יצחק לודען. אין געיעג נאָך מאָמענטן. ערשער באַנד׃ טעלע־וויזיאָנערן; צווייטער באַנד׃ די אייביקע רגע. תּל־אָבֿיבֿ, ה. לייוויק־פֿאַרלאַג, 2009. |
די צוויי בענד זײַנען כּולל דעם אויסקלײַב פֿון דער אַרומנעמיקער פּובליציסטיק פֿון יצחק לודען, וואָס זײַן נאָמען נייטיקט זיך ניט אין קיין פּרעזענטאַציע פֿאַרן ייִדיש־רעדנדיקן עולם. די זאַמלונגען שפּיגלען אָפּ דעם מחברס פֿילזײַטיקע אינטערעסן — פֿון די אַקטועלע פּאָליטישע ענינים ביז קריטישע אָפּשאַצונגען, זכרונות און פֿילאָסאָפֿישע עסייען. דאָס איז אַ ממשותדיקער ספֿר דבֿרי־הימים פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם האַלבן יאָרהונדערט אינעם לעבן פֿון ייִדישן פֿאָלק. ווען מען לייענט לודענס אַרטיקלען, לעבט מען איבער פֿון דאָס נײַ די גרויסע און קליינע געשעענישן פֿון דעם נאָענטן עבֿר און מען פֿילט זיך ווידער אַרײַנגעצויגן אין דעם קעסלגרוב פֿון דער צײַט.
לודען איז אַ געבוירענער פּאָלעמיקער און קריטיקער, וואָס האָט בטבֿע ניט קיין נטיה צו מאַכן פּשרות. זײַן עיקר־לײַדנשאַפֿט איז ייִדיש, און בפֿרט די וועלטלעכע ייִדישע קולטור, וואָס האָט געהאַט איר בלי־תּקופֿה פֿאַרן חורבן אין דער לינקער סבֿיבֿה אין פּוילן. נאַטירעך, איז זײַן שאַרפֿסטע קריטיק געריכטעט קעגן דעם פּאָליטישן און עפֿנטלעכן קלימאַט פֿון מדינת־ישׂראל. אָבער עס איז אויך וויכטיק צו באַטאָנען, אַז לודען געהערט ניט צו דער "פּאָסט־ציוניסטישער" שיטה פֿון ישׂראל־קריטיק. ערשטנס, ציט ער זײַן אידעאָלאָגישן ייִחוס פֿונעם "בונד" און ניט פֿון ציוניזם, און שוין דערפֿאַר קאָן ער ניט זײַן קיין "פּאָסט־ציוניסט". אָבער נאָך וויכטיקער איז דאָס, וואָס לודענס קריטיק פֿון דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק און געזעלשאַפֿט איז פֿון אינעווייניק, וואָס באַזירט זיך אויף די יסודות פֿון דער ייִדישער קולטור און עטיק. שוין דאָס אַליין מאַכט זײַן שטים אַ יוצא־דופֿן אינעם כאָר פֿון די הײַנטיקע קריטיקער פֿון ישׂראל.
כּדי משׂיג צו זײַן לודענס פּאָזיציע, קאָן מען זיך ווענדן צו זײַנע אַרטיקלען און עסייען וועגן ייִדיש און ייִדישער קולטור אינעם ערשטן באַנד. דאָ בלײַבט ער געטרײַ צו זײַנע בונדיסטישע וואָרצלען, הגם ער איז ווײַט ניט קיין דאָגמאַטיקער אין דעם אידעאָלאָגישן זין. די ייִדישע קולטור איז פֿאַר אים די קולטור פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, ניט פֿון דער גבֿירישער אָדער אינטעלעקטועלער עליט, אָבער גלײַכצײַטיק איז דאָס אַ "הויכע", ערנסטע קולטור, וואָס שטייט אין איין ריי מיט אַנדערע אייראָפּעיִשע קולטורן.
ווען לודען שרײַבט, אַז "די מאָדערנע ייִדישע קולטור האָט קיין מאָל נישט זוכה געווען צום חסד פֿון די גבֿירים", שפּירט מען אין די דאָזיקע ווערטער אַ פֿאַרבאַהאַלטענעם שטאָלץ. זײַנע העלדן זײַנען דווקא יענע ייִדישע קולטורטוער אין ישׂראל, וועלכע זענען ניט דערגאַנגען אין די "הויכע פֿאַנצטער", אָבער זײַנען באַליבט געוואָרן בײַ דעם פֿאָלק; אַזעלכע, ווי: דער דיכטער יוסף פּאַפּיערניקאָוו אָדער דער קינסטלער משה בערנשטיין. לודען איז פֿאַרליבט אין דער תּל־אָבֿיבֿער קינסטלערישער באָהעם, וואָס ער האַלט פֿאַרן עכטן יורש פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער וועלטלעכער ייִדישקייט פֿון זײַן יוגנט.
ווען מען לייענט לודענס לעבעדיקע פּאָרטרעטן פֿון ייִדישע קולטור־טוער (צום באַדויערן, זײַנען זיי מערסטנטייל נעקראָלאָגן...), וואַרפֿט זיך אין די אויגן אַ מערקווירדיקע געזעצמעסיקייט׃ די אויסערגעוויינטלעכע לאַנג־יאָריקייט פֿון דעם דאָזיקן דור ייִדישע קולטור־טוער (נאַטירלעך, נאָר פֿון די, וואָס האָבן געהאַט דאָס מזל ניצול צו ווערן פֿון די רדיפֿות בעתן חורבן). גענוג צו דערמאָנען די נעמען פֿון מרדכי צאַנין, הערץ גראָסבאַרד, איטשע גאָלדבערג, וועלכע האָבן ניט בלויז געלעבט מער ווי איין הונדערט יאָר, נאָר זײַנען פֿאַרבליבן שעפֿעריש כּמעט ביז די לעצטע טעג זייערע. דאָס אַליין וואָלט געקאָנט דינען ווי אַ גוטע רעקלאַמע פֿאַר ייִדיש.
ייִדיש איז פֿאַר לודענען ניט סתּם — "מאַמע־לאָשן", נאָר דער עיקר, די שפּראַך פֿון קולטור. ער קוקט גאַנץ סקעפּטיש אויף די עם־האָרצישע פּרוּוון "אויפֿצולעבן" ייִדיש מיט דער הילף פֿון ביליקע שטיק. ער האַלט, אַז "די עיקרדיקע שוואַכקייט [פֿון דער ייִדישער קולטור הײַנט־צו־טאָג] באַשטייט אין דעם קריטישן מאַנגל אין שעפֿערישע אינטעלעקטועלע כּוחות". דווקא דערפֿאַר שאַצט ער אָפּ אַזוי נידעריק די טעטיקייט (אָדער די אומטעטיקייט) פֿון דער מלוכישער "אינסטאַנץ", וואָס האָט די אחריות פֿאַר אונטערשטיצן די ייִדישע קולטור אין מדינת־ישׂראל.
די גרעסטע מעלה פֿון לודענס פּובליציסטיק איז איר פּראָוואָקאַטאָרישער כאַראַקטער. דער מחבר צווינגט דעם לייענער צו טראַכטן און אויסאַרבעטן זײַן אייגענע פּאָזיציע. צו מאָל שײַנען זײַנע דעות צו שאַרף, למשל, ווען ער טענהט קעגן דעם, אַז מען זאָל קענען שפּילן ריכאַרד וואַגנערס מוזיקאַלישע ווערק אין ישׂראל (וואַגנער איז דאָך געווען דער באַליבטער קאָמפּאָזיטאָר פֿון טעאָדאָר הערצל). דעם פּאָלעמישן ברען האָט לודען איבערגענומען פֿון זײַנע לערער, וואָס זײַנען געווען גוט באַהאַוונט אין די הילכות פֿון דער לינקער ייִדישער זשורנאַליסטיק. אָבער איצט זײַנען געקומען אַנדערע צײַטן, און די אידעאָלאָגיע שפּילט ניט מער אַזאַ חשובֿע ראָלע ווי אַ מאָל. דער נײַער מצבֿ פֿאָדערט אַן אַנדערע סטראַטעגיע אינעם "קולטורקאַמף" פֿאַר ייִדיש׃ "הײַנט, ווען די גאַנצע מענטשהייט לעבט איבער אַן אידעאָלאָגישן קריזיס, האָט דער קאַמף פֿאַר ייִדיש זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ געראַנגל פֿאַר איר עקזיסטענץ־רעכט און פֿאַר איבערלעבן, איבערקומען די שטרויכלונגען און די קלעצער, וואָס ווערן איר אונטערגעלייגט אונטער אירע שוואַכע פֿיס."
אין די דאָזיקע ווערטער שטעקט אַ גאַנצע פּראָגראַם פֿון טעטיקייט סײַ לטובֿת ייִדיש, און סײַ לטובֿת דער אַלגעמיינער קולטור פֿון ייִדן. די ירושה פֿון ייִדיש, בפֿרט פֿון דער מאָדערנער קולטור, איז אַ רײַכער קוואַל, פֿון וועלכן מען קאָן שעפּן שעפֿערישע כּוחות, כּדי איבערצוקומען דעם הײַנטיקן אידעאָלאָגישן קריזיס אויף דער ייִדישער גאַס. דאָס איז אַ מין קו־השווה צווישן ציוניסטן און אַנטי־ אָדער פּאָסט־ציוניסטן, פֿאַר פֿרומע און פֿאַר וועלטלעכע ייִדן, און אַפֿילו — אומות־העולם. ייִדיש איז אַוודאי ניט ביכולת צו לייזן הײַנטיקע פּאָליטישע פּראָבלעמען אָדער אײַנשטילן שאַרפֿע מחלוקת אויף דער ייִדישער גאַס, אָבער די באַקאַנטשאַפֿט מיט דער ייִדישער קולטור קאָן פֿאַרברייטערן דעם מענטאַלן האָריזאָנט און פֿאַרטיפֿן דעם פֿאַרשטאַנד בײַם הײַנטיקן דור.