אַן אַמעריקאַנער סאָלדאַט מיט אַ קינסטלעכער האַנט, וואָס ווערט קאָנטראָלירט דורך עלעקטרישע סיגנאַלן אין די מוסקלען |
הגם די ערשטע קאָמפּיוטערס זענען געשאַפֿן געוואָרן נאָך אין די 1940ער יאָרן, און אַ סך קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס האָבן זיך נישט פּרינציפּיעל געביטן במשך פֿון די לעצטע 50 יאָר, ווערן די הײַנטיקע קאָמפּיוטערס אַלץ קלענער. אַ געוויינטלעכער צעל־טעלעפֿאָן איז אַ סך מעכטיקער און גיכער, ווי די אַמאָליקע ריזיקע רעכן־מאַשינען, וואָס זענען אויסגענוצט געוואָרן, למשל, כּדי אָפּצושיקן די ערשטע עקספּעדיציעס אין קאָסמאָס. פֿאַראַכטאָגן שבת איז געשטאָרבן ניל אַרמסטראָנג — דער לעגענדאַרער העלד פֿון דער ערשטער לבֿנה־עקספּעדיציע. זינט יענער תּקופֿה, האָט קיינער מער נישט באַזוכט די לבֿנה, הגם אַלע נייטיקע חשבונות פֿאַר אַזאַ נסיעה קאָן מען הײַנט דורכפֿירן מיט דער הילף פֿון אַ מכשיר, וואָס פּאַסט גרינג אַרײַן אין אַ קעשענע אָדער אַפֿילו אין אַ האַנט־זייגער.
ס׳איז אָבער פֿאַראַן אַ סתּירותדיק פֿעלד פֿון פֿאָרשונגען, וווּ קאָמפּיוטערײַ און נאַנאָטעכנאָלאָגיעס קאָנען ברענגען צו אַ נײַער פֿונדאַמענטאַלער וויסנשאַפֿטלעכער רעוואָלוציע. די וואָך האָט דער זשורנאַל ״Nature Materials״ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פֿאָרש־אַרטיקל פֿון אַ גרופּע האַרוואַרדער וויסנשאַפֿטלער, וועלכע האָבן קאָנסטרויִרט, צום ערשטן מאָל, אַ נעץ פֿון מיקראָסקאָפּישע עלעקטרישע דראָטן, פֿאַרבונדן מיט אַ קינסטלעך־געשאַפֿן שטיקל פֿון לעבעדיקע מענטשלעכן צעלן. די פֿאָרשער האָבן אויפֿגעוויזן, אַז מע קאָן שאַפֿן אַ האַלב־לעבעדיקע, האַלב־קאָמפּיוטערישע סיסטעם, וווּ מענטשלעכע נערוון־צעלן זענען אינגאַנצן אויסגעמישט מיט סיליקאָן־דראָטן, און טראַנזיסטאָרס.
ווי ס׳איז באַקאַנט, טראָגן שוין טויזנטער מענטשן אין זיך אַזעלכע עלעקטראָנישע מכשירים, ווי האַרץ־סטימולאַטאָרס און אויער־פּראָטעזן, וועלכע דערמעגלעכן אַ טויבן מענטשן צו הערן. ס׳איז נישט קיין נאָווינע, אַז מע קאָן צובינדן עפּעס אַ מכשיר מיט אַ מענטשלעכן גוף דורך אַ כירורגישער אָפּעראַציע. נישט ווייניק מענטשן, וועלכע זענען געווען בלינד אָדער האָבן, נעבעך, פֿאַרלוירן אַ האַנט, גייען שוין אַרום מיט עקספּערימענטאַלע קינסטלעכע אויגן און הענט־פּראָטעזן, אין וועלכע מעכאַנישע מאָטאָרן ווערן קאָנטראָלירט דורך לעבעדיקע נערוון.
דער פֿונדאַמענטאַלער חידוש פֿונעם נײַעם האַרוואַרדער עקספּערימענט באַשטייט אין דעם, וואָס אין דעם פֿאַל איז דער חילוק צווישן אַ לעבעדיקן אָרגאַניזם און אַ מאַשין אינגאַנצן צעשווענקט געוואָרן. סײַ די מענטשלעכע צעלן, סײַ די מיקראָסקאָפּישע עלעקטראָנישע דעטאַלן, זענען געשאַפֿן און צונויפֿגעבונדן געוואָרן אין אַ לאַבאָראַטאָריע. טשאַרלז ליבער, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיט דער פֿאָרשונג, האָט דערקלערט, אַז אין אַזאַ סיסטעם איז שווער צו זאָגן בכלל, וווּ עס ענדיקט זיך די לעבעדיקע מאַטעריע און ס׳הייבט זיך אָן די עלעקטראָניק. די סיליקאָן־דראָטן דערמעגלעכן צו באַקומען כעמישע און עלעקטרישע סיגנאַלן פֿון די צעלן פּונקט אַזוי, ווי די נאַטירלעכע נערוון.
אין דער וויסנשאַפֿטלעכער פֿאַנטאַסטיק ווערט אָפֿט אויסגעשפּילט די טעמע פֿון "קיבאָרגן" — האַלב־מענטשן, האַלב־מאַשינען. איצט האָבן די פֿאָרשער צום ערשטן מאָל פּראַקטיש אויפֿגעוויזן, אַז אַזאַ סינטעז פֿונעם מענטשלעכן גוף און אַ קאָמפּיוטער איז מעגלעך. דערווײַל, האָט די "קיבאָרג"־טעכנאָלאָגיע שוין דערמעגלעכט אויסצומעסטן די עלעקטרישע סיגנאַלן אינמיטן דעם לעבעדיקן פֿלייש אויף אַ דירעקטן אופֿן, און זען, ווי אַזוי די צעלן רעאַגירן אויף פֿאַרשיידענע מעדיקאַמענטן. זיי האָבן אויך געשאַפֿן קינסטלעכע בלוט־אָדערן מיט אײַנגעבויטע עלעקטראָנישע דעטעקטאָרס, דורך וועלכע מע קאָן אויסמעסטן דעם זייערקייט־ניוואָ אינעם בלוט.
די וויסנשאַפֿטלער האָפֿן, אַז אַזאַ "קיבאָרג"־טעכנאָלאָגיע וועט העלפֿן צו שאַפֿן און אויספּרוּוון נײַע רפֿואות. די מיקראָסקאָפּישע נעץ וועט דערמעגלעכן צו זען, ווי אַזוי אַ געוויסע רפֿואה פֿאַרשפּרייט זיך אין די לעבעדיקע צעלן און וואָס פֿאַר אַן עפֿעקט זי רופֿט אַרויס, ביז גאָר קליינע און טיפֿע פּרטים, אין אַלע דרײַ־דימענסיעס.
אויב אַזעלכע האַלב־לעבעדיקע, האַלב־קאָמפּיוטערישע נעצן וועלן זיך טאַקע פֿאַרשפּרייטן נישט בלויז אין פֿאַרמאַקאָלאָגישע לאַבאָראַטאָריעס, קאָנען זיי ברענגען אַ גאַנצע רעוואָלוציע נישט בלויז אין מעדיצין, נאָר אין אונדזער וועלט־באַנעם און אַפֿילו אין אַזעלכע געביטן, ווי פּסיכאָלאָגיע און פֿילאָסאָפֿיע. דורך אַזעלכע מכשירים קאָן מען נישט בלויז אַנאַליזירן די סיגנאַלן, וואָס קומען פֿון די צעלן, נאָר אויך סטימולירן און קאָנטראָלירן די לעבעדיקע מאַטעריע.
לאָמיר זיך פֿאָרשטעלן, אַז אַ מענטש, וואָס טראָגט אין זיך אַזאַ קאָמפּיוטער־נעץ אין זײַן האַנט, דערפֿילט עפּעס אַ חוש מיט זײַנע פֿינגער; ס׳איז מעגלעך, אַז די קאָמפּיוטער־סיסטעם וועט קאָנען פֿאַרגעדענקען דאָס געפֿיל, פֿאַרשאַפֿן עס ווידער אין דער האַנט, און אַפֿילו איבערגעבן אַן אַנדער מענטש, וואָס טראָגט אין זיך דעם זעלבן מכשיר. צי קאָן מען, אין פּרינציפּ, אויך פֿאַרגעדענקען אַלץ, וואָס אַ מענטש זעט מיט זײַנע אויגן, און אפֿשר אַפֿילו אין זײַנע חלומות און געדאַנקען? צי קאָן מען פֿאַרשרײַבן עמעצנס געדאַנקען און געפֿילן אויף אַ קאָמפּיוטער, און "אויסשפּילן" זיי פֿון ס׳נײַ אָדער צו ווײַזן זיי אַן אַנדער מענטש?
די ווײַטערדיקע פֿאָרשונגען פֿון "קיבאָרג"־טעכנאָלאָגיעס קאָנען אַרויסרופֿן פֿונדאַמענטאַלע עטישע פּראָבלעמען, אויב עס וועט קומען אַ צײַט, ווען אַזעלכע קאָמפּיוטער־נעצן וועלן דינען, למשל, ווי פּראָטעזן אין געוויסע טיילן פֿונעם מענטשלעכן מוח. הײַנט איז שוין מעגלעך צו פֿאַרבינדן צוויי בלינדע מענטשן מיט קינסטלעכע עלעקטראָנישע אויגן דורך אַ ראַדיאָ אָדער אַ קאָמפּיוטער־נעץ. איינער פֿון זיי קאָן, אין פּרינציפּ, דערזען די וועלט בוכשטעבלעך דורך די אויגן פֿון אַ צווייטן. מע קאָן זיך אַפֿילו פֿאָרשטעלן אַ ראָמאַן פֿון צוויי געוועזענע בלינדע, וועלכע טוישן זיך אויס צומאָל מיט זייער ריאה דורך דער ראַדיאָ, ווען זיי זענען ווײַט איינער פֿונעם צווייטן.
עס וועט, אפֿשר קומען אַמאָל אַזאַ צײַט, ווען צוויי מענטשן, וועלכע האָבן פֿריִער געליטן פֿון פּראָבלעמען מיטן מוח און האָבן באַקומען עפּעס אַ "קיבאָרג"־פּראָטעז, וואָס העלפֿט זיי צו געדענקען און צו טראַכטן, וועלן קאָנען איבערשיקן איינער דעם צווייטן אַ קאָמפּיוטער־"פֿײַל" מיט אַ שטיקל פֿון זייער פּערזענלעכקייט. ווי ס׳איז באַקאַנט, האַלטן די פֿילאָסאָפֿן־אידעאַליסטן, אַז דער גײַסט קומט פֿאַר דער מאַטעריע, און די מאַטעריאַליסטן האַלטן פֿאַרקערט. אַ סך דענקער וואַרפֿן אָבער אָפּ אינגאַנצן דעם דואַליסטישן וועלט־באַנעם און באַטאָנען, אַז מאַטעריע און גײַסט זענען פֿאַרשיידענע אַספּעקטן פֿון דער זעלבער איינהייט.
דער מחבר פֿון די שורות האָט פֿאַרעפֿנטלעכט מיט אַ פּאָר יאָר צוריק אַן אַרטיקל פֿאַר אַן ענגלישן אַקאַדעמישן זשורנאַל וועגן די געדאַנקען פֿון הרבֿ אליהו האָראָוויץ, דער מחבר פֿון "ספֿר־הברית", אַ באַקאַנטער ליטוויש־גאַליציאַנער רבֿ, מקובל און סאָציאַלער דענקער, וועלכער האָט געהאַלטן, אַז אַלץ אין דער וועלט, סײַ די מאַטעריע, סײַ די מענטשלעכע נשמה, באַשטייט פֿון "לעבעדיקע אותיות" — דאָס הייסט, פֿון אינפֿאָרמאַציע און אינפֿאָרמאַציע־פּראָצעסן. פֿון האָראָוויצס קבלה־טעאָריע קומט אַרויס, אַז די מענטשלעכע נשמה איז בעצם אַן אינפֿאָרמאַציע־סיסטעם, וועלכע איז גובֿר די גרענעצן פֿון דער גראָבער מאַטעריע, און באַשטייט פֿון אַ מער איידעלער סובסטאַנץ. ווער ווייס, אויב די וויסנשאַפֿטלער וועלן אַמאָל באַקומען אַ מעגלעכקייט אַרײַנצוקוקן גראָד אין דער אינערלעכער וועלט פֿון אַ מענטש, וועלן זיי, אפֿשר, אַנטדעקן אינעם מענטש אַן אַנדער אַספּעקט פֿונעם אוניווערס, העכער ווי די באַגרענעצונגען פֿון צײַט און רוים.
ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז דערווײַל איז עס בלויז פֿאַנטאַזיעס. ס׳איז נישט קלאָר, צי די "קיבאָרג"־מכשירים וועלן זיך אַמאָל פֿאַרשפּרייטן, און צי זיי דערמעגלעכן טאַקע צו קאָפּירן און איבערגעבן גענוי די אינפֿאָרמאַציע פֿון דער מענטשלעכער נערוון־סיסטעם. ס׳איז אויך מעגלעך, אַז אויב אַפֿילו אַזעלכע טעכנאָלאָגיעס וועלן פֿאַרווירקלעכט ווערן, וועלן די מענטשן זיי נישט דערלאָזן צו פֿאַרשפּרייטן, צוליב עטישע פּראָבלעמען. די ערשטע "קיבאָרג"־עקספּערימענטן ווײַזן אָבער אָן, אַז אין דער נאָענטער צוקונפֿט וועט קומען, מסתּמא, אַ גאַנצער דור פֿון חידושדיקע קיבערנעטיש־אָרגאַנישע מעדיצינישע מכשירים.