- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער פּראָפֿעסאָר, פֿאָלקלאָריסט דובֿ נוי, האָט אויף אַ לעקציע זײַנער געגעבן אַזאַ ענטפֿער: אין אָדעס האָבן געוווינט רײַכע, פֿאַרמעגלעכע ייִדן, האָבן זיי ניט געהאַט קיין טענות צו גאָט, ניט געדאַרפֿט בעטן בײַם אייבערשטן פֿאַר זיך פֿאַרשיידענע לעבנס־פֿאַרגעניגנס... דערפֿאַר האָט גאָט געקאָנט זיך דאָ, אין אָדעס, אָפּרוען, ווײַל קיינער האָט אים ניט געדולט דעם קאָפּ. דאָך, האָב איך אויף דער פֿראַגע מײַן אייגענעם ענטפֿער און, ווי מיר דאַכט, אַ מער פּרטימדיקן. וולאַדימיר (זאבֿ) זשאַבאָטינסקי, אַ געבוירענער אין אָדעס, האָט אין זײַנע מעמואַרן "זכרונות פֿון מײַנעם אַ בן־דור" אַזוי געשריבן: "אָדעס איז געווען איינע פֿון יענע ווייניקע שטעט, וואָס שאַפֿן זייער אייגענעם טיפּ מענטשן. אין גאַנץ רוסלאַנד פֿאַרן קריג [1914—1918 — רעד.) זענען געווען נאָר דרײַ אַזעלכע שטעט: מאָסקווע, פּעטערבורג און אָדעס — וועגן פּעטערבורג — איז נאָך אַ פֿראַגע... אָבער וועגן מאָסקווע און אָדעס איז קיין פֿראַגע ניט: צוויי בולטע, ווי פֿון מאַרמאָר אויסגעהאַקטע טיפּן..." ווײַטער שילדערט זשאַבאָטינסקי אַ טיפּישן אָדעסער: "...אַ געניטער, אַ געריבענער, אַ שייגעץ, אַ פֿײַערדיקער יונגאַטש; אַ דרייער, אַ פֿאַרדרייער, אַ מענטש מיט פֿאַנטאַזיע, אַ לעבעדיקער, אַ שרײַער, אַן איבערטרײַבער, אַ שפּעקולאַנט..." פֿאַרשטייט איר דאָך, חשובֿע לייענער, אַז אַ מענטש מיט אַזוי פֿיל מעלות איז אַוודאי און אַוודאי, געווען אַ פֿריילעכער אָפּטימיסט. נאָך איין ציטאַט פֿון די "זכרונות...": "געלעבט האָט זיך גרינג און לוסטיק. די שטאָט האָט געהאַט איין תּורה־שבעל־פּה: כּל־זמן דו האָסט אויף וועטשערע, מעגסטו פֿײַפֿן אויף אַלע אַנדערע דאגות..." ווי אַ פֿאַרווײַלונג, האָט מען אויפֿגעפֿירט אַ פּורים־שפּיל אויף ענגליש, "דײַנע המן־טאַשן הרגענען מיך אַוועק"; אַ ספּעקטאַקל מיט אַ פּראָגרעסיוון סדר־היום, געשריבן און רעזשיסירט פֿון דזשעני ראָמיין. די שפּיל האָט מיט הומאָר אַרויסגעהויבן פֿאַרשיידענע סאָציאַלע פּראָבלעמען אין דער ניו־יאָרקער געזעלשאַפֿט, און נישט געלאָזט דעם עולם פֿאַרגעסן, אַז זיי זענען מחויבֿ צו העלפֿן. אינעם מוזיקאַלישן טייל האָט מען געהערט ייִדיש, ווען דער קאַפּעלמײַסטער, אַבֿי פֿאָקס־ראָזען, האָט געזונגען מיטן עולם "באַלעבאָסטע זיסינקע" און אַנדערע ייִדישע לידער. צו הערן די מגילה, ערבֿ פּורים, זענען געפֿאָרן מײַן פֿרוי נחמה און איך צו דער אַזוי־גערופֿענער "6טער גאַס־שיל" אין מאַנהעטן, וווּ דער אָרטאָדאָקסישער רבֿ איז גרעג וואָל, אַ באַקאַנטער דזשעז־סאַקסאָפֿאָניסט. פֿאַר אים איז דער פּורים טאַקע געווען אַ יום־טובֿ: ער האָט קוים מיט צרות נאָך פֿאַרשיידענע פּראָצעסן אין געריכט, באַקומען דאָס רעכט אָנצופֿירן מיט דער שיל, נאָך דעם ווי אַ גרופּע פֿונעם מנין, אָנגעפֿירט פֿון חב״דניקעס, האָבן זיך אַרויסגעשטעלט ווי די אמתע באַלעבאַטים פֿון דער סינאַגאָגע. דער לעגאַלער קאַמף, הער איך, האָט זיך נאָך אין גאַנצן נישט געענדיקט... די וואָך ווערט אַ חודש וואָס די גרופּע יונגע־לײַט מיטן נאָמען "אָקופּירט וואָל־סטריט!" איז זיך צונויפֿגעקומען אין "זוקאָטי פּאַרק" אין מאַנהעטן און פֿאַרוואַנדלט דעם שטח אין זייער היים. "אָקופּירט וואָל־סטריט" נעמט אַרײַן פֿאַרשיידענע לינקע אידעאָלאָגיעס, מיט פֿאַרשיידענע טענות, אָבער זייער פֿײַנדשאַפֿט צו וואָל־סטריט פֿאַראייניקט זיי. מיטוואָך, דעם 5טן אָקטאָבער, האָבן טויזנטער מאַרשירער דעמאָנסטרירט פֿאַר דעם שטאָטישן ראָטהויז — "סיטי־האָל" — און געטראָגן פּלאַקאַטן וואָס האָבן אַנטפּלעקט זייערע טענות — "דער עקאָנאָמישער קראַך איז נישט געשען צוליב די אָרעמע לײַט"; "ראָבין הוד איז געווען גערעכט!", "פֿאַרהאַלט די באַנקירער; נישט די אימיגראַנטן" "זאָל וואָל־סטריט באַצאָלן שטײַערן"; "אימיגראַנטן זענען די 99%" (אַן אָנדײַט אויף דער סטאַטיסטיק, וואָס די רײַכסטע 1% פֿון דער באַפֿעלקערונג אין אַמעריקע קאָנטראָלירט 50% פֿונעם גאַנצן פֿאַרמעגן אין לאַנד). די דעמאָנסטראַציע, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט אַן ערך 40,000 מענטשן, איז דורכגעגאַנגען בשלום כּמעט ביזן סוף פֿונעם טאָג. אין אָוונט האָט די פּאָליציי זיך צונויפֿגעשטויסן מיט די דעמאָנסטראַנטן און צעשטערט די טאָגיקע רויִקייט. דאָס איז נישט געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס די דעמאָנסטראַנטן האָבן געקעמפֿט מיט דער פּאָליציי. מיט אַ פּאָר טעג פֿריִער האָט מען 700 מענטשן אַרעסטירט, ווען זיי זענען אַריבערגעגאַנגען די ברוקלינער בריק, און זיך נישט געהאַלטן אויפֿן שמאָלן וועג פֿאַר די פֿוסגייער. אַ וואָך פֿאַר דעם, האָט מען אויך 80 "אָקופּירער" אַרעסטירט. כאָטש מערסטע ייִדן האָבן קיין באַסקן פֿאַר די אויגן אַפֿילו קיין איין מאָל ניט אָנגעקוקט, איז מיר שוין אויסגעקומען אַזש פֿיר מאָל צו זײַן צווישן זיי. די ערשטע באַגעגעניש: זייער אַ טרויעריקע דאָס ערשטע מאָל איז דאָס פֿאָרגעקומען טאַקע אין פֿילאַדעלפֿיע, "וווּ איך האָב מײַנע קינדערישע יאָרן פֿאַרבראַכט" (ביז איך בין אַריבערגעפֿאָרן קיין ניו־יאָרק, כּדי דאָרטן צו באַקומען דעם דאָקטאָראַט). אין פֿילאַדעלפֿיע האָב איך זיך קינדווײַז געלערנט אין די "אַרבעטער־רינג"־שולן, וווּ מיר האָבן איין מאָל אין וואָך זיך פֿאַרנומען מיט "נײַעס פֿון דער וועלט" און דער לערער, גדליה ברעסלער, האָט מיר איבערגעגעבן דעם שפּאַנישן בירגערקריג, ווי מײַן טעמע אויף וועלכער אָפּצוגעבן אַ וואָכיקן באַריכט. פֿאַר מיר איז אָט די טעמע געווען זייער צוגעפּאַסט, ווײַל איך האָב שוין ביז דעמאָלט געהאַט אָנגעהויבן זאַמלען מאַרקעס, כּדי זיך צו באַקענען מיט דער ברייטער וועלט פֿון "פֿעלקער און קלימאַטן". זונטיק נאָכמיטאָג, מיט צוויי וואָכן צוריק, האָב איך געהאַלטן אין מיטן וואַשן דאָס געפֿעס אין קיך, ווען פּלוצלינג האָב איך דערזען דורכן פֿענצטער ווי עס ווערט שטאַרק פֿינצטער אין דרויסן, די ביימער וויגן זיך שטאַרק, און עס הייבט אָן צו גיין אַ רעגן. לכתּחילה, איז מיר נישט געווען קיין חידוש, ווײַל דער וועטער נבֿיא האָט געהאַט פֿאָרויסגעזאָגט, אַז נאָך צוויי שטאַרק הייסע, טרוקענע וואָכן וועט, סוף־כּל־סוף, גיין אַ רעגן און אפֿשר אַ שטורעם אויך. מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָט מיך מײַן ייִדיש-אַקאַדעמישע דאָליע געבראַכט קיין בײַערן, וווּ מיר איז — ניט געקוקט אויף מײַנע גאַנץ אָפֿטע רײַזעס קיין דײַטשלאַנד — פֿריִער ניט אויסגעקומען צו זײַן. איך קלײַב זיך ניט מאריך זײַן וועגן דער גאַנצער נסיעה, אָבער וועגן איין געאָגראַפֿיש אָרט — רעגענסבורג — וועל איך עטלעכע הונדערט ווערטער פֿון דעסטוועגן אָנשרײַבן, ווײַל אי די שטאָט אי די קולטור-געשעענישן אין איר (ווי אויך אַרום איר) האָבן אַ דירעקטן שײַכות צו ייִדיש. דעם 8טן מײַ 2009 האָט "פֿאָרווערטס" געדרוקט מײַן אַרטיקל "מער ווי איין טאָג אין רעגענסבורג", אין וועלכן איך האָב אַ ביסל דערציילט וועגן אַן אויסשטעלונג, געמאַכט אַרום יוסף אָפּאַטאָשוס היסטאָרישער נאָוועלע "איין טאָג אין רעגענסבורג". די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָב איך זיך אומגעקערט פֿון אַ רײַזע קיין אייראָפּע, וווּ כ׳האָב געהאַט אַ געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט צוויי קליינע ייִדישע קהילות, און דערבײַ צו האָבן אַ פֿאָרשטעלונג, וואָס מיינט עס הײַנט זיך אויסצולעבן ווי אַ ייִד אין יענע קאַנטן. די הויפּט־סיבה פֿאַר וואָס איך און מײַן מאַן, לייבל, זענען געפֿאָרן אַהין איז געווען צו פּראַווען דעם 90סטן געבוירן־טאָג פֿון מײַן שווער, וועלכער וווינט אין מאַלמע — די דריט־גרעסטע שטאָט אין שוועדן. ...צוזאַמען מיט נאָך אַן אָפֿיציר, אויך אַ לייטענאַנט, האָבן מיר בײַנאַכט בשלום דורכגעפּויזנט אונטער שטעכלדראָט און זיך דערקליבן צו עפּעס אַ נידעריקן מויער. פּלוצעם איז מײַן שותּף אין דער אויסשפּיר-אָפּעראַציע אויפֿגעשטאַנען, האָט אַ פֿאָכע געטאָן מיט די הענט און איז אַוועק אין דער ריכטונג, וווּ עס האָט זיך פֿאַרגראָבן דער שׂונא. איך האָב באַשלאָסן, אַז מע דאַרף זיך וואָס גיכער אָפּטראָגן. בין איך אַוועק צוריק, צו אונדזערע. אין די ראַמען פֿונעם פֿעסטיוואַל "אונדזער ירושה", געשטיצט פֿון דער ניו־יאָרקער מוניציפּאַליטעט, האָט זיך אינעם נאַציאָנאַלן קלוב פֿון אַמעריקאַנער קונסט דערערפֿנט די אויסשטעלונג פֿונעם מאָלער סאַשאַ גאַליצקי (רוסלאַנד —ישׂראל). דער באַקאַנטער קלוב אין סאַמע צענטער פֿון מאַנהעטן, אויפן היסטאָרישן אָרט גראַמערסי-פּאַרק, איז געגרינדעט געוואָרן אין יאָר 1898. צווישן די מיטגלידער פֿונעם קלוב זײַנען געווען דרײַ אַמעריקאַנער פּרעזידענטן: רוזוועלט, ווילסאָן און אייזענהאַוער. איך בין זיכער, אַז אַ סך מענטשן האָבן איבערגעלעבט אַזאַ דערפֿאַרונג: דו גיסט דעם קעלנער דײַן קרעדיט-קאַרטל און באַקומסט עס צוריק מיט די ווערטער, אַז די באַנק לאָזט ניט דורך די טראַנזאַקציע. איך בין ניט נעכטן געבוירן געוואָרן, אַזוי אַז ווייניקער פֿון צוויי קאַרטלעך האַלט איך ניט און, ווי אַ פּועל-יוצא, האָב איך מיט וואָס זיך צערעכענען. כאַראַקטעריסטיש, אַז איך האָב קיין מאָל ניט געהאַט קיין צרות מיט מײַנע בריטישע קאַרטלעך — איך נוץ זיי אומעטום אין אייראָפּע. אינעם רײַזע־אָפּטייל פֿון דער צײַטונג "ניו־יאָרק־טײַמס" דרוקט מען פֿון צײַט צו צײַט די רובריק — "24 שעה אין ___" — און מע דערציילט, ווי אַזוי מע זאָל פֿאַרברענגען אין אַ געוויסער שטאָט, אויב מע קען זיך נאָר פֿאַרגינען אַ מעת־לעת — אין וואָסער רעסטאָראַן מע זאָל עסן, וועלכע היסטאָרישע ערטער מע זאָל באַקוקן, ווי מע זאָל גיין שפּאַצירן אאַ״וו. צום סוף פֿון אונדזער רײַזע קיין אַזיע, האָט זיך אַזוי באַקומען, אַז מיר וואָלטן געדאַרפֿט זיצן אין פֿליפֿעלד 12 שעה ביז צו דער עראָפּלאַן־פֿאַרבינדונג פֿון טײַלאַנד צוריק קיין ניו־יאָרק; פֿון 8 אַ זייגער אין דער פֿרי, ביז 8 אַ זייגער אין אָוונט. באַנגקאָק, די קרוינשטאָט פֿון טײַלאַנד, איז אַ גרויסע, רעשיקע הייסע און קויטיקע מעטראָפּאָליע מיט אַן אָפֿיציעלער באַפֿעלקערונג פֿון אַכט מיליאָן מענטשן, און אַן אומאָפֿיציעלער באַפֿעלקערונג פֿון 15 מיליאָן. מיט אַ וואָך פֿריִער, אין וויעטנאַם, ווען מיר האָבן זיך באַקענט מיט יונגע, און נישט אַזוינע יונגע, וועלט־רײַזנדיקע, מיט רוקזעק אויף די פּלייצעס, האָבן זיי אונדז געוואָרנט, אַז "אין באַנגקאָק איז נישטאָ וואָס צו זען". נו, ווי זאָגט מען בײַ אונדז? — ווי בײַ וועמען. |