פֿאַרשײדנס

אין דער כּשרקייט פֿון אַ שיקסע האָב איך זיך איבערצײַגט נאָך אין די יונגע יאָרן, ווען כ׳פֿלעג קומען אין דאָרף אַרײַן, וווּ ס׳האָבן געוווינט מײַן מומע און פֿעטער, די איינציקע ייִדישע משפּחה אין דעם שיינעם מאָלדאַווישן דאָרף קאָסטעשט. דאָ זײַנען אַדורך מײַנע קינדער־יאָרן...
איך בין אַ בר־מיצווה־בחור
ווינטער דאַרף איך לייגן תּפֿילין.
זומער אין דאָרף אויף דער שכנות טאָכטער
האָב איך געפּרוּווט מײַנע יונגע געפֿילן.

אירע בריסטלעך ניט־צײַטיקע פּירות,
אַ שטראַלנדיק צלמל ליגט צווישן זיי
נאָר וואָס האָט עס געקאָנט מיר שטערן —
איין צלמל קאַלטס קעגן בריִיִקע בריסטלעך צוויי...

ווינטער, מיט תּפֿילין באַקרוינטער
אין אונדזער קלײַזל אין ספֿקות איך שטיי:
צי וועט זײַן דער באַשעפֿער מיר מוחל
יענץ צלמל קאַלטס,
צווישן בריִיִקע בריסטלעך צוויי?...

אין דעם האָב איך זיך איבערצײַגט אויך שפּעטער, אַרבעטנדיק ווי אַ לערער, אין אַ מאָלדאַוויש־אוקראַיִנישן דאָרף; אויך דאָרט בין איך געווען דער איינציקער ייִד...
דאָס וואָרט שיקסע, הייסט עס, ניט קיין ייִדיש מיידל, אַ קריסטלעכע, געפֿינען מיר אין דער ייִדישער ליטעראַטור. געפֿינען, צום בײַשפּיל, בײַ די ייִדישע שרײַבער פֿון רומעניע און בעסאַראַביע. יעקבֿ שטערנבערג האָט אַ ליד, וואָס הייסט, "מײַנע רייד צו דער שיקסע":
ביסט אי שיקסע־ערד, אי סתּם אַ שיקסע
און אי ביידע.
כ׳רעד צו דיר אי ייִדיש און אי גוייִש
ווי מײַן שפּאָלער זיידע...

די אַמאָליקע שיקסעס אין די שטעטלעך און אייניקע אין די דערפֿער פֿון בעסאַראַביע, נאָך פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה, האָבן געקענט און גערעדט ייִדיש. וועגן דעם לייענען מיר אין אַ ליד פֿונעם ייִדישן פּאָעט ישׂראל בערקאָוויטש. דער פּאָעט שרײַבט, אַז אויף די בעסאַראַבער וועגן, "צווישן בריטשאַן און יעדינעץ" האָט ער באַגעגנט אַ וואָגן מיט שיקסעס. די שיקסעס זאָגן אים, אויף ייִדיש, ער זאָל זיך אַרײַנזעצען אין וואָגן, אַז ער דאַרף זיך ניט שעמען. דערנאָך יעדע שיקסע זאָגט אַ שורה אויף ייִדיש פֿון אַזאַ ווערטערשפּיל:
פֿאַר וואָס דאַרפֿסטו זיך שעמען?
שמן איז בוימל
און בוימל איז אייל
און אל איז גאָט
און פֿאַר גאָט
דאַרף מען זיך ניט שעמען...

זאָגט דער מחבר, ישׂראל בערקאָוויטש:
וויפֿל ייִדישקייט האָט אויף די בעסאַראַבער וועגן זיך געוואַלגערט, אַז בײַ אַ שיקסע זאָל אַ ווערטערשפּיל אַזאַ פֿאַרבלײַבן...
בײַ די סאָוועטישע שרײַבער טרעפֿט מען זייער זעלטן דאָס וואָרט "שיקסע". און דאָך האָט פּרץ מאַרקיש געשריבן אין זײַן ליד "פֿאַרקויף מיר, שיקסעלע, דאָ בעז אַ צווײַגעלע", נאָך אין יאָר 1919: /— וואָס שיקסל, שמעקט אַזוי, די פֿרישע בעזעלעך./ די פֿרישע בעזעלעך, צי... דו — אַליין?!/
אין די סאָוועטישע צײַטן פֿלעגן ניט ווייניק ייִדישע בחורים זיך פֿאַרליבן אין ניט־ייִדישע מיידלעך; אין די, מיט וועמען זיי האָבן זיך געלערנט אין שול, אין די אינסטיטוטן און אוניווערסיטעטן; האָבן חתונה געהאַט מיט זיי, געשאַפֿן משפּחות. איין ייִדענע, וועמענס זון האָט גענומען פֿאַר אַ ווײַב זײַן קלאַסן־חבֿרטע, אַ רוסיש מיידל, האָט געזאָגט אין אַ שמועס מיט מײַן מאַמען: "זיי, די שיקסעס, לייגן זיך תּיכּף אונטערן ייִדישן ייִנגל און פֿאַרפֿאַלן...". נאָר איך מיין, אַז ניט אין דעם באַשטייט די סיבה. אַגבֿ, דער זון פֿון דער ייִדענע האָט אָפּגעלעבט אַ שיין לעבן מיט דער רוסישער פֿרוי. זיי האָבן געהאַט צוויי זין, וועלכע וווינען איצט אין ניו־יאָרק, אָבער אַליין געבליבן אין שטעטל און ליגן איצט דאָרט אויף פֿאַרשיידענע בית־עולמס...
דווקא אין ישׂראל קאָן אַ קריסטלעכע פֿרוי און איר ייִדישער מאַן ביידע מקבר ווערן אויף איין בית־עולם, וואָס הייסט, אַן אַלטערנאַטיווער בית־עולם. אַהערצו קומען אי אַ גלח, אי אַ רעפֿאָרם־רבֿ; דאָ קאָן מען זען אויף איין מצבֿה אַ צלם און אויף אַ צווייטער — אַ מגן־דוד...
בײַ אונדז אין לאַנד וווינען דרײַ מינים ניט־ייִדישע פֿרויען, וואָס האָבן חתונה געהאַט אין ראַטן־פֿאַרבאַנד מיט ייִדן: די, וואָס זענען געבליבן בײַ זייער גלויבן, גייען אין קלויסטער, האַלטן זיך בײַ די קריסטלעכע מינהגים; דער צווייטער מין — פֿרויען נייטראַלע צו ביידע רעליגיעס, און דער דריטער מין — די פֿרויען, וועלכע האָבן אָנגענומען די ייִדישע רעליגיע — די גרטעס. פֿאַר מיר זענען נאָענטער צום האַרצן די ערשטע, די געבליבענע מיטן "צלמל צווישן די בריסטלעך", געבליבן אַזוי, ווי זיי זענען געווען דעמאָלט, ווען מע האָט זיך פֿאַרליבט אין זיי. ווי ס׳פֿלעגט זאָגן מײַן מאַמע: "אויב מע האָט שוין חתונה פֿאַר אַ שיקסע, דאַרף מען זיך ניט שעמען ניט מיט איר גלויבן, ניט מיט אירע קרובֿים". איך האַלט ניט פֿונעם גיור. מע קאָן איבערנעמען דאָס ייִדישקייט, נאָר מע קאָן ניט באַקומען דורך דעם אַ ייִדישן אָדער אַ ייִדישע נשמה!
צו מײַנעם אַ באַקאַנטן חב״דער רבי אין קעשענעוו איז געקומען אַ רוסישע פֿרוי. זי וווינט שוין אַ סך יאָרן מיט איר ייִדישן מאַן, גייט אין שיל אַרײַן, פֿירט אַ ייִדישע שטוב, וויל זי דורכמאַכן דעם גיור. זאָגט איר דער רבי: "נאָכן גיור וועט איר ווערן אַן אמתע ייִדישע פֿרוי, אַ טאָכטער פֿון אונדזערע הייליקע מוטערס — שׂרהן, לאהן און רחלען. איצט זאָגט מיר, ווי אַזוי וועט איר, אַן ערלעך געוואָרענע ייִדענע, קאָנען נאָך דעם וווינען מיט אַ ייִדן, וואָס האָט פֿאַר אײַך, געלעבט מיט אַ שיקסע?..." שיין געזאָגט!
די בעסאַראַבער ייִדן האָבן ליב אַ מאַמעליגע. און כּדי אַ מאַמעליגע זאָל זײַן געראָטן, דאַרף מען אַ סך מישן דאָס פּאַפּשוימעל מיטן זידנדיקן וואַסער אין אַ קעסעלע. און אויב מע האָט ניט קיין געדולד, פֿאַרבלײַבן אין דער מאַמעליגע שטיקלעך, קײַקעלעך מעל. די דאָזיקע קײַקעלעך פֿלעגט מען בײַ אונדז רופֿן "שיקסעס". ווײַזט אויס דערפֿאַר, ווײַל זיי זענען געבליבן ניט איבערגעמישט, ניט דורכגעזאָטן?...
איצט אַן אַנדער פֿראַגע: וואָס איז דער אונטערשייד צווישן אַ ייִדישער און אַ ניט־ייִדישער פֿרוי?
יחיאל שרײַבמאַנס ערשטע פֿרוי איז געווען אַ ייִדישקע, אָלגע האָט זי געהייסן. די צווייטע, אַ רוסישע פֿרוי, מאַרינע, אַן עכטע קאַזאַטשקע פֿונעם ווײַטן אוראַל. אָט, וואָס שרײַבמאַן שרײַבט וועגן זיי אין זײַן ראָמאַן "זיבן יאָר מיט זיבן חדשים": "כ׳ווייס ניט, וואָס אָלגע וואָלט אַ זאָג געטאָן, ווען זי כאַפּט זיך פּלוצעם אַראָפּ פֿון יענער־וועלט און טרעפֿט לעבן מיר מאַרינען. ס׳הייסט, איך ווייס יאָ: ׳זע נאָר, אַ רוסיש מיידל און האָט זיך לעבן דיר אַזוי ווויל אויסגעלערנט ייִדיש, און האָט אַזוי טיף ליב באַקומען אַלצדינג דײַנס, און טראָגט דיר אַנטקעגן די זעלבע געטרײַקייט, וואָס איך פֿלעג דיר אַנטקעגן טראָגן. האָסט געטאָן גלײַכער פֿון גלײַך’".
דאָ וויל איך צוגעבן, אַז מאַרינע איז דורכגעגאַנגען בײַ דעם רבי פֿון ייִדיש, בײַ יחיאל שרײַבמאַנען, אַ ספּעציפֿישן ייִדיש־"גיור"! זי האָט אויסגעלערנט די ייִדישע שפּראַך, לייענט ייִדישע ביכער און איצט, נאָכן מאַנס טויט, גיט זי אַרויס זײַנע ביכער. אַזאַ ייִדיש־"גיור" נעם איך יאָ אָן!
משה אַלטמאַן אין זײַן ראָמאַן "מדרש פּינחס" מאָלט צוויי העלדין: אַ רוסישע פֿרוי מאַריאַנאַ און אַ ייִדיש מיידל ריטע. דער הויפּט־העלד איז פֿאַרליבט אין דער קריסטלעכער. אָט ווי זי ווערט באַשריבן: "...אַזאַ פֿרוי אין אַנדערע צײַטן און בײַ גינסטיקע געלעגנהייטן, קען אומברענגען גאַנצע לענדער...", "מאַריאַנאַ, ווי די פּאַנטערע ביסטו מיר געווען...", "...און דאָך, וויל איך דײַן קערפּער באַזינגען... מאַריאַנאַ, מײַן געזאַנג צו דיר: דײַן קערפּער, דײַן קערפּער...", "...אפֿשר, ווען איך וואַג... אפֿשר וואָלסטו געווען דערפֿילט ווי אַזוי איך האָב דיך ליב...".
וואָס זשע לייענען מיר וועגן דעם ייִדישן מיידל?: "...ריטאַ... איך פֿלעג צו זיך זאָגן: אַזוי דאַרף זײַן אַ ייִדיש מיידל. אָט זי וועט עס זײַן די אידעאַלע פֿרוי פֿון איר מאַן און די מאַמע פֿון אירע קינדער. ריטאַ, דו ביסט ווי באַשאַפֿן געוואָרן פֿאַר משפּחה, אויף צו זײַן אַ מאַמע..."
יצחק באַשעוויס אין זײַן ראָמאַן "דער קנעכט", באַשרײַבט די ערשטע ליבע־נאַכט פֿון יעקבֿן, אַ טיף רעליגיעזן מענטש, מיט דער קריסטלעכער וואַנדאַ, אַזוי: "...זי האָט געגליט מיט אַ היץ וואָס ער האָט קיינמאָל נישט געקאָנט. זי האָט גערעדט רייד וואָס ער האָט פֿריִער קיינמאָל נישט געהערט. זי האָט אים גערופֿן: הירש, לייב, וואָלף, ביק... ער איז געקומען אויף איר אָבער־אַמאָל און ווידער־אַמאָל... זי האָט געשריגן מיט אַ הויכן קול: נאָך, נאָך! גיב, גיב, גיב! מאַן מײַנער, מאַן מײַנער, מאַן מײַנער!... ס׳האָט זיך געריסן פֿון אים אַ כּוח וואָס ער האָט קיינמאָל נישט געוווּסט, אַז ער פֿאַרמאָגט אים..." און ווײַטער: "ער האָט נישט ווילנדיק פֿאַרגליכן די וואַנדאַ מיט זעלדע־לאהן עליה השלום... זי איז אַלעמאָל געווען אין בעט שווײַגנדיק, קאַלט... געקלאָגט אויף: קאָפּ־ווייטיק, ציין־ווייטיק, ברענונג אונטערן לעפֿעלע, קלעמענישן... ווי האָט ער געקאָנט וויסן, אַז ס׳איז דאָ אַזאַ ליבשאַפֿט, אַזוינע קושן, אַזאַ פֿײַער, אַזאַ דורשט?..."
איצט אין ישׂראל אַ שידוך צווישן אַ ייִדן און ניט אַ ייִדיש מיידל רופֿט ניט אַרויס קיין שום טאַדל. דאָך אַ מאָל אין די שטעטלעך, פֿלעגט עס אָפֿט מאָל זײַן אַ טראַגעדיע. און באַרעכטיקן אַזאַ שידוך האָט געקאָנט נאָר דאָס גרויסע געפֿיל, וואָס הייסט, ליבע!
צום סוף פֿון יצחק באַשעוויס׳ ראָמאַן "דער קנעכט", האָט מען מקבר געווען די העלדן יעקבֿן און וואַנדען, וועלכע נאָך איר גיור האָט באַקומען דעם נאָמען שׂרה, אין איין קבֿר. דער מצבֿה־קריצער האָט געשניצט דעם שטיין אַ גאַנץ יאָר:
"...איבער דער מצבֿה האָט ער אויסגעשניצט צוויי טויבן וואָס האָבן זיך געקושט אין די שנאָבלען. [...] אונטן זײַנען געווען די נעמען פֿון ביידע ניפֿטרים, יעקבֿ בן אליעזר און שׂרה בת אַבֿרהם אָבֿינו... איבער די נעמען זײַנען געשטאַנען די ווערטער: הנאהבֿים והנעימים בחייהם ובמותם לא נפֿרדו — די וואָס זײַנען געליבט און זיך אָנגענעם בײַם לעבן און דער טויט האָט זיי נישט צעשיידט."