- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דעם ערשטן אָקטאָבער דאַרף דער זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" אַרומרעדן זייער ווײַטערדיקן באַשלוס מכּוח דער נוקלעאַרער פּראָגראַם פֿון איראַן. אַן ענין, וואָס באַאומרויִקט הײַנט די מערבֿ־וועלט בכלל און ישׂראל בפֿרט. אייגנטלעך, האָט די דאָזיקע פֿראַגע קיין לייזונג נישט. ווי עס ווײַזן אָן די עקספּערטן, אויב אַפֿילו לאָזן אין גאַנג דעם מיליטערישן כּוח און באָמבאַרדירן די נוקלעאַרע אָביעקטן אין איראַן, וועט עס נאָר אָפּציִען דאָס שאַפֿן אַ נוקלעאַר געווער אויף דרײַ, פֿיר יאָר. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָב איך זיך אומגעקערט פֿון אַ רײַזע קיין אייראָפּע, וווּ כ׳האָב געהאַט אַ געלעגנהייט זיך צו באַקענען מיט צוויי קליינע ייִדישע קהילות, און דערבײַ צו האָבן אַ פֿאָרשטעלונג, וואָס מיינט עס הײַנט זיך אויסצולעבן ווי אַ ייִד אין יענע קאַנטן. די הויפּט־סיבה פֿאַר וואָס איך און מײַן מאַן, לייבל, זענען געפֿאָרן אַהין איז געווען צו פּראַווען דעם 90סטן געבוירן־טאָג פֿון מײַן שווער, וועלכער וווינט אין מאַלמע — די דריט־גרעסטע שטאָט אין שוועדן. עס זענען דאָ אַזוינע וואָס האַלטן, אַז די אויפֿלעבונג פֿון קלעזמער־מוזיק האָט בלויז אַ באַגרענעצטע השפּעה געהאַט אויף דער ייִדישער קולטור. אָבער פֿון דער צווייטער זײַט, קען מען זאָגן, אַז עפּעס איז בעסער ווי גאָרנישט. אומעטום באַקען איך זיך מיט יונגע־לײַט, וועלכע זענען נישט געווען צופֿרידן בלויז צו קענען שפּילן די מוזיק פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן, בײַ אַ סך פֿעלקער, וואָס האָבן אַן אַלטע שריפֿטלעכע ליטעראַטור, איז פֿאַראַן אַן אייגענע טראַדיציע פֿונעם קינסטלערישן שרײַבן — קאַליגראַפֿיע. למשל, אַזאַ טראַדיציע האָט עקזיסטירט אין מצרים און בײַ די מאַיאַ־אינדיאַנער אין דרום־אַמעריקע. ביידע ציוויליזאַציעס האָבן געשאַפֿן גאָר קאָמפּליצירטע היעראָגליפֿישע שריפֿט־סיסטעם, אין וועלכע יעדער צייכן האָט רעפּרעזענטירט אַ גאַנץ וואָרט אָדער אַ געוויסן טראַף. פֿאַר אַ ישׂראלדיקן זשורנאַליסט, וואָס שרײַבט אַ רעגולערן פּעריאָדישן קאָלום פֿאַר זײַן צײַטונג, איז אַ קורצווײַליקער אַרויספֿאָר קיין אויסלאַנד (אויב ער פֿאָרט נישט אין קיין אַמטלעכן שליחות) — ווי דו וואָלסט זיך אַרויסגעקראָגן פֿון אַ ראָיענדיקן בינשטאָק: עס עפֿנט זיך פֿאַר דיר די ברייטע וועלט, אָבער דו ווערסט אויף דער קורצער ווײַלע אָפּגעריסן פֿונעם לאַנד. דער יום־טובֿ ראָש־השנה הייסט דער "קאָפּ" פֿונעם יאָר. ווי מיר האָבן שוין באַהאַנדלט מיט צוויי וואָכן צוריק, קאָן יעדער טאָג באַטראַכט ווערן ווי דער אָנהייב פֿון אַ נײַ יאָר, ווײַל די וועלט ווערט אין יעדער רגע באַשאַפֿן פֿון ס׳נײַ. דערפֿאַר, זענען אינעם ייִדישן לוח פֿאַראַן עטלעכע טעג, וואָס די משנה רופֿט זיי אָן "ראָש־השנה", אין פֿאַרשיידענע זינען פֿונעם וואָרט. דער פֿאַרגאַנגענער סעפּטעמבער-חודש איז געווען ממש אָנגעזעטיקט מיט געשעענישן אין אינטערנאַציאָנאַלן פּאָליטישן לעבן. ס׳איז גענוג זיך דערמאָנען וועגן דער גענעראַל-אַסאַמבלעע פֿון די פֿאַראייניקטע נאַציעס, מיט צענדליקער פּרעזידענטן, פּרעמיער-מיניסטאָרן און מלכים קאָנצענטרירט אין איין אָרט, און די פּיטסבורגער צונויפֿקומעניש פֿון די פֿירער, וואָס האָבן פֿאָרגעשטעלט די צוואַנציק פֿירנדיקע מדינות. דער עקאָנאָמישער קריזיס האָט בולט — און ווייטיקדיק — געוויזן, ווי ענג זײַנען אַלע פֿאַרבונדן. די צוויי בענד זײַנען כּולל דעם אויסקלײַב פֿון דער אַרומנעמיקער פּובליציסטיק פֿון יצחק לודען, וואָס זײַן נאָמען נייטיקט זיך ניט אין קיין פּרעזענטאַציע פֿאַרן ייִדיש־רעדנדיקן עולם. די זאַמלונגען שפּיגלען אָפּ דעם מחברס פֿילזײַטיקע אינטערעסן — פֿון די אַקטועלע פּאָליטישע ענינים ביז קריטישע אָפּשאַצונגען, זכרונות און פֿילאָסאָפֿישע עסייען. דאָס איז אַ ממשותדיקער ספֿר דבֿרי־הימים פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם האַלבן יאָרהונדערט אינעם לעבן פֿון ייִדישן פֿאָלק. ווער עס וויל האָבן אַ גוטן שם אויף דער וועלט, דער דאַרף זיך דערווײַטערן פֿונעם חשש פֿון ייִדישיזם. בײַ אינטעלעקטואַלן וועט מען אים/איר אָדער אויסלאַכן, אָדער אָנקוקן מיט רחמנות־בליקן, אָדער ביידע אין איינעם, ווײַל אַזוינס איז דאָך אַפּנים בײַ לײַטן באמת בלויז צו לאַכן אָדער צו וויינען. מען וועט אײַך פּשוט ניט נעמען ערנסט, ווײַל דער ענין ייִדישיזם איז אי ניט דעפֿינירט, אי האָפֿענונגלאָז! מיר טוט עס וויי, ווײַל איך בין אויפֿגעוואַקסן אין אַ ייִדישיסטישער היים און בין אין משך פֿון מײַן גאַנצער יוגנט געווען שטאָלץ צו זײַן אַ ייִדישיסט. איך האָב שוין אַ פּאָר מאָל געהאַט געשריבן וועגן איבערזעצונגען פֿון שלום-עליכמס ווערק אויף רוסיש. דאָס איז, גלייב איך, דער לעצטער צײַטונג-עסיי מײַנער אויף אָט דער טעמע, וועלכע איך קלײַב זיך אַרומרעדן אין אַ באַזונדערן אַקאַדעמישן אַרטיקל. אָבער הײַנט — איך שרײַב די דאָזיקע שורות אין דעם טאָג פֿון מײַן טאַטנס 100סטן געבוירן־טאָג — בין איך געשטימט ניט זייער "אַקאַדעמיש" און דערמאָן זיך אָן מײַן באַגעגעניש מיט אַן איבערזעצער פֿון שלום-עליכם. אין 1819 איז בײַ ר׳ יצחק אָפֿענבאַך, דעם חזן אין דער שטאָט קעלן, געבוירן געוואָרן אַ וווּנדער־קינד פֿון מוזיק. דעם קינד, דאָס זיבעטע שוין אין דער משפּחה, האָט מען אַ נאָמען געגעבן יעקבֿ — מיט דער צײַט, אין פּאַריז, וועט פֿון יעקבֿ ווערן — זשאַק. געבוירן מיט אַ קאָלאָסאַלן טאַלאַנט צו מוזיק איז ער, יעקבֿ, נאָך געבענטשט געווען מיט אַ שאַרפֿער אינטעליגענץ און אַ שאַרפֿן פֿאַרשפּיצטן חוש פֿאַר הומאָר. טאָג און נאַכט זאָגט מען אונדז אָן וויפֿל און וועמען די שווײַן־עפּידעמיע וועט פֿאַרצוקן, און ווי אַזוי מען דאַרף זיך ספּראַווען מיט איר. די וועלט איז הײַנט אַ פּרוזדור, אַ דורכפֿאָר־סטאַנציע, אַ וואָקזאַל. ס׳איז אַ גלאָבאַלער דורכפֿאָר־הויז. מענטשן קומען, מען ציילט זייער באַגאַזש, מען קוקט אַדורך זייערע דאָקומענטן, מען טוט זיי אויס די שיך. אָבער ווען עס קומט צום געזונט, מאַכט מען נישט קיין אויספֿאָרשונג. ווער ווייסט וואָס זיי ברענגען אַרײַן אין לאַנד, וועלכע אָנשטעקנדיקע קראַנקייטן, וועלכע מיקראָבן און אַלערליי כאָלערעס. |