- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווי עס פֿירט זיך שוין פֿון קדמונים אָן, קאָן מען אין מיטעלן מיזרח קיין נבֿיא נישט זײַן. די וואָס האָבן זיך אַזוי אָנגערופֿן, האָבן זיכער זייער נבֿיאות אַרויסגעזאָגט אומקוקנדיק זיך אויף צוריק. אַנדערש געזאָגט, שוין נאָך אַלעמען. אַקעגן וואָס האָבן מיר געבראַכט דעם בײַשפּיל? נאָך 18 טעג פֿון דער אַנטי־טעראָריסטישער מלחמה אין עזה, האָבן זיך אָנגעהויבן אַלץ אָפֿטער הערן קולות פֿון אַלע זײַטן, אַז ס’איז שוין געקומען די צײַט אָפּצושטעלן די מיליטערישע מעשׂים און קומען צו עפּעס אַ סוף. וואָס זשע מיינט דער "עפּעס" אַ סוף? מײַן פֿאָריקן אַרטיקל ("פֿאָרווערטס", דעם 2טן יאַנואַר 2009), וועלכן איך האָב געשריבן אין פֿערטן טאָג פֿון דער לופֿט־"אָפּעראַציע" קעגן עזה, אַ טאָג פֿאַר דעם אַרײַנמאַרש פֿון די יבשה־כּוחות פֿון צה״ל אין "כאַמאַסטאַן", די צום געדיכטסטן באַפֿעלקערטע טעריטאָריע אויף דער וועלט —האָב איך פֿאַרענדיקט מיט דעם פֿאָלגנדיקן זאַץ, מיט וועלכן איך דערלויב זיך דאָ צו עפֿענען דעם הײַנטיקן אַרטיקל: אין 1992 איז געגרינדעט געוואָרן דער ניו־יאָרקער ייִדישער פֿילם־פֿעסטיוואַל, צונויפֿגעשטעלט פֿונעם "ייִדישן מוזיי" אין ניו־יאָרק און דער חשובֿער "פֿילם־געזעלשאַפֿט בײַם לינקאָלן־צענטער". במשך פֿון דער צײַט, איז עס געוואָרן איינער פֿון די וויכטיקסטע אונטערנעמונגען אין וועלכער מע קען זען פֿילמען פֿון דער גאַנצער וועלט, וואָס האָבן אַ שײַכות צום ייִדישן לעבן און קענען ווערן אָפּגעשאַצט. הײַנטיקס יאָר וועט דער פֿעסטיוואַל פֿאָרקומען פֿונעם 14טן יאַנואַר ביזן 29סטן יאַנואַר און אַרײַננעמען סײַ לענגערע נאַראַטיווע פֿילמען, סײַ קירצערע און דאָקומענטאַלע פֿילמען. דאָס בוך פֿון וויקטאָר טשערנאָוו (1873 — 1952), איינער פֿון די גרעסטע רוסישע רעוואָלוציאָנערן, געהערט צו די וויכטיקסטע מקורים פֿאַר דער רוסישער געשיכטע, אָבער ביז לעצטנס איז עס געווען צוטריטלעך בלויז אין ייִדיש. אַרויסגעגעבן אין ניו־יאָרק דורך "גריגאָרי גערשוני ברענטש" פֿון "אַרבעטער־רינג" אין 1948, באַשטייט דאָס בוך פֿון אַכט פֿאַרצייכענונגען, וועלכע זײַנען פֿריִער דערשינען אינעם "פֿאָרווערטס". טשערנאָוו, וועלכער שטאַמט פֿון אַן עכט־רוסישער משפּחה, האָט קיין ייִדיש ניט געקענט. (קאַמפֿן אָן אָפּשטעל אויף אַלע פֿראָנטן) דער הײַנטיקער "בריוו פֿון ירושלים" ווערט געשריבן אין דעם 16טן טאָג פֿון דער בלוטיקער מלחמה פֿון דער ישׂראל־אַרמיי קעגן די "כאַמאַס"־טעראָריסטן אין דעם עזה־פּאַס. די קאַמפֿן גייען אָן אָן אויפֿהער מיט הונדערטער אומגעקומענע און טויזנטער פֿאַרוווּנדעטע אויף ביידע זײַטן פֿון די פֿראָנט־ליניעס. דאָס מאָל איז עס שוין ניט "זבענג וגמרנו!" — וואָס הייסט "געבן אַ קורצן, "ואלה שמות בני ישׂראל הבאָים מצרימה" — "און דאָס זענען די נעמען פֿון בני-ישׂראל, וואָס זענען אָנגעקומען קיין מצרים". בײַם אָנהייב פֿון דער פּרשה ווערט איבערגעציילט די צוועלף יעקבֿס זין, און עס ווערט איבערגעגעבן, אַז די צאָל פֿון זײַנע אָפּשטאַמלינגען, וואָס זענען אָנגעקומען קיין מצרים, האָט באַטראָפֿן 70 נפֿשות. ווען יוסף און זײַן גאַנצער דור זענען ניפֿטר געוואָרן, איז אין מצרים געקומען צו דער מאַכט אַ נײַער פּרעה, וועלכער האָט פֿאַרשקלאַפֿט די ייִדן און געצוווּנגען זיי צו טאָן אַ ביטער-שווערע אַרבעט. מיט עטלעכע חדשים צוריק, אין אויגוסט חודש, האָב איך זיך דערוווּסט, אַז כ'געהער, לאָזט זיך אויס, צו דער קאַטעגאָריע פֿון "גלאָבאַלע ייִדן". אַזוי האָט געטענהט דער דענווערער פּראָפֿעסאָר דוד שניר אין זײַן אַרטיקל פֿאַרן לאָנדאָנער "דזשויִש קראָניקל" (זען www.thejc.com/articles/we-are-all-global-jews-now) און אין זײַן נײַ בוך, וואָס מיר איז דערווײַל ניט אויסגעקומען צו לייענען. די אידעע איז, ווי איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז ס'איז שוין געקומען די צײַט אויפֿצוהערן צו נוצן דעם באַגריף פֿון "גלות", ווײַל עס טראָגט אין זיך עפּעס אַ באַציִונג צו ישׂראל. מיט פֿופֿצן יאָר צוריק, דעם 28סטן יאַנואַר 1994, האָט הלל האַלקין, דער באַקאַנטער ישׂראלדיקער זשורנאַליסט און פֿילאָלאָג, אַנטפּלעקט אין דעם ענגלישן "פֿאָרווערטס" אַ שטיקל סענסאַציע, דהײַנו: אַז מוסטאַפֿאַ קעפֿאַל אַטאַטורק (1881—1938), דער טאַטע פֿון דער מאָדערנער טערקישער מלוכה אויפֿגעבויט אין די פֿריִע 1920ער יאָרן אויף די חורבֿות פֿון דער אָטאָמאַנער אימפּעריע, איז, משמעות, געווען אַ ייִד, אָדער כּמעט אַ ייִד. ניט לאַנג צוריק, אין אַ געוויינטלעכער נאָוועמבער-וואָך, בין איך אַרײַנגעגאַנגען צו "אײַכלערס" (די פּאָפּולערע ברוקלין-ביכערקראָם) און איבערקוקן עטלעכע "מאַגאַזינס" (זשורנאַלן רופֿט מען זיי אין אונדזערע קרײַזן). יעדער הילע, דאַכט זיך, שטעלט פֿאָר אַ פֿילפֿאַרביק, איידל בילד פֿון אַ האַרבסט-געבלעטער, מיט אַן אַרטיקל אינעווייניק וועגן דעם עסטעטישן וווּנדער פֿון סעזאָן. אַזאַ טעמע וואָלט אויך געפּאַסט פֿאַר יעדן זשורנאַל, וואָס מע קויפֿט בײַ דער קאַסע אין אַ סופּערמאַרק, וווּ די חזיר-קאָטלעטן ליגן זײַט בײַ זײַט מיט די פֿלעשער מילך. אויף מײַנע אַוואַנטורעס האָבן מיר, חלילה, ניט אויסגעפֿעלט קיין איבערגעגעבענע און געשוווירענע שותּפֿים. איך האָב אַלע מאָל געהאַט בײַ מײַן זײַט מײַנע דאָן־קיכאָטן און גאָר אַ סך סענדערלעך דער ייִדענעס: טרוימערס, טשודאַקעס, פֿאַנאַטיקער און אויך באַשיידענע, פֿײַנע לײַט; שוין אָפּגערעדט פֿון טעכטער און זין פֿון ייִדישע פּאָעטן און שרײַבער, וועלכע האָבן נישט געקאָנט באַשליסן וווּ זיי האַלטן און צו וועלכער וועלט זיי געהערן. מיר האָבן זיך אַלע געזוכט. און צוליב דעם, וואָס מיר זײַנען געווען אַזאַ מיעוט האָט מען זיך שנעל אָפּגעפֿונען. נאָך אַלעמען, ייִדיש איז אַ קליין וועלטל. טײַערע חזנטע, פּלוצעם האָב איך באַמערקט, אַז מײַן מאַן איז אַלט געוואָרן! ער איז אַ בן־שישים און איך בין מיט בלויז דרײַ יאָר ייִנגער, אָבער איך האָב דערפֿילט, מיט אַ מאָל, אַז דער חילוק צווישן אונדז איז אַ ריזיקער. איך האָב הנאה פֿון פֿאַרברענגען מיט חבֿרים, עסן אין די רעסטאָראַנען, גיין אין טעאַטער און כּל־המינים אַקטיוויטעטן. האַרווי פֿלעגט הנאה האָבן פֿון די זעלבע זאַכן, פֿאַראַן מענטשן, וואָס לײַדן פֿון אַן אַלערגיע אויף קליישטאָף (גלוטען) — אַ סובסטאַנץ וואָס געפֿינט זיך אין ווייץ, קוקורוזע און געוויסע אַנדערע תּבֿואות. לכּבֿוד זיי ברענג איך דאָ דאָס געשמאַקע מאכל, וואָס האָט בכלל נישט קיין קליישטאָף. |