פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אויף מײַנע אַוואַנטורעס האָבן מיר, חלילה, ניט אויסגעפֿעלט קיין איבערגעגעבענע און געשוווירענע שותּפֿים. איך האָב אַלע מאָל געהאַט בײַ מײַן זײַט מײַנע דאָן־קיכאָטן און גאָר אַ סך סענדערלעך דער ייִדענעס: טרוימערס, טשודאַקעס, פֿאַנאַטיקער און אויך באַשיידענע, פֿײַנע לײַט; שוין אָפּגערעדט פֿון טעכטער און זין פֿון ייִדישע פּאָעטן און שרײַבער, וועלכע האָבן נישט געקאָנט באַשליסן וווּ זיי האַלטן און צו וועלכער וועלט זיי געהערן. מיר האָבן זיך אַלע געזוכט. און צוליב דעם, וואָס מיר זײַנען געווען אַזאַ מיעוט האָט מען זיך שנעל אָפּגעפֿונען. נאָך אַלעמען, ייִדיש איז אַ קליין וועלטל. ווי האָט מיר אַמאָל מײַן פֿרײַנד פּסח פֿישמאַן געזאָגט:

— מײַן טאַטע האָט געקרעכצט ווען ס׳האָט זיך געהאַנדלט וועגן אַ ייִדישער סבֿיבֿה. אָבער דו, מײַן זון, דיר וועט זײַן נאָך ערגער. דו וועסט שוין נישט האָבן מיט וועמען אַ ייִדיש וואָרט אַרויסצורעדן.

וואָס אַן אמת, ווען איך זעץ זיך צו צום שרײַב־טיש, הייב איך אַ סך מאָל נישט אָן צו וויסן וואָס ס׳גייט מיר דאָ אַרויסשפּרינגען. דער עיקר גייט מיר נאָך דער ריח פֿון שרײַבערײַ. און ווי נאָר איך מאַך צו די אויגן, אַזוי הער איך דעם זעלביקן פּזמון אויף דאָס נײַ — ייִדיש! אַ סך מאָל קען איך עס נישט אויסשפּײַען און איך קען עס נישט אַראָפּשלינגען. דעם אמת געזאָגט, איך קרעק זיך און שטיק זיך דערמיט. איך ווייס נישט ווי אַזוי אַן עצה צו געבן זיך דערמיט. ס׳איז קיין מאָל נישט געווען קיין גרינגער פּאַסאַזשיר, אונדזער ייִדיש. פֿון ווען איך געדענק, איז דאָס לשון געווען אויף צרות און מיר, ייִדיש־רעדער, האָבן זיך געמוזט ווי נישט איז אַן עצה געבן דערמיט.

אין די יונגע יאָרן, נאָך ווען מענדל האָט געלעבט, זײַנען מיר נישט מיד געוואָרן פֿון די זעלבע רייד, פֿונעם זעלבן פּזמון — וואָס וועט זײַן מיט אונדזער לשון? דער גרויסער יאַט אונדזערער, אַבֿרהמל, וועמען די חבֿרה סאַברעס האָבן גערופֿן "אַבֿי", האָט זיך גאַנץ גוט אַן עצה געגעבן מיט זײַן ייִדיש — סײַ אין אַמעריקע און סײַ אין ישׂראל. ער האָט עס גערעדט, געזונגען, געטאַנצט; און אַלץ אויף ייִדיש. דער עיקר האָט ער זיך אין דער ייִדישער מדינה געמוזט אײַנשטעלן פֿאַר אונדזער לשון, ווײַל די ישׂראלדיקע גאַס האָט געקוקט אויף מאַמע־לשון קרום. האָט ער עס כּסדר פֿאַרטיידיקט צווישן זײַנע פֿרײַנד. צי דאָס איז געווען אין יענקי־דודל לאַנד, צי צווישן די סאַברעס — בײַ אים איז עס געווען אַן אייגנשאַפֿט. אָבער מיר פֿלעגט ער שטילערהייט אײַנרוימען אין אויער:

— דו מיינסט, אַז איך ווייס נישט דעם אמתן אמת, וועמען נאַרסטו? וווּ האַלט מען מיטן ייִדיש? דו מיט דײַנע אוצרות און מיט דײַנע עשירות; מיט דער ייִדישער ליטעראַטור. גיב מיר בעסער אַ פֿוסבאָל מעטש אויף ייִדיש.

געזען ווי איך לעב איבער, פֿלעגט ער ווערן ווייכער:

— זע, מאַמע, ווי איך צערײַס זיך דעם יאַשטשיק — פֿלעגט ער מיך באַרויִקן — נו גוט. זאָל שוין זײַן ווי דו זאָגסט. אָבער דאָ, אין ישׂראל; דווקא דאָ, אין ישׂראל, זאָל מען עס אַזוי אויסלאַכן?..

שרײַ איך שוין אויף אים אָן היסטעריש:

— ס׳וועט נאָך קומען אַ צײַט און זיי וועלן זיך אויך אויסמענטשלען. זאָרג זיך נישט. דעמאָלט וועסטו זײַן דער ייִדישער מלך — קייסער.

מיטן קליינעם יאַט ווידער, מיט אונדזער בנימעלען, איז גאָר געווען אַ טראַגי־קאָמיש בילד. ער האָט גערעדט בלויז ייִדיש אין ישׂראל. און וואָס פֿאַר אַ ייִדיש? יעדעס מאָל, וואָס ער האָט געעפֿנט דאָס מויל, האָט מען געהערט אַ לאָדזשער סימפֿאָנישן ייִדיש. אַ ייִדיש מיט אַלע פּיטשעווקעס. אַלע האָבן אים גערופֿן "דער קליינער דזשיגאַן". און אַז ס׳איז געקומען זײַן צײַט צו גיין אין "גן" (קינדער־גאָרטן), האָט ער פּלוצעם אויסגעפֿונען, אַז קיינער פֿון די קינדער רעדט נישט זײַן לשון. קומט ער אַהיים אַ צעדרומטשקעטער און זאָגט:

— אַלע קינדער, וואָס הייסן נישט בנימין רעדן נישט ריכטיק.

זאָג איך אים:

— אַ סך קינדער אין "גן" רעדן עבֿרית אַזוי ווי "תּודה רבה" און "בבֿקשה". אַנדערע ווידער רעדן ענגליש, ווי דײַן חבֿר אַלעק. ער זאָגט "פּליז" און "טענק יו". און דו זאָגסט: "אַ שיינעם דאַנק". — זאָגט ער מיר:

— יאָ! אָבער אַלעק איז איצט אין אויסלאַנד.

קוק איך אים אָן דערשטוינט:

— בנימעלע, פֿון וואַנען האָסטו גענומען אַזאַ גרויס וואָרט ווי "אויסלאַנד"? — זאָגט ער מיר:

— בײַ דזשיגאַנען אויף דער פּליטע.

דערווײַל האָט ער מיר צו וויסן געטאָן, אַז אין "גן" וועט ער מער נישט גיין, און יעדן פֿרימאָרגן האָט ער מיר איבערגעגעבן די גוטע בשׂורה:

— הײַנט בין איך נאָך נישט גרייט צו גיין אין "גן". בלויז ווען די קינדערלעך וועלן קענען רעדן ווי איך...

צווינגען האָב איך אים נישט געוואָלט. אַלץ וואָס איך האָב אים געזאָגט, איז:

— בנימין, גיי אין "גן" און לערן זיי אויס רעדן ווי דו.

פֿלעגט ער דערווײַל זיצן אין זאַמד־קעסטל בײַם הויז און פֿלעגט זיך שפּילן מיט די ליידיקע פֿלעשעלעך און טעפּעלעך זאַמד; אויסגעשמועסט זיך מיטן הינטל אויף ייִדיש. דאָס איינציקע הינטל אין גאַנץ ישׂראל וואָס האָט פֿאַרשטאַנען ייִדיש.

ווען די קינדער זײַנען אונטערגעוואַקסן און מיר האָבן געמאַכט ירידה, באַזעצט זיך צוריק אין אַמעריקע, איז פֿאַר זיי נישט געווען קיין אָרט וווּ אויסצונוצן זייער ייִדיש־קענטשאַפֿט. אַבֿרהם האָט נאָך געשפּילט אַביסל ייִדיש טעאַטער, ביז ס׳איז געוואָרן אויס מיט דער גדולה. אָבער בנימין האָט זיך שוין אויסגעמישט מיט דער אַרומיקער אַמעריקאַנער כוואַליע, און אָפּגעשוווּמען העט אַוועק אין די פֿרעמדע מקומות. זײַן ייִדיש איז געבליבן טליִען דאָרט ערגעץ אָן שום אָפּרוף. וואָס אַן אמת, ווען ער איז געגאַנגען אין קאַלעדזש, פֿלעגט ער מיר קלינגען יעדן פֿרײַטיק און רעדן ייִדיש די חבֿרה אַרום אים זאָלן נישט פֿאַרשטיין.

— מאַם! ווי מאַכט מען אַ טשאָלנט?

פֿלעג איך אים יעדע וואָך איבערחזרן דעם זעלבן פּזמון, און נאָך אָנגעשריגן אויף אים:

— איין מאָל פֿאַר אַלע מאָל, בנימין, פֿאַרשרײַב זיך דעם רעצעפּט און אַראָפּ פֿון מאַרק.

כ׳האָב זיך אָבער שפּעטער געכאַפּט, אַז דאָ האָט זיך נישט געהאַנדלט אינעם טשאָלנט נאָר אין די היימישע ייִדישע רייד, וואָס האָבן שוין געצאַנקט בײַ אים ערגעץ ווײַט אין מאַסאַטשוסעטס.

דער אמת איז, אַז אונדזערע הײַנטיקע ייִדיש־פֿאַרזאָרגער — שרײַבער, לערער און סתּם ייִדישיסטן — רעדן שוין נישט קיין ייִדיש וואָרט מיט זייערע קינדער; און איך פֿאַרשטיי די סיבה. איך מאַך אַפֿילו שלום מיטן געדאַנק. אין מײַנע אַבֿרהמס צײַטן אין ניו־יאָרק האָבן נאָך אַלע זײַנע נאָענטע חבֿרימלעך גערעדט ייִדיש צווישן זיך. ס׳האָט נאָך עקזיסטירט די שלום־עליכם שול 21, וווּ די ייִדיש־רעדנדיקע קינדער פֿלעגן זיך לערנען און זאַמלען, און פּראַווען יום־טובֿים צוזאַמען. דאָרט האָבן מיר נאָך פֿאַרמאָגט אַ לערער משה גאָלדשטיין, וועלכער האָט געהאַלטן אַן אויג אויף יעדן איינעם פֿון זיי. עס זײַנען נאָך געווען ייִדישע זומער־קאָלאָניעס, ווי "המשך" און "בויבעריק"; דער "אַרבעטער־רינג קעמפּ", וווּ מען האָט נאָך אַמאָל יאָ אַרויסגערעדט אַ ייִדיש וואָרט; און "נײַלאַנד" און "נײַוועלט". אָבער מיט דער צײַט זײַנען זיי אויסגערונען. פֿאַרבליבן איז נאָך דער "אַרבעטער־רינג קעמפּ", וווּ אַלץ גייט איצט אויף ענגליש. עס זײַנען אַוועק די ייִדיש־לערער, ייִדישע מנהיגים, שרײַבער, פּאָעטן, מוזיקער, אַקטיאָרן און מיטגענומען מיט זיך דעם ייִדישן לערער־סעמינאַר, די מיטלשולן מיט די ייִדישע נאָכמיטאָג־שולן (אַז אָך און וויי), די ייִדישע בינע מיט אַ חבֿרה ייִדישע צײַטונגען און פֿאַרלאַגן. עס זײַנען אַוועק די עכטע ייִדיש־ליבהאָבער, נישט די הײַנטיקע סינטעטישע לשון־ווענטרילעקוויסטן, וואָס זייער ייִדישע שפּראַך קלינגט ווי מ׳וואָלט גערוקט מעבל.

ווען איך שפּאַציר איבער די וויליאַמסבורגער גאַסן און זע דעם ייִדישן אַרום און הער ווי די קינדערלעך רעדן צווישן זיך אַזאַ געשמאַקן ייִדיש, בין איך די גאַנצע סבֿיבֿה מקנא. זיי האָבן זייערע חדרים, ישיבֿות און זייער גאָט; מ׳שרײַבט פֿאַר די קינדערלעך ביכעלעך אויף ייִדיש מיט שיינע בילדעלעך, מ׳גרייט פֿאַר זיי ייִדישע טאַשמעס און שפּילערײַען אויף ייִדיש, זיי האָבן אַ סך מער ווי מיר האָבן געהאַט ווען אונדזערע קינדער זײַנען געוואַקסן. מיר האָבן נישט געהאַט די עכטע ייִדישע סבֿיבֿה, דעם ייִדישן אַרום. מיר האָבן אויפֿגעשטעלט פֿאַר זיך אַ קינסטלעכן גדר, אַ קינסטלעכע וואַנט, אַ קינסטלעכע ווירקלעכקייט. אַ סך פֿון אונדז האָבן אַפֿילו גערעדט אַ קינסטלעך לשון. אַ סך פֿון אונדז האָבן אויפֿגעבויט אילוזיעס אַרום ייִדיש און פֿאַנאַטיש זיי געדינט ווי ס׳וואָלט געווען עפּעס אַ הייליקייט. דאָ און דאָרט האָט זיך באַוויזן אַ שטיקל ייִדישער "גורו" און צוגעצויגן חסידימלעך; ס׳רובֿ מאָדנע בטלנים און טשודאַקעס. עס האָט נישט געקלאַפּט דער נאַטירלעכער ייִדישער פּולס. זעט אויס, אַז אויף לידער און אויף חנוכּה אַליין, האָט מען נישט געקאָנט אויפֿהאָדעווען ייִדישע דורות. דאָ און דאָרט איז עס געלונגען, אָבער מ׳האָט געצאָלט דערפֿאַר אַ טײַערן פּרײַז.

וואָס זשע איז דער אויספֿיר? ייִדיש איז ווי אַ ווירוס, ס׳שטעקט דיך אָן און דו קענסט נישט, אָדער דו ווילסט נישט, אַרויס דערפֿון. און בעת דו שטעקסט אין אַ גאָלד־גרוב פֿון אַ לשון, שווימסט אַרום אין אַ ים פֿון פּליושענע ווערטלעך און חכמה, טאַנצסט אַרום אונטער זיסע טענער פֿון ייִדישער מוזיק... זעט אויס, אַז דאָס וואָס האָט זיך דיר געלייגט אַזוי גלאַטיק אויפֿן גומען, קען מען נישט פֿאַרראַטן. זיכער קען מען רעדן אַ פֿליסיקן ענגליש, אַ גלאַטיקן עבֿרית, אַ ספּאָנטאַניש רוסיש, שפּאַניש, אָדער טערקיש; אַלץ איז גוט און ווויל, אָבער צו ייִדיש קומט עס נישט. דאָס איז אַ לשון פֿאַר זיך, און די וואָס זײַנען אָנגעשטעקט דערמיט וועלן שוין דערפֿון נישט אַרויס.