- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר, דורך דער עלעקטראָנישער פּאָסט, באַקומען אַ בריוו פֿון קיִעוו, וואָס די וויכטיקייט פֿון דער טעמע, אויפֿגעהויבן דאָרט, האָט געבראַכט צום באַשלוס אָפּצודרוקן אייניקע אויסצוגן אין דעם הײַנטיקן לייט־אַרטיקל. מיר זוכן וועלוול זבאַרזשערס קבֿר דער איינציקער ייִדישער פּונקט אויף מײַן סדר־היום, אָדער בעסער וואָלט איך געזאָגט, דאָס איינציקע שליחות, וואָס איך האָב געוואָלט אויספֿירן אין אונדזער וויזיט קיין טערקײַ, איז געווען צו געפֿינען די מצבֿה פֿונעם פֿאָלקס־פּאָעט וועלוול זבאַרזשער. געבוירן בנימין־וואָלף עהרענקראַנץ אינעם גאַליציאַנער שטעטל זבאַרזש, אַן ערך אין 1826 (אין "לעקסיקאָן" שטייען פֿיר מעגלעכע געבוירן־דאַטעס), האָט וועלוול זבאַרזשער געשריבן, ווי באַקאַנט, אַזוינע פּאָפּולערע לידער ווי "קום אַהער, דו פֿילאָסאָף" און אַנדערע וואָס מע הערט שוין נישט הײַנט. מיט צען יאָר צוריק אין ישׂראל האָב איך פֿאַרשריבן, ווי עס זינגט דער זינגער און אַקטיאָר אַריה לייש זבאַרזשערס ליד "די נאַכטיגאַל", וואָס מיר דאַכט, איז קיין מאָל נישט רעקאָרדירט צבֿי צעלמאַן, האָט פֿון קליינערהייט אָן ליב באַקומען די ציגײַנער. פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען בעסאַראַביע איז געווען אַ טייל פֿון גרויס־רומעניע, האָבן די ציגײַנערישע טאַבאָרן נאָך געפֿירט אַ וואַנדער־לעבן. דער יונגער צבֿי פֿלעגט אויסבעטן בײַ דער מאַמען אַלטע, צעריסענע בגדים, אָנטאָן זיי און לויפֿן זיך שפּילן מיט די ציגײַנערלעך. שפּעטער, ווען ער איז אויסגעוואַקסן און אָנגעהויבן שרײַבן ייִדישע לידער, האָט צבֿי פֿאַרהיט די ליבע צו דעם דאָזיקן וואַנדערנדיקן פֿאָלק. אין 1940 האָט ער אין בוקאַרעשט אַרויסגעגעבן אַ ביכל אונטערן טיטל: "ציגײַנער־מאָטיוון". (ליד און סאָנעט). דאָס זײַנען ניט לידער וועגן ציגײַנער, ווי לאָמיר זאָגן, בײַ איציק מאַנגערן אין זײַן "ציגײַנער־באַלאַדע": געפֿאָרן זײַנען מיר — מײַן ווײַב און איך — קיין אונגאַרן, ווײַל מײַן ווײַבס חבֿרטע האָט געהאַט ערגעץ אויסגעפֿונען, אַז ס’איז דאָ אַזאַ שטעטל, וואָס הייסט העוויז, און דאָס שטעטל געפֿינט זיך בײַ אַ הייסער אָזערע. דאָס וואַסער איז אין דער אָזערע תּמיד וואַרעם, אַפֿילו ווינטערצײַט. זי, די חבֿרטע, האָט דאָרטן פֿאַרבראַכט עטלעכע טעג מיט אַ יאָר צוריק און האָט עס אונדז שטאַרק רעקאָמענדירט. דער סוף איז געווען, אַז מיר זײַנען געפֿאָרן קיין בודאַפּעשט, פֿאַרבראַכט דאָרטן אַ טאָג, און זיך געלאָזט קיין העוויז, וואָס איז בערך אַ הונדערט מײַל פֿון דער הויפּטשטאָט. ווי אַ טוריסט בין איך פֿויל ווי אַ שטעקן. לײַטישע טוריסטן גרייטן זיך צו צו אַ רײַזע. איך טו עס כּמעט קיין מאָל ניט. כ’האָב בכלל פֿײַנט צו קריגן צו פֿיל אינפֿאָרמאַציע וועגן דער אַרכיטעקטור, מענטשן, געשעענישן, ווײַל דערנאָך ווייס איך ניט וואָס צו טאָן מיט אָט די אַלע פּרטים. דער סוף איז, אַז איך פֿאַרגעס זיי פּשוט. מיר געפֿעלט בעסער דער פּראָצעס פֿון אָנשטויסן זיך אויף עפּעס אַ נאָווינע, און אויב זי איז אַ טשיקאַווע, אַ יש, קען איך שוין דערנאָך לייענען וועגן דער מערקווירדיקייט. דעמאָלט בלײַבט עס טאַקע אין מײַן זכּרון. Thomas Stangl די וואָך הייבן מיר אָן לייענען דעם צווייטן חלק פֿון די חמישה־חומשי־תּורה — "שמות". דער ערשטער חלק, וואָס מיר האָבן ערשט פֿאַרענדיקט, "בראשית", פֿאַנגט זיך אָן מיט דער דערציילונג וועגן דעם וועלט־באַשאַף. די קולמינאַציע פֿון דער גאַנצער מעשׂה־בראשית איז געווען דער מענטש, אָדם־הראשון, וועלכער האָט, אָבער, געזינדיקט באַלד נאָך זײַן באַשאַפֿן ווערן, און דערפֿאַר איז ער פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון גן־עדן אין דער שווערער גראָב־גשמיותדיקער וועלט. אָט די פּראָוואָקאַטיווע טעמעס, און אויך אַנדערע, ווערן באַהאַנדלט אין אַ נײַעם דאָקומענטאַר־פֿילם מיטן נאָמען "צווישן צוויי וועלטן". די צוויי פֿילם־פּראָדוצענטן פֿון אָט דעם פֿילם, דעבראַ קויפֿמאַן און אַלאַן סניטאָוו, האָבן לעצטנס געהאַט אַ טרעפֿונג אינעם קאָלומביע־אוניווערסיטעט, וווּ זיי האָבן געוויזן זייער פֿילם און געשמועסט מיטן עולם. דער פֿילם הייבט זיך אָן פֿון דעם סקאַנדאַל, וואָס איז אויסגעבראָכן אין 2009, בשעתן ווײַזן דעם דאָקומענטאַר "רייטשעל" אויף דעם סאַן-פֿראַנציסקאָ ייִדישן פֿילם־פֿעסטיוואַל. אַ מינדערהייט אין דער ייִדישער אַמעריקאַנער קהילה, פּראָ-ישׂראל געשטימט, האָט געפֿאָדערט, אַז דעם פֿילם "רייטשעל" זאָל מען נישט ווײַזן אין די ראַמען פֿונעם פֿעסטיוואַל. די סיבה? דער פֿילם שטעלט אַרויס די ישׂראל־פּאָליטיק נישט אינעם פּאָזיטיווסטן ליכט, בשעתן דערציילן די געשיכטע פֿון דער אַמעריקאַנער אַקטיוויסטקע רייטשל קאָרי, וועלכע איז דערהרגעט געוואָרן אין עזה-פּאַס אין 2003. די קאָנטראָווערסיע אַרום דעם, אַרײַנגערעכנט די דראָונגען צו שניידן דאָס געלט פֿאַרן פֿעסטיוואַל (הגם מע האָט געוויזן דאָרט ניט-ווייניקער ווי 36 ישׂראל־פֿילמען!), ווערט פֿאַר די פֿילם-פּראָדוצענטן דער הויפּט-פּונקט בײַם זוכן ענטפֿערס אויף די געשטעלטע פֿראַגעס. מע רעכנט, אַז אויך דאָס עבֿריתּישע "פּלפּל" (אַרויסגערעדט — "פּילפּעל") און דאָס אַראַבישע "פֿילפֿיל" נעמען זיך פֿונעם סאַנסקריטישן, דורך פּערסיש און אַראַמ(ע)יש. פֿאַר וואָס איז "פּלפּל", נישט "פפל"? ווײַל אין די־אָ לשונות איז אוממעגלעך אַ שורש וואָס הייבט זיך אָן מיט צוויי די זעלבע קאָנסאָנאַנטן, פֿאַרענטפֿערט מען דאָס דורך צוגעבן אַ פֿערטן קאָנסאָנאַנט וואָס איז גלײַך מיטן ערשטן. דערפֿון קומט אַרויס אַזאַ וואָרט ווי "פּילפּול" — וואָס נעמט זיך פֿון דעם שורש "פלל" (אָבער האָט נישט קיין שײַכות צו דעם וואָס ס’מיינט "פֿעפֿער"). Capsicum, ווידער, נעמט זיך פֿונעם לאַטײַנישן capsa "קעסטל", ווײַל אַ פֿעפֿערל איז אין תּוך אַרײַן אַ שויט וואָס האַלט אין זיך קערעלעך, אַזוי ווי אין אַ קעסטל. פֿון גריכיש־לאַטײַנישע וואָרצלען נעמען זיך, דירעקט אָדער אומדירעקט, כּמעט אַלע אייראָפּעיִשע טערמינען: פֿראַנצייזיש poivre (שוואַרצער פֿעפֿער) און poivron וויכטיקע אונטערנעמונגען און צום סוף עטלעכע ווערטער וועגן דעם יום־טובֿ חנוכּה. אין די טעג האָבן פֿאַרשידענע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס דורכגעפֿירט זייערע אייגענע אונטערנעמונגען: דער ישׂראל־צענטער, די סוכנותּ, דער יוגנט־קלוב "חבֿרים" בײַם קהילה־צענטער. מײַנע גוטע פֿרײַנד עלטערן זיך פֿאַר מײַנע אויגן, און כאָטש די טיפֿע עלטער האָט זיי אײַנגעבויגן אין דרײַען, האָט זי אָבער ווייניק וואָס משפּיע געווען אויף זייערע מוח־קעמערלעך. אין זייערע אויגן בלישטשעט נאָך דער חידוש, די באַוווּנדערונג פֿון הײַנטיקע ספּאָסאָבן (מעגלעכקייטן), וואָס די קאָמפּיוטערס באַוויליקן זיי. ביידע שרײַבן זיי. ער — וועגן זײַן קינדהייט און חורבן־יאָרן פֿאַר און נאָכן חורבן. זי — וועגן איר פֿרומער וועלט־באַנעמונג. ביידע זײַנען זיי גערער חסידים, ביידע האָבן אַדורכגעמאַכט אַ קאַפּיטל אוישוויץ. ער האָט אָנגעוווירן זײַן ערשטע פֿרוי, זי האָט מיט אַ פּאָר צענדליק יאָר צוריק פֿאַרלוירן איר מאַן און שפּעטער, אַ זון — אַן אויסגעשולטן דאָקטער. געווען אַ צײַט ווען איך מיט חנהן האָבן ביידע פֿאַרענדיקט קאַלעדזש. אָבער איידער וואָס ווען האָט זי אָנגעוווירן איר מאַן, אַבֿיגדורן, פּונקט פֿאַר די לעצטע סוף־עקזאַמענס. זי האָט זײַן אָרון באַגלייט קיין ניו־יאָרק וווּ איר איינציקער זון מיט די אייניקלעך האָבן זיך אַלע געזעצט זיצן שיבֿעה. (turmeric), קען מען הײַנט קויפֿן אין ס׳רובֿ שפּײַזקראָמען. 3 לעפֿל איילבערט־בוימל 1 ציבעלע, צעשניטן 1 מער, צעהאַקט 2 גרויסע ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט 1/2 לעפֿל "קאָרי"־פּודער (curry powder) 1 טעפּל גרינע לינדזן 4-1/2 טעפּלעך וואַסער 1 פּושקע נאַהיט (chickpeas) 1 לעפֿל לימענע־זאַפֿט זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער (לויט אײַער געשמאַק) הייצט 1 לעפֿל בוימל אין אַ טאָפּ איבער אַ מיטעלן פֿײַער. פּרעגלט די ציבעלע און מער, ביז די ציבעלע ווערט דורכזיכטיק, בערך 4 מינוט. מישט אַרײַן אַ העלפֿט פֿונעם צעהאַקטן קנאָבל, ביז די גרינסן ווערן ווייך, בערך 3 מינוט. גיט צו דעם "קאָרי"־פּודער. מישט 1 מינוט. גיסט אַרײַן די לינדזן און 4 טעפּלעך וואַסער. ווען עס הייבט אָן זידן, מאַכט אַ קליינעם פֿײַער און לאָזט די זופּ מליִען, ביז די לינדזן ווערן ווייך, אַרום 30 מינוט. |