- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער רוסישער זשורנאַל "טאָפּלפּונקט", וואָס קומט אַרויס אין ירושלים זינט 1995, פֿאַרנעמט אַ ספּעציעל אָרט אויף דער מאַפּע פֿון דער רוסישער אינטעלעקטועלער פּרעסע. די רעדאַקטאָרן, די רוסישע און העברעיִשע דיכטערין גלי־דנה זינגער און איר מאַן, דער קינסטלער נקוד זינגער, טײַטשן אויס דעם מיין פֿונעם טיטל ווי אַ טאָפּל־זײַטיקער שפּיגל. איין פּונקט אינעם דאָזיקן טאָפּלפּונקט איז רוסיש, און דער אַנדערער פּונקט — איז העברעיִש. אָבער דער רוסישער און דער העברעיִשער טייל זײַנען אידענטיש. יעדער איינער איז סײַ דער מקור, סײַ אַ פּירוש אויפֿן מקור. ווער האָט אויסגעטראַכט דעם באַגריף "קליינשטעטלדיקייט"? ווי עס האָט אַנטדעקט פּראָפֿעסאָר אַרקאַדי קאָוועלמאַן, דער ראָש פֿונעם אָפּטייל פֿאַר ייִדישע לימודים אינעם מאָסקווער מלוכישן אוניווערסיטעט, טרעפֿט זיך דאָס דאָזיקע וואָרט צום ערשטן מאָל אין די חיבורים פֿונעם גריכיש־ייִדישן דענקער פֿילאָן פֿון אלכּסנדריה־של–מצרים, אויפֿן שוועל פֿון דער קריסטלעכער תּקופֿה. פֿילאָן האָט צעטיילט ייִדן פֿון זײַן צײַט אויף צוויי מינים׃ די "גרויסשטאָטישע", אויף גריכיש "קאָסמאָפּאָליטן", און די קליינשטעטלדיקע, אויף גריכיש "מיקראָפּאָליטן". קאָוועלמאַן דערקלערט פֿילאָנס צוגאַנג׃ "אַ קליינשטעטלדיקער 'מיקראָפּאָליט’ לייענט תּורה כּפּשוטו און זעט אין איר ניט קיין אַבסטראַקטע פֿילאָסאָפֿישע קאַטעגאָריעס". די גרויסשטאָטישע אינטעליגענטן–"קאָסמאָפּאָליטן", להיפּוך, טײַטשן די תּורה אויס אַלעגאָריש, אין הסכּם מיט די פֿילאָסאָפֿישע שיטות פֿון פּלאַטאָן און אַריסטאָטעל. אין משך פֿון די לעצטע פֿינף יאָר איז דער שרײַבער אַלכּסנדר איליטשעווסקי געוואָרן איינער פֿון די באַקאַנטסטע נעמען אין דער הײַנטיקער רוסישער ליטעראַטור. דערבײַ זײַנען זײַנע ווערק ווײַט ניט קיין לײַכטע לעקטור. זיי זײַנען אָנגעפּאַקט מיט פֿילאָסאָפֿישע אידעען און קולטורעלע אַסאָציאַציעס, לאַנגע פּרטימדיקע שילדערונגען פֿון נאַטור און ווײַטגייענדיקע דיגרעסיעס אין דער קולטור־געשיכטע; און דערצו נאָך, באַלאָדן מיט וויסנשאַפֿטלעכע קענטענישן. איליטשעווסקי פֿאַרמאָגט אַן ענציקלאָפּעדישע ערודיציע אויף אַ סך פֿאַרשיידענע שטחים, פֿון טעאָרעטישער פֿיזיק ביז דער געשיכטע פֿונעם רוסישן ליטעראַרישן אַוואַנגאַרד. דער סאַמע לעצטער ראָמאַן זײַנער הייסט "אַנאַרכיסטן" און דערציילט די געשיכטע פֿון אַ פֿרײַער אַנאַרכיסטישער קהילה ערגעץ טיף אין רוסלאַנד. איליטשעווסקי רופֿט אַנאַרכיע "אַ קלוגער בונד פֿון אויטאָנאָמע פּערזענלעכקייטן" און האַלט זי פֿאַר אַ מין פּאַראַלעלע אומפֿאָרמעלע געזעלשאַפֿט אין מיטן פֿון דער "נאָרמאַלער" מלוכישער סטרוקטור. דער נײַער ראָמאַן איז דער פֿערטער טייל פֿון אַ סעריע, וואָס איז פֿאַראייניקט דורך דער בשותּפֿותדיקער טעמע פֿון זוכענישן פֿון אַן אַלטערנאַטיווער געזעלשאַפֿטלעכער אָרגאַניזאַציע. "ווען איך האָב זיך גענומען זוכן נאָך מײַן 'אייגענע’ שפּראַך, האָב איך מיט דער צײַט אַנטדעקט, אַז עס זײַנען דאָ גאַנצע צוויי לשונות׃ אַזעריש און ייִדיש. די שפּראַכן פֿון מײַנע גליקלעכע קינדער־יאָרן, וואָס זײַנען געווען פּאַראַלעל מיט דעם רוסישן לשון. אָבער על־פּי עפּעס אַ מיספֿאַרשטייעניש, האָב איך זיי ניט אויפֿגענומען". אַזוי שרײַבט דער מאָסקווער שרײַבער אַפֿאַנאַסי מאַמעדאָוו אין איינער פֿון זײַנע לעצטע דערציילונגען. מאַמעדאָוו איז געבוירן געוואָרן אין באַקו אין אַ געמישטער משפּחה. פֿונעם פֿאָטערס צד שטאַמט ער פֿון רײַכע ייִדישע סוחרים, וואָס האָבן בהדרגה אָנגעוווירן זייער עשירות בעת דער סאָוועטישער תּקופֿה. זײַן מאַמע קומט פֿון אַן אַזערבײַדזשאַנער פֿאַמיליע, וואָס האָט אויך פֿאַרנומען אַ חשובֿן אָרט אין דער שטאָט. די ייִדישע בעסאַראַביע איז געבענטשט מיט אַ רײַכער און אייגנאַרטיקער ליטעראַרישער טראַדיציע, וואָס איז הײַנט־צו־טאָג אפֿשר די סאַמע לעבעדיקע אין דער ייִדישער ליטעראַטור. יענטע מאַש פֿאַרבינדט אין איר שאַפֿונג דרײַ תּקופֿות, וואָס זי האָט דורכגעלעבט. געבוירן און אויפֿגעוואַקסן אין שטעטל זגוריצע, נישט ווײַט פֿון סאָראָקע, אונטער דער רומענישער שליטה, איז זי ערבֿ דער דײַטשישער אינוואַזיע פֿאַרשיקט געוואָרן קיין סיביר, ווי אַ מיטגליד פֿון "בורזשואַזיע". די דאָזיקע ביטערע דערפֿאַרונג, וואָס זי האָט דורכגעמאַכט מיט טויזנטער אַנדערע "געזעלשאַפֿטלעכע עלעמענטן" פֿון די אַנעקסירטע שטחים פֿון רומעניע, פּוילן און באַלטישע לענדער, האָט זי באַשריבן אינעם ערשטן בוך, "טיף אין דער טײַגע" (1990). דערנאָך איז געקומען די ריי פֿון די בעסאַראַבער עולים און ישׂראל ("משנה מקום", 1993). אַזוי אַרום האָט יענטע מאַש געשאַפֿן אַ מין "מעשׂה־בוך פֿון מײַן לעבן", וואָס איז איינצײַטיק אַ ליטעראַרישע געשיכטע פֿונעם בעסאַראַבער ייִדנטום אינעם 20סטן יאָרהונדערט. Allison Schachter. דער אַמעריקאַנער ייִדישער קריטיקער ברוך ריווקין האָט מעטאַפֿאָריש באַשריבן די ייִדישע ליטעראַטור ווי אַ "כּמו־טעריטאָריע", אַ מין אויסגעטראַכטער שטח פֿון דער מאָדערנער ייִדישער גלות־עקזיסטענץ. די דאָזיקע אידעע ווערט אַנטוויקלט, מיט אַ גרויסער געניטשאַפֿט און וויסן, אינעם בוך פֿון עליסאָן שעכטער. דאָס בוך הייבט זיך אָן, ווי עס פּאַסט פֿאַר אַלע פֿאָרשונגען פֿון מאָדערנער ייִדישער קולטור, מיט מענדעלע, און דווקא מיט דער הקדמה צו זײַן לעצטן גרויסן אויטאָביאָגראַפֿישן ווערק "שלמה רב חיימס". Daniel Kahn & The Painted Bird. די צוויי נײַע קאָמפּאַקטלעך פֿון דניאל קאַהן און פּסאָי קאָראָלענקאָ, יעדע אויף זײַן אופֿן, ווײַזן אָן אויף נײַע מעגלעכע ריכטונגען פֿאַר דער ווײַטערדיקער אַנטוויקלונג פֿון דער ייִדישער מוזיק. אין די 1970ער יאָרן האָט מען ווידער אַנטדעקט די קלעזמער, ווי אַ וויכטיקער באַשטאַנדטייל פֿון דער ייִדישער עטנישער אויפֿלעבונג, צוערשט, אין אַמעריקע און דערנאָך אין אייראָפּע, ישׂראל און רוסלאַנד. בהדרגה איז קלעזמער־מוזיק געוואָרן אַ זשאַנער פֿון פּאָפּולערער מוזיק, וווּ די ייִדישע שפּראַך האָט געדינט ווי אַ מין געווירץ־סאָוס. די ווײַטערדיקע אַנטוויקלונג פֿונעם קלעזמער־סטיל גייט אין דער ריכטונג פֿון מוזיקאַלישע עקספּערימענטן, בעת די ווערטער שפּילן דערבײַ ניט קיין עיקרדיקע ראָלע. אָבער אייניקע, מער פֿילעוודיקע נאַטורן, האָבן אויף לאַנגע יאָרן אָפּגעהיט דעם לכתּחילהדיקן געפֿיל פֿון דערשטוינונג און פֿאַרלוירנקייט, וואָס זיי האָבן איבערגעלעבט בײַם קומען קיין אַמעריקע. פֿון דער דאָזיקער דערשיטערונג זײַנען אַרויס אַ סך אָריגינעלע קונסטווערק אין פֿאַרשידענע זשאַנערס, וואָס האָבן באַווירקט אונדזער אויפֿנעם פֿון אַמעריקע. צוויי באַרימטע ייִדישע קינסטלער זײַנען אַראָפּגעקומען קיין ניו־יאָרק פֿון דער שטאָט זלאָטשעוו פֿונעם עסטרײַכישן גאַליציע (הײַנט אין אוקראַיִנע)׃ משה־לייב האַלפּערן (1886—1932) און אָשר פֿעליג (1899—1968). זיי זײַנען געקומען כּמעט אין איין צײַט, אַרום 1907, אָבער צוליּב דעם אונטערשיד אינעם עלטער און פּערזענלעכקייט זײַנען זייערע גורלות געווען פֿאַרשידענע. בעת פֿעליג, בעסער באַקאַנט אונטער דעם צונעמעניש "ווידזשי" (Weegee) איז געוואָרן וועלט־באַרימט, אַ דאַנק זײַנע פֿאָטאָס פֿון ניו־יאָרקער נאַכטלעבן און אונטערוועלט, פֿאַרבלײַבט האַלפּערן באַקאַנט נאָר צווישן די ליבהאָבער פֿונעם ייִדישן וואָרט. "לאַזאַרס פֿרויען", מאָסקווע, "אַסט", 2011 די פֿיגור פֿונעם סאָוועטישן פֿיזיקער לעוו לאַנדאַו (1908—1968) האָט שוין לאַנג פֿאַרכאַפּט דעם כּוח־הדמיון פֿון דער רוסישער אינטעליגענץ. אַ ייִדישער גאָון, וועמענס טעאָריעס האָבן געהאָלפֿן צו שאַפֿן דאָס סאָוועטישע אַטאָמישע געווער, איז לאַנדאַו געווען באַלוינט מיט די סאַמע בכּבֿודיקע פּרײַזן, די נאָבעל־פּרעמיע בתוכם. נאָך מער מערקווירדיק, האָט ער בשלום דורכגעמאַכט די שווערסטע תּקופֿה פֿון דעם סטאַליניסטישן טעראָר אין די 1930ער, דעם חורבן פֿון דער מלחמה, און די גזירות קעגן דער ייִדישער אינטעליגענץ סוף 1940ער יאָרן. מען האָט אים אַרעסטירט בלויז איין מאָל אין 1938, אָבער באַפֿרײַט אין צוויי טעג אַרום, ווען זײַנע קאָלעגן האָבן דערקלערט דער סאָוועטישער פֿירערשאַפֿט, ווי וויכטיק איז זײַן אַרבעט פֿאַר די מיליטערישע צוועקן. לאַנדאַו איז געווען ניט נאָר אַ געניאַלער טעאָרעטיקער, אָבער אויך אַ באַגאַבטער פּעדאַגאָג, וואָס האָט געשאַפֿן אַן אייגענע שול אין דער טעאָרעטישער פֿיזיק. דאָס לערנבוך פֿון לאַנדאַו און ליפֿשיץ בלײַבט עד־היום אַ מין תּורה פֿאַר רוסישע פֿיזיקער. דערבײַ איז לאַנדאַו ניט געווען קיין פּרוש, ער האָט ליב געהאַט פֿרויען, וויצן און אַ גוטע חבֿרישע קאָמפּאַניע. ער האָט געהאַט אַן אייגענע טעאָריע מכּוח גליק, וואָס האָט זיך באַזירט אויף דרײַ יסודות׃ אַרבעט, ליבע, און פֿאַרקער מיט מענטשן. עס איז ניט קיין חידוש, וואָס אַזאַ פֿיגור ציט צו זיך צו קינסטלער פֿון פֿאַרשידענע זשאַנערס, וועלכע זוכן אַ לעבעדיקן און זאַפֿטיקן העלד פֿאַר זייערע ווערק וועגן דעם סאָוועטישן עבֿר. דערבײַ ווערט לאַנדאַו מגולגל אין אַ שאַרפֿזיניקן און אייגנוויליקן אינטעלעקטואַל, וועלכער איז פֿאַרטאָן אין זײַן אַרבעט און איז פֿרײַ צו טאָן אַלץ וואָס ער וויל, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס עס קומט פֿאָר אַרום אים. Adrian Wanner. מיט דער צעשפּרייטונג פֿון רוסישע ייִדן איבער פֿאַרשידענע לענדער און קאָנטינענטן איז אויפֿגעקומען אַ נײַער ליטעראַרישער פֿענאָמען, וואָס מען קאָן אָנרופֿן אַ פֿילשפּראַכיקע רוסיש־ייִדישע ליטעראַטור. צו דער דאָזיקער ליטעראַרישער בראַנזשע געהערן אויך די ווערק פֿון יענע מחברים, וואָס האָבן עמיגרירט פֿונעם אַמאָליקן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד און זיך גענומען שרײַבן אויף דער אויסגעלערנטער שפּראַך פֿונעם נײַעם לאַנד׃ ענגליש, העברעיִש, דײַטש. זייער ליטעראַרישער וווּקס איז געוואָרן באַזונדערס שטאַרק אין די לעצטע צען יאָר. איצט קאָן מען אַפֿילו רעדן וועגן אַ געוויסער מאָדע אויף אַזאַ מין ליטעראַטור. Thomas Stangl
די עטנישע אָנגעהעריקייט פֿון דער שרײַבערין און קינסטלערין קאַרינע אַרוטיונאָוואַ לאָזט זיך ניט לײַכט דעפֿינירן. אַ טאָכטער פֿון אַן אַרמענישן פֿאָטער און אַ ייִדישער מוטער, איז זי אויפֿגעוואַקסן אין דער ייִדישער קיִעווער געגנט פּאָדאָל און אין 1994 איז אַרויסגעפֿאָרן קיין ישׂראל. שרײַבן שרײַבט זי אויף רוסיש, אָבער וווינען וווינט זי צווישן תּל–אָבֿיבֿ און קיִעוו, צוויי צענטערס פֿונעם רוסישן קולטורעלן "גלות". אירע ביכער גייען אַרויס אין מאָסקווע, אָבער אין אַרמעניע האַלט מען זי אויך פֿאַר אַן אייגענע. |