- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
"אויף יענער וועלט האָט מען דײַן שווײַגן ניט באַלוינט, נאָר דאָרט איז דער עולם השקר, דאָ אויפֿן עולם האמת וועסטו דײַן לוין באַקומען! ...נעם דיר וואָס דו ווילסט! אַלץ איז דײַנס! ...אַלץ אין הימל געהערט צו דיר! קלײַב און נעם וואָס דו ווילסט!... נו, אויב אַזוי, — שמייכלט באָנטשע, — וויל איך טאַקע אַלע טאָג אין דער פֿרי אַ הייסע בולקע מיט פֿרישער פּוטער! דיינים און מלאָכים האָבן אַראָפּגעלאָזט די קעפּ פֿאַרשעמט; דער קטיגור האָט זיך צעלאַכט..." עס קומען אויף בײַ מיר פֿיר קשיות: פֿאַר וואָס האָט געשמייכלט באָנטשע? פֿאַר וואָס די דיינים און מלאָכים האָבן אַראָפּגעלאָזט די קעפּ פֿאַרשעמט? פֿאַר וואָס האָט זיך צעלאַכט דער קטיגור, דער פּראָקוראָר, הייסט עס? לעבן וועמען פֿון זיי שטייט י. ל. פּרץ, צי ער שטייט בײַ אַ זײַט? * * * די דערציילונג "באָנטשע שווײַג" איז געוואָרן באַוווּסט, יעדן פֿאַלס אין דער ייִדישער וועלט, דערפֿאַר וואָס זי האָט גורם געווען אַ פֿראַגע, וועלכע קאָן געגלײַכט ווערן צו האַמלעטס פֿראַגע: "זײַן צי ניט זײַן?", דאָס איז: "שווײַגן צי ניט שווײַגן?" די ערשטע העלפֿט פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט, איז געווען אָנגעזעטיקט מיט סאָציאַלע רעוואָלוציעס, איבערקערענישן, מלחמות... איז די דאָזיקע פֿראַגע געווען זייער אַקטועל! אויב מע בלעטערט איבער די ייִדישע צײַטונגען פֿון וואַרשע, ניו־יאָרק, תּל־אָבֿיבֿ געפֿינט מען אַזוינע אַרטיקלען: "באָנטשע שווײַג רעדט", "באָנטשע שווײַג אָדער באָנטשע שרײַ?", "ווען ׳באָנטשע שווײַג׳ הערט אויף צו שווײַגן", "די טשענסטאָכאָווער קינדער מישפּטן "באָנטשע שווײַג", "דער ייִדישער וויילער אין דער ראָלע פֿון ׳באָנטשע שווײַג׳" אאַ״וו. די מעשׂה מיט זיבן פֿעטע און זיבן מאָגערע קי האָט אַ שײַכות צו יוספֿן. יוסף האָט ניט געזוכט קיין סעקסועלע אַוואַנטורעס, ער האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון פּוטיפֿרס ווײַב, וועלכע האָט אים געוואָלט אַרײַנשלעפּן צו זיך אין בעט אַרײַן. יוספֿס יורשים, די וועלכע האָבן זיך שפּעטער באַזעצט אין לאַנד, וווּ עס רינט מילך מיט האָניק — אין ארץ־ישׂראל, הייסט עס, זענען ניט געווען ענלעך, וואָס שייך סעקס, אויף זייער ווײַטן עלטער־זיידן. צו דעם מוכר־ספֿרים. ר׳האָט אַן אַלטע, בידנע שקאָפּע און זײַן בויד איז אָרעם... (אַבֿרהם זאַק) געווען בײַ אונדז אין שטעטל אַ ייִד, וואָס מע פֿלעגט אים רופֿן זיסיע־קוקורוזע. און כאָטש די מעשׂה איז פֿאָרגעקומען אין כרושטשאָווס צײַטן, ווען דאָס גאַנצע סאָוועטישע פֿאָלק האָט אויף לינקס און אויף רעכטס פֿאַרזייט קוקורוזע, האָט זײַן צונאָמען "קוקורוזע", קיין שום שײַכות ניט געהאַט צו כרושטשאָווס עקאָנאָמישער פּאָליטיק. זיסיע האָט אָנגעפֿירט מיט אַ נייצעך, אין וועלכן ס’האָבן געאַרבעט נאָר פֿרויען. איז כּדי צו מאַכן אויף די שנײַדערקעס אַן אײַנדרוק, פֿלעגט ער טראָגן אין אַ הויזן־קעשענע אַ קוקורוזע־קאַטשן, אַז די נייטאָרינס זאָלן מיינען, אַז ער האָט אין די הויזן אַ "גרויסע ווערט". ווען ס’פֿלעג שוין אָבער קומען צום ווײַזן וואָס ער קען מיט זײַן אייגענער "קוקורוזע" האָט זיך דערפֿון אויסגעלאָזט אַ מאַמעליגע. די אָנפֿירער פֿון פֿאַרשיידענע פּאַרטייען, די קאַנדידאַטן און דעפּוטאַטן, דערמאָנען מיר איצטער דעם דאָזיקן זיסיע־קוקורוזע. זיי האָבן אַרײַנגעלייגט אין זייערע וואַל־קעשענעס ריזיקע פּראָגראַמען, מע זאָל מיינען, אַז זיי פֿאַרמאָגן גאָר ווערטלעכע זאַכן. און מע פֿאָכעט איינער פֿאַרן אַנדערן מיט די פּראָגראַמען־"קוקורוזעס", מע גייט איבער פֿון איין פּאַרטיי אין אַ צווייטער, מע פֿאַראייניקט זיך, מע צעטיילט זיך — ס’טוט זיך חושך. אַ טייל צענטריסטן גייט איבער אין לינקן לאַגער, אַן אַנדער טייל — אין רעכטן; אָבער ניט דערפֿאַר, וואָס די אידעאָלאָגיע, צי די פּראָגראַם פֿון דער, אָדער יענער, פּאַרטיי איז זיי נענטער צום האַרצן, נאָר מע זוכט אַ פּלאַץ אין די פּאַרטיי־רשימות, וואָס זאָל זײַן נענטער צום אָנהייב פֿון דער רשימה, און קאָן גאַראַנטירן צו ווערן אַ חבֿר־הכּנסת. דאָס איז דער עיקר! געוועזענע דעפּוטאַטן בײַטן זייערע אידעאָלאָגיעס ווי דער ישׂראלדיקער וועטער בײַט זיך אום ווינטער. אָבער ווען מע קומט שוין אין כּנסת און מע דאַרף דאָרט עפּעס טאָן מיט די פּראָגראַמען פֿון די קעשענעס, לאָזט זיך אויס — אַ מאַמעליגע.
דוד האָפֿשטיין
אין דער כּשרקייט פֿון אַ שיקסע האָב איך זיך איבערצײַגט נאָך אין די יונגע יאָרן, ווען כ׳פֿלעג קומען אין דאָרף אַרײַן, וווּ ס׳האָבן געוווינט מײַן מומע און פֿעטער, די איינציקע ייִדישע משפּחה אין דעם שיינעם מאָלדאַווישן דאָרף קאָסטעשט. דאָ זײַנען אַדורך מײַנע קינדער־יאָרן... אירע בריסטלעך ניט־צײַטיקע פּירות, ווינטער, מיט תּפֿילין באַקרוינטער יום־כּיפּור, אין טאָג ווען ייִדן פֿאַסטן, גיי איך אין אַן אַשכּנזישער שיל, וואָס איז ניט ווײַט פֿון מײַן וווינונג. בלעטערנדיק אַ מחזור, וואַרט איך, ווען מע וועט אָנהויבן זאָגן יזכּור. דאָס מחזורל איז מיט אַן איבערזעצונג אויף ייִדיש, לייען איך די פֿאַרשיידענע תּפֿילות. וואָס בעטן מיר בײַ גאָט? — ער זאָל אונדז פֿאַרשרײַבן אין אַ גאַנצער צאָל הימלביכער. טראַכט איך: צי נעמט טאַקע דער אייבערשטער אַ פּען אין דער האַנט אויף צו פֿאַרשרײַבן אונדז? ווער הײַנט צו טאָג אויף דער ערד, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט בוכהאַלטעריע באַניצט זיך מיט אַ פּען? — בלויז מיט אַ קאָמפּיוטער! און גאָט? מיר בעטן דאָך: פֿאַרשרײַב אונדז אין ספֿר־החיים, אין ספֿר פֿון רחמים, אין ספֿר פֿון די צדיקים, אין ספֿר פֿון פּרנסה און מזונות, אין ספֿר פֿון גאולה און ישועה, אין ספֿר פֿון זכיות, אין ספֿר פֿון סליחה און מחילה... אַגבֿ, איך האָב אויך אויסגעטראַכט פֿאַר זיך אַ ספֿר: איצט נאָכן פֿאַסטן וויסן וויל איך ניט לאַנג בין איך געווען אויף אַ לעקציע, וועלכע ס׳האָט געלייענט אַ מער־ווייניק יונגער דאָקטער אין געביט פֿון ייִדיש. מײַנע אַ באַקאַנטע, אַ ייִדישע פֿרוי פֿון קעשענעוו, וואָס איז אויך געווען אויף דער לעקציע, האָט מיר געזאָגט בײַם אַרויסגאַנג: "כ׳פֿאַרשטיי, אַז דער לעקטאָר רעדט אַ שיינעם ייִדיש, אָבער כ׳האָב כּמעט גאָרנישט ניט פֿאַרשטאַנען". ווי אַזוי האָט זי מיט איר בעסאַראַבער "טאָטע־מאָמע"־לשון געקאָנט פֿאַרשטיין דעם הויכן אַקאַדעמישן ייִדיש? דעם ייִדיש, ווען מע רעדט אַרויס יעדער אות פֿונעם וואָרט, מיט אַן אַקצענט, וועלכער האָט קיין מאָל ניט עקזיסטירט בײַ די ייִדן פֿון פֿאַרשיידענע שטעט און שטעטלעך. וואָס זשע איז נעבעך שולדיק דער דאָקטער, אַז זײַנע לערער האָבן אים אַזוי געלערנט, אַז אויך פֿאַר זײַנע פּראָפֿעסאָרן איז ייִדיש געווען ניט קיין מאַמע־לשון. ס׳וואַקסט שוין אויס אַ צווייטער דור, וואָס רעדט אויף דעם אַקאַדעמישן, גראַמאַטיש־ריכטיקן, ווײַנרײַך־ייִדיש. פֿאָרמעל איז דאָס פֿאַר זיי מאַמע־לשון, ווײַל זייערע מאַמעס רעדן אויפֿן ייִדיש, אויסגעלערנט אין די אוניווערסיטעטן. דאָס אַמאָליקע מאַמע־לשון ווערט הײַנט פֿאַרביטן אויף ״alma mater־לשון״... איצט שלאָפֿן די פֿידלען פֿאַרפֿרוירן אין שניי, כאָטש דער ניגון איז נאָך וואַרעם און ריזלט ווי בלוט אין זיי… צי ווייסטו, טײַערער לייענער, ווער ס׳האָט אָנגעשריבן די דאָזיקע שורות? צי געדענקט איר, ליבהאָבער פֿון די "פּערל פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע" די שורות: אין טונקלעניש פֿון צימער האָט מײַן טיש געכליפּעט: — העלף! איך וויל ווערן צוריק אַ בוים. צי נאָך אַ סטראָפֿע: איצט בין איך אַ קריגל מיט קוואַלנדיקן ווײַן. ס׳האָט גאָט די זיסטע טרויבן אויסגעקוועטשט און געגאָסן זיי אין מיר אַרײַן. דאָס קריגל קערט זיך אום צו ליים. און דער ווײַן — צו גאָט אַהיים. כ׳האָב זיך פֿאַרליבט אין יעקבֿ פֿרידמאַנס לידער, וועלכע איך ברענג העכער צופֿירן, נאָך אין קעשענעוו, איבערלייענענדיק זײַן ביכל: "די לעגענדע נח גרין", וואָס איז דערשינען אין 1960 אין ניו־יאָרק. דאָס ביכל האָט מיר געגעבן צו לייענען יחיאל שרײַבמאַן, וועלכער האָט זייער הויך געשאַצט יעקבֿ פֿרידמאַנס שאַפֿונג. וואָס הערט מען אין ים?
אוי, און דײַן מומע איז אַ טרײַ־לאַ־לאַ... די גרעסטע צאָל ביר־באַרן אין תּל־אָבֿיבֿ זײַנען אויף די גאַסן אַלענבי און בן־יהודה. דערפֿאַר רוף איך זיי — די באַר־גאַסן. כ׳זיץ אין איינעם פֿון די באַרן בײַ אַ קופֿל ביר, כ׳טראַכט אַרום אַ נײַע ליד מײַנע, צי אַ דערציילונג, צי אַן אַרטיקל. כ׳זיץ און טשעפּע קיינעם ניט. איז ניין, מוז צוקומען עפּעס אַ מאַן צו מיר, זיך אָנבייגן צו מײַן אויער און שטיל פֿרעגן: "איפו יש פּה בית־זונות?" — ווי איז דאָ דאָ אַ הײַזל, וווּ מע קאָן קריגן אַ זונה? פֿאַר וואָס פֿרעגן זיי דווקא מיך, ווייס איך ניט. און אויב איך ווייס יאָ, וועל איך דען זאָגן, אַז אויף דער גאַס אַלענבי נומ׳ ..., צי אויף בן־יהודה נומ׳... |