ייִדיש־וועלט
פֿון לייזער בורקאָ (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די עקספּעדיציע אין בעלץ, מאָלדאָווע

הינטן שטייען לייזער בורקאָ און אָסיאַ גאָרדאָן, אין פֿאָרנט שטייט לענאַ לוטשינאַ,
און לעבן דער אינפֿאָרמאַנטקע זיצט טאַניאַ פּאַנאָוואַ.

זינט ש. אַנ־סקי האָט געפֿירט די ערשטע גרויסע ייִדישע עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציע מיט הונדערט יאָר צוריק, האָט זיך די ייִדישע געאָגראַפֿיע אַ ביסל געביטן. דעמאָלט איז ער אַרומגעפֿאָרן אינעם תּחום־המושבֿ איבער די אומצאָליקע שטעטלעך, וווּ די ייִדן זענען אָפֿט געווען די מערהייט פֿון דער באַפֿעלקערונג. כּמעט אַלע האָבן גערעדט ייִדיש, און כּדי צו געפֿינען אַ פּאַסיקן "אינפֿאָרמאַנט", וואָס קען דערציילן וועגן דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר אָדער מוזיק, האָט ער בלויז געדאַרפֿט אָפּשטעלן וועלכן ניט איז ייִד אויף דער גאַס און אים אויספֿרעגן. אַרײַנגעגאַנגען אין שיל דאַוונען, האָט ער דאָרט געפֿונען אַ שלל מיט אינפֿאָרמאַנטן. ווען אַנ־סקי און די אַנדערע פֿאָרשערס פֿלעגן אַנטפּלעקן זייער גראַמאָפֿאָן און רעקאָרדיר־אַפּאַראַט, האָבן מאַסן ייִדן זיי אַרומגערינגלט, כּדי אַ קוק צו טאָן אויפֿן בייזן וווּנדער.

דער ייִחוס פֿון ייִדישע ווערטער

דאַכט זיך, אַ פּשוט וואָרט — "דאַך". אָבער פֿון אים קען מען זיך אַ סך אָפּלערנען וועגן די וועגן און שטעגן פֿון מאַמע־לשון.

דאָס ייִדישע וואָרט "דאַך" נעמט זיך, פֿאַרשטייט זיך, פֿון דײַטש (Dach); פֿון דײַטש איז דאָס וואָרט אויך אַרײַן אין פּויליש און אוקראַיִניש. אַ דאַך איז דאָך אַ דעקונג, קער ער זיך טאַקע אָן מיטן ווערב "דעקן". וואָסערע ענגלישע ווערטער זענען דאָ שייך? נישט roof — זײַן אָפּשטאַם איז נישט באַוווּסט; cover איז אַ לײַוואָרט פֿון פֿראַנצייזיש; deck, אַזוי ווי אַ סך ווערטער וואָס האָבן אַ שײַכות מיט שיפֿן, איז אַ לײַוואָרט פֿון האָלענדיש. דער עטימאָלאָגישער עקוויוואַלענט פֿון ייִדישן "דאַך" — דער קאָגנאַט — איז גאָר thatch, לויט אוריאל ווײַנרײַכס ווערטערבוך: "שטרויענער דאַך" אָדער "דאַכשטרוי". צי זענען די אָבֿות פֿון מאַרגאַרעט טאַטשער — אין דער אמתן, פֿון איר מאַן — געווען דאַכדעקערס?

ליטעראַטור, ייִדיש־וועלט
פֿון מירע מניעווסקי (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

שוין דאָס ערשטע ליד אין ביילע שעכטער-גאָטעסמאַנס "אַ ווינקל גאַנצקייט: לידער און צייכענונגען" גיט איבער דעם טאָן פֿון דער גאַנצער זאַמלונג. "אָוונט איז געווען (אַ בילד אין אַקוואַרעל)" שפּיגלט אָפּ די פֿליסיקייט סײַ פֿון אירע לידער, סײַ פֿון אירע בילדער. ביידע דריקן אויס אַ באַוועגונג פֿון עמאָציע און גײַסט. דאָס ליד מאַכט אַ פֿאָטאָגראַפֿישן רושם, אַזוי ווי אַ פֿילם אין אַקוואַרעל׃ דער אַרויסקוק פֿון דער פּאָעטעסע וואָס שטייט בײַם פֿענצטער, איז "פֿאַרענגט" געוואָרן. זי סטאַרעט זיך צו זען דעם דרויסן. די הײַזער הייבן זיך און נידערן זיך. זייערע "ליכטלעך" ציִען זיך און רינען, אַזוי ווי וואַסער "אינעם ים פֿון שוואַרצקייט". מען פֿילט דעם אומעט פֿון דער דיכטערין דורך די באַוועגונגען וואָס זי מאָלט מיט אירע ווערטער. אָבער ס׳איז אַ "זיסער אומעט אין יונגן בענקען". אָט די שורה וואָס שליסט דאָס ליד שטעלט פֿאָר די אַטמאָספֿער פֿון דער גאַנצער זאַמלונג — די לידער און די סקיצעס.

די צייכענונגען אין בוך, פּונקט ווי אירע לידער, זענען פֿול מיט באַוועגונג. אירע לאַנדשאַפֿטן און ביימער גיסן זיך אויס אויפֿן בלאַט, און אין די צייכענונגען פֿון מענטשן באַוועגט מען זיך אויך; זיי האַלטן אין מיטן

ליטעראַטור, ייִדיש־וועלט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יוסף בורג

די ווערטער "טשערנאָוויץ" און "ייִדיש" קומען צוזאַמען, בדרך-כּלל, ווען די רייד גייט וועגן דער היסטאָריש-וויכטיקער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ, וואָס האָט זיך אָפּגעשפּילט אין אויגוסט 1908. הונדערטער מאָל האָט מען שוין דערציילט און איבערדערציילט, ווי אַזוי דעמאָלט, מיט 104 יאָר צוריק, האָט מען געהאַלטן רעדעס אויף פֿאַרשיידענע טעמעס און ווי מע האָט סוף-כּל-סוף זיך צונויפֿגערעדט, אַז ייִדיש האָט געוויזן קלאָרע סימנים פֿון אַ (חס-וחלילה ניט "דער") נאַציאָנאַלער שפּראַך.

אָבער מיט דער קאָנפֿערענץ האָט זיך די געשיכטע פֿון ייִדיש אין טשערנאָוויץ ניט פֿאַרענדיקט. אַ סך איז געשען דאָרטן אין די 1920ער און 1930ער יאָרן. אָבער דאָ וויל איך דערמאָנען נאָר וועגן דער צײַט נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה, ווען דווקא טשערנאָוויץ איז באַשטימט געוואָרן ווי דער צענטער פֿון ייִדישער קולטור אין אוקראַיִנע. אין דער שטאָט האָט מען ביזן יאָר 1948 דערלויבט צו האָבן אַ ייִדישע לערנשול (אָדער אַפֿילו צוויי שולן). דעם ייִדישן טעאַטער, וואָס איז פֿאַר דער מלחמה געווען אין קיִעוו, האָט מען אויך "פֿאַרשיקט" אַהין. קיין טשערנאָוויץ האָבן אָנגעהויבן זיך ציִען ייִדישע פּען-מענטשן.

קהילה־לעבן, פּובליציסטיק, ייִדיש־וועלט
פֿון שלום בערגער (‫אַמעריקע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

ליבי אַסטייר, די מחברטע פֿון דרײַ דעטעקטיוו־ראָמאַנען, ווערט גערופֿן (פֿון זיך און אַנדערע) "די ייִדישע דזשיין אָסטין." הגם זי דאַרף אַריבערקומען שוועריקייטן, וואָס זײַנען נישט געוויינטלעך פֿאַר אַ שרײַבער אין דעם זשאַנער. אָט זײַנען די גרונט־כּללים אירע: 1. אויסמײַדן קיין מאָרדן אָדער אומזיסטע גוואַלד־מעשׂים. 2. נישטאָ קיין העלדן וואָס וועלן נישט תּשובֿה טאָן. 3. נישטאָ קיין גראָבע רייד אָדער אויסגעלאַסנקייט. פֿאַרשטייט זיך, אַז זי שרײַבט נישט פֿאַרן זעלבן עולם וואָס ס׳לייענט דזשאַן גרישאַם. זי איז אַ שרײַבערין פֿאַר חרדישע פֿרויען.

בשעת אַן אַנומלדיקן אינטערוויו האָט זי אַ פֿרעג געטאָן, "קען דאָס זײַן גוטע ליטעראַטור? אַזוי מיין איך פּערזענלעך. צוליב דעם וואָס איך קען זיך נישט פֿאַרלאָזן אויף סעקס אָדער רציחה צו פֿאַרקויפֿן מײַנע ביכער, מוז איך שרײַבן אויפֿן אַלטמאָדישן שטייגער, ווי שאַפֿן לעבעדיקע העלדן, אַרײַנפֿלעכטן הומאָר, אָדער שילדערן היסטאָרישע פּעריאָדן אויף אַן איבערצײַגעוודיקן אופֿן."

װעלט פֿון ייִדיש

אין קאַנאַדע טוט זיך אויף טיש און אויף בענק, וואָס שייך דער ייִדישער קולטור דעם זומער. די וואָך הייבט זיך אָן דער אימפּאָזאַנטער "אַשכּנז"־־פֿעסטיוואַל אין טאָראָנטאָ. אין דער שטאָט מאָנטרעאָל האָט יענע וואָך זיך פֿאַרענדיקט אַן אַרומנעמיקער ייִדישער מוזיק־פֿעסטיוואַל; און דער 17טער "קלעזקאַנאַדע"־פֿעסטיוואַל איז אָנגעגאַנגען פֿונעם 20סטן ביזן 26סטן אויגוסט 2012, ווי אַלע יאָר, אין די לאָרענשענער בערג אויף צפֿון פֿון מאָנטרעאָל. הײַנטיקס יאָר האָט אַפֿילו דער וועטער צוגעשפּילט און מען האָט געקענט גיין שווימען כּמעט יעדן טאָג אין דער וווּנדערלעכער שיינער אָזערע פֿון דער "בני־ברית־זומער־קאָלאָניע".
בײַם "קלעזקאַנאַדע" האָט מען דאָס יאָר געשטעלט דעם טראָפּ אויף פֿאַרשיידענע טעמעס. איינע פֿון זיי האָט זיך אָפּגעגעבן מיט דער ייִדישער קולטור אין דרום־אַמעריקע. מען האָט פֿאַרבעטן אין "קלעזקאַנאַדע" צום ערשטן מאָל די זינגערין יאַסינטאַ (שוין 35 יאָר אין פּאַריז, אָבער אַן אַרגענטינער געבוירענע), די כּלי־זמרים "לערנער און מאָגילעווסקי", און דעם אַרגענטינער לעקטאָר און לערער אַבֿרהם ליכטענבוים. מע האָט אויך אײַנגעפֿירט, צום ערשטן מאָל, אַן אינטענסיוון פּאָעזיע־וואַרשטאַט, אָנגעפֿירט פֿון די ענגליש־שפּראַכיקע פּאָעטן דזשייק מאַרמאַר און עדינה קאַראַסיק. אַ דריטע טעמע האָט מען געווידמעט "קאַרנאַוואַל"; און סײַ אינעם קונסט־וואַרשטאַט אָנגעפֿירט פֿון נחמה סאָקאָלאָוו, סײַ אין טעאַטער־וואַרשטאַט, מיט דער רעזשיסאָרין שיינדל ראָמיין, סײַ אינעם טאַנץ־וואַרשטאַט מיט די לערערס סטיוו ווײַנטרויב און לילי פּערלמאַן — האָט מען זיך געגרייט צו אַ "קאַרנאַוואַל־באַל" מיט צענדליקער מוזיקער, טענצער און אַקטיאָרן. אַ פֿערטע טעמע בײַם "קלעזקאַנאַדע" האָט באַטאָנט דאָס ייִדישע קולטור־לעבן אין מאָנטרעאָל.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט

אין דער הײַנטיקער וועלט פֿון יונגע קלעזמאָרים, וואָס באַשטייט, דער עיקר, פֿון מאַנצבילן, וואַרפֿט זיך אין די אויגן דאָס מוטער־טאָכטער פּאָרל פֿון עליין (איטעלע) האָפֿמאַן־וואַטס און סוזען וואַטס פֿון פֿילאַדעלפֿיע. נישט נאָר איז די מאַמע עליין אַ מוזיקער, אַ קלעזמער, נאָר זי שפּילט אויף די פּײַקלעך, דער "מענערישסטער" אינסטרומענט אין דער קאַפּעליע. די טאָכטער סוזען שפּילט אויפֿן טרומייט און ווערט הײַנט פֿאַררעכנט ווי איינע פֿון די בעסטע שפּילערס אין דער קלעזמער־וועלט. אָבער די פֿאַרבינדונג אין דער משפּחה מיט קלעזמער־מוזיק איז עלטער ווי די צוויי דורות, און אין אַ נײַעם פֿילם "איטעלע: אַ לעבן אין קלעזמער" [Eatele: A Life in Klezmer] באַקענט מען זיך מיט דער גאַנצער משפּחה־געשיכטע.
די בראַנזשע פֿון קלעזמערײַ בײַ ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע האָט זיך תּמיד געהאַלטן אין דער משפּחה, און איז איבערגעגעבן געוואָרן פֿון איין דור צום צווייטן. דער פּאָעט ירמיהו העשעלעס האָט געקענט באַשרײַבן ווי די אַלע קלעזמאָרים אין דער אַמאָליקער גאַליציע זענען באַשטאַנען פֿון בלויז געציילטע משפּחות, וואָס האָבן זיך משדך געווען איינע מיט דער אַנדערער, און האָבן זיך פֿאַרשפּרייט איבער אַ גרויסער טעריטאָריע במשך פֿון יאָרן. מע דאַרף געדענקען, אַז דער סטאַטוס פֿונעם קלעזמער איז געווען אַ גאַנץ נידעריקער. דעריבער האָבן די קלעזמאָרים־משפּחות זעלטן געקענט געפֿינען אַ שידוך אין רײַכערע פֿאַמיליעס.
דער זיידע פֿון עליין האָפֿמאַן־וואַטס, דער קלעזמער יוסף האָפֿמאַן, האָט געלעבט אינעם אוקראַיִנישן שטעטל באָגאָפּאָליע, נישט ווײַט פֿון אָדעס. זײַן זון יעקבֿ האָפֿמאַן (1899—1974) איז געקומען קיין אַמעריקע און אָנגעהויבן צו שפּילן דעם קסילאָפֿאָן אין "קאַנדעלס אָרקעסטער" אין די 1920ער יאָרן. איין רעקאָרדירונג פֿון דער תּקופֿה "דזשייקי דזשעז עם אָפּ" [Jakie, Jazz‘em Up] שטעלט מיט זיך פֿאָר דעם באַקאַנטסטן משל פֿון אַ צונויפֿגוס פֿון קלעזמער־מוזיק מיט דזשעז־מוזיק, בפֿרט מיט דער דזשעז־מוזיק פֿון ניו־אָרלינס.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

"ווער קען רעדן, ווער קען זאָגן... ייִדישע שטימען פֿון ישׂראל": אַ נײַע ווידעאָ־דיסק

דאָראָטעאַ גרעווע אינטערוויויִרט דעם ייִדישן שרײַבער צבֿי אײַזענמאַן
נאָך דעם ווי די דײַטשע ייִדיש־לערערין דאָראָטעאַ גרעווע מיט דער ייִדיש־טוערין אַניקאַ הילמאַן, ביידע אַקטיוו אין דער האַמבורגער "שלמה בירנבוים־געזעלשאַפֿט פֿאַר ייִדיש", זענען אַרומגעפֿאָרן איבער ישׂראל און אינטערוויויִרט און פֿילמירט ייִדיש־רעדערס אין אָקטאָבער 2009 און מאַרץ 2010, האָבן זייערע פֿרײַנד זיי געעצהט זיי זאָלן צונויפֿנעמען די מאַטעריאַלן און פּראָדוצירן אַ ווידעאָ־דיסק, אַ דאָקומענטאַר־פֿילם. דער פֿילם "ווער קען רעדן, ווער קען זאָגן...? ייִדישע שטימען פֿון ישׂראל", באַשטייט פֿון פֿאַרשיידענע סצענעס, שמועסן אויף ייִדיש, וואָס זענען טעמאַטיש נישט פֿאַרבונדן צווישן זיך, אָבער זענען פֿון דעסטוועגן אינטערעסאַנט, בפֿרט פֿאַר סטודענטן פֿון ייִדיש, וועלכע זענען נישט אויפֿגעוואַקסן מיט מאַמע־לשון און האָבן נישט קיין געלעגנהייט צו פֿאַרברענגען מיט געבוירענע ייִדיש־רעדערס, און צו הערן אַ נאַטירלעכע שפּראַך. דער ציל פֿונעם פֿילם איז טאַקע מער פּעדאַגאָגיש ווי קינסטלעריש.
"ווער קען רעדן" הייבט זיך אָן מיט אַ פֿריילעך געזאַנג. די זינגערין פּאָלינאַ בעלילאָווסקי פֿון רמת־גן זינגט אַ נוסח פֿון "האָבן מיר אַ מאַנטל" און שפּעטער אינעם פֿילם זינגט זי דאָס פֿאָלקסליד "גיי איך מיר אַרויס אויפֿן גאַניקל". דערנאָך באַקענט מען זיך מיטן פּויליש־ייִדישן זייגער־מאַכער פֿון רחבֿות, דבֿ עלנער. ער ווײַזט אונדז זײַן געצײַג און דערציילט וועגן זײַן לעבן אין אַ שיינעם פּוילישן ייִדיש. מע באַקענט זיך מיט זײַן משפּחה און מע זינגט און פֿאַרברענגט צוזאַמען. מע זעט אין דער סצענע, אַז אויך דער צווייטער דור האָט עפּעס געירשנט פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, אַרײַנגערעכנט די באַטעמטע מאכלים.

ייִדיש־וועלט

צוויי פֿון די רעדאַקטאָרן פֿונעם ווערטערבוך: חיים באָכנער (רעכטס) און שלום ביינפֿעלד
איידער שלום ביינפֿעלד, אַ ייִדיש־רעדנדיקער פּראָפֿעסער פֿון מאָדערנער אייראָפּעיִשער געשיכטע, האָט פּענסיאָנירט, פֿלעגט ער אָפֿט פֿאָרן קיין פּאַריז, טאָן פֿאָרש־אַרבעט אין דער אָנגעזעענער "מעדעם־ביבליאָטעק", און בשעת־מעשׂה אויך פֿאַרברענגען מיטן באַקאַנטן אַרגענטינע־געבוירענעם ייִדיש־פֿאָרשער און לעקסיקאָגראַף, יצחק ניבאָרסקין.
איין מאָל, אין גיכן נאָך דער פּובליקאַציע פֿונעם שטאַרק־געלויבטן "ייִדיש־פֿראַנצייזישן ווערטערבוך" אין 2002, וואָס ניבאָרסקי האָט געהאַט צונויפֿגעשטעלט מיט בערל ווײַסבראָט, האָט ביינפֿעלד זיך צערעדט מיט ניבאָרסקין וועגן דעם בוך, און געזאָגט: "דו ווייסט, יצחק, אַז אײַער ווערטערבוך האָט געמאַכט אַ רושם נישט בלויז אין פֿראַנקרײַך. ס׳וואָלט געווען כּדאַי צו מאַכן אַן ענגלישן נוסח. מע דאַרף נאָר געפֿינען אַ מענטש, וואָס קען ייִדיש, ענגליש און פֿראַנצייזיש."
ניבאָרסקי האָט אים אָנגעקוקט און געשטעלט אַ פּשוטע פֿראַגע: "נו?"
ביינפֿעלד האָט זיך פֿאַרטראַכט אַ רגע. צי וואָלט ער אַליין טאַקע געקאָנט דורכפֿירן אַזאַ פּראָיעקט? ער האָט געוווּסט, אַז דאָס וועט נישט זײַן גרינג, ווײַל ער האָט נישט הינטער זיך אַזאַ אָרגאַניזאַציע, ווי די מעדעם־ביבליאָטעק. פֿון דעסטוועגן האָט ער געענטפֿערט: "לאָמיך זען וואָס איך קען טאָן."
נאָכן אַהיימפֿאָרן קיין באָסטאָן, האָט ער בעת אַ טרעפֿונג פֿון "די כאַליאַסטרע" (אַ ייִדיש־קלוב אויפֿן נאָמען פֿון די אַוואַנגאַרדיסטישע ייִדישע שרײַבער אין וואַרשע אין די 1920ער יאָרן) פֿאַרפֿירט אַ שמועס וועגן די מעגלעכקייטן פֿון צונויפֿשטעלן אַ ייִדיש־ענגליש ווערטערבוך, ניצנדיק ניבאָרסקיס און ווײַסבראָטס אינפֿאָרמאַציע־באַזע. צו זײַן איבערראַשונג, האָט חיים באָכנער — אַ לינגוויסט און קאָמפּיוטער־פּראָגראַמירער, וועלכער האָט לעצטנס געהאַט פֿאַרלוירן זײַן שטעלע — דערקלערט: "איך וואָלט געוואָלט אַרבעטן מיט דיר."

ייִדיש־וועלט
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אָט די דרײַ ווערטער אויף ייִדיש האָבן זיך מיר אײַנגעקריצט אין זכּרון פֿון קינדווײַז אָן. דעמאָלט איז נאָך נישט געווען קיין טעלעוויזיע, און וועגן דעם וואָס עס קומט פֿאָר אין לאַנד, האָט מען זיך דערוווּסט אָדער פֿון די צײַטונגען, אָדער פֿונעם "שוואַרצן טעלער", ווי מ’האָט גערופֿן דעם רעפּראָדוקטאָר, וואָס פֿלעגט הענגען אויף דער וואַנט כּמעט אין יעדער סאָוועטישער דירה. מע האָט אים קיין מאָל נישט אויסגעשלאָסן און ער האָט געגרילצט אין די אויערן פֿון 6 אין דער פֿרי ביז 12 אַ זייגער בײַ נאַכט.
אין יאָר 1945 האָבן קיין ביראָבידזשאַן, וווּ איך האָב געוווינט מיט מײַנע עלטערן, אָנגעהויבן אָנצוקומען עשעלאָנען מיט ייִדישע איבערוואַנדערער פֿון די חרובֿ־געוואָרענע בעת דער מלחמה שטעט און שטעטלעך אין די מערבֿ־ראַיאָנען פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. פֿריִער האָט מען אַהין געשיקט פֿון ביראָבידזשאַן אָפֿיציעלע הויכראַנגיקע אַגיטאַטאָרן, צו ווערבירן די אָרטיקע ייִדן. די צאָל אײַנוווינער אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט איז דעמאָלט שטאַרק געשטיגן. ס’רובֿ פֿון זיי האָבן גערעדט ייִדיש, זײַנען כּמעט אַלע פּראָגראַמען אויף דעם ראַדיאָ טראַנסמיטירט געוואָרן אין ייִדיש. ביז הײַנט קלינגט מיר אין די אויערן: "עס רעדט ביראָבידזשאַן".
בכלל איז יענע צײַט געווען אַ פּאַראַדאָקסאַלע: פֿון איין זײַט, האָט אַרום־און־אַרום געהערשט דער הונגער, די קלייטן — פּוסט, יעדע קלייניקייט איז אַ מציאה; פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט אין ביראָבידזשאַן געבליט און געצוויט די ייִדישע קולטור. ס’האָט געאַרבעט דער ייִדישער מלוכישער טעאַטער אויף קאַגאַנאָוויטשס נאָמען, וועלכער פֿלעגט אַרומפֿאָרן מיט פֿאָרשטעלונגען איבערן גאַנצן לאַנד; שאַפֿעריש זײַנען געווען די אָרטיקע ייִדישע שרײַבער, ייִדיש האָט מען גערעדט אויף די גאַסן, אין די שולן און קינדער־גערטנער. איך אַליין האָב אָנגעהויבן גיין אין שול אַרײַן אין 1944 און ביזן יאָר 1949 האָב איך זיך געלערנט ייִדיש. דער שטאָט ביראָבידזשאַן און מײַנע עלטערן דאַרף איך זײַן דאַנקבאַר פֿאַרן קענען רעדן, לייענען און שרײַבן ייִדיש.

דער ייִחוס פֿון ייִדישע ווערטער
פֿון הערשל גלעזער (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

דאָס קאַפּיטעלע ניס אויף מאַמע-לשון איז אפֿשר פֿון די סאַמע אינטערעסאַנטע. וועט עס פֿאַרנעמען מער ווי איין המשך פֿון אונדזער סעריע.
וואָס איז דאָס אַזוינס אַ נוס? אַ געוויסע האַרטע פֿרוכט פֿון אַ בוים. אַ נוס האָט אַ שאָלעכץ פֿון דרויסן און פֿעטס אינעווייניק. לויט די לעצטע, פּשוט-פֿאָלקישע קריטעריעס גייען אין דעם אַרײַן וועלטשענע/וועלשענע/וועלישע ניס, מאַנדלען, האָזענע ניס/האָזניס/האָזנניס/האָזלניס/האָזישע ניס, חזיר-ניסלעך, קאַשטאַנען/קאַשטאַנעס/קאַשטענעס/קעסטן, פֿיסטאַשקעס, קאַשוען, פּעקאַנען/פּעקאַנניס, בראַזילער ניס, סאָסנע-קערעלעך, ערדניסלעך/ארץ-ישׂראל-ניס/רבי-ניסלעך/סטאַשקעס. לויט די וויסנשאַפֿטלעכע קריטעריעס זענען ס׳רובֿ "ניס" גאָר קיין ניס נישט, אָבער דאָ וועלן מיר גיין מיט דער פּשוט־פֿאָלקישער באָטאַניק.
וואָס שייך די ווערטער פֿאַר ‘נוס’ אַליין איז די מעשׂה אַזאַ: פּונקט ווי ס׳ייִדישע "נוס", וואַקסן ס׳רובֿ אייראָפּעיִשע טערמינען פֿון אַן אַלטן שורש וואָס קערט זיך אָן מיטן וואָרט ‘קנעכל’ — אפֿשר ווײַל סײַ אַ קנעכל, סײַ אַ נוס איז האַרט. פֿונעם לאַטײַנישן וואָרט, nux, וואַקסן אַלע ראָמאַנישע ווערטער: דאָס פֿראַנצויזישע noix, דאָס איטאַליענישע noce, דאָס רומענישע nucă, דאָס שפּאַנישע nuez, דאָס פּאָרטוגאַלישע noz. פֿון אַן אַנדער אָפּצווײַג פֿון דעם שורש וואַקסן דאָס ענגלישע nut, דאָס דײַטשישע Nuß, דאָס האָלענדישע noot, דאָס פֿלעמישע not. פֿונעם לאַטײַנישן nux וואַקסט אויך דאָס וואָרט nucleus ‘יאָדער׳ .
אין די סלאַווישע און באַלטישע לשונות איז דאָס וואָרט אין גאַנצן אַנדערש: רוסיש orekh, פּויליש orzech, טשעכיש ořech, ליטוויש riešutys אאַז״וו. פֿון וואַנעט זיי וואַקסן ווייסט מען נישט — אפֿשר פֿון אַ קאַווקאַזישן לשון ווי, אַ שטייגער, גרוזיניש. אויף אַלטגרעקיש karyon, אויף נײַגרעקיש karydi, וואָס ביידע ווערטער קערן זיך אָן מיטן ייִדישן וואָרט "האַרט" — נישט קיין וווּנדער.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

"די בריקן פֿון אַשכּנז" בײַ "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר"

דער דירעקטאָר פֿון "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר", אַלען בערן, מיט אָנטיילנעמער אינעם אַוואַנסירטן געזאַנג־וואַרשטאַט
צום צווייטן מאָל האָט די ייִדישע מוזיק־ און שפּראַך־פּראָגראַם בײַם "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר" געשטעלט דעם טראָפּ אויף די פֿאַרבינדונגען צווישן די ייִדישע און דײַטשע פֿאָלקסלידער, טענץ און אינסטרומענטאַלער מוזיק. דער אַנאַליז פֿון דער געשיכטע לגבי די באַציִונגען צווישן די צוויי פֿעלקער, דײַטשן און ייִדן, איז פֿאַרכמאַרעט געוואָרן נאָכן חורבן, און ד״ר אַלען בערן, דער גרינדער און דירעקטאָר פֿון "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר", האַלט, אַז איצט איז געקומען די צײַט צו באַטראַכטן די בשותּפֿותדיקע מוזיקאַלישע אַספּעקטן אין דער געשיכטע.
מיט דעם ציל און אויף דער טעמע האָט מען פֿאַרבעטן עטלעכע לערערס אָנצופֿירן מיט די אינטענסיווע וואַרשטאַטן. אַנדרעאַס שטיטגאַס, אַ דײַטשער מוזיקער פֿון קעלן, פֿון דער קאַפּעליע "קיצל אין האַרצן", האָט בעתן פֿאַרגאַנגענעם יאָר אויסגעזוכט די פּאַראַלעלן צווישן די ייִדישע און דײַטשע פֿאָלקסלידער. נוסחאָות פֿון די זעלביקע לידער, אויף ביידע שפּראַכן, האָט ער געפֿונען סײַ בײַ מער באַקאַנטע לידער ווי "גיי איך מיר שפּאַצירן", סײַ בײַ זעלטן־געזונגענע באַלאַדעס ווי "פֿאָרט אַ ייִדעלע, פֿאָרט אַרויס" און "אַ בער פֿון וואַלד". דאָס פּסח־ליד "אחד מי יודע" האָט אויך אַן אַלטן וואַריאַנט אויף דײַטש, און מע האָט זיי ביידע געלערנט. שמיטגאַס און זײַן מיט־לערערין, די זינגערין סוועטלאַנאַ קונדיש, האָבן אָפֿט בײַם זינגען געמישט די ייִדישע און דײַטשע וואַריאַנטן, אַרויסצוהייבן די ענלעכקייטן.
אַ וויכטיקער מקור וווּ צו געפֿינען די דײַטשע פֿאָלקסלידער, איז דער "דײַטשער פֿאָלקסליד־אַרכיוו", וואָס געפֿינט זיך אין דער דײַטשער שטאָט פֿרײַבורג. די ביבליאָטעקערין, באַרבאַראַ באַך, האָט מען אויך פֿאַרבעטן אויף "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר", זי זאָל אויפֿטרעטן מיט עטלעכע לעקציעס וועגן דער געשיכטע פֿון דײַטשער פֿאָלקסליד־פֿאָרשונג און זאַמלאַרבעט. אין דעם אַרכיוו ליגט אַן אוצר פֿון דײַטשן פֿאָלקלאָר, און באַך פֿאַרמאָגט אַן ענציקלאָפּעדישן זכּרון און קען זינגען די דײַטשע באַלאַדעס פֿון אויסנווייניק.