- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ליבי אַסטייר, די מחברטע פֿון דרײַ דעטעקטיוו־ראָמאַנען, ווערט גערופֿן (פֿון זיך און אַנדערע) "די ייִדישע דזשיין אָסטין." הגם זי דאַרף אַריבערקומען שוועריקייטן, וואָס זײַנען נישט געוויינטלעך פֿאַר אַ שרײַבער אין דעם זשאַנער. אָט זײַנען די גרונט־כּללים אירע: 1. אויסמײַדן קיין מאָרדן אָדער אומזיסטע גוואַלד־מעשׂים. 2. נישטאָ קיין העלדן וואָס וועלן נישט תּשובֿה טאָן. 3. נישטאָ קיין גראָבע רייד אָדער אויסגעלאַסנקייט. פֿאַרשטייט זיך, אַז זי שרײַבט נישט פֿאַרן זעלבן עולם וואָס ס׳לייענט דזשאַן גרישאַם. זי איז אַ שרײַבערין פֿאַר חרדישע פֿרויען. בשעת אַן אַנומלדיקן אינטערוויו האָט זי אַ פֿרעג געטאָן, "קען דאָס זײַן גוטע ליטעראַטור? אַזוי מיין איך פּערזענלעך. צוליב דעם וואָס איך קען זיך נישט פֿאַרלאָזן אויף סעקס אָדער רציחה צו פֿאַרקויפֿן מײַנע ביכער, מוז איך שרײַבן אויפֿן אַלטמאָדישן שטייגער, ווי שאַפֿן לעבעדיקע העלדן, אַרײַנפֿלעכטן הומאָר, אָדער שילדערן היסטאָרישע פּעריאָדן אויף אַן איבערצײַגעוודיקן אופֿן." פֿאַראַכטאָגן האָב איך געזען אַ פּיעסע, "דהי וויפּינג בוי" (דאָס שמײַס־ייִנגל) פֿון מעטיו לאָפּעז. די פֿאָרשטעלונג איז געווען באַזירט אויפֿן באַגריף, אַז אַ טייל שקלאַפֿן אין דעם אַמעריקאַנער דרום זײַנען געווען אונטערן רשות פֿון ייִדן — און טייל מאָל, פֿון פֿרומע ייִדן. פֿאַראַן אַפֿילו פֿאַלן, ווען די שקלאַפֿן האָבן זיך אַליין געהאַלטן פֿאַר ייִדן, כאָטש צי זיי זײַנען טאַקע געווען ייִדן, על־פּי דין, איז שווער צו וויסן. ווי עס זאָל ניט זײַן, אַפֿילו אויב סוזשעט איז געווען אַן אינטערעסאַנטער, איז די אַלגעמיינע באַהאַנדלונג פֿונעם ענין ייִדישקייט געווען אומגעלומפּערט. באַזונדערס זײַנען מיר געגאַנגען אויף די נערוון די אַנאַכראָניזמען. כ׳מיין, געוויסע אויסדרוקן, וואָס זײַנען לינגוויסטיש נישט פּאַסיק פֿאַר יענער תּקופֿה. אָנגעהויבן שטודירן ייִדיש האָב איך אין מיטלשול, וווּ מײַן ענגליש־לערערין (אַ ייִדענע פֿון טאָלעדאָ, אָהײַאָ, מיט דיקע ברילן אײַנגעראַמט אין שוואַרץ, מיט אַ באַגרענעצטן געדולד און נישט־קאָנטראָלירטער צוקער־קראַנקייט) האָט מיר געגעבן אָנצוהערן, אַז זי קען מײַנע פֿויליאַקישע, לעצט־יאָריקע שטיק, און איך דאַרף זיך נעמען צו עפּעס אַ תּכלית. דאָס ערשטע ווערק אויף ייִדיש וואָס כ׳האָב געפּרוּווט צו לייענען, איז געווען שלום אַשס אַ ראָמאַן, וואָס די טעמאַטיק דערפֿון האָט אַרויסגערופֿן פֿאַרחידושטע בליקן בײַ די עלטערן. די מעשׂה וועגן דעם, ווי אַזוי כ׳פֿיל זיך פּערזענלעך פֿאַרבינדן מיט דער צײַטשריפֿט "די גאָלדענע קייט" איז נישט קיין געוויינטלעכע. אין איר פֿיגורירט אַ שטאָט באַלטימאָר, מערילענד, וואָס איז נישט בײַ יעדן אַסאָציִיִרט מיט אונדזער ליטעראַטור. אין יאָר 1947 האָט אַבֿרהם סוצקעווער געפֿלירטעוועט מיטן קאָמוניזם אין פּאַריז, טאַקע בלויז עטלעכע חדשים; ער האָט זיך געשלאָגן דעמאָלט מיט דער דעה, אַוווּ זאָל ער זיך, מיט זײַן משפּחה, באַזעצן — אין קאָלומבוסעס מדינה צי אין ארץ־ישׂראל? מאַקס ווײַנרײַך (וואָס האָט זיך מיט אים יאָרן־לאַנג אַדורכגעשריבן) האָט אים געעצהט בזה הלשון: לעצטנס, האָב איך זיך ווידער דערוווּסט, אַז מע האָט אויך הײַיאָר באַצייכנט דזשאָנס־האָפּקינס אין באַלטימאָר, מערילענד (מײַן אַרבעטפּלאַץ) פֿאַר דעם בעסטן שפּיטאָל אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. דאָס באַטרעפֿט שוין דאָס 21סטע יאָר נאָכאַנאַנד וואָס מע האָט דערלאַנגט דעם שפּיטאָל אַזאַ כּבֿוד, וואָס כאַפּט אַרום רייטינגס אין 16 ספּעציאַליטעטן. אַוודאי, וועל איך שטאָלצירן מיט אַזאַ כּבֿוד, ווײַל דעם שפּיטאָלס גליק איז מײַן גליק אויך. שטעלט זיך אָבער די פֿראַגע — וואָס מיינט דאָס טאַקע? וואָס לאָזט אונדז הערן אַזאַ באַצייכענונג, אַז אַזאַ אַנשטאַלט איז דער "בעסטער שפּיטאָל"? אָנהייבן דאַרף מען פֿונעם זשורנאַל. די צײַטשריפֿט הייסט "יו-עס ניוס", און אין יאָר "איקס" האָט מען דאָרט אָנגעהויבן אויספֿרעגן דאָקטוירים איבערן לאַנד, וועלכע שפּיטעלער זײַנען כּלומרשט די "בעסטע." מע האָט ניט געבעטן בײַ די אויסגעפֿרעגטע, און ניט אָנגעווענדט אין זייער רייטינג, קיין אָביעקטיווע כּללים פֿאַר דער קוואַליטעט פֿון שפּיטעלער. אויב איר רייכערט, אָדער קענט עמעצן וואָס רייכערט, האָט איר זיכער געהערט גענוג מוסר-רייד פֿון אײַער דאָקטער, אַז איר מוזט אויפֿהערן. ניט וועגן דעם רעדט זיך אין דעם אַרטיקל. יעדער רייכערער (אָדער זײַן קרובֿ) האָט מורא פֿאַר אַ קאָנקרעטער געזונט-פּראָבלעם, פֿאַרבונדן מיטן רייכערן: מע פֿלעג עס רופֿן — "יענע מחלה"; דער ראַק, ובפֿרט לונגען-ראַק. איז דאָ אַן אופֿן נאָכצוזוכן אַזאַ ראַק פֿון פֿריִער, און צו פֿאַרהיטן דערמיט די קרענק נאָך איידער זי אַנטוויקלט זיך? עטלעכע שטודיעס האָט מען שוין געהאַט דורכגעפֿירט וועגן פּשוטע רענטגענס (איקס-שטראַלן), ווי אַ מיטל נאָכצוזוכן לונגען-ראַק, און פֿון דעם האָט זיך אויסגעלאָזט אַ בוידעם — נעגאַטיווע רעזולטאַטן. אויסגעקוקט האָט מען אָבער אויף דעם זיכערן ענטפֿער וואָס האָט געזאָלט קומען פֿון אַ גרויסער שטודיע פֿון "סי-טי"-באַקוקן ["קאַט־סקאַן"] צווישן רייכערערס. מיט צוואַנציק יאָר צוריק זײַינען געווען נאָר פֿיר אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן מיט ייִדיש-אָפּטיילן: דער ייִדישער טעאָלאָגישער סעמינאַר, האַרוואַרד, קאָלומביע, און דער קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין לאָס־אַנזשעלעס. פֿאַראַן הײַנט מער ווי אַ טוץ אַזעלכע אוניווערסיטעטן — פֿון מישיגען צו מערילענד, פֿון שיקאַגע צו סאַנטאַ קרוז — לערנט מען זיך דאָרט וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור. דער אינטערעס צו מאַמע-לשון צעוואַקסט זיך, און אין דער זעלבער צײַט ווערן אַלץ שיטערער די ייִדיש-רעדנדיקע (חוץ די חרדים). דער אינטערעס אָבער ווערט קלענער, ווען עס גייט די רייד וועגן אַ פֿעסטן יסוד פֿאַר דער שפּראַך-לערערײַ. דערפֿאַר זענען מיט רעכט אַ טייל פאָרשערס באַזאָרגט וועגן דעם מאָרגן פֿון דער ייִדיש-פֿאָרשונג. א מענטש ליגט אויפֿן שפּיטאָל-בעטל און קען ניט רעדן. די דאָקטוירים דאַרפֿן מאַכן אַ באַשלוס וואָס צו טאָן מיט אים. ווי אַזוי טוט מען דאָס? ווי אַזוי רעדט מען אַרום אַזאַ זאַך מיט דער משפּחה? די ביִאָ-עטישע עסטאַבלישמענט אין די אַמעריקאַנער שפּיטעלער האָבן מער ווייניקער שוין אָנגענומען אַ כּלל, אַזאַ מין מעניו פֿון אופֿנים, ווי אַזוי אַרומצורעדן מיט דער משפּחה אַ באַשלוס. מומחים פֿון דער מעדיצינישער עטיק זײַנען אָבער צו ביסלעך געקומען צום אויספֿיר, אַז אַזאַ צוגאַנג טויג מער ניט. אָפֿט מאָל טרעפֿט זיך, אַז איר גייט צו אײַער דאָקטער און ער פֿאַרשטייט אײַך ניט, אָדער פֿאַרקערט — איר פֿאַרשטייט ניט אים. ס׳איז גלײַך ווי איר רעדט אויף פֿאַרשידענע שפּראַכן. ווי אַזוי פֿאַרטײַטשט מען וואָס איר זאָגט אויף דער שפּראַך פֿון דאָקטער און פֿאַרקערט? די מעדיצינישע וויסנשאַפֿט האָט אָן אַ שיעור אויפֿגעטוען, נאָר געוויסע אַספּעקטן האָט זי פֿאַרקוקט, ווײַל זיי האָבן קיין מאָל ניט צוגעצויגן די גרויסע געלטער און נײַגעריקן פּירסום פֿון אַנדערע פֿאָרש־טעמעס. לעצטנס האָבן טויזנטער אַמעריקאַנער פֿרויען זיך אויפֿגעכאַפּט צו דער אומגעריכטער נײַעס, אַז אַן אָנגעזעענע גרופּע דאָקטוירים רעקאָמענדירט מע זאָל מער ניט באַקומען מאַמאָגראַמען (בריסט-רענטגענס) אַזוי אָפֿט ווי פֿריִער. דאָס האָט אַרויסגערופֿן אַ ויצעקו. טייל דאָקטוירים האָבן ניט מסכּים געווען מיט די געענדערטע רעקאָמענדאַציעס און אַ צאָל פֿרויען האָבן ניט פֿאַרשטאַנען פֿאַר וואָס אַ טעסט, וואָס ס׳איז נעכטן געווען געוווּנטשן איז פּלוצעם ניט כּדאַי. וואָס איז געשען? ניט לאַנג צוריק, אין אַ געוויינטלעכער נאָוועמבער-וואָך, בין איך אַרײַנגעגאַנגען צו "אײַכלערס" (די פּאָפּולערע ברוקלין-ביכערקראָם) און איבערקוקן עטלעכע "מאַגאַזינס" (זשורנאַלן רופֿט מען זיי אין אונדזערע קרײַזן). יעדער הילע, דאַכט זיך, שטעלט פֿאָר אַ פֿילפֿאַרביק, איידל בילד פֿון אַ האַרבסט-געבלעטער, מיט אַן אַרטיקל אינעווייניק וועגן דעם עסטעטישן וווּנדער פֿון סעזאָן. אַזאַ טעמע וואָלט אויך געפּאַסט פֿאַר יעדן זשורנאַל, וואָס מע קויפֿט בײַ דער קאַסע אין אַ סופּערמאַרק, וווּ די חזיר-קאָטלעטן ליגן זײַט בײַ זײַט מיט די פֿלעשער מילך. ס'איז מאָדנע צו פֿילן אַ חובֿ צו אַ גרופּע וואָס מ'איז ניט מסכּים מיט איר וועגן די יסודות פֿון איר השקפֿה. אַזוי אָבער איז דער פֿאַל מיט סאַטמערער חסידים און זייער ביקור-חולים צימער אין דעם שפּיטאָל, וווּ איך אַרבעט. ניט דער עיקר צוליב דעם, וואָס די פֿרויען וואָס פֿירן אָן דערמיט, שטעלן צו, אומזיסט און פֿאַר צדקה-צוועקן, הייסע שבת- און וואָכעדיקע מאָלצײַטן פֿאַר פּאַציענטן און דאָקטוירים, נאָר אויך דערפֿאַר, וואָס אין דעם צימער (וווּ איך האָב שוין פֿאַרבראַכט אַ היפּש ביסל צײַט בשעת מײַנע טרענירונג-יאָרן ווי אַ רעזידענט-דאָקטער) טרעפֿן זיך פֿאַרשיידענע שיכטן פֿון דער פֿרומער ייִדישער קהילה וואָס באַגעגענען זיך זעלטן. פֿון אָנהייב דאַרף איך מודה-ומתוודה זײַן, אַז קיין עקספּערט אין דער ייִדישער ליטעראַטור בין איך אַוודאי ניט, און וועגן דער אַלטער ליטעראַטור (קל-וחומר די גאָר אַלטע טעקסטן, וואָס ווערן פֿאָרגעשטעלט אין דעם באַנד) בין איך אַ גאָלער עם-הארץ. וועל איך שרײַבן וועגן דעם אימפּאָזאַנטן בוך ניט ווי אַ קריטיקער אָדער אַ פּוסק, מיט שטרענגע קריטעריעס און צוגעשליפֿענעם חלף, נאָר ווי אַ בחור, וואָס האָט זיך פֿאַרליבט אין אַ פֿרוי, וועלכע ער האָט ביז אַהער קיין מאָל ניט געזען מיט איר גאַנצער פּראַכט: די ייִדישער ליטעראַטור. |