- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
"אַרומנעמיק ייִדיש־ענגליש ווערטערבוך" אַרויס פֿון דרוק מיטן צוגאַנג פֿון אַרומנעמיקייט, ווי אין דער ייִדיש־פֿראַנצייזישער אויסגאַבע, וועט מען דאָ געפֿינען סײַ נעאָלאָגיזמען ווי "אויפֿבלעכלער", (can opener) סײַ ווערטער ווי "שטיצע" אָדער "אומבאַדינגט" וואָס ווערן פֿאַרצייכנט אין אוריאל ווײַנרײַכס "מאָדערן־ענגליש־ייִדיש ייִדיש־ענגליש ווערטערבוך" פֿון 1968 מיט אַ שוואַרץ פּינטל, וואָס איז טײַטש — "אַ ספֿק צי דערלאָזלעך אין דער כּלל־שפּראַך". קיין שוואַרצע פּינטלעך אָדער שוואַרצע דרײַעקן ("ניט־דערלאָזלעך אין דער כּלל־שפּראַך") וועט מען דאָ נישט געפֿינען. די פֿאַרקירצונג Germ, אַ פֿאַרקירצונג פֿון Germanism" ("דײַטשמעריזם") וועט מען יאָ אַמאָל געפֿינען, ווי בײַם וואָרט "באַצוג". דאָס ווערטערבוך נעמט אַרײַן אַפֿילו באָטאַנישע טערמינאָלאָגיע, ווי "חנהלעס אייגעלע" (Pansy). די נאָרמאַטיווע שיטה פֿון אוריאל ווײַנרײַכס ווערטערבוך האָט געוואָלט רעקאָמענדירן שפּראַכלעכע ברירות, אָבער "אַיִעוו" שטעלט פֿאַר זיך אַנדערע צילן, ווי מע לייענט וועגן דעם אין דער הקדמה. ער וויל צו ניץ קומען "אַלע ענגליש־רעדערס וואָס לייענען און שרײַבן ייִדיש; אָבער אויך, אַז דאָס איז נאָר אַן אָנהייב, און אַז אונדזער אַרבעט וועט זײַן דער יסוד פֿאַר פֿאַרבעסערטע און פֿאַרברייטערטע אויסגאַבעס אין דער צוקונפֿט". בקיצור, מין איז אַ גאַנצע תּורה, אַ וויסנשאַפֿט פֿאַר זיך, וואָס איז געוואָרן זייער פּאָפּולער אין דער אַקאַדעמישער פֿאָרשונג זינט די 1970ער יאָרן, ווען די געזעלשאַפֿט האָט צוביסלעך אָנגעהויבן אַכטונג געבן אויף די רעכט פֿון פֿרויען, האָמאָסעקסואַליסטן, און אַנדערע באַעוולטע גרופּעס. פֿאַר וואָס די גראַדויִר־שול האָט מיך אויסגעקליבן צו זײַן דער לערער־אַסיסטענט אין דעם קורס איז מיר ניט קלאָר, ווײַל אַ מענטש וואָס ווייסט ווייניקער פֿון מיר וועגן מין און זעקס דאַרף מען זוכן מיט ליכט. אָבער דערפֿאַר איז דער קורס געווען אַ גאָלדענע געלעגנהייט אויסצופֿילן די בלויזן אין מײַן דערציִונג, ספּעציעל וואָס שייך פֿרויען. ווײַל, דער עיקר, האָט דער קורס באַהאַנדלט די ראָלע פֿון פֿרויען אין דער ייִדישער געשיכטע, און ס׳איז אפֿשר ניט קיין חידוש, אַז כּמעט אַלע סטודענטן זײַנען אויך געווען פֿרויען.
די ריגער גרופּע "פֿאָרשפּיל" האָט באַשלאָסן, אַז מע קען צופּאַסן די אַלטע ייִדישע לידער צו די נײַע קלאַנגען פֿון וועלט־מוזיק און ראָק־און־ראָל. די גרופּע איז נישט די ערשטע צו גיין אויף דעם דרך. אָבער, לויט מײַן מיינונג, איז זיי געראָטן צום בעסטן במשך פֿון די לעצטע יאָרן. די זינגערין פֿון דער גרופּע סאַשאַ לוריאַ איז ווייניק באַקאַנט אין אַמעריקע, אָבער איז אַן אָנפֿירנדיקע פּערזענלעכקייט אין דער "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר"־פּראָגראַם אין דײַטשלאַנד. אַ פּראָפֿיל פֿון איר האָב איך אָנגעשריבן אין אַ רובריק וועגן דער פּראָגראַם מיט צוויי יאָר צוריק. איצט אַ דאַנק דער נײַער, און ערשטער, רעקאָרדירונג פֿון דער קאַפּעליע, וואָס הייסט, ווי די גרופּע, "פֿאָרשפּיל" Forshpil, קאָן אַ גרעסערער עולם געניסן פֿון איר קול וואָס קען קלינגען סײַ צאַרט, סײַ ענערגיש און שטאַרק. צוזאַמען מיט איר לאַנדסמאַן איליאַ שנייווייס, האָבן זיי מיט דער קאַפּעליע, געשאַפֿן פֿרישע, נאָוואַטאָרישע ייִדישע מוזיק וואָס קאָמבינירט דאָס אַלטע מיטן נײַעם. די ווערטער פֿאַר ׳זון׳ זענען ענלעכער ווי די פֿאַר ׳לבֿנה׳, פֿ״גל דאָס ייִדישע "זון", דאָס דײַטשישע Sonne און דאָס ענגלישע sun. פֿאַר וואָס איז ייִדיש דאָ אַנדערש פֿון דײַטשיש? וואָרן דאָס הײַנטיקע דײַטשישע וואָרט קומט בירושה פֿון מיטל־דײַטשיש, בשעת דאָס ייִדישע — פֿון בײַעריש (sunne). אָט די גערמאַנישע ווערטער קערן זיך אָן מיט די ווערטער פֿון כּמעט אַלע קרובֿישע לשונות: לאַטײַניש sol, פֿראַנצויזיש soleil (ס׳איז צווייטראַפֿיק ווײַל ס׳שטאַמט פֿון אַ לאַטײַנישן דימינוטיוו), פּאָרטוגאַליש און שפּאַניש sol, איטאַליעניש sole, רומעניש soare (אויף רומעניש ווערט אָפֿט r פֿון l); טשעכיש slunce, פּויליש słońce, רוסיש solntse (דעם l רעדט מען נישט אַרויס, אָבער אין דער אָרטאָגראַפֿיע בלײַבט ער. זעען מיר, ווי די סלאַווישע ווערטער פֿאַרמאָגן סײַ דעם n וואָס אין גערמאַניש, סײַ דעם l וואָס אין ראָמאַניש). אַפֿילו אַזאַ וואָרט ווי דאָס אַלט־גרעקישע helios, נײַ־גרעקישע ilios איז פֿונעם זעלביקן אָפּשטאַם. ווי אַזוי? גאָר פּשוט: דאָרטן וווּ ס׳רובֿ שפּראַכן האָבן געירשנט s איז בײַ די גרעקן דער קלאַנג קודם אַריבער צו h און דערנאָכדעם צו נול. אַז פֿון h ווערט נול איז נישט קיין זעלטנקייט: די ראָמאַנישע לשונות האָבן דאָך געירשנט פֿון דער מאַמע לאַטײַן אַ פֿריש צאַפּלדיקן h, וואָס ר׳איז בײַ זיי אַלע געוואָרן נול; רומעניש האָט h, אָבער נישט געירשנט פֿון לאַטײַן, נאָר געליגן פֿון דער פֿרעמד. אויף שפּאַניש זענען צוגעקומען נאָך ווערטער מיט h, פֿון לאַטײַנישן f — אַ שטייגער, hacer ‘טאָן מאַכן’ (פּאָרטוגאַליש fazer) — נאָר אויך דער h איז שוין לאַנג געוואָרן נול. אַפֿילו טייל ענגלענדער, די לאָנדאָנער קאָקניס, קענען קיין h נישט אַרויסברענגען, און טייל ייִדן — אָפּשטאַמיקע פֿון פּאָדאָליע, באַסאַראַביע, וואָלין און צפֿון־מיזרח־פּוילן — האָבן דאָך אויך "צרות מיטן הא". אָבער דאָס איז שוין אַן אַנדער מעשׂה. "אַ חלום": קאָנצערט צום יאָרצײַט פֿון חנה קופּער אין דער פּראָגראַם האָבן זיך באַטייליקט די זינגער: עלינאָר ריסאַ, בתיה שעכטער, לאָרין סקלאַמבערג, דזשאַש וואַלעצקי, דזשאָען באָרץ, "סאָ־קאָלד", זלמן מלאָטעק, די "קלעזמאַטיקס", און איר טאָכטער שׂרה מינע גאָרדאָן, צווישן אַנדערע. דזשעני ראָמיין און טינע קינדעמאַן האָבן אויסגעשפּילט אַ סצענע פֿון דער פּיעסע "גליקל פֿון האַמעל", וועלכע קופּער האָט געהאָלפֿן שאַפֿן. עס האָבן גענומען אַ וואָרט פּראָפֿ׳ שמאול־אַבא שאַנדלער, מײַקל וועקס און מײַקל קופּער, דער ברודער פֿון גאָרדאָן, וועלכע האָבן באַטאָנט איר ברייטהאַרציקייט, עסטעטישן חוש, און צענטראַלע ראָלע אין דער ייִדישער קולטור. די עקזעקוטיוו־דירעקטאָרין פֿונעם "אַרבעטער־רינג", אַן טאָבאַק, האָט אויך דערציילט וועגן חנה קופּער, און אירע יאָרן אין דער פֿירערשאַפֿט פֿונעם בילדונג־אָפּטייל אין דער אָרגאַניזאַציע. צווישן דעם עולם און אויף דער בינע האָבן זיך געפֿונען געוועזענע סטודענטן פֿון דער "ייִוואָ־זומער־פּראָגראַם" מיט וועלכע קופּער האָט יאָרן לאַנג אָנגעפֿירט. דער ייִדישער ראָק־און־ראָל זינגער וואָלף קראַקאָווסקי האָט זי דערמאָנט ווי זײַן שכדנטע, ווײַל אין דער זומער־פּראָגראַם האָט ער זיך באַקענט מיט זײַן פֿרוי. אַנדערע האָבן זי געקענט ווי די מײַסטער־זינגערין און לערערין פֿון ייִדיש־געזאַנג. זיי האָבן זיך געלערנט בײַ איר אויף ייִדיש־פֿעסטיוואַלן און וואַרשטאַטן איבער דער וועלט. הקיצור, פֿון מאָסקווע — און בכלל פֿון רוסלאַנד — בין איך אַוועקגעפֿאָרן ניט צוליב ווינטער, אָבער גלײַכצײַטיק בין איך גליקלעך פּטור צו ווערן פֿון אָט דעם מאכל. איך בענק קיין מאָל ניט נאָך שניי. אַ סבֿרא, אַז מײַן פּאָרציע האָב איך שוין באַקומען און הער ניט אויף צו באַקומען צוגאָב-פּאָרציעס אין ניו-יאָרק און אין אַנדערע ערטער. און דאָך האָט דער געדאַנק וועגן דער מעגלעכקייט זיך אַרײַנצופּאַקן אין דער מאָסקווער ווינטער-מיאוסקייט מיך ניט אָפּגעשטעלט פֿון פֿאָרן אויף דער גרויסער קאָנפֿערענץ, וועלכע עס האָט אָרגאַניזירט דער "אינטערנאַציאָנאַלער צענטער פֿאַר געשיכטע און סאָציאָלאָגיע פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה", וואָס איז רעלאַטיוו ניט לאַנג צוריק געשאַפֿן געוואָרן בײַ דער העכסטער עקאָנאָמיע-שול. אַזוי הייסט איינער פֿון די בעסטע מאָסקווער אוניווערסיטעטן, וועלכער — ניט געקוקט אויף זײַן "עקאָנאָמישן" נאָמען — באַשעפֿטיקט זיך ניט נאָר מיט עקאָנאָמיע. די קאָנפֿערענץ האָט געהאַט אויך אַ צאָל מיט-שותּפֿים, אַרײַנגערעכנט דעם וואַשינגטאָנער חורבן-מוזיי. ווידער קלינגט אַ ייִדיש לידל, מאַמע־לשון — ס‘איז דאָך אַ מחיה. קלעזמער: הײַנטיקע חכמים שפּילן ייִדישע ניגונים צווישן אַלטע לידער שפּילט מען נײַע. מיט די שורות הייבט זיך אָן דאָס ליד "זינגט אויף ייִדיש" פֿון אַרקאַדי גענדלער. אַז דער זינגער, לערער און ייִדישער קולטור־טוער אַרקאַדי (אַבֿרהם) גענדלער פֿון אוקראַיִנע שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ רײַכן אוצר פֿאַר דער ייִדיש־וועלט האָבן מיר שוין געשריבן מער ווי איין מאָל. דער 91־יאָריקער כעמיקער פֿון זאַפּאָראָזשע, אוקראַיִנע, פֿאַרמאָגט נאָך אַנדערע מעלות וואָס מע דאַרף אַרויסהייבן, דער עיקר, ווי אַ פֿרוכטפּערדיקער שרײַבער פֿון ייִדישע זינגלידער; אַ טאַלאַנט וואָס האָט זיך אַנטוויקלט שפּעט אין זײַן לעבן. אויף דעם נײַעם קאָמפּאַקטל "ייִדישע לידער" הערט מען צום ערשטן מאָל אַן אויסקלײַב פֿון זײַנע אייגענע מוזיקאַלישע שאַפֿונגען. די רעקאָרדירונג האָט אַרויסגעגעבן די קאַליפֿאָרניער פֿירמע Golden Horn, וועלכע האָט במשך פֿון די לעצטע עטלעכע יאָרן פֿאַרנומען אַן אויבן אָן אין דער קלעזמער־וועלט מיט קאָמפּאַקטלטעך פֿון חנה קופּער, "ווערעצקי פּאַס", "בודאָוויץ" און לעצטנס, מײַקל ווינאָגראַד. אָבער פֿאַרן צוזאַמענשטעלן די רעקאָרדירונג טראָגט דאָס אַחריות אַ גרופּע פֿרײַנד פֿון גענדלערן, בראָש מיטן דײַטשן קלאַרנעטיסט קריסטיאַן דאַוויד. דעם פּראָיעקט האָבן געשטיצט גענדלערס חסידים פֿון איבער דער וועלט, און זיי וועלן נישט אַנטוישט ווערן פֿונעם רעזולטאַט. אין די אַנדערע גערמאַנישע לשונות האַלט דאָס וואָרט פֿאַר ‘לבֿנה’ די קאָנסאָנאַנטן m און n: ענגליש moon, דײַטשיש Mond אד״גל. פֿונעם זעלביקן מקור וואַקסן אויך די ווערטער פֿאַר ‘חודש’: month און Monat. דאָס ייִדישע וואָרט "חודש" וואַקסט פֿונעם שורש "חדש" — ׳נײַ׳ — אין תּוך אַרײַן איז אַ חודש א נײַע לבֿנה. הײַנט דאָס ייִדישע וואָרט "מאָנטיק", דאָס ענגלישע Monday און דאָס דײַטשישע Montag — אַלע זענען טײַטש ׳טאָג פֿון דער לבֿנה׳. אין דרום־ייִדיש רעדט מען עס אַרויס /מונטיק/, נישט-געקוקט דערויף וואָס אַזאַ מין אַרויסרעד כאַראַקטעריזירט בדרך-כּלל ווערטער וואָס זייער וואָקאַל שטאַמט פֿונעם דײַטשישן a, נישט o. פֿאַר וואָס? ווען מיר זאָלן אַפֿילו נישט פֿאַרמאָגן קיין ווערטער־ביכער פֿון מיטל־הויכדײַטש וואָלטן מיר זיך געקענט משער זײַן, אַז אין מיטל־עלטער איז דאָס דײַטשישע וואָרט געווען אַן ערך mantag. וואָס זשע העלפֿט גאָט? אין יענער צײַט האָט מען אויף דײַטשיש געזאָגט mân-tac, מיט אַ לאַנגן a, פּונקט אַזוי ווי מיר וואָלטן זיך געריכט. הייסט עס, אַז דאָס הײַנטיקע ייִדישע וואָרט איז געטרײַער דעם מיטל־עלטערישן אָבֿ ווי דאָס דײַטשישע. אונדזער "פֿאָרווערטס"־לייענער אין האַוואַיִ דעם "פֿאָרווערטס" לייענט מען אין מער ווי דרײַסיק לענדער און אין אַלע שטאַטן פֿון אַמעריקע. אין טראָפּישן האַוואַיִ געפֿינט זיך אויך אַ לאַנג־יאָריקער אַבאָנענט פֿון אונדזער צײַטונג און איך האָב זיך געשטעלט אין קאָנטאַקט מיט אים, ווען איך בין די לעצטע וואָך געפֿאָרן אויף וואַקאַציע קיין האָנאָלולו, די קרוינשטאָט אויפֿן אינדזל אָוואַהו. איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז אַזאַ אַבאָנענט וואָלט געהאַט אַן אינטערעסאַנטע ביאָגראַפֿיע צו דערציילן, און איך האָב זיך נישט אַנטוישט... סאַשע פּאָליאַן, אַ מאָסקווער ייִדישיסטקע און אַן אוניווערסיטעט־לערערין, וועלכע האָט זיך באַטייליקט אין דער זעלבער סעריע פֿון אינטערוויוען, האָט זיך אויך אַנטדעקט אויף אַן אַנדער עקראַן, וווּ זי רעדט וועגן שלמה מיכאָעלסן. אַחוץ דעם, הערט מען זי זינגען דאָס ליד "לאָמיר אַלע אינאיינעם" אויף דער עקספּאָזיציע וועגן דעם שווערן לעבן אין די סאָוועטישע קאָמונאַלע דירות. איר קול, צווישן אַ צאָל אַנדערע שטימען, ווערט אויך דערהערט אויף אַ ריזיקן קאָמפּיוטער־טאָוול, וועלכער באַקענט די מוזיי־באַזוכער מיט ייִדישע קללות און שפּריכווערטער. די שאַפֿער פֿונעם מוזיי האָבן כּמעט מיט קיין וואָרט נישט דערמאָנט די ייִדישע ליטעראַטור, אַחוץ גענאַדי עסטרײַכס קליינער, און אַ שטיקל נעגאַטיווער, רעדע וועגן פּרץ מאַרקישס פּאָעזיע. סאַשע פּאָליאַנס לענגערער אינטערוויו וועגן שלום־עליכמען האָט מען, זעט אויס, נישט אויסגענוצט בכלל. דער פּאַנעל מיט ייִדישע קללות און ווערטלעך דערקלערט די באַזוכער, אַז ייִדיש איז אַ שפּראַך מיט אַ סך טשיקאַווע אויסדרוקן און פֿאָלקס־מעשׂיות; קיין העכערע פֿאָרמען פֿון קולטור ווערן נישט דערמאָנט.
דאָס ייִדישע וואָרט "קעשענע" נעמט זיך אָדער פֿון פּוילישן kieszeń (אין עלטערן פּויליש — kieszenia) אָדער פֿון אוקראַיִנישן kyshenya (אין אוקראַיִנישן ייִדיש איז, אַגבֿ, אויך דאָ "קעשעניע", מיט אַ יוד). נאָר די קענערס קענען זיך נישט דעררעדן צו דעם וואָס ס׳איז דער מקור. לויט די פּוילישע עטימאָלאָגן נעמט זיך דאָס וואָרט פֿון ווײַסרוסישן kishen, וואָס דאָס, ווידער, נעמט זיך פֿון ליטוויש. לויט די אוקראַיִנישע, אָבער, איז דאָס וואָרט פֿאַרבונדן מיט "קישקע", ווײַל אַ מאָל איז אַ קעשענע גאָר געווען אַ מאָגן צי אַ קישקע, וואָס דערפֿון האָט מען געמאַכט זעקעלעך צום טראָגן קליינע זאַכן. חוץ דעם: ווי קומט אַ לײַוואָרט פֿון ליטוויש אין אוקראַיִניש, סײַדן דורך פּויליש? בײַ די אַנדערע סלאַוון זענען פֿאַראַן אַנדערע ווערטער. דאָס טשעכישע וואָרט איז kapsa, פֿונעם לאַטײַנישן capsa ‘קעסטעלע׳ (פֿ״גל דאָס ענגלישע capsule, וואָס דאָס איז אָדער אַ פּיל אָדער אַ קליינער קאָסמאָסשיף, אָבער עטימאָלאָגיש איז עס ‘קעסטעלע’); דאָס רוסישע — karman, מסתּמא פֿון דער טורקישער משפּחה. (פֿאַראַן הונדערטער רוסישע און אוקראַיִנישע ווערטער פֿון טערקישן אָדער טורקישן אָפּשטאַם, וואָס נישט־ווייניק זענען אַרײַן אין מאַמע־לשון: arbuz, kavun, chemodan אאַז״וו.) אַנדערע ווערטער פֿאַר "קעשענע" זענען, אַ שטייגער, דאָס ענגלישע pocket, וואָס נעמט זיך פֿון אַן עלטערער פֿאָרעם פֿונעם פֿראַנצויזישן poche — העט ווען האָט מען געזאָגט אויף ענגליש poke, וואָס pocket איז דערפֿון אַ דימינוטיוו. (דאָס וואָרט poke אַליין לעבט נאָך הײַנט בלויז אינעם אויסדרוק a pig in a poke, דאָס הייסט, ‘אַ קאַץ אין זאַק, עפּעס וואָס מע קויפֿט נישט־געזעענערהייט’.) דאָס פֿראַנצויזישע poche, ווידער, שטאַמט פֿון פֿראַנקיש, דאָס לשון פֿון די גערמאַנישע שבֿטים וואָס האָבן אַראָפּגעוואָרפֿן די רוימישע ממשלה אין פֿראַנקרײַך, און וואָס פֿון זיי שטאַמט טאַקע דער נאָמען France. אַזוי אַז דאָס ענגלישע וואָרט איז אַ גערמאַנישע וואָס איז אַרײַן אין ענגליש אומדירעקט, דורך פֿראַנצויזיש. פֿאַראַן נאָך אַזעלכע ווערטער: אַ שטייגער, דאָס וואָרט "האָקיי" — אויף ענגליש hockey — דער שפּאָרט וואָס מע שפּילט על־פּי רובֿ אויפֿן אײַז. דער אָבֿ איז אַ גערמאַניש וואָרט וואָס קער זיך אָן מיטן ייִדישן "האָקן" און מיטן ענגלישן hook. איז עס געוואָרן אויף פֿראַנצויזיש hoquet, ‘געבויגענער שטעקן’. איז עס אַרײַן אין ענגליש, און דער שטעקן איז געוואָרן hockey, אַ ספּאָרט וואָס מע שפּילט מיט אַ שטעקן. צום סוף איז דאָס וואָרט אַרײַן אין פֿראַנצויזיש צום צווייטן מאָל, צו באַצייכענען דעם ספּאָרט. אַזאַ ברייטע האַנט, לײַען איין מאָל און נאָך אַ מאָל און ווידער אַ מאָל...
דערווײַל האָב איך זיך דערוווּסט, אַז ברײַנע וואַסערמאַן, וועלכע האָט יאָרן־לאַנג אָנגעפֿירט מיטן "סעגאַל־צענטער פֿאַר טעאַטער־קונסט" אין מאָנטרעאָל, האָט דאָרט באַקומען גרויס אָנערקענונג און לויבגעזאַנגען פֿאַרן אָנפֿירן סײַ מיטן ייִדישן און סײַ מיטן ענגלישן טעאַטער. איר רעפּערטואַר איז לעצטנס באַשטאַנען פֿון אַזעלכע פֿאָרשטעלונגען אויף ייִדיש ווי: "שווער צו זײַן אַ ייִד," "ליגנס וואָס מײַן טאַטע האָט מיר דערציילט," די מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונג "דער מאַן פֿון לאַ־מאַנשאַ," "דער דיבוק," "הודיני," "אויף סעקאָנד־עוועניו," "פֿידלער אויפֿן דאַך," און אַלץ אויף ייִדיש. פֿאַראַיאָרן האָט ברײַנע וואַסערמאַן אָרגאַניזירט אַ פֿעסטיוואַל פֿון פֿאָרשטעלונגען און קאָנצערטן, פֿאָרלעזונגען און געזאַנג, און פֿאַרבעטן ייִדישע קינסטלער, זינגער, לעקטאָרן פֿון דער גאַנצער וועלט. די גראַנדיעזע אונטערנעמונג איז אַדורכגעפֿירט געוואָרן אויף דער העכסטער מדרגה פֿון ייִדישער קונסט. ס׳איז ממש אַ גרויס געווינס פֿאַר דער "פֿאָלקסבינע" אין ניו־יאָרק זי אַרײַנצובאַקומען. ברײַנע איז די טאָכטער פֿון דאָראַ וואַסערמאַן. מאַמע און טאָכטער האָבן צענדליקער יאָרן זיך פֿאַרנומען מיט ייִדיש־טעאַטער. דער אמת איז, אַז מען דאַרף צוגיין צום ענין ייִדיש־טעאַטער מיט איבערגעגעבנקייט צו ייִדיש־לשון, צו ייִדישער קונסט, צו ייִדישער קולטור בכלל. ערנסט און מיט אַן אויג אויף דער צוקונפֿט, האָט מען אין מאָנטרעאָל אויסגעשולט אַ ייִנגערן דור אין דער קונסט פֿון טעאַטער־שוישפּיל און הײַנט האָבן זיי איבערגענומען דאָס רעדל און פֿירן ווײַטער דאָס טעאַטער אויף ייִדיש. |