אונדז אַ סך צרות. מע שיקט אונדז אונטער מרגלים צו די ‘מעברות’ (די לאַגערן פֿאַר נײַע עולים, ע.מ.) פֿון מפּא"י, און דו ביסט פֿון דער ‘אַחדות העבֿודה’ פּאַרטיי. מיר האָבן דיך דאָך אַהין געהאַט געשיקט, דו זאָלסט רעקרוטירן נפֿשות פֿאַר אונדזער פּאַרטיי." "דעמאָלט, — זאָגט שולמית, — האָב איך אָנגענומען דעם באַשלוס צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד." אָנגעקומען איז זי קיין ניו-יאָרק און אָנגעהויבן שטודירן אינזשינעריע (נאָכפֿאָלגנדיק איר טאַטעס טריט) אין קאָלומביע-אוניווערסיטעט.
אין די אָנהייב 1960ער, און נאָך יאָרן פֿון וווינען אין אַמעריקע, האָט זי זיך ווידער באַזעצט אין ישׂראל מיט איר מאַן, און אָפּעלעבט דאָרטן צוואַנציק יאָר. אין יענער צײַט, איז אין זייער אייגענער דירה געגרינדעט געוואָרן די באַוועגונג "שלום-עכשיו" (זע: עדי מהלאל, נאָוועמבער 23, 2012).
"מיר האָבן אָפּגעגעבן אונדזער ביוראָ לטובֿת דער באַוועגונג. דערצו, זענען מיר געקומען מיט דער איניציאַטיוו צו דערלאַנגען דעם דעמאָלטיקן פּרעמיער מנחם בעגין דעם באַרימטן "מכתּבֿ הקצינים" ("דער בריוו פֿון די אָפֿיצירן", ע. מ.) דורכן אָרגאַניזירן אַ ריי מענטשן, וואָס זאָלן שטיין כּסדר צווישן אַבו-גאָש און ירושלים (אַ מהלך פֿון צען קילאָמעטער) און איבערגעבן איינער דעם צווייטן דעם דאָזיקן בריוו ביז ער איז אָנקומען צו בעגינס הויז." אונטערגעחתמעט האָבן דעם בריוו אַרום 350 אָפֿיצירן. "דער בריוו פֿון די אָפֿיצערן" האָט גערופֿן בעגינען אויסצוקלײַבן צווישן דעם דרך-השלום און "גאַנץ ארץ-ישׂראל".
אַ מענטשן-רעכט אַקטיוויסטקע, איז שולמית קעניג געוואָרן נאָכן באַזעצן זיך אין ניו-יאָרק אין די 1980ער יאָרן. זי האָט געגרינדעט דאָ אַ מענטשן-רעכט אָרגאַניזאַציע, וואָס איר ציל איז געווען צו פּראָטעזשירן דעמאָקראַטיע און דעמאָקראַטישע ווערטן. "איך בין געקומען צו דער מסקנא, אַז ייִדן האָבן דורך די יאָרן איבערגעלעבט, אַ דאַנק זייער דורותדיקער קלאָרער מאָראַלישער סיסטעם די תּרי״ג מיצוות פֿון עשׂהס און לא-תעשׂהס. דערצו האָב איך אויסגעפֿירט, אַז די ‘מענטשן-רעכט דעקלאַראַציע’ פֿון דער יו־ען זאָל זײַן נאָענט צו די עשׂרת-הדיברות; און אַז די וועלט קען זיך נאָר ענדערן, אויב אַלע מענטשן וועלן זיך באַקענען מיט דער סיסטעם פֿון מענטשן-רעכט ווי אַ לעבנס-שטייגער, ווי אַ מין רעליגיע.
"האָב איך אַנטוויקלט דעם פּראָיעקט פֿון ‘לערנען מענטשן-רעכטן’ (Human Rights Learning), און אָנגעשטעלט פֿאַרבינדונגען צווישן איבער 60 מדינות אין דער וועלט. מאַנדעלאַ האָט געזאָגט, אַז מע דאַרף שאַפֿן אַ נײַע פּאָליטישע קולטור, באַזירט אויף מענטשן-רעכט, און לטובֿת דעם צוועק אַרבעט איך."
שולמית קעניג האָט געהאָלפֿן אײַנפֿירן "מענטשן-רעכט שטעט" אין פֿאַרשידענע ערטער און הײַנט צו טאָג זוכט זי נײַע יונגע כּוחות, וואָס זאָלן נעמען אויף זיך די אויפֿגאַבע ממשיך צו זײַן מיט דער דאָזיקער מיסיע. די הײַנטיקע וועלט שרײַבט זי, איז באַזירט אויף דרײַ יסודות: כּוח, פּחד, און גיריקייט. אויך דעם נידעריקן סטאַטוס פֿון פֿרויען באַטראַכט זי ווי אַ יסודותדקע פּראָבלעם פֿון אונדזער וועלט. אין צווישן האָט שולמית אויך גענומען שרײַבן איר ביאָגראַפֿיע, און זי זוכט עמעצן איר צו העלפֿן מיט אָט דעם וויכטיקן פּראָיעקט.
מער פּרטים וועגן קעניגס אָרגאַניזאַציע קאָן מען געפֿינען אויף דעם וועבזײַטל: http://www.pdhre.org.