ליטעראַטור


Thomas Stangl
Was kommt.
Graz: Droschl, 2009


קיין אַנדערע אייראָפּעיִשע שפּראַך איז נישט אַדורך אַזוי פֿיל בײַטן אין משך פֿון דעם צוואַנציקסטן יאָרהונדערט ווי דײַטש. אַ שפּראַך האָט אַן אייגענעם זכּרון, וואָס טראָגט אין זיך אַלץ — גוטס און שלעכטס, וואָס מען האָט אָנגעטאָן מיט איר הילף. און אַזוי אַרום פֿירט די דײַטשישע שפּראַך אַ כּסדרדיקן געראַנגל מיטן אייגענעם עבֿר. און אין דער הײַנטיקער עסטרײַכישער ליטעראַטור איז דער דאָזיקער געראַנגל איבעריקנס שאַרף.
להיפּוך צו וועלט־באַרימטע מחברים ווי עלפֿרידע יעלינעק, טאָמאַס בערהאַרדט און פּעטער האַנדקע, איז טאָמאַס שטאַנגל ניט באַקאַנט דעם ענגלישן לייענער, ניט געקוקט אויף עטלעכע ליטעראַרישע פּרײַזן אין עסטרײַך פֿאַר זײַנע דרײַ ראָמאַנען. שטאַנגל פֿאַרמאָגט אַן אייגנאַרטיקן ליטעראַרישן קול, וואָס לאָזט זיך שווער איבערטײַטשן אויף אַן אַנדערער שפּראַך.
די סיבה פֿון דעם ליגט ניט אין אַ קאָמפּליצירטער גראַמאַטיק אָדער פֿאַרדרייטן סינטאַקס. אין דעם זין זײַנען זײַנע ווערק מער צוטריטלעך ווי למשל בערנהאַרדטס. שטאַנגלס פּראָזע איז פֿולגעפּאַקט מיט פֿילצאָליקע קליינע פּרטים, וואָס געהערן צו דעם טאָג־טעגלעכן אַרום פֿון זײַן שטאָט ווין. זײַן ווין איז וואָכעדיק און גרוי, און אַזוי זײַנען די העלדן זײַנע. גאָר ניט איז דאָ יוצא־מן־הכּלל, ניט די העלדן און ניט די געשעענישן. שטאַנגל מײַדט אויס גראָטעסק, סאַטירע, שרעק און אַבסורד — די סטיליסטישע מיטלען, וואָס זײַנען פּאָפּולער בײַ זײַנע מער באַרימטע מיטצײַטלער.די האַנדלונג פֿונעם ראָמאַן "וואָס קומט?" קומט פֿאָר אויף צוויי פֿאַרשידענע היסטאָרישע פֿלאַכן: אין די 1970ער און אין 1937. די העלדן זײַנען ווינער יונגע לײַט פֿון אַ גאַנץ יאָר — אַ ייִנגל פֿון 13 יאָר, און אַ מיידל פֿון 17 יאָר. די שטאָט שפּילט אינעם ראָמאַן די ראָלע פֿון אַ גורל, וואָס שטויסט צונויף די צוויי ליידיקע נפֿשות אין אַ טראַגישער, ענדגילטיקער באַגעגעניש.
דער היסטאָרישער הינטערגרונד לאָזט זיך שפּירן אינעם מאַטעריעלן גשמיות פֿון דער טאָגטעגלעכער עקזיסטענץ. דאָס מיידל, עמיליאַ דעגען, לעבט אין דער צײַט פֿון "עסטרײַכישן פֿאַשיזם", צווישן דעם קאָנסערוואַטיוון איבערקער פֿון 1933 און דעם היטלערישן "אַנשלוס" פֿון 1938. דער צווייטער העלד, אַנדרעאַס ביכלער, געהערט צו דער אַ סך מער רויִקער תּקופֿה פֿון דער סאָציאַל־דעמאָקראַטישער רעגירונג פֿון ברונאָ קרײַסקין, דעם קאַנצלער פֿון עסטרײַך אין די יאָרן 1970 ביז 1983.
הגם אין זײַן יוגנט האָט דער סאָציאַליסט קרײַסקי געקעמפֿט קעגן דעם פֿאַשיסטישן רעזשים אין די 1930ער יאָרן, איז די מענטאַלע וועלטבאַנעמונג פֿון אַ סך עסטרײַכער אונטער זײַן רעגירונג געווען ניט זייער אַנדערש פֿון די 1930ער יאָרן, לכל־הפּחות, פֿונעם שטאַנדפּונקט פֿון די שרײַבער פֿון יענער צײַט. אַ סך סימנים, וואָס זײַנען צעשפּרייט איבערן טעקסט, ווײַזן אויף כּלערליי פֿאַרקניפּונגען צווישן אָט די תּקופֿות.
די הויפּט־העלדן פֿונעם ראָמאַן זײַנען קריסטלעכע עסטרײַכער פֿון אַ גאַנץ יאָר. אָבער די ייִדישע טעמע פֿאַרמאָגט דאָ אַ חשובֿן אָרט. די שׂינאה צו ייִדן איז צעגאָסן אין דער אַטמאָספֿער פֿונעם ראָמאַן. מען האָט זיי פֿײַנט סײַ פֿאַר זייער שולד אינעם טויט פֿון יעזוסן, סײַ פֿאַר סאָציאַליזם, און סײַ פֿאַר קרײַסקיס נאָז. די ייִדישע שפּראַך איז אַ טייל פֿון דער ווינער לאַנדשאַפֿט פֿון די 1930ער יאָרן, זי עקזיסטירט פֿאַר זיך אַליין, ווי אַ הינטערגרונד פֿון עמיליאַ דעגענס לאַנגע שפּאַצירגענג דורך לעאָפּאָלדשטאַדט, דער ייִדישער געגנט פֿון דער שטאָט. אָבער ייִדיש און ייִדן זענען שוין מער ניטאָ אין די 1970ער, און דאָס איז אַ בלויז, וואָס לאָזט זיך קיין מאָל מער ניט פֿאַרפֿילן.
דער פֿילאָסאָפֿישער שליסל צום ראָמאַן ליגט אין די ווערטער פֿון עמיליאַס לערער דר. שטײַניץ׃ "דאָס, וואָס מיר ווייסן וועגן דעם עבֿר, איז ניט קיין אמתדיקע אָפּבילדונג פֿון דעם, וואָס איז געשען. אַ סך איז פֿאַרגעסן געוואָרן, און סך פֿון דעם איז בכּיוון אַרויסגעשטופּט געוואָרן פֿון דער איבערגעגעבענער קענטעניש. יעדע צײַט קלײַבט פֿאַר זיך אויס דאָס, וואָס מען דאַרף לערנען אין שול, אָבער גאַנצע שיכטן פֿון פֿאַרבאַהאַלטענע, מער ניט קיין ווערטפֿולע דערפֿאַרונגען, ווערן דערבײַ באַגראָבן." אַ סבֿרה, אַז דר. שטײַניץ איז געווען אַ ייִד, ווײַל "ער איז שוין לאַנג געשטאָרבן, אָן קיין האָפֿענונגען און אָן קיין איבערצײַגונגען, אין אַן אַנדערן לאַנד."
זײַן לימוד בלײַבט שטעקן אין עמיליאַס זכּרון׃ "געשיכטע הייסט ניט, אַז אַלץ איז שוין אַוועק און פֿאַרבײַ. געשיכטע הייסט, וואָס ערשט קומט." איר גאַנץ לעבן גייט אַדורך אויפֿן ראַנד פֿון דער געשיכטע. נאָך דעם, ווי איר געליבטער, אַ ייִדישער קאָמוניסט, ווערט אַראָפּגעשלעפּט קיין דאַכאַו, קען זי מער ניט געפֿינען קיין זין אין איר עקזיסטענץ. אין דער פּאַראַלעלער וועלט פֿון די 1970ער ווערט אַרויסגעשטופּט פֿונעם נאָרמאַלן לעבנסגאַנג דער צווייטער העלד, וואָס איז ניט בכּוח זיך צו פֿאַרשטענדיקן מיט דעם קליינעם וועלטל פֿון זײַנע שול־חבֿרים.
"וואָס קומט" איז אַ טיפֿזיניקער סאָציאָ־פּסיכאָלאָגישער פּירוש אויף צוויי גאָר פֿאַרשידענע תּקופֿות. כראָנאָלאָגיש זײַנען זיי צעטיילט דורך אַ רעלאַטיוו קורצן, אָבער זייער טיפֿן, איבערבראָך פֿון 1938 ביז 1945. אָבער ווי דער ראָמאַן באַווײַזט, בלײַבט דער עבֿר לעבעדיק אין דעם איצט, און וואָס מער מען פּרוּווט אים אויסמעקן, אַלץ מער צעשטערעריש ווערט ער. און דער לייענער פֿאַרמאַכט דעם בוך מיט אַן אומרו־געפֿיל. צווישן די צוויי תּקופֿות, די 1930ער און די 1970ער איז דער מהלך בערך פֿערציק יאָר. און פּונקט אַזוי פֿיל צײַט טיילט אונדז אָפּ פֿונעם לעצטן עפּיזאָד אינעם ראָמאַן, דעם מאָמענט, ווען דער אונטערגעדריקטער ייִדישער כּוח קומט אַרויס "פֿונעם בילד" מיט רציחה און וויל זאָגן "ניין" צו אַלץ, וואָס קומט.