|
צבֿי צעלמאַן |
|
איך שטיי אין אינטערנעט־פֿאַרבינדונג מיט דער ציגײַנערישער דיכטערין לומיניצאַ טשיאַבאַ (Luminita Cioaba). מיר האָבן זיך באַקענט אין רומעניע אויף אַ צוזאַמענפֿאָר פֿון שרײַבער, וועלכע האָבן פּרעזענטירט נאַציאָנאַלע מינאָריטעטן פֿון פֿאַרשיידענע אייראָפּעיִשע לענדער. איר טאַטע איז דער באַראָן פֿון די רומענישע ציגײַנער. אירע אויפֿטריטן פֿלעגט זי אַזוי אָנהייבן: "ווי עס זאָגט זײַן מאַיעסטעט, מײַן טאַטע...". — טאַקע פֿון איר האָב איך דאָס ערשטע מאָל געהערט, אַז ייִדן און ציגײַנער זײַנען קרובֿים, ווײַל הגר, שׂרהס דינסט, איז געווען אַ ציגײַנערטע; הייסט דאָס, אַז אַבֿרהם אָבֿינו איז אויך דער טאַטע פֿון די ציגײַנער. מילא. (אייניקע פֿון זיי זאָגן, אַז אָדם און חווה זענען געווען ציגײַנער; לויט אַן אַנדער לעגענדע שטאַמען די ציגײַנער פֿון די דײַטשישע ייִדן). אין פּריוואַטע שמועסן מיט איר און אין די בריוו צו לומיניצען — מיר שרײַבן זיך איבער אויף רומעניש — האָב איך איר דערציילט וועגן די ציגײַנערישע מאָטיוון אין דער ייִדישער ליטעראַטור און, פֿאַרשטייט זיך, וועגן דעם בעסאַראַבער ייִדישן פּאָעט צבֿי צעלמאַן.
צבֿי צעלמאַן, האָט פֿון קליינערהייט אָן ליב באַקומען די ציגײַנער. פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, ווען בעסאַראַביע איז געווען אַ טייל פֿון גרויס־רומעניע, האָבן די ציגײַנערישע טאַבאָרן נאָך געפֿירט אַ וואַנדער־לעבן. דער יונגער צבֿי פֿלעגט אויסבעטן בײַ דער מאַמען אַלטע, צעריסענע בגדים, אָנטאָן זיי און לויפֿן זיך שפּילן מיט די ציגײַנערלעך. שפּעטער, ווען ער איז אויסגעוואַקסן און אָנגעהויבן שרײַבן ייִדישע לידער, האָט צבֿי פֿאַרהיט די ליבע צו דעם דאָזיקן וואַנדערנדיקן פֿאָלק. אין 1940 האָט ער אין בוקאַרעשט אַרויסגעגעבן אַ ביכל אונטערן טיטל: "ציגײַנער־מאָטיוון". (ליד און סאָנעט). דאָס זײַנען ניט לידער וועגן ציגײַנער, ווי לאָמיר זאָגן, בײַ איציק מאַנגערן אין זײַן "ציגײַנער־באַלאַדע":
אַלטע ציגײַנערטע אויפֿן וועג,
אָט האָסטו מײַן האַנט!
טרעף! ווער בין איך, אין וואָס פֿאַר אַ לאַנד
איז געשטאַנען מײַן וויג,
און צי וועט מיך אָט דער טונקעלער שליאַך
נאָך פֿירן אַהיים צוריק?...
צבֿי צעלמאַנס לידער זענען אָנגעשריבן אין נאָמען פֿון אַ ציגײַנער. ער
אידענטיפֿיצירט זיך מיט אים:
דורך דורות און יאָרן
אויף וועגן מיר פֿאָרן,
מיט טרערן און זאָרגן —
פֿון נעכטן — צום מאָרגן...
ער שרײַבט זײַנע לידער, ווי ער אַליין וואָלט געווען אַ ציגײַנערישער פּאָעט. און אפֿשר, איז ער טאַקע יאָ געווען דער סאַמע ציגײַנערישסטער פּאָעט? נאָך איין סטראָפֿע זײַנע, "ס׳ליד פֿון ציגײַנער־פּאָעט":
די נאַכט איז אַ בלויע מיט שטילקייט פֿאַרשפּרייט,
אין קילקייט דער ווינט צעשויבערט דײַן קלייד,
די בלום אין דײַן האַרץ מיט ליבע שוין קוועלט —
אַ ריטשקעלע פֿרייד פֿאַר דער וועלט —
אַ ריטשקעלע גאָלד פֿאַר דער וועלט...
צווישן די אָרגאַניזאַטאָרן פֿונעם באַוווּסטן מאָסקווער ציגײַנערישן טעאַטער "ראָמען" איז געווען דער מוזיקאַנט און קאָמפּאָזיטאָר, אַ קיִעווער ייִד, סעמיאָן בוגאַטשעווסקי. ער האָט צונויפֿגעזאַמלט און אַרויסגעגעבן די ערשטע אויף דער וועלט זאַמלונג פֿון ציגײַנערישע לידער; געשריבן די מוזיק פֿאַר אַלע ספּעקטאַקלען אין טעאַטער "ראָמען". זײַנע פֿרײַנד פֿונעם טעאַטער האָבן געזאָגט וועגן אים, אַז ער איז דער סאַמע ציגײַנערישסטער ציגײַנער! אויך דער ערשטער רעזשיסאָר פֿונעם ציגײַנער־טעאַטער אין מאָסקווע איז געווען אַ ייִד — משה גאָלדבלאַט.
די נטיה פֿון ייִדן פֿאַרכאַפּט צו ווערן פֿון פֿרעמדע קולטורן און טראַדיציעס איז שוין אַן אַלטע מעשׂה. נאַט אײַך אַ בײַשפּיל — יאָגאַ. אַ געבוירענער אין קעשענעוו בחור, מיטן נאָמען סאַשע, קומענדיק קיין ישׂראל, האָט זיך אָנגעהויבן צו פֿאַרנעמען מיט יאָגאַ. אין 2001 האָט ער אין איינעם מיט זײַן פֿרוי אירע, געעפֿנט אַ שול אין הוד־השרון פֿאַר יאָגאַ, וועלכע ס׳האָבן שוין פֿאַרענדיקט הונדערטער ישׂראלים. ביידע, סאַשע און אירע, האָבן באַקומען דעם וויכטיקן טיטל פֿון ראַדזשאַ־יאָג, (קעניג פֿון יאָגאַ) און האָבן רעכט צו גרייטן לערער פֿאַר פֿאַרשיידענע יאָגאַ־קרײַזן. זייערע לעקציעס, רעקלאַמעס און די אינטערנעט־זײַט זײַנען אויף עבֿרית. אָבער יאָגאַ איז דאָך אַ פֿילאָסאָפֿישע לערע פֿון אינדויִזם און בודיזם. סאַשע און אירע האָבן געביטן דעם פֿאַמיליע נאָמען און זייערע נעמען. איצט איז סאַשע געוואָרן — אַנאַנדאַ און אירע — לילאַ. ניט לאַנג צוריק איז בײַ זיי געבוירן געוואָרן אַ מיידעלע, וואָס האָט באַקומען דעם נאָמען נאָך אַן אינדיאַנישער געטין — קאַליאַ.
|
די קרישנאַיִטן אין תּל־אָבֿיבֿ |
|
הײַנט אויף די תּל־אָבֿיבֿער גאַסן קאָן מען אויך באַגעגענען קרישנאַיִטן, וועלכע גלייבן אין גאָט — קרישנאַ. בײַ מײַנער אַ באַקאַנטער פֿון כאַרקאָוו איז איר טאָכטער, זשעניע, געוואָרן אַ קרישנאַיִטקע. זי האָט חתונה געהאַט פֿאַר אַ ייִד יאַשע, וועלכער איז אויך אַ קרישנאַיִט. אַפֿילו יאַשעס מאַמע, די מחותּנתטע פֿון מײַן באַקאַנטער, דינט קרישנען. יאַשע איז געוואָרן — דזשוגאַלאַ, זשעניע — דזשוגאַדיש. די קינדער זייערע הייסן: טאַמאַל און לאַלי. זיי האָבן פֿאַרלאָזט ישׂראל און וווינען איצט אין אינדיע. זשעניע־דזשוגאַדישאַ האָט דערציילט, אַז דאָרטן, וווּ זיי וווינען, פֿירט אָן מיט דער שול אַ געוועזענער ניו־יאָרקער רבֿ, וועלכער האָט באַקומען דעם יאָגאַ־טיטל פֿון אַ גורו. בקיצור, אויס ייִדן — זיי זענען איצט אינדוסן!
די קרישנאַיִטן באַזינגען זייער גאָט קרישנאַ אין דער פֿאָרם ("מאַנטרע"): "כאַרע קרישנאַ כאַרע קרישנאַ כאַרע קרישנאַ כאַרע כאַרע כאַרע ראַמאַ קרישנאַ כאַרע ראַמאַ ראַמאַ ראַמאַ כאַרע כאַרע". דאָס איז אַ מין מעדיטאַציע, וואָס אַ דאַנק איר, קומט דער מענטש אין אַ פֿאַרבינדונג מיט קרישנאַ...
די פֿריילעכע טענץ פֿון די קרישנאַיִטן דערמאָנען מיר אַ ביסל די שׂימחות בײַ די חב״דניקעס. ווען די חסידים פֿרייען זיך, זינגען זיי אויף אוקראַיִניש: "נעטו, נעטו ניקאָגאָ קראָמע באָגאַ אָדנאָגאָ..." דאָס ליד פֿאַרמאָגט בלויז איין שורה חוץ דעם: "אײַ־אײַ־אײַ..." איך האָב איבערגעזעצט די ווערטער אויף ייִדיש אַזוי:
קיינער, קיינער איז ניטאָ גאָט נאָר איינער ברוך־הוא
אײַ־אײַ־אײַ־אײַ־אײַ־אײַ־אײַ
קיינער, קיינער איז ניטאָ גאָט נאָר איינער ברוך־הוא
אײַ־אײַ־אײַ־אײַ־אײַ־אײַ־אײַ...
כ׳וויל אײַך זאָגן, אַז ווען איך מיט מײַנע פֿרײַנד, זאַמלען זיך צונויף בײַם טיש אויף צו מאַכן אַ לחיים, אויסצוטרינקען עטלעכע כּוסות בראָנפֿן, זינגען מיר דאָס דאָזיקע לידעלע — ווער אויף ייִדיש, ווער אויף אוקראַיִניש. פֿאַרשטייט זיך, נאָך יעדער כּוסה, ווערט אונדז אויך ליכטיק אויף דער נשמה; מיר פֿילן אַ הויכע באַגײַסטערונג. ס׳דאַכט זיך, אַז גאָט אַליין זיצט באַשיידן דערנעבן אונדז, אַוודאי, אונדזער גאָט, און ברומט דעם דאָזיקן פּשוטן מאָטיוו אונטער...
ניט לאַנג צוריק האָבן די מאָסקווער קרישנאַיִטן דורכגעפֿירט אַ פּרעזענטאַציע פֿון אַ נײַעם פּראָיעקט. זיי ווילן בויען אַ טעמפּל די הייך פֿון 35.5 מעטער. דאָס איז די הייך פֿון אַ זעכצן־שטאָקיקער געבײַדע. דער הויפּט־רבֿ פֿון רוסלאַנד אַדאָלף שאַיעוויטש האָט אין זײַנעם אַן אינטערוויו געזאָגט: "...פֿאַר וואָס אין אַ פּראַוואָסלאַוונער מלוכה אַן אינדויִסטישער כראַם דאַרף זײַן העכער פֿון די הויפּטשטאָטישע קלויסטערס? פֿאַר מיר, אַ טאָלעראַנטן מענטש, איז דאָס אין גאַנצן נישט פֿאַרשטענדלעך." וואָס זשע לייגט ער פֿאָר? "..אויב זיי דאַרפֿן געבײַדעס פֿון אַזאַ מאַסשטאַב, זאָלן זיי בויען זייער טעמפּל אויף טשוקאָטקע צי אויפֿן האַלב־אינזל יאַמאַל (מערבֿ־סיביר)".
כ׳מיין, אַז דער רבֿ אַדאָלף שאַיעוויטש האָט דאָ מער אין זינען ניט אַזוי די קלויסטערס — זאָלן וועגן דעם זאָרגן די גלחים — נאָר אונדזערע ייִדן, וועלכע ציִען זיך צו פֿאַרשיידענע גלויבנס, אַבי צו ווערן אויס ייִד! איר ווייסט דאָך, אַז אויב אַ ייִד ווערט שוין אַ קרישנאַיִט וויל ער דאָך זײַן דער סאַמע קרישנאַיִטסטער צווישן אַלע קרישנאַיִטן! אויב אַ ייִד ווערט אַ יאָג — איז ער דער יאָגסטער אין גאַנץ אינדיע! אַנדערש קאָנען מיר נישט. מיר זײַנען דאָך ייִדן!...
ייִדן — קרישנאַיִטן
דאָס פּינטעלע ייִד, דאָס שווערע,
גרינג, אָן שום פּראָבלעם געביטן
אויף אַ רויט פּינטעלע אין מיטן שטערן
און מע קער זיך שוין ניט אָן מיט ייִדן.
בײַם אייבערשטן אַלע זוכן טרייסט
ס׳וויל זיך אָבער וויסן און פֿאַרשטיין —
צום סוף זאַץ — וואָס לעבן הייסט,
וואָס פֿאַר אַ פּינטעלע וועט שטיין?..
איך האָב שוין פֿון לאַנג ניט באַקומען קיין בריוו דורך דער עלעקטראָנישער פּאָסט פֿון מײַן באַקאַנטער ציגײַנערישער פּאָעטעסע לומיניצאַ טשיאַבאַ. אפֿשר דערפֿאַר, וואָס אין מײַן לעצטן בריוו צו איר האָב איך געשריבן: "טײַערע לומיניצע, כ׳זאַמל צונויף מאַטעריאַלן אויף דער טעמע פֿון ייִדן און ציגײַנער. צי וואָלט איר מיר נישט צוגעשיקט בײַשפּילן פֿון דער ציגײַנערישער פּאָעזיע, וווּ עס ווערן דערמאָנט ייִדן; לידער, צי סטראָפֿעס, צי שורות פֿון אַ ציגײַנערישן פּאָעט וועגן ייִדן..." ס׳איז שוין דורך אַ פּאָר גוטע יאָר, נאָר קיין ענטפֿער האָב איך נאָך ניט באַקומען. כ׳וואַרט...