- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
די מעשׂה מיט זיבן פֿעטע און זיבן מאָגערע קי האָט אַ שײַכות צו יוספֿן. יוסף האָט ניט געזוכט קיין סעקסועלע אַוואַנטורעס, ער האָט זיך אָפּגעזאָגט פֿון פּוטיפֿרס ווײַב, וועלכע האָט אים געוואָלט אַרײַנשלעפּן צו זיך אין בעט אַרײַן. יוספֿס יורשים, די וועלכע האָבן זיך שפּעטער באַזעצט אין לאַנד, וווּ עס רינט מילך מיט האָניק — אין ארץ־ישׂראל, הייסט עס, זענען ניט געווען ענלעך, וואָס שייך סעקס, אויף זייער ווײַטן עלטער־זיידן. דער מחבר פֿון די שורות האָט נישט איין מאָל געהערט דעם סטערעאָטיפּ, אַז קאָמפּיוטערײַ איז, כּלומרשט, נישט קיין ווײַבערישע זאַך; פֿון דער צווייטער זײַט, האָב איך נאָך אין דער מיטל־שול געקענט מיידלעך, וועלכע האָבן זיך דעמאָלט שטאַרק אינטערעסירט מיט קאָמפּיוטער־וויסנשאַפֿט און זענען שפּעטער טאַקע געוואָרן געניטע פּראָגראַמיסטקעס. אין אַזאַ רעלאַטיוו קאָנסערוואַטיוו לאַנד, ווי אַמעריקע, שאַפֿן אַזעלכע פֿרויען ספּעציעלע אָרגאַניזאַציעס, כּדי צו באַקעמפֿן די דערמאָנטע סטערעאָטיפּן. די פֿילאָסאָפֿיע פֿונעם אָפֿענעם פּראָגראַם־קאָד שטאַמט פֿון דער "העקער"־באַוועגונג, וועלכע האָט, אין די אָנהייב־1960ער יאָרן, ווייניק געהאַט צו טאָן מיטן הײַנטצײַטיקן סטערעאָטיפּישן אימאַזש פֿון אַ קאָמפּיוטער־פֿאַרברעכער, און האָט זיך פֿאָקוסירט אויף אַזעלכע ווערטן, ווי פֿרײַהייט, חבֿרשאַפֿט און אומאָפּהענגיקייט. די שאַפֿער פֿון אָפֿענע פּראָגראַמען פֿאַרשפּרייטן זיי דווקא בחינם, צוזאַמען מיטן אָריגינעלן קאָד, וועלכער דערמעגלעכט יעדן מענטש צו פֿאַרשטיין גענוי, ווי אַזוי די פּראָגראַם פֿונקציאָנירט, און ווי אַזוי צו שאַפֿן אויפֿן סמך פֿון איר אייגענע פּראָגראַמען, אָן קיין זאָרג וועגן פּאַטענטן און ליצענזיעס. אוּאַ, האָט ער מיר דאָס אַרײַנגעשאָסן! וואָס הייסט אַרײַנגעשאָסן — מיט איין שאָס מיך "אַוועקגעלייגט אויף די לאָפּאַטקעס", מיר אָפּגעצאָלט מיט אַ דראַמאַטישן גראַמאַטיש דעמאָקראַטישן גראַמאָטנעם שאָס פֿאַר מײַן העזה, ווי דער רעדאַקטאָר פֿון די "לעבנס־פֿראַגן", צו פֿאַרבײַטן זײַן "די" אויף "דאָס". און "דאָס", ווי באַוווּסט, גראַמט זיך דאָך מיט "שאָס"! זונטיק, אַ טאָג פֿאַרן סימפּאָזיום, האָט אַנע ערשלער, מײַנע אַ באַקאַנטע, מיט וועלכער איך האָב זיך געלערנט אין דער זעלבער מיטלשול אין רוסלאַנד, און איצטw אַ פּראָפֿעסאָרין פֿון מאַטעמאַטיק, אַן אַקטיווע פּאַריזער ייִדישיסטקע, האָט מיר געגעבן אַן אומפֿאָרמעלן טור איבער דעם אַלטן ייִדישן קוואַרטאַל פֿון פּאַריז, באַקאַנט ווי דאָס "פּלעצל", וואָס געפֿינט זיך אינעם ראַיאָן "מאַרע". מײַן ערשטער שפּאַציר איבער דער פֿראַנצויזישער הויפּטשטאָט איז געווען אַ חידושדיקער: דערוואַקסענע מיט קינדער־וועגעלעך, וועלאָסיפּעדן, מאָטאָציקלען און אויטאָס. קינד־און־קייט, פֿאָרן בשלום צוזאַמען אויף די שמאָלע גאַסן, פֿול מיט מוזיקאַנטן מכּל־המינים, וועלכע פּרוּוון צו מאַכן אַ ביסל פּרנסה, שפּילנדיק פֿאַר די טויזנטער טוריסטן; וועלכע שפּאַצירן כּסדר איבער די אַלטע פּאַריזער קוואַרטאַלן. פּונקט אַזאַ אײַנדרוק איז בײַ מיר געבליבן פֿונעם סימפּאָזיום גופֿא. נישט געקוקט אויף דער ערנסטקייט פֿון דער אונטערנעמונג, וועלכע איז פֿאָרגעקומען אינעם צענטראַלן בנין פֿון אַ וויכטיקן צווײַג פֿון דער "יו־ען", איז דער סימפּאָזיום געראָטן ווי אַ שעפֿערישע, לעבעדיקע, פֿאַרכאַפּנדיקע און בונטע פֿאַרזאַמלונג. פּראָפֿ׳ יצחק ניבאָרסקי האָט דערקלערט, אין דער אַרײַנפֿיר־סעסיע פֿונעם סימפּאָזיום, אַז די אָרגאַניזאַטאָרן האָבן בכּיוון פֿאַרבעטן נישט די גוט־באַקאַנטע פֿאַרוואַלטער און פֿאָרזיצער פֿון ייִדיש־אָרגאַניזאַציעס, נאָר אַזעלכע מענטשן — בפֿרט די יונגע־לײַט — וועלכע קאָנען ווײַזן, אַז די ייִדישע שפּראַך אַנטוויקלט זיך טאַקע ווײַטער נישט בלויז ווי עפּעס אַן אינסטיטוציע־פּראָגראַם, נאָר ווי אַ טייל פֿון אַ לעבעדיקער קולטור. אין אַמעריקע איז דער מצבֿ אויך ניט קיין גרויסאַרטיקער. אין יאָר 2009 (קיין שפּעטערדיקע באַריכטן זײַנען דערווײַל ניטאָ) האָבן אין גאַנצן לאַנד בלויז 30 גראַדויִר-סטודענטן געלערנט ייִדיש. געלערנט הייסט נאָך ניט אויסגעלערנט. דאָס ווייס איך אויך פֿון מײַן דערפֿאַרונג. וועט איר פֿרעגט: וואָס הייסט בײַ דיר אויסגעלערנט? בײַ מיר הייסט עס, אין דעם פֿאַל, צו קענען נוצן ייִדישע טעקסטן. קיין ממשותדיקן פֿאַרנעם פֿון אַזעלכע פֿאָרשונגען, וואָס זײַנען באַזירט אויף ייִדישע מאַטעריאַלן, זעט מען, צום באַדויערן, גאַנץ ווייניק. נאָך ווייניקע — ממש נאָר אויפֿן שפּיץ מעסער — פֿירט מען פֿאָרשונגען באַזירט אויף דער ייִדישער פּרעסע, ווײַל דאָס פֿאָדערט, אַ חוץ דער שפּראַך, געדולד און צײַט. איך האָב געמאַכט אָט די לאַנגע “הקדמה" צו ווײַזן דעם אַלגעמיינעם פֿאָן, אויף וועלכן איך נעם אויף די פֿאָרשונג פֿון רבֿקה מאַרגאָליס, דער קאַנאַדער ייִדישער היסטאָריקערין. צוריק גערעדט, גלייב איך ניט, אַז איר אַרבעט וואָלט אויסגעזען “בלייכער" טאָמער דער הינטערגרונט וואָלט געווען רײַכער מיט פֿאָרשונגען פֿון אַן ענלעכן ניוואָ. און דאָ וועל איך אָפּשטעלן דעם שטראָם פֿון מײַנע שבֿחים און אַריבערגיין צו דער נײַער פּובליקאַציע פֿון רבֿקה מאַרגאָליסעס פֿאָרשונגען. (איך ווייס, אַז אין דײַטשלאַנד איז דערווײַל אַרויס נאָך איין פּראָדוקט פֿון איר אַרבעט, אָבער דער דאָזיקער “פּראָדוקט" איז אָנגעקומען אויף מײַן אָקספֿאָרדער אַדרעס, און איך געפֿין זיך איצט אין ניו-יאָרק.) אין דער כּשרקייט פֿון אַ שיקסע האָב איך זיך איבערצײַגט נאָך אין די יונגע יאָרן, ווען כ׳פֿלעג קומען אין דאָרף אַרײַן, וווּ ס׳האָבן געוווינט מײַן מומע און פֿעטער, די איינציקע ייִדישע משפּחה אין דעם שיינעם מאָלדאַווישן דאָרף קאָסטעשט. דאָ זײַנען אַדורך מײַנע קינדער־יאָרן... אירע בריסטלעך ניט־צײַטיקע פּירות, ווינטער, מיט תּפֿילין באַקרוינטער הגם די ערשטע קאָמפּיוטערס זענען געשאַפֿן געוואָרן נאָך אין די 1940ער יאָרן, און אַ סך קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס האָבן זיך נישט פּרינציפּיעל געביטן במשך פֿון די לעצטע 50 יאָר, ווערן די הײַנטיקע קאָמפּיוטערס אַלץ קלענער. אַ געוויינטלעכער צעל־טעלעפֿאָן איז אַ סך מעכטיקער און גיכער, ווי די אַמאָליקע ריזיקע רעכן־מאַשינען, וואָס זענען אויסגענוצט געוואָרן, למשל, כּדי אָפּצושיקן די ערשטע עקספּעדיציעס אין קאָסמאָס. פֿאַראַכטאָגן שבת איז געשטאָרבן ניל אַרמסטראָנג — דער לעגענדאַרער העלד פֿון דער ערשטער לבֿנה־עקספּעדיציע. זינט יענער תּקופֿה, האָט קיינער מער נישט באַזוכט די לבֿנה, הגם אַלע נייטיקע חשבונות פֿאַר אַזאַ נסיעה קאָן מען הײַנט דורכפֿירן מיט דער הילף פֿון אַ מכשיר, וואָס פּאַסט גרינג אַרײַן אין אַ קעשענע אָדער אַפֿילו אין אַ האַנט־זייגער. ס׳איז אָבער פֿאַראַן אַ סתּירותדיק פֿעלד פֿון פֿאָרשונגען, וווּ קאָמפּיוטערײַ און נאַנאָטעכנאָלאָגיעס קאָנען ברענגען צו אַ נײַער פֿונדאַמענטאַלער וויסנשאַפֿטלעכער רעוואָלוציע. די וואָך האָט דער זשורנאַל ״Nature Materials״ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פֿאָרש־אַרטיקל פֿון אַ גרופּע האַרוואַרדער וויסנשאַפֿטלער, וועלכע האָבן קאָנסטרויִרט, צום ערשטן מאָל, אַ נעץ פֿון מיקראָסקאָפּישע עלעקטרישע דראָטן, פֿאַרבונדן מיט אַ קינסטלעך־געשאַפֿן שטיקל פֿון לעבעדיקע מענטשלעכן צעלן. די פֿאָרשער האָבן אויפֿגעוויזן, אַז מע קאָן שאַפֿן אַ האַלב־לעבעדיקע, האַלב־קאָמפּיוטערישע סיסטעם, וווּ מענטשלעכע נערוון־צעלן זענען אינגאַנצן אויסגעמישט מיט סיליקאָן־דראָטן, און טראַנזיסטאָרס. — קוקט נישט אַרײַן אין מײַן צײַטונג, איר גנבֿעט בײַ מיר פֿון מויל אַרויס די שענסטע תּשובֿות... אַ גילגול פֿון אַ תּשובֿה אַ בינטל מחשבֿות צום וואָרט ווען מ׳איז יונג און מ׳שטייט אין שידוכים קלערט מען נישט וועגן דעם מאָרגן. מען טראַכט בלויז, ווער איז ער? ווי זעט ער אויס? איז ער אַ מענטש אָדער איז ער נישט, הײַנט געדאַכט. צו אַכצן האָב איך געוווּסט איין זאַך: ער דאַרף זײַן אַן אַמעריקאַנער, און מקיים זײַן מײַן מאַמעס חלום; ער דאַרף זײַן הויך, מיט ברייטע פּלייצעס, און מיט אַ שוואַרצער קוטשעראַווער טשופּרינע. איין זאַך איז מיר געלעגן אין זינען — איך וועל נישט נעמען קיין בחור וואָס איז אַדורכגעגאַנגען דאָס גיהנום בײַ היטלערן, ווײַל ווער ווייסט ווי ער איז באַשעדיקט, ווער ווייסט צי ער איז אַרויסגעקומען דערפֿון בשלום. דער חילוק צווישן פּאַנטעיִזם און פּאַנענטעיִזם — הגם ס׳רובֿ חסידים קענען נישט, מסתּמא, אַזעלכע פֿילאָסאָפֿישע טערמינען — באַשטייט אין דעם, וואָס פֿאַר אַ פּאַנטעיִסט איז אַלץ ממש ג־ט, און אַ פּאַנענטעיִסט האַלט, אַז דער אוניווערס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ ג־טלעכע אַנטפּלעקונג, אָדער איז אָנגעפֿילט מיטן ג־טלעכן חיות. אין פֿאַרשיידענע חסידישע גרופּעס טרעפֿן זיך ביידע פֿילאָסאָפֿיעס, אין פֿאַרשיידענע קאָמבינאַציעס. ס׳רובֿ הײַנטיקע אונגאַרישע און גאַליציאַנער חסידים פֿאַרנעמען זיך נישט סיסטעמאַטיש מיט קבלה און שטודיעס פֿון חסידישע טעאָריעס. זייער חסידות דריקט זיך אויס, דער עיקר, אין מלבושים, מאכלים, נוסח פֿון דאַוונען, גיין צום רבינס טיש און אַנדערע פּראַקטישע מינהגים. די סאַטמאַרער חסידים — די גרעסטע גרופּע אין דער וועלט — זענען בכלל נעענטער צום מתנגדישן דרך; רבי יואל טייטלבוים ז״ל האָט געהאַלטן, אַז דער אַלטער דרך פֿון בעל־שם־טובֿ איז אין די הײַנטיקע צײַטן פֿאַרגעסן געוואָרן, דערפֿאַר איז די עיקר־עבֿודה צו זײַן אַ ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר, וואָס לערנט די גמרא, לעבט על־פּי שולחן־ערוך און טוט חסד. אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע חסידים, טראַכטן נישט די סאַטמאַרער, אַז אַ יונגער־מאַן, וואָס לערנט די גאַנצע צײַט אין אַ כּולל, איז העכער ווי אַ פּשוטער אַרבעטער. אַדרבה, דאָס אַרבעטן און געבן צדקה איז פּונקט אַזוי הייליק, ווי דאָס תּורה־לערנען. אין דעם דאָזיקן צוגאַנג גופֿא ווערט אָבער אויסגעדריקט דער אַלגעמיינער חסידישער פּאַנענטעיִזם. אַפֿילו אַזאַ גשמיותדיקע זאַך, ווי פּרנסה, איז בעצם הייליק. די מעשׂה פֿונעם קאַרטאָפֿל איז אַזאַ, וואָס וועגן אים האָט מען אָנגעשריבן גאַנצע ביכער. שטאַמען שטאַמט ער פֿון דרום־אַמעריקע — פּערו. קיין אייראָפּע איז ער, אַזוי ווי דער פּאָמידאָר, אָנגעקומען נאָך קאָלאָמבוסן, אַ דאַנק די שפּאַניער וואָס האָבן אײַנגענומען די אימפּעריע פֿון די אינקאַס. ווי מיר האָבן שוין געשריבן, זענען די ביידע גרינסן פֿון איין משפּחה מיט נאַכטשאָטן און אַנדערע סמיקע געוויקסן, האָט מען אויפֿן קאַרטאָפֿל אויך באַלד געוואָרפֿן אַן אומחן. קומט אויס, אַז אין דער צווייטער העלפֿט 18טן יאָרהונדערט האָט דער פֿראַנצייזישער וויסנשאַפֿטלער פּאַרמאַנטיע (Parmentier) געזען, אַז אין פֿראַנקרײַך זאָל זיך דאָס פֿאָלק צוכאַפּן דערצו. ווי אַזוי? ער האָט פֿאַרזעצט קאַרטאָפֿל אין די אַריסטאָקראַטישע גערטנער און געהייסן, מע זאָל די פֿלאַנצן שטרענג באַוואַכן. כאָטש די אַריסטאָקראַטיע האָט פֿונעם קאַרטאָפֿל דווקא נישט געהאַלטן, האָט דער המון פֿאַרשטאַנען, אַז קאַרטאָפֿל איז טאַקע דאָס וואָס זיי דאַרפֿן; און בשעת די דאָרטיקע שומרים פֿלעגן זיך פֿאַרקוקן אין אַ זײַט, האָט מען קאַרטאָפֿל אַרויסגעגנבֿעט. צו אַ גיכער פֿאַרשפּרייטונג פֿון דעם געוויקס האָט נאָך צוגעשפּילט דער גרויסער הונגער אין אייראָפּע אין 1770, ביז ס’איז געוואָרן די עיקרדיקע שפּײַז איבער אַ היפּשן שטח — למשל, סײַ אין אירלאַנד און סײַ אין רוסלאַנד. אין פּעטערבורג — די שטאָט, וואָס ווערט אָפֿט באַטראַכט ווי דער קולטורעלער הויפּט־צענטער פֿון רוסלאַנד — געפֿינט זיך די רוסלענדישע נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק, אַ ריזיקער אוצר פֿון 33 מיליאָן ביכער און אַנדערע דאָקומענטן. אינעם יאָר 1795, האָט די אימפּעראַטאָרין יעקאַטערינע די צווייטע גוטגעהייסן דעם פּראָיעקט פֿון דער מלוכישער עפֿנטלעכער ביבליאָטעק, פֿאָרגעלייגט דורך דעם אַרכיטעקט יעגאָר סאָקאָלאָוו. אין דער זעלבער צײַט, מיט אַ יאָר פֿאַר איר טויט, האָט די מלכּה געהייסן צו ברענגען פֿון וואַרשע קיין פּעטערבורג די ביכער־קאָלעקציע פֿון די ברידער זאַלוסקי. די דאָזיקע זאַמלונג האָט פֿאַרלייגט דעם יסוד פֿונעם אויסלענדישן אָפּטייל פֿון דער ביבליאָטעק. די רוסלענדישע נאַציאָנאַלע ביבליאָטעק איז די עלטסטע עפֿנטלעכע ביבליאָטעק אין רוסלאַנד, וועלכע בלײַבט דער גרעסטער ביכער־אוצר אינעם לאַנד, וועלכע שפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אינעם קולטורעלן לעבן און אין דער אַקאַדעמישער וויסנשאַפֿט אין רוסלאַנד. במשך פֿון איר לאַנגער געשיכטע, אינעם פּעריאָד פֿון איבער 200 יאָר, האָט די ביבליאָטעק זיך כּסדר פֿאַרברייטערט; דער ריזיקער אָפּטייל פֿון אויסלענדישער ליטעראַטור ווערט הײַנט אײַנגעטיילט אין אַ ריי פֿאַרשיידענע צווײַגן. מסתּמא צוליב דעם, וואָס דער ייִדישער אַלף־בית ווערט באַטראַכט ווי אַ מיזרחדיקער, געהערן די ביכער אויף ייִדיש צום אָפּטייל געווידמעט דער ליטעראַטור פֿון אַזיאַטישע און אַפֿריקאַנישע לענדער. |