װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן


אונדזער "פֿאָרווערטס"־לייענער אין האַוואַיִ

דעם "פֿאָרווערטס" לייענט מען אין מער ווי דרײַסיק לענדער און אין אַלע שטאַטן פֿון אַמעריקע. אין טראָפּישן האַוואַיִ געפֿינט זיך אויך אַ לאַנג־יאָריקער אַבאָנענט פֿון אונדזער צײַטונג און איך האָב זיך געשטעלט אין קאָנטאַקט מיט אים, ווען איך בין די לעצטע וואָך געפֿאָרן אויף וואַקאַציע קיין האָנאָלולו, די קרוינשטאָט אויפֿן אינדזל אָוואַהו. איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז אַזאַ אַבאָנענט וואָלט געהאַט אַן אינטערעסאַנטע ביאָגראַפֿיע צו דערציילן, און איך האָב זיך נישט אַנטוישט...
מע זאָגט, אַז האַוואַיִ איז דאָס אָפּגעשניטנסטע אָרט אויף דער וועלט; טויזנטער ים־מײַלן טיילן אים אָפּ פֿון דער וועלט אין אַלע ריכטונגען. אפֿשר דערפֿאַר האָט זיך דאָרטן אַנטוויקלט אַן אייגנאַרטיקע קולטור און וועלטבאַנעם. דערצו האָבן די אינדזלען פֿון האַוואַיִ מיטגעמאַכט אַ קאָלאָניאַלע געשיכטע, מיט וועלכער יעדער אַמעריקאַנער מעג זיך שעמען.
אַ שטריך פֿון דער האַוואַיער פּערזענלעכקייט איז צו זײַן אויסגעשפּאַנט, נישט־אָנגעשטרענגט. דעריבער קומען אַהער טויזנטער עלטערע לײַט וואָס ווילן אויסלעבן זייערע יאָרן אין אַזאַ סבֿיבֿה. באָב ניועל אָבאָנירט דעם "פֿאָרווערטס" מער ווי צוואַנציק יאָר און איז איינער פֿון די פּענסיאָנירטע, וואָס איז געקומען אַהער צו פֿירן אַ רויִק לעבן. אין האַוואַיִ וווינט ער בלויז דרײַ יאָר און איז דערווײַל זייער צופֿרידן מיט זײַן באַשלוס זיך צו באַזעצן דאָרט.
ניועל איז נישט אויפֿגעוואַקסן מיט ייִדיש, און לייענט גוט אויף דער שפּראַך, אָבער האָט נישט מיט קיינעם צו רעדן מאַמע־לשון. מסתּמא אינעם חב״ד־הויז אין דער שטאָט האָנאָלולו, שטעלט ער זיך פֿאָר, וואָלט ער געקענט כאַפּן אַ שמועס, אָבער ער גייט זעלטן אַהין אַרײַן. ווען איך האָב אים דערציילט, אַז ער איז דער איינציקער "פֿאָרווערטס"־לייענער אינעם גאַנצן שטאַט, האָט ער זיך געחידושט — אַן ערך 20,000 טויזנט ייִדן וווינען אויפֿן אינדזל. קיין ייִדיש־קלוב איז נישטאָ, אָבער דרײַ סינאַגאָגעס — רעפֿאָרם, קאָנסערוואַטיוו און חב״ד — האָבן גרויסע מנינים.
זײַן פּערזענלעכע מעשׂה הייבט זיך אָן אין ניו־דזשערזי, וווּ ער איז געבוירן געוואָרן אין די 1940ער יאָרן. זײַן טאַטע־מאַמע האָבן אים אַדאָפּטירט און זײַן מאַמע האָט זיך געפֿירט ווי אַ קאַטוילישע פֿרוי. זײַן טאַטע איז נישט געווען רעליגיעז. ווען ער איז שוין געווען 40 יאָר אַלט האָט ער פּלוצעם אויסגעפֿונען, אַז די טאַטע־מאַמע וועלכע האָבן אים אַדאָפּטירט זענען ייִדן! שפּעטער האָט ער זיך געכאַפּט, אַז געוויסע סימנים פֿון ייִדישקייט וואָלט ער געקאָנט פֿריִער באַמערקן אינעם משפּחה־לעבן. למשל, ווען ער האָט זיך געלערנט דײַטש אין שול, האָט ער געוואָלט מיט דער מאַמען רעדן אויף דײַטש, ווײַל זי האָט תּמיד געזאָגט, אַז זי קען דײַטש, אָבער, ווען ער האָט זי געפֿרעגט "וויפֿל דײַטש קענסטו?", האָט זי געענטפֿערט אויף ייִדיש — "אַ ביסל".
ער האָט מיר ווײַטער דערציילט — "אַלע ׳דײַטשע׳ ווערטער זענען געווען נישט פֿון דײַטש, נאָר פֿון ייִדיש. פֿאַר וואָס האָבן זיי אויסבאַהאַלטן זייער ייִדישקייט, פֿאַרשטיי איך נאָך אַלץ נישט. אפֿשר ווײַל אין זייער טייל פֿון ניו־דזשערזי האָט זיך זייער פֿאַרשפּרייט אַנטיסעמיטיזם. איך ווייס, אַז די נאַצי־פּאַרטיי פֿונעם שטאַט האָט זיך געטראָפֿן אַקעגנאיבער פֿון מײַן זיידנס הויז".
"ווען איך האָב אויסגעפֿונען וועגן מײַן ייִדישן שורש, איז בײַ מיר אויפֿגעקומען אַן אינטערעס צו ייִדישקייט, מײַן ירושה. שפּעטער האָב איך אויסגעפֿונען, אַז מײַן ביאָלאָגישער טאַטע איז אויך געווען אַ ייִד! וועגן מײַן ביאָלאָגישער מאַמע איז מיר אַלץ נישט קלאָר. אָבער ביז דעמאָלט אָן האָב איך קיין וואָרט העברעיִש אָדער ייִדיש נישט געקענט. איך האָב אָנגעהויבן גיין אין שיל און זיך לערנען דעם תּנ״כישן העברעיִש. איך לערן זיך גיך שפּראַכן, און איך האָב שוין געקאָנט צו יענער צײַט דײַטש, איז דאָס אויסלערנען ייִדיש נישט אָנגעקומען צו שווער".
"אפֿשר ווײַל מײַן מאַמע האָט געקענט ייִדיש, האָב איך דאָס געוואָלט אויסלערנען. האָב איך באַקומען אוריאל ווײַנרײַכס לערנבוך ׳קאַלעדזש ייִדיש׳ און אַליין שטודירט די שפּראַך. איך האָב אַבאָנירט דעם ׳פֿאָרווערטס׳, און מיט אַ ביסל אַרבעט, האָב איך געקאָנט לייענען די אַרטיקלען. איך הער זיך צו צו דער "פֿאָרווערטס"־שעה, און איך האָב ספּעציעל ליב צו הערן אָדם גרוזמאַנס באַריכטן פֿון ישׂראל. אַוודאי קוק איך אויך אויף די ׳פֿאָרווערטס׳־ווידעאָס."
"מײַנע טאַטע־מאַמע האָבן זיך דווקא זייער געפֿרייט ווען איך בין געוואָרן אַ ייִד. מײַן ברודער, אויך אַן אַדאָפּטירט קינד, האָט זיך טאַקע מגייר געווען אויף אַ פֿרומען שטייגער. איך ווייס, אַז ס‘איז אַ מאָדנע מעשׂה, אָבער אַזוי איז געשען."
פֿון דער ליטעראַטור האָט באָב ניועל אָנגעהויבן צו לייענען די דערציילונגען פֿון י. באַשעוויס, אָבער קוקט אַרויס יעדע וואָך אויף דעם נײַעם "פֿאָרווערטס"־נומער. איך האָב אים געפֿרעגט, וואָס ער זאָגט די שכנים, ווען ער באַקומט אַ ייִדישע צײַטונג — האָט ער געענטפֿערט, "דאָ אין האַוואַיִִ איז גאָרנישט אויסטערליש. איינער לייענט אַ וויעטנאַמעזער צײַטונג, אַן אַנדערער אַ ייִדישע. בײַ אַלעמען ווערט אָנגענומען, אַז מע לייענט אַ פֿרעמדע שפּראַך, און אַז דאָס ווײַב איז פֿון אַן אַנדער ראַסע. מײַן פֿרוי איז אַן אַזיאַטישע, אַ בודיסטקע — אַלץ פּאַסט זיך אַרײַן. געמישטע ראַסן־חתונות זענען נאָרמאַל דאָ אין האַוואַיִ."
יאָרן לאַנג האָט נועל געאַרבעט אין דער "לאָס־אַלאַמאָס־נאַציאַנאַלער לאַבאָראַטאָריע" אין ניו־מעקסיקע, וואָס איז וועלט־באַרימט ווי דער צענטער פֿון אַטאָמישער ענערגיע־פֿאָרשונג אין אַמעריקע. וואָס איז געווען זײַן אַרבעט? ער האָט עס מיר נישט געטאָרט אויסזאָגן — אַ סוד. ס‘איז גוט צו וויסן, אַז אין אַ נויט, אויב דער "פֿאָרווערטס" דאַרף האָבן אַן אַטאָמישן וויסנשאַפֿטלער, ווי אַ קאָנסולטאַנט, קען מען זיך פֿאַררופֿן אויף באָב נועל פֿון האַוואַיִ. ניצנדיק זײַן וויסנשאַפֿטלעכן מוח, האָט ער געשאַפֿן אַ "דף־יומי"־קאַלענדאַר, וואָס מענטשן איבער דער וועלט ניצן. מע קען עס געפֿינען בײַ דעם אַדרעס:
http://www.bobnewell.net/nucleus/bnewell.php?itemid=216
צום סוף פֿון אונדזער שמועס האָט באָב נועל מיר געזאָגט — "איך האָב שטאַרק ליב צו לייענען דעם ׳פֿאָרווערטס.׳ איך געדענק נאָך ווען די צײַטונג איז געווען אַ טאָג־צײַטונג. איר האָט אויסגעהאַלטן די ערשטע הונדערט פֿופֿצן יאָר, און איך האָף, אַז איר וועט זיך נאָך דרוקן די קומעדיקע הונדערט יאָר. ס‘איז וויכטיק זיך צו פֿאַרבינדן מיט די וואָרצלען און איך דאַנק אײַך פֿאַר דעם."


אינטערנאַציאָנאַלע ייִדיש־זומער־פּראָגראַם בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט

די "נעמי פּראַווער־כּדר אינטערנאַציאָנאַלע זומער־פּראָגראַם פֿאַר ייִדיש" בײַם תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט וועט פֿאָרקומען פֿונעם 16טן יוני ביזן 11טן יולי 2013. אין די פֿריִערדיקע יאָרן האָט די זומער־פּראָגראַם פֿאַר ייִדיש צוגעצויגן צווישן הונדערט און הונדערט צוואַנציק סטודענטן, און זי איז געוואָרן די פּאָפּולערסטע ייִדיש־פּראָגראַם איבער דער וועלט. אויך דאָס יאָר וועט די זומער־פּראָגראַם אָנבאָטן פֿינף מדרגות אינעם ייִדיש־לימוד, פֿון די אָנהייבערס ביז די סאַמע אַוואַנסירטע סטודענטן. די באַטייליקטע אין דער פּראָגראַם וועלן זיך לערנען 80 שעה אינעם שפּראַך־ און ליטעראַטור־לימוד (4 אַקאַדעמישע קרעדיטן), מיט גאָר דערפֿאַרענע לערער.
אויסער די פֿרימאָרגן־לימודים וועט די פּראָגראַם פֿאָרלייגן פֿאַרשיידענע אַקטיוויטעטן נאָך מיטאָג: אַ קורס אויף ענגליש וועגן דער אַנטוויקלונג פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור, שמועס־וואַרשטאַטן, טורן, קינסטלערישע אָוונטן און צוזאַמענקומען בחבֿרותא.
דער תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט, וואָס געפֿינט זיך גאָר נאָענט סײַ צום צענטער שטאָט, סײַ צום ברעג ים, איז דער גרעסטער אוניווערסיטעט אין ישׂראל, מיט וויכטיקע רעסורסן וואָס שייך דעם ייִדיש־לימוד, אַרײַנגערעכנט די מרגולית־קאָלעקציע פֿון ייִדישע ביכער און דעם "בית־התּפֿוצות". סטודענטן קענען אויך הנאה האָבן פֿון די פֿאַרשיידענע אַטראַצקיעס וואָס תּל־אָבֿיבֿ פֿאַרמאָגט: מוזייען, קאַפֿעען, זומער־פֿעסטיוואַלן און מוזיק־קלובן. די דינאַמישע שטאָט איז שטענדיק וואַך. די אַקאַדעמישע דירעקטאָרן זענען די פּראָפֿ׳ חנה ווירט־נשר און אַבֿרהם נאָווערשטערן.
די קאָסטן פֿון דער פּראָגראַם: 1,450$ שׂכר־לימוד, 60$ רעגיסטראַציע, 600$ פֿאַר אַ וווינונג (אין צימערן פֿאַר צוויי סטודענטן). אַ דאַנק דער ברייט־האַרציקער שטיצע פֿון דער "נעמי־פֿונדאַציע" וועט די פּראָגראַם קענען צוטיילן אַ באַגרענעצטע צאָל ממשותדיקע סטיפּענדיעס פֿאַר אוניווערסיטעט־סטודענטן. צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע וועגן דער פּראָגראַם, גיט אַ קוועטש אויף: www.naomiyiddish.tau.ac.il
מיר האָפֿן אײַך צו זען דעם זומער אין תּל־אָבֿיבֿ!


6טע ייִדישע זומער־פּראָגראַם אין שטראַסבורג

דער זעקסטער ייִדישער זומער־קורס אין שטראַסבורג, פֿראַנקרײַך, וועט פֿאָרקומען דעם זומער פֿונעם 22סטן יולי ביזן 2טן אויגוסט 2013; בסך־הכּל צוויי וואָכן. יעדן אין דער פֿרי וועלן די סטודענטן זיך לערנען די ייִדישע שפּראַך אויף דרײַ ניוואָען — אָנהייבער, אַוואַנסירט און "ייִדישע ליטעראַטור."
פֿאַר די ערשטע צוויי ניוואָען וועלן די לערערקעס זײַן אַניק פּרים און שרון בר־כּוכבא פֿונעם "פּאַריזער ייִדיש־הויז". דעם דריטן קלאַס וועט אָנפֿירן קאַראָלינאַ שימאַניאַק פֿון וואַרשע. אין די נאָך־מיטאָגן וועט מען זיך קענען באַטייליקן אין דרײַ וואַרשטאַטן: "ייִדישע לידער" מיט דער לערערין אַסטריד רוף; "קלעזמער־טאַנץ", אָנגעפֿירט פֿון חיהלע דאָמערג, און "ניגונים" מיט וואַלערי טאָמינעז.
אין די אָוונטן וועט מען ווײַזן דאָקומענטאַר־פֿילמען אין שײַכות מיט ייִדיש אָדער מיט מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן, פֿאַרברענגען אויף קאָנצערטן, און אַזוי ווײַטער. די סטודענטן וועלן קענען פֿאָרן אויף צוויי טורן: אויף איינעם וועט מען זיך באַקענען מיט דער שטאָט שטראַסבורג אויף אַ שיף, און אויפֿן אַנדערן — וועט מען פֿאָרן אויף אַן אויטאָבוס און זיך לערנען וועגן דעם ייִדישן לעבן אין אַלזאַס.
דער פּרײַז פֿאַרן גאַנצן קורס איז 450 אייראָס; 300 פֿאַר סטודענטן. סטודענטן פֿון מיזרח־אייראָפּע קענען באַקומען סטיפּענדיעס.
מע וועט האָבן די מעגלעכקייט אײַנצושטיין בעתן קורס אינעם "אייראָפּעיִשן יוגנט־צענטער". דאָס וועט זײַן זייער פּראַקטיש, ווײַל מע קאָן אויך דאָרטן באַקומען די מאָלצײַטן. די פּרײַזן זענען רעלאַטיוו ביליקע, און איר וועט נישט געפֿינען קיין בעסערס אין שטראַסבורג במשך פֿונעם זומער.
צו באַקומען נאָך אינפֿאָרמאַציע, שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג מיטן דירעקטאָר פֿון דער פּראָגראַם רפֿאל גאָלדוואַסער.
goldwaserrafael@gmail.com


ייִדישער אַקטיאָר יאַנקעלע אַלפּערין געשטאָרבן אין ישׂראל

דעם 9טן דעצעמבער 2012 איז אין ישׂראל געשטאָרבן דער באַקאַנטער ייִדישער אַקטיאָר יאַנקעלע אַלפּערין. ער איז געבוירן געוואָרן אין רומעניע און האָט אָנגעהויבן זײַן טעאַטראַלע קאַריערע אין 1941 אין אַ טראַנסניסטריע־לאַגער, וווּ די פֿאַשיסטישע רעגירונג פֿון רומעניע האָט אים פֿאַרשיקט. נאָך זײַן עולה זײַן קיין ישׂראל אין 1961 איז ער אויפֿגעטראָטן אין דזשיגאַנס טרופּע און מיט יוסף בולאָף. שפּעטער איז ער געקומען קיין ניו־יאָרק און האָט געשפּילט זיבן יאָר ייִדיש טעאַטער, בפֿרט אין מאַרי סוריאַנוס טרופּע, ביז 1986. ווען "ייִדישפּיל" איז געגרינדעט געוואָרן אין 1987, איז ער צוגעשטאַנען צום אַנסאַמבל. אין זײַן ערשטן יאָר אין דער טרופּע האָט די "לערנער־פֿונדאַציע" אים צוגעטיילט דעם פּריז פֿאַרן "בעסטן אַקטיאָר אויף ייִדיש".
אַלפּערין האָט באַקומען נאָך פּריזן פֿאַר זײַן בינע־קונסט — צווישן זיי: דעם "אַ. גאָלדפֿאַדען־פּריז" אין ניו־יאָרק; אַ פּריז פֿאַר זײַן ראָלע ווי פֿײַוויש אין The Golden Boys פֿון ניל סײַמאָן, און נאָך אַ סך אַנדערע. אַלפּערין האָט אויך געשפּילט אין "בית־ליעסין" און אינעם "הבימה"־טעאַטער אויף עבֿרית אין דער ראָלע פֿון ווילי לאָמאַן אין דער פּיעסע "דער טויט פֿון אַ סוחר". אויף דער פּענסיע האָט ער זיך אָפּגעגעבן מיט איבערזעצונגען, געשריבן לידער אויף ייִדיש, און באַאַרבעטונגען פֿאַרן "ייִדישפּיל"־טעאַטער. מיר געדענקען די טרעפֿונג מיט אים אין דער "פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע.
ער וועט אונדז שטאַרק אויספֿעלן.

"פֿאָרווערטס"־רעדאַקציע