- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער מצבֿ וואָס האָט זיך געשאַפֿן אין סיני נאָך דעם ווי ישׂראל איז מסכּים געווען אַרײַנצולאָזן אויפֿן האַלב־אינדזל די עגיפּטישע אַרמיי, צו פֿאַרניכטן דאָרט די טעראָריסטישע גרופּירונגען, דערמאָנט הײַנט די אַלטע מעשׂה מיטן ייִד, וואָס האָט זיך פֿאַרפֿירט מיט אַ בער; ער וואָלט שוין, נעבעך, געוואָלט זיך פֿון דעם בער אָפּטשעפּען, אָבער יענער לאָזט אים נישט אָפּ. בײַם "קלעזקאַנאַדע" האָט מען דאָס יאָר געשטעלט דעם טראָפּ אויף פֿאַרשיידענע טעמעס. איינע פֿון זיי האָט זיך אָפּגעגעבן מיט דער ייִדישער קולטור אין דרום־אַמעריקע. מען האָט פֿאַרבעטן אין "קלעזקאַנאַדע" צום ערשטן מאָל די זינגערין יאַסינטאַ (שוין 35 יאָר אין פּאַריז, אָבער אַן אַרגענטינער געבוירענע), די כּלי־זמרים "לערנער און מאָגילעווסקי", און דעם אַרגענטינער לעקטאָר און לערער אַבֿרהם ליכטענבוים. מע האָט אויך אײַנגעפֿירט, צום ערשטן מאָל, אַן אינטענסיוון פּאָעזיע־וואַרשטאַט, אָנגעפֿירט פֿון די ענגליש־שפּראַכיקע פּאָעטן דזשייק מאַרמאַר און עדינה קאַראַסיק. אַ דריטע טעמע האָט מען געווידמעט "קאַרנאַוואַל"; און סײַ אינעם קונסט־וואַרשטאַט אָנגעפֿירט פֿון נחמה סאָקאָלאָוו, סײַ אין טעאַטער־וואַרשטאַט, מיט דער רעזשיסאָרין שיינדל ראָמיין, סײַ אינעם טאַנץ־וואַרשטאַט מיט די לערערס סטיוו ווײַנטרויב און לילי פּערלמאַן — האָט מען זיך געגרייט צו אַ "קאַרנאַוואַל־באַל" מיט צענדליקער מוזיקער, טענצער און אַקטיאָרן. אַ פֿערטע טעמע בײַם "קלעזקאַנאַדע" האָט באַטאָנט דאָס ייִדישע קולטור־לעבן אין מאָנטרעאָל. וועגן דעם פֿילם האָט מען שוין מער ווי איין מאָל געשריבן אין "פֿאָרווערטס"; אַ פֿילם וואָס טאָרבינער האָט איבער אים געאַרבעט נישט ווייניקער ווי פֿינף יאָר, קוים קריגנדיק גענוג שטיצע אים צו פֿאַרענדיקן. ס׳זעט אויס, אַז דעם לאַנד וואָס מע האָט אויפֿגעבויט אויף ציוניסטישע יסודות, איז ביז הײַנט שווער צו אָנערקענען די ריזיקע ראָלע, וואָס דער "בונד" האָט געשפּילט פֿאַר דער מלחמה אין דעם לעבן פֿון ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע. שוין זשע קאָנען נישט די פֿאַרברענטע ציוניסטן ביז הײַנט מסכּים זײַן מיט דער בונדיסטישער אידעאָלאָגיע, און האַלטן דעם "בונד", ווי ‘אַ געפֿאַר’ פֿאַרן לאַנד, אַז אַפֿילו צו באַקומען אַ שטיצע פֿאַר אַ קונטס־ווערק וועגן "בונד", קומט אָן מיט גרינע ווערעם? דאָס נײַע ביכל, אונטערן טיטל "בונדאים: סוציאַליזם בייִדיש ובעבֿרית, סרט וחמישה מאמרים" (די ישׂראלדיקע בונדיסטן: סאָציאַליזם אויף ייִדיש און עבֿריתּ, אַ פֿילם און פֿינף אַרטיקלן), באַשטייט פֿון די ווערק פֿון ב. צאַלעוויטש (דער גרינדער פֿונעם ישׂראלדיקן "בונד") און י. אַרטוסקי (דער חשובֿער אידעאָלאָג און פֿאָרזיצער פֿון "בונד" אין ישׂראל) אויף ייִדיש און העברעיִש. דער יונגער פֿאָרשער יעד ביראַן גיט צו איין אַרטיקל; און פֿון יצחק לודען קאָן מען דאָ געפֿינען דעם איינציקן אַרטיקל פֿון אַ בונדיסט, אָנגעשריבן אויף העברעיִש אין 1977. ב. אַרטוסקי ווערט ציטירט אינעם פֿילם פֿון דעם טעקסט, וואָס איז אויך פֿאַראַן אינעם ביכל, און וואָס האָט אַ שײַכות צו דער פּראָבלעם אײַינצופֿרירן דעם "בונד" אין דער ייִדישער מדינה אין 1966. A Journey to Shtetl. Documentaries taken in 1988 in former Jewish settlements of Ukraine. Aktivi, JDC. זומער־צײַט 1983 האָט אַ גרופּע יונגע לענינגראַדער ייִדן באַשלאָסן צו פֿאָרן קיין מעזשביזש אויפֿן בעש״טס קבֿר. זיי זײַנען ניט געווען קיין חסידים, און וועגן בעש״ט האָבן זיי זיך דערוווּסט, דער עיקר, פֿון מאַרטין בובערס חסידישע מעשׂיות, וואָס מע פֿלעגט געפֿינען אינעם רוסישן "סאַמיזדאַט". מיט יעדן יאָר איז די גרופּע געוואָרן גרעסער, און די געאָגראַפֿיע פֿון זייערע רײַזעס איז געוואָרן ברייטער. איך מיין ניט דערמיט סתּם ייִדישע מיטגלידער פֿון דעם שרײַבער-פֿאַראיין. זייער צאָל איז תּמיד געווען אַ גרויסע. שוין דער ערשטער צוזאַמענפֿאָר האָט באַוויזן די ראָלע פֿון ייִדן אין דער סאָוועטישער ליטעראַטור: צווישן די 597 דעלעגאַטן, זײַנען געווען 201 רוסן, 113 ייִדן, 28 גרוזינער, 25 אוקראַיִנער, און אַזוי ווײַטער. אָבער מיך אינטערעסירן, פֿאַרשטייט זיך, די “ייִדישע ייִדן" — די, וואָס האָבן געהערט צו דער ייִדישער ליטעראַטור. און זייער קול האָט זיך אויך געהערט בעתן ערשטן צוזאַמענפֿאָר: דוד בערגעלסאָן און איציק פֿעפֿער האָבן גערעדט; און ניט נאָר זיי. צווישן די דעלעגאַטן פֿון ווײַסרוסלאַנד זײַנען געווען, אַ שטייגער, אויך די דיכטער איזי כאַריק און זעליג אַקסעלראָד. אויסלענדישע ייִדישע שרײַבער זײַנען געקומען ווי געסט. אין די פֿריִערדיקע פּרשיות, האָבן מיר שוין עטלעכע מאָל באַטראַכט די טעמע פֿון אינערלעכער פֿאַראייניקונג פֿון אַ מענטש און דעם באַשעפֿער, ווי דעם לייטמאָטיוו פֿונעם חומש "דבֿרים", וועלכער ווערט פֿאַררעכנט, ווי עס שטייט אינעם זוהר, ווי משה רבינוס אייגענע ווערטער, און פֿאָרט שטעלט עס מיט זיך פֿאָר אַן אינטעגראַלן טייל פֿון דער תּורה־נבֿואה. די בראַנזשע פֿון קלעזמערײַ בײַ ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע האָט זיך תּמיד געהאַלטן אין דער משפּחה, און איז איבערגעגעבן געוואָרן פֿון איין דור צום צווייטן. דער פּאָעט ירמיהו העשעלעס האָט געקענט באַשרײַבן ווי די אַלע קלעזמאָרים אין דער אַמאָליקער גאַליציע זענען באַשטאַנען פֿון בלויז געציילטע משפּחות, וואָס האָבן זיך משדך געווען איינע מיט דער אַנדערער, און האָבן זיך פֿאַרשפּרייט איבער אַ גרויסער טעריטאָריע במשך פֿון יאָרן. מע דאַרף געדענקען, אַז דער סטאַטוס פֿונעם קלעזמער איז געווען אַ גאַנץ נידעריקער. דעריבער האָבן די קלעזמאָרים־משפּחות זעלטן געקענט געפֿינען אַ שידוך אין רײַכערע פֿאַמיליעס. דער זיידע פֿון עליין האָפֿמאַן־וואַטס, דער קלעזמער יוסף האָפֿמאַן, האָט געלעבט אינעם אוקראַיִנישן שטעטל באָגאָפּאָליע, נישט ווײַט פֿון אָדעס. זײַן זון יעקבֿ האָפֿמאַן (1899—1974) איז געקומען קיין אַמעריקע און אָנגעהויבן צו שפּילן דעם קסילאָפֿאָן אין "קאַנדעלס אָרקעסטער" אין די 1920ער יאָרן. איין רעקאָרדירונג פֿון דער תּקופֿה "דזשייקי דזשעז עם אָפּ" [Jakie, Jazz‘em Up] שטעלט מיט זיך פֿאָר דעם באַקאַנטסטן משל פֿון אַ צונויפֿגוס פֿון קלעזמער־מוזיק מיט דזשעז־מוזיק, בפֿרט מיט דער דזשעז־מוזיק פֿון ניו־אָרלינס. הגם די ערשטע קאָמפּיוטערס זענען געשאַפֿן געוואָרן נאָך אין די 1940ער יאָרן, און אַ סך קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס האָבן זיך נישט פּרינציפּיעל געביטן במשך פֿון די לעצטע 50 יאָר, ווערן די הײַנטיקע קאָמפּיוטערס אַלץ קלענער. אַ געוויינטלעכער צעל־טעלעפֿאָן איז אַ סך מעכטיקער און גיכער, ווי די אַמאָליקע ריזיקע רעכן־מאַשינען, וואָס זענען אויסגענוצט געוואָרן, למשל, כּדי אָפּצושיקן די ערשטע עקספּעדיציעס אין קאָסמאָס. פֿאַראַכטאָגן שבת איז געשטאָרבן ניל אַרמסטראָנג — דער לעגענדאַרער העלד פֿון דער ערשטער לבֿנה־עקספּעדיציע. זינט יענער תּקופֿה, האָט קיינער מער נישט באַזוכט די לבֿנה, הגם אַלע נייטיקע חשבונות פֿאַר אַזאַ נסיעה קאָן מען הײַנט דורכפֿירן מיט דער הילף פֿון אַ מכשיר, וואָס פּאַסט גרינג אַרײַן אין אַ קעשענע אָדער אַפֿילו אין אַ האַנט־זייגער. ס׳איז אָבער פֿאַראַן אַ סתּירותדיק פֿעלד פֿון פֿאָרשונגען, וווּ קאָמפּיוטערײַ און נאַנאָטעכנאָלאָגיעס קאָנען ברענגען צו אַ נײַער פֿונדאַמענטאַלער וויסנשאַפֿטלעכער רעוואָלוציע. די וואָך האָט דער זשורנאַל ״Nature Materials״ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פֿאָרש־אַרטיקל פֿון אַ גרופּע האַרוואַרדער וויסנשאַפֿטלער, וועלכע האָבן קאָנסטרויִרט, צום ערשטן מאָל, אַ נעץ פֿון מיקראָסקאָפּישע עלעקטרישע דראָטן, פֿאַרבונדן מיט אַ קינסטלעך־געשאַפֿן שטיקל פֿון לעבעדיקע מענטשלעכן צעלן. די פֿאָרשער האָבן אויפֿגעוויזן, אַז מע קאָן שאַפֿן אַ האַלב־לעבעדיקע, האַלב־קאָמפּיוטערישע סיסטעם, וווּ מענטשלעכע נערוון־צעלן זענען אינגאַנצן אויסגעמישט מיט סיליקאָן־דראָטן, און טראַנזיסטאָרס. אַזוי וואָלט, מעגלעך, געקאָנט זיך אויסדריקן הײַנט דער גרויסער ייִדישער פּאָעט אַהרן צייטלין — אַ גאָר וויכטיקע און אָריגינעלע טורעם־פֿיגור אין דער ייִדישער פּאָעזיע, און סתּם אַ גרויסער דיכטער פֿון אַ וועלט־מאַסשטאַב. ד״ר מאָריס פֿײַערשטיין, אַ פֿאָרשער פֿון חסידות און השׂכּלה, האָט אַרויסגעגעבן אינעם יאָר 2007 אַ באַנד פֿון אַהרן צײַטלינס אויסגעקליבענע ווערק אויף ענגליש, וואָס הייסט "לידער פֿונעם חורבן און לידער פֿון אמונה". אַזוי ווי דער שטייגער איז מיט ס׳רובֿ ענגלישע איבערזעצונגען פֿון וועלט־פּאָעזיע, גיט נישט איבער פֿײַערשטיינס בוך דעם ריטמישן טעם און גראַמען פֿונעם אָריגינאַל; דערצו נאָך, כּדי אָפּצושאַצן, ווי געהעריק, צײַטלינס פּאָעזיע, מוזן מען זײַן באַקאַנט מיט דער וועלט פֿון קבלה און חסידות. צייטלין איז, צום מערסטן, באַקאַנט אין שײַכות מיטן חורבן. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1898 און געבליבן אין פּוילן ביזן סאַמע חורבן. צום גליק, האָט ער באַזוכט ניו־יאָרק אין זומער 1939. בײַם אָנהייב, איז ער אָנגעקומען קיין אַמעריקע מיט אַ צײַטווײַליקער וויזיט־וויזע און האָט זיך נישט געקליבן צו עמיגרירן. צייטלינען האָט זיך אײַנגעגעבן צו אַנטלויפֿן קיין קובע; אַ דאַנק דעם, האָט ער איבערגעלעבט דעם חורבן. די קובאַנער קולטור — למשל, די אוראַלטע אַפֿריקאַנער טענץ — האָבן איבערגעלאָזט אויף אים אַ מערקווירדיקע השפּעה. זאָגן דעם אמת, האָב איך שוין געטראַכט, אַז צוליב דעם וועטער־קאַטאַקליזם וועט מען מוזן אָפּשאַפֿן די יערלעכע טרויער־אַסיפֿה, לזכּרון די אומגעבראַכטע אין מאָסקווע ייִדישע טוער, דעם 12טן אויגוסט 1952. ווער וועט קומען אין אַזאַ היץ, בפֿרט, אַז דער עולם איז בדרך־כּלל נישט קיין יונגער?! און שטעלט אײַך פֿאָר: דווקא דעם 12טן אויגוסט האָט בײַ טאָג אַ גיס געטאָן אַ רעגן און ביזן אָוונט איז געוואָרן מחיה־קיל; אַזוי אַז אינעם קהילה־הויז האָט זיך פֿאַרזאַמלט אַ בכּבֿודיקער עולם פֿון אונדזערע שטענדיקע באַזוכער. ס’איז שוין געוואָרן אַ טראַדיציע, אַז צו דער דאָזיקער אונטערנעמונג קומען אויך די געסט, וועלכע באַזוכן אין דער צײַט די אַלטע היים און זייערע קרובֿים. אַזוי האָב איך געזען זיצן אין זאַל די פּיאַניסטקע קלאַרע זובריצקי, וואָס וווינט איצט אין פּאַריז; ס’איז געקומען דער פֿידלער עדואַרד שרײַבמאַן מיט זײַן פֿרוי, וועלכע וווינען אין פֿלאָרידע; צווישן די געסט האָט מען געקאָנט זען אויך דאַריע פֿיין מיט איר מאַן און צוויי זין, וואָס האָט פֿאַראַיאָרן פֿאַרענדיקט איר שליחות, ווי דער שעף פֿונעם פּאָליטיש־עקאָנאָמישן אָפּטייל בײַ דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע אין מאָלדאָווע. איר מאַן, הרבֿ ראובֿן שענקער האָט טאַקע דערעפֿנט די טרויער־אַקאַדעמיע מיט דער תּפֿילה “אל־מלא־רחמים". 1 לעפֿל איילבערט־בוימל 2 לעפֿל צעהאַקטער קנאָבל 2 קאַרטאָפֿל 1/2 לעפֿעלע זאַלץ שפּריצבוימל הייצט אָן דעם בוימל אין אַ פּאַטעלניע, און מישט אַרײַן דעם קנאָבל, ביז ער נעמט אָן אַ גאָלדענעם קאָליר — בערך 2 מינוט. דרייט אָפּ דאָס פֿײַער און וואַרט ביז דער בוימל קילט זיך אָפּ. ניצנדיק אַ דורכשלאַק, גיסט דעם קנאָבל־בוימל אַרײַן אין אַ טעפּל. הייצט אָן דעם אויוון ביז 400 גראַד (204 צעלזיוס). צעשנײַדט די קאַרטאָפֿליעס אין זייער דינע רעפֿטלעך. שווענקט אָפּ די רעפֿטלעך מיט קאַלט וואַסער און טריקנט זיי אָפּ מיט אַ האַנטעך. מישט די קאַרטאָפֿל־רעפֿטלעך אויס מיטן קנאָבל־בוימל און זאַלץ. באַשפּריצט צוויי גרויסע בעקנס מיט שפּריצבוימל, און לייגט אַרײַן די קאַרטאָפֿל־רעפֿטלעך אין איין שיכט. באַקט זיי ביז זיי ווערן גאָלד, בערך 25 מינוט. לאָזט זיי זיך אָפּקילן, איידער איר דערלאַנגט זיי צום טיש. |