ווי ס׳איז באַקאַנט, איז דער חסידישער שטייגער פֿון ייִדישקייט באַגרינדעט אויף פּאַנענטעיִזם אָדער אַפֿילו פּאַנטעיִזם. על־פּי־חסידות, איז די גאַנצע וועלט, אַפֿילו די פּשוטסטע זאַכן, זענען ממש אַנטפּלעקונגען פֿון ג־ט אָדער, לכל־הפּחות, אַנטהאַלטן אין זיך ניצוצות־הקדושה, ג־טלעכע פֿינקעלעך פֿון הייליקייט.
דער חילוק צווישן פּאַנטעיִזם און פּאַנענטעיִזם — הגם ס׳רובֿ חסידים קענען נישט, מסתּמא, אַזעלכע פֿילאָסאָפֿישע טערמינען — באַשטייט אין דעם, וואָס פֿאַר אַ פּאַנטעיִסט איז אַלץ ממש ג־ט, און אַ פּאַנענטעיִסט האַלט, אַז דער אוניווערס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ ג־טלעכע אַנטפּלעקונג, אָדער איז אָנגעפֿילט מיטן ג־טלעכן חיות. אין פֿאַרשיידענע חסידישע גרופּעס טרעפֿן זיך ביידע פֿילאָסאָפֿיעס, אין פֿאַרשיידענע קאָמבינאַציעס.
ס׳רובֿ הײַנטיקע אונגאַרישע און גאַליציאַנער חסידים פֿאַרנעמען זיך נישט סיסטעמאַטיש מיט קבלה און שטודיעס פֿון חסידישע טעאָריעס. זייער חסידות דריקט זיך אויס, דער עיקר, אין מלבושים, מאכלים, נוסח פֿון דאַוונען, גיין צום רבינס טיש און אַנדערע פּראַקטישע מינהגים. די סאַטמאַרער חסידים — די גרעסטע גרופּע אין דער וועלט — זענען בכלל נעענטער צום מתנגדישן דרך; רבי יואל טייטלבוים ז״ל האָט געהאַלטן, אַז דער אַלטער דרך פֿון בעל־שם־טובֿ איז אין די הײַנטיקע צײַטן פֿאַרגעסן געוואָרן, דערפֿאַר איז די עיקר־עבֿודה צו זײַן אַ ייִד פֿון אַ גאַנץ יאָר, וואָס לערנט די גמרא, לעבט על־פּי שולחן־ערוך און טוט חסד.
אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע חסידים, טראַכטן נישט די סאַטמאַרער, אַז אַ יונגער־מאַן, וואָס לערנט די גאַנצע צײַט אין אַ כּולל, איז העכער ווי אַ פּשוטער אַרבעטער. אַדרבה, דאָס אַרבעטן און געבן צדקה איז פּונקט אַזוי הייליק, ווי דאָס תּורה־לערנען. אין דעם דאָזיקן צוגאַנג גופֿא ווערט אָבער אויסגעדריקט דער אַלגעמיינער חסידישער פּאַנענטעיִזם. אַפֿילו אַזאַ גשמיותדיקע זאַך, ווי פּרנסה, איז בעצם הייליק.
צוויי אַנדערע גרויסע חסידישע גרופּעס, די ליובאַוויטשער און די בראַצלעווער, פֿאַרנעמען זיך יאָ גאַנץ אַקטיוו מיט מיסטישע שטודיעס און פּראַקטיקעס, און זענען געשטימט מער פּאַנטעיִסטיש. דער פֿריִערדיקער ליובאַוויטשער רבי, יוסף־יצחק שניאורסאָן, האָט בפֿירוש געזאָגט, אַז "ג־ט איז אַלץ און אַלץ איז ג־ט"; דאָס איז אַ קלאַסישע פֿאָרמולע פֿון עכטן פּאַנטעיִזם. פֿאַר אַ חב״דניק איז די גאַנצע וועלט בלויז אַ שפּיל פֿון ג־טלעכע אַנטפּלעקונגען, וועלכע זענען בעצם פֿאַראייניקט אינעם עצמדיקן ליכט פֿון אין־סוף. כּדי צו דערפֿילן בעסער די ג־טלעכע נאַטור פֿון דער וועלט, לערנען די ליובאַוויטשער חסידים טאָג־טעגלעך ספֿרי־חסידות פֿאַרן דאַוונען און זינגען מעדיטאַטיווע ניגונים מיט אַ גלעזל משקה בײַ ספּעציעלע "פֿאַרברענגענס".
די בראַצלעווער חסידים האָבן אַן ענלעכן וועלטבאַנעם און פּראַקטיצירן אינטענסיווע מעדיטאַציעס; זיי גייען בײַנאַכט אין וואַלד אַרײַן, כּדי אויסצוגיסן זייער האַרץ פֿאַרן אייבערשטן מיט פּערזענלעכע תּפֿילות אויף ייִדיש אָדער — אין די הײַנטיקע צײַטן, ווען אַ סך בראַצלעווער זענען בעל־תּשובֿות, וואָס קאָנען נישט קיין ייִדיש — אויף אַן אַנדער שמועס־שפּראַך. לויט זייער שיטה, שטעקן אין אַלע ווילדע גראָזן פֿינקעלעך פֿון ג־טלעכקייט, וועלכע באַטייליקן זיך אין דאַוונען און העלפֿן צו דערגרייכן דבֿקות.
ס׳איז וויכטיק צו דערמאָנען, אַז צווישן די פֿריִיִקע חסידישע צדיקים און אין אייניקע באַוועגונגען ביזן סאַמע חורבן, זענען געווען מער ראַדיקאַלע דענקער, וועלכע האָבן באַטאָנט, אַז אַפֿילו אין די עבֿירות און ספֿקות ווערט אויסגעדריקט דער ג־טלעכער ווילן. אַזאַ פּאַראַדאָקסישער געדאַנק איז געווען אָנגענומען צווישן אַ טייל פּוילישע חסידים פֿאַר דער מלחמה, בפֿרט צווישן די איזשביצער און ראַדזינער חסידים. דער באַקאַנטער ייִדישער זינגער שלמה קאַרלעבאַך האָט געפּרוּווט צו פֿאַרשפּרייטן זײַן אייגענעם מאָדערניזירטן וואַריאַנט פֿונעם איזשביצער חסידות. צום באַדויערן, אָבער, זענען ס׳רובֿ אַמאָליקע ראַדיקאַלע רביים און חסידים אומגעקומען בעתן חורבן, און ווייניק מענטשן קענען און פֿאַרשטייען הײַנט זייערע תּורות.
ס׳איז אָבער אינטערעסאַנט, אַז דווקא אַזעלכע חסידישע "פּראַגמאַטיקער", ווי די סאַטמאַרער, האָבן אָפֿטער אַ מיסטישן קוק אויף ייִדישע מאכלים, מלבושים און אַנדערע פֿאָלק־טראַדיציעס. אַ סך ליובאַוויטשער חסידים באַטראַכטן אַזעלכע זאַכן ווי "חיצוניות" — אויסערלעכע און אויבערפֿלאַכיקע זאַכן. אַ טייל בראַצלעווער חסידים האָבן אויך נישט ליב צו טראַכטן, וואָס און פֿאַרוואָס מע עסט, און ווי אַזוי מע דאַרף זיף אָנטאָן.
אַפּנים, האָט דער דאָזיקער אונטערשייד טאַקע צו טאָן מיט פֿאַרשיידענע וואַריאַציעס פֿון פּאַנטעיִסטישע טעאָריעס. פֿאַר אַ חב״דניק אָדער אַ בראַצלעווער זענען אַלע זאַכן און ערטער אין דער וועלט בעצם הייליק און ג־טלעך, דערפֿאַר איז נישטאָ קיין פּרינציפּיעלער חילוק צווישן געפֿילטע פֿיש און סושי אָדער, לאָמיר זאָגן, צווישן קוגל און פּיצע. אַלץ איז הייליק, כּל־זמן ס׳איז כּשר, און אַפֿילו אין טרייפֿענע מאכלים שטעקט קדושה, אָבער מע קאָן זי נישט אַרויסברענגען אויף אַ דירעקטן אופֿן.
הגם פֿאַר אַ סאַטמאַרער, אַ באָבאָווער אָדער אַ צאַנזער חסיד זענען אין אַלע זאַכן פֿאַראַן באַהאַלטענע ג־טלעכע ניצוצות, ווערט די עכטע קדושה אַנטפּלעקט בלויז אין געוויסע ערטער, אין אַ געוויסן מצבֿ, אויף געוויסע אופֿנים, דורך געוויסע אָביעקטן. אַ חב״דניק קאָן מיינען, אַז ער איז אַרומגערינגלט מיט ג־טלעכע אַנטפּלעקונגען, ווען ער שטייט אויף אַ ניו־יאָרקער צענטראַלער גאַס און לייגט פֿאָר די פֿאַרבײַגייער צו לייגן תּפֿילין.
פֿאַר אַ סאַטמאַרער איז אַזאַ אַקטיוויטעט בעצם טריף, ווײַל ווער ווייסט, צי די פֿאַרבײַגייער האָבן געוואַשן די הענט ווי געהעריק, איידער זיי לייגן תּפֿילין, ווײַל אויף דער גאַס שפּאַצירן אַרום נישט־צניעותדיק אָנגעטאָנענע פֿרויען, און ווײַל אַ גוייִשע גאַס ווערט בכלל אַסאָציִיִרט מיט טומאה און נישט מיט קדושה. ממילא, צי קאָן מען מסכּים זײַן מיט אַזאַ צוגאַנג, צי נישט, העלפֿט ער צו אַנטוויקלען אַ באַזונדערן דרך־ארץ פֿאַר אַ שיל, אַ פֿרומע ייִדישע היים און אַ היימישע חסידישע געגנט, וווּ די ג־טלעכע קדושה ווערט אַנטפּלעקט צום מערסטן, לויט דער סאַטמאַרער שיטה.
געוויסע מאכלים — למשל, די קרבנות — ווערן באַטראַכט אין ייִדישקייט ווי הייליקע זינט די תּנ״כישע צײַטן. אין די קבלה־ספֿרים ווערט אויך דערקלערט, אַז אַ באַזונדערע קדושה אַנטפּלעקט זיך דורך אַזעלכע מיצווה־זאַכן, ווי די פּסחדיקע מצות און פֿיר כּוסות ווײַן. בײַ די חסידים, בפֿרט די אונגאַריש־גאַליציאַנער, ווערט כּמעט יעדער אָנגענומער ייִדישער מאכל ממש פֿאַרהייליקט און באַטראַכט ווי אַן אינטערגראַלער טייל פֿון עבֿודת־השם. צוליב דעם, זענען פֿאַראַן אַזעלכע חסידישע משפּחות, וואָס עסן בפֿרט נישט קיין פֿרעמדע מאכלים — בלויז די סאַמע־סאַמע ייִדישלעך־היימישע.
פֿיש איז גאָר אַ רײַכער ייִדישער סימבאָל, אָנגעלאָדן מיט אַ סך פֿאַרשיידענע מיסטישע באַדײַטן. מע דערציילט, אַז צווישן די חסידישע צדיקים איז אַמאָל געווען אַ חילוקי־דעות, צי מע זאָל קודם עסן זיסע געפֿילטע פֿיש אָדער דעם הערינג. די צוויי מינים פֿיש רעפּרעזענטירן צוויי היפּוכדיקע הייליקע ספֿירות — חסד און גבֿורה. רבי ברוך מעזשביזשער האָט אַמאָל אײַנגעלאַדן אין זײַן שטוב רבי לוי־יצחק באַרדיטשעווער, און האָט געפֿרעגט בײַ דער סעודה, וואָס פֿאַר אַ מין פֿיש האָט ער מער ליב. דער באַרדיטשעווער רבי איז געווען, זעט אויס, נעענטער צו דער דערמאָנטער טראַדיציע פֿון חב״ד; ער האָט דערקלערט, אַז ער האָט ליב דעם באַשעפֿער, און נישט פֿיש, און האָט אַ וואַרף געטאָן דעם פֿיש־טעלער איבער די קעפּ פֿון די פֿאַרזאַמלטע געסט. די הײַנטיקע גאַליציאַנער און אונגאַרישע חסידים האָבן, ווײַזט אויס, אויסגעקליבן דעם "דרך פֿון חסד". זיי עסן בלויז די זיסלעכע געפֿילטע פֿיש, און דעם הערינג — געוויינטלעך, בלויז נאָכן טאָג־קידוש אין שיל אָדער בײַ דער שלוש־סעודות.
פֿאַרוואָס מוז מען עסן קוגל יעדן שבת? לויט אַ באַקאַנטער חסידישער ווערסיע, רעפּרעזענטירט זײַן רונדע פֿאָרעם (מע פֿלעגט באַקן קוגל דווקא אין רונדע געפֿעסן) דעם עולם־העיגולים — אַ גײַסטיקע וועלט, וווּ אַלע נשמות זענען גלײַך און נאָענט צו דעם אייבערשטן. דערפֿאַר הייסט עס "כּעיגול" ("קיגל", אין דער דיאַלעקטאַלער הבֿרה).
פֿאַרוואָס טרינקט מען בײַ די חסידים קאַווע אין דער פֿרי פֿאַרן דאַוונען? ווײַל אין תּהילים שטייט געשריבן: "קוה אל ה׳" — האָף אויפֿן אייבערשטן. דעם זעלבן פּסוק קאָן מען אויך אָפּטײַטשן ווי "קאַווע פֿאַרן אייבערשטן". דערפֿאַר איז קאַווע מסוגל צוצוגעבן דעם כּוח צו דאַוונען.
די לעצטע צוויי פֿאַלן ווײַזן, ווי די אייגנשאַפֿטן פֿון אָביעקטן און זייערע נעמען ווערן אויסגעמישט אינעם חסידישן געדאַנק. ווי באַלד אין אַלע זאַכן שטעקן פֿינקעלעך פֿון הייליקייט און אַלץ ווערט געפֿירט על־פּי השגחה־פּרטית, זענען די נעמען פֿון אָביעקטן פֿאַרבונדן מיט די אָביעקטן גופֿא.
עס וואָלט געווען אינטערעסאַנט צו באַטראַכטן טיפֿער די פֿאַרבינדונגען צווישן די וואַריאַציעס פֿון פּאַנטעיִזם און פּאַנענטעיִזם בײַ די חסידים און דעם צוגאַנג צו די פֿאָלק־טראַדיציעס אין פֿאַרשיידענע חסידישע — אָדער, נאָך ברייטער, לאַוו־דווקא חסידישע און לאַוו־דווקא ייִדישע באַוועגונגען. כ׳האָף, אַז דער דאָזיקער קליינער אַרטיקל וועט עמעצן אינספּירירן אויף ווײַטערדיקע פֿאָרשונגען אינעם דאָזיקן געביט.