פֿונעם אייביקן קוואַל

"ואלה שמות בני ישׂראל הבאָים מצרימה" — "און דאָס זענען די נעמען פֿון בני-ישׂראל, וואָס זענען אָנגעקומען קיין מצרים". בײַם אָנהייב פֿון דער פּרשה ווערט איבערגעציילט די צוועלף יעקבֿס זין, און עס ווערט איבערגעגעבן, אַז די צאָל פֿון זײַנע אָפּשטאַמלינגען, וואָס זענען אָנגעקומען קיין מצרים, האָט באַטראָפֿן 70 נפֿשות.

ווען יוסף און זײַן גאַנצער דור זענען ניפֿטר געוואָרן, איז אין מצרים געקומען צו דער מאַכט אַ נײַער פּרעה, וועלכער האָט פֿאַרשקלאַפֿט די ייִדן און געצוווּנגען זיי צו טאָן אַ ביטער-שווערע אַרבעט. מיט עטלעכע דורות שפּעטער, איז דער מצבֿ געוואָרן נאָך ערגער: דער פּרעה האָט באַפֿוילן די ייִדישע הייבאַמען צו הרגענען אַלע ייִדישע ייִנגלעך. די הייבאַמען האָבן איגנאָרירט די גזירה, און האָבן געהאָלפֿן די מאַמעס אויסבאַהאַלטן זייערע קינדער.

פּרעהס טאָכטער האָט געראַטעוועט פֿונעם טײַך ניל דאָס ייִנגל, וואָס זײַנע עלטערן האָבן אים נישט געקאָנט אויסבאַהאַלטן, און געשיקט איבערן טײַך אין אַ ראָר־קוישל. די פּרינצעסין האָט אָנגערופֿן דאָס קינד משה.

ווען דאָס ייִנגל — דער קומענדיקער אויסלייזער פֿונעם ייִדישן פֿאָלק — איז אויפֿגעוואַקסן, האָט דער אייבערשטער זיך באַוויזן פֿאַר אים אין אַ ברענענדיקן קוסט, און געהייסן צו פֿאָדערן בײַ פּרעה צו באַפֿרײַען די ייִדן. דער באַשעפֿער האָט געזאָגט, אַז טאָמער די ייִדן וועלן פֿרעגן משהן, ווי אַזוי הייסט ג-ט, וועלכער האָט אים געשיקט, זאָל ער זיי ענטפֿערן: "א־ה־י־ה אשר א־ה־י־ה" — "איך בין וואָס איך בין" אָדער פּשוט "א־ה־י־ה" — "אין בין". הגם, לויטן דיקדוק, שטייט דאָס דאָזיקע וואָרט אין דער קומענדיקער צײַט, מיינט אַזאַ ווערב אין דער תּנ״כישער שפּראַך אויך דאָס אייביקע וועזן, וואָס נעמט אַרײַן סײַ דעם עבֿר, סײַ דעם הײַנט, סײַ די צוקונפֿט.

ווייניק מענטשן ווייסן דעם וווּנדערלעכן פֿאַקט, וואָס אין לשון-קודש איז נישטאָ קיין פּינקטלעכן אַנאַלאָג פֿונעם סובסטאַנטיוו "ג-ט", אַזוי ווי בײַ די גערמאַנישע קריסטלעכע פֿעלקער, אָדער אַ ספּעציעלן איינציקן ג-טלעכן נאָמען, אַזוי ווי "אַלאַ" בײַ די אַראַבער. הגם די דאָזיקע ווערטער ווערן כּסדר אויסגענוצט אינעם עבֿרי־טײַטש און אין מיטל־עלטערישע אַראַבישע ספֿרים, גיבן זיי נישט איבער, אין דער אמתן, די קאָמפּליצירטע לשון-קודשדיקע סיסטעם פֿון ג-טלעכע נעמען און עפּיטעטן.

הגם די נעמען "א-ל" און "אל-וה" קאָנען איבערגעזעצט ווערן ווי "ג-ט" און ווערן אויסגענוצט, אין מערצאָל, צו באַצייכענען די געטער פֿון אַנדערע רעליגיעס, מיינען זיי, בוכשטעבלעך, "אַ שטאַרקן כּוח". אין אַ צאָל פּסוקים מיינען די דאָזיקע ווערטער אַ דיין אָדער אַ פֿירער. סײַ־ווי-סיי, זענען די דאָזיקע שמות נישט אַזוי פֿאַרשפּרייט, ווי דער פּאַראַדאָסקישער נאָמען "אל־הים", וועלכער איז גופֿא אַ מערצאָל, און טראָגט טאַקע אין זיך די קאָנצעפּציע פֿון פֿילצאָליקייט, און באַצייכנט צומאָל אויך מלאָכים אָדער בכּבֿודיקע מענטשן. דער דאָזיקער נאָמען באַצייכנט, ווי עס ווערט דערקלערט אין די קבלה-ספֿרים, דעם ג-טלעכן עצם, וואָס שטעקט אין די כּוחות פֿון דער נאַטור.

געוויינטלעך ווערט דער הייליקער שם-השם, "י-ה-ו-ה", באַטראַכט ווי דער עיקר-נאָמען פֿונעם באַשעפֿער, "שם־העצם". דאָס דאָזיקע וואָרט איז אָבער, אין דער אמתן, אַ ווערב, וואָס קאָן איבערגעזעצט ווערן, בערך, ווי "ער איז געווען, ער איז, און ער וועט זײַן". הרבֿ אַריה קאַפּלאַן האָט געשריבן, אַז דער דאָזיקער נאָמען באַצייכנט דעם באַשעפֿער ווי דעם טיפֿסטן פּרינציפּ, דעם שורש פֿונעם גאַנצן וועזן.

דער נאָמען "א-ה-י-ה" איז אַ ווערב פֿונעם ערשטן פּערזאָן, דערפֿאַר שטעקט אין אים אַ פּאַראַדאָקס: ווי אַזוי קאָן דער פּרינציפּ פֿונעם וועזן, זיך ווענדן צום מענטש, און הייסן אים עפּעס צו טאָן? דווקא אַזאַ פּאַראַדאָקסישן נאָמען האָט משה רבינו אָנגעוויזן די ייִדן, אַז ער איז אַ שליח פֿונעם אמתן ג-ט. "איך בין דאָס וועזן אַליין; איך בין אַ פּערזענלעכקייט און אַן אַבסטראַקטער פּרינציפּ; איך בין אַ ‚ווערב‘; איך בין אַלץ, אָבער בלײַב נאָך העכער פֿון אַלץ", זאָגט דער באַשעפֿער.

אונדזער פּרשה הייסט "שמות" — "נעמען". הגם, אינעם בוכשטעבלעכן זין, גייט אין איר אַ רייד וועגן יעקבֿס זין, קאָנען אירע ערשטע ווערטער אָפּגעטײַטשט ווערן בדרך־רמז: "ואלה שמות בני-ישׂראל" — "און דאָס זענען די הייליקע שמות, וואָס ווערן באַנוצט בײַ ייִדן". די תּורה דערקלערט אונדז, פֿאַרוואָס ווערן אין לשון-קודש אויסגענוצט אַזויפֿיל שמות פֿונעם באַשעפֿער, אַנשטאָט איין קאָנקרעט וואָרט.

דער אייבערשטער ווערט אָנגערופֿן, אין פֿאַרשיידענע סיטואַציעס, מיט אַ סך פֿאַרשיידענע שמות, און ווערט אַנטפּלעקט צו די מענטשן אויף אומצאָליקע אופֿנים; אין דער אמתן, אָבער, בלײַבט ער מחוץ אַלע באַגריפֿן.