דער פֿאַרגאַנגענער סעפּטעמבער-חודש איז געווען ממש אָנגעזעטיקט מיט געשעענישן אין אינטערנאַציאָנאַלן פּאָליטישן לעבן. ס׳איז גענוג זיך דערמאָנען וועגן דער גענעראַל-אַסאַמבלעע פֿון די פֿאַראייניקטע נאַציעס, מיט צענדליקער פּרעזידענטן, פּרעמיער-מיניסטאָרן און מלכים קאָנצענטרירט אין איין אָרט, און די פּיטסבורגער צונויפֿקומעניש פֿון די פֿירער, וואָס האָבן פֿאָרגעשטעלט די צוואַנציק פֿירנדיקע מדינות. דער עקאָנאָמישער קריזיס האָט בולט — און ווייטיקדיק — געוויזן, ווי ענג זײַנען אַלע פֿאַרבונדן.
ס׳איז אויך קלאָר געוואָרן, אַז דער עליטאַרער קלוב פֿון די "זיבן + רוסלאַנד" איז שוין ניט בכּוח צו קאָמאַנדעווען מיט דער וועלט; אַז מע קען זיך ניט באַגיין אָן אינדיע, כינע, בראַזיל און אַ צאָל אַנדערע מלוכות, וואָס שפּילן — און ווילן שפּילן — ממשותדיקע ראָלעס אין פּאָליטיק און עקאָנאָמיע.
הגם קיין גוטע בשׂורות הערט מען ניט דערווײַל וועגן ישׂראל און די פּאַלעסטינער, קענען די געשעענישן פֿון סעפּטעמבער דערוועקן אַ האָפֿענונג, אַז אין אייניקע אַנדערע רעגיאָנען פֿון דער וועלט קען דער הימל, לחול-הפּחות אַ ביסל, אָפּגערוקט ווערן פֿון דער ערד. וואַרעמער זײַנען געוואָרן די באַציִונגען מיט רוסלאַנד, בפֿרט נאָך פּרעזידענט אָבאַמאַס באַשלוס אָפּצוזאָגן זיך פֿון דער ראַקעטן-סיסטעם אין מיזרח-אייראָפּע. די ממש טעאַטראַלע אַנטפּלעקונג, בלי-ספֿק ספּעציעל צוגעפּאַסטע צו די אַסאַמבלעע-זיצונגען, וועגן דער געהיימער איראַנישער נוקלעאַלער-אונטערנעמונג, האָט ווידער אַ מאָל אַרויסגעשטעלט די איראַנישע רעגירונג ווי ליגנער און פֿאַרברעכער. איראַן פֿירט זיך אויף אויך ווײַטער מיט חוצפּה, אָבער איר אימאַזש איז געוואָרן נאָך ערגער, און אפֿשר וועט עס העלפֿן צו קאָנסאָלידירן בעסער און עפֿעקטיווער די דיפּלאָמאַטישע באַמיִונגען פֿון די לענדער, אַרײַנגערעכנט רוסלאַנד און כינע.
די גרעסטע טעאַטראַלע פֿאָרשטעלונג האָט הײַיאָר געמאַכט דער ליביער פּאָלקאָווניק מואַמאַר קאַדאַפֿי. כאָטש ער האָט געהאַט שוועריקייטן מיט געפֿינען אַן אָרט פֿאַר זײַן געצעלט, איז זײַן אין-סופֿיקע רעדע גלײַך אַרײַן אין דער געשיכטע פֿון די פֿאַראייניקטע נאַציעס. איין קלייניקייט — דער איבערזעצער פֿון אַראַביש אויף ענגליש, וועמען מע האָט ספּעציעל געבראַכט פֿון ליביע, האָט ניט אויסגעהאַלטן די אָנלאָדונג און האָט אויפֿגעהערט צו פֿאַרטײַטשן זײַן פֿירערס "היסטאָרישע" ווערטער.
צווישן די עקסצענטרישע (אויב ניט צו זאָגן — ווילדע) אידעען, מיט וועלכע עס טראָגט זיך אַרום מואַמאַר קאַדאַפֿי, איז דאָ אויך דער געדאַנק וועגן צעברעקלען די שווייץ אויף באַזונדערע מדינות-קאַנטאָנען. אַזוי וויל ער זיך צערעכענען פֿאַרן קורצן אַרעסט פֿון זײַן זון, האַניבאַל, וועלכער איז טרויעריק באַוווּסט ווי אַ צעבאַלעוועטער תּכשיט, און האָט זיך אויפֿגעפֿירט ווי אַזאַ בעת זײַן באַזוך אין דער שווייץ.
דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ נאַרישקייט צו רעדן וועגן צעטיילן די שווייץ, ווײַל די מלוכה פֿונקציאָנירט שוין זייער לאַנג; אויף אַלע אַנדערע מלוכות געזאָגט, ניט געקוקט אויף די עטנישע און לינגוויסטישע אונטערשיידן צווישן אירע תּושבֿים. דאָס זעלבע קען מען ניט זאָגן וועגן אַ סך אַנדערע מדינות, בפֿרט אַפֿגאַניסטאַן, וואָס זעט איצט אויס ווי אַ גרעסערער קאָפּווייטיק איידער אַפֿילו איראַק.
מיט צוויי יאָר צוריק האָט דזשאָזעף בײַדען (דעמאָלט איז ער געווען אַ סענאַטאָר מיט פּרעזידענטישע אַמביציעס) פֿאָרגעלייגט צעטיילן איראַק אויף דרײַ אויטאָנאָמע, כּמעט אומאָפּהענגיקע געגנטן. ער האָט זיך אַרומגעטראָגן מיט דעם פּלאַן אויך שפּעטער. איצט דערמאָנט מען אים עס אָפֿט מאָל ווי אַ פּגם אין זײַן פּאָליטישער ביאָגראַפֿיע.
איך מיין, אָבער, אַז בײַדען איז, אין תּוך אַרײַן, געווען גערעכט: גאָר ניט אַלע לענדער, וואָס האָבן פֿריִער פֿונקציאָנירט אונטער אַן אויטאָריטאַרישן רעזשים צי ווי אַ קאָלאָניע, קענען שאַפֿן אין די זעלבע גרענעצן אַ דעמאָקראַטישע מלוכה. מע זעט עס, למשל, אין אַ סך לענדער פֿון אַפֿריקע, וווּ קינסטלעך צונויפֿגעשטוקעוועטע מדינות ווערן ממש צעריסן אין בלוטיקע מלחמות, געפֿירט צווישן פֿאַרשיידענע עטנישע און רעליגיעזע טיילן פֿון דער באַפֿעלקערונג. זיי שלאָגן זיך אַזוי יאָר-אײַן יאָר-אויס, און קיין סוף זעט מען ניט. ענלעכע קאָנפֿליקטן פֿון אַזאַ שניט האָט איבערגעלאָזט אויך דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד: גרוזיע מיט אַבכאַזיע און דרום-אָסעטיע, מאָלדאָווע מיט דער בײַ-דנעסטער-"רעפּובליק". אויך אַרמעניע און אַזערבײַדזשאַן קענען ניט אויסגלײַכן טעריטאָריעלע פּראָבלעמען.
לויט אַלע סימנים, געהערט אַפֿגאַניסטאַן צו די ערטער, וואָס קענען ניט פֿונקציאָנירן ווי אַ מלוכה. שוין אַכט יאָר דויערט דאָרטן די נאַטאָ-אָפּעראַציע, אָבער קיין רעזולטאַטן זעט מען ניט. וועגן דעם זאָגט עדות אויך דער אַנומלטיקער באַריכט פֿון די פֿאַראייניקטע נאַציעס, און דער באַריכט פֿונעם גענעראַל מאַק׳קריסטאַל, וואָס קאָמאַנדעוועט איצט מיט דעם אַמעריקאַנער קאָנטינגענט. די רעגירונג קאָנטראָלירט כּמעט גאָרנישט ניט. קיינער גלייבט ניט אין די וואַלן. די באַפֿעלקערונג האָט געשטימט, דער עיקר, פֿאַר זייערע, עטניש-נאָענטע קאַנדידאַטן. צי ניט בעסער וואָלט געווען צעטיילן טאַקע זיי אויף די טאַדזשיקן, פּושטונען און אַנדערע פֿעלקער, זיי זאָלן כאָטש אויפֿהערן צו שלאָגן זיך צווישן זיך?
דער אָקטאָבער-חודש ירשענט אַלע סעפּטעמבער-פּראָבלעמען, אָבער צווישן זיי איז אַפֿגאַניסטאַן, אַ פּנים, די סאַמע ערנסטע פֿאַרן פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ. בפֿרט נאָך, אַז די מלחמה איז שוין ווייניק פּאָפּולער בײַ דעם אַמעריקאַנער עולם, און קיין קלאָרע סטראַטעגיע זעט מען ניט. די פֿריִערדיקע דערפֿאַרונג פֿון די בריטישע און די סאָוועטישע פּרוּוון באַווײַזן, אַז דאָס לאַנד לאָזט זיך ניט גיין אין שפּאַן. עס גלייבט זיך ווייניק, אַז דער מצבֿ קען זיך בײַטן, אויב דער צוגאַנג אַליין צו דער פּראָבלעם וועט זיך ניט בײַטן זייער ראַדיקאַל.