דער מצבֿ וואָס האָט זיך געשאַפֿן אין סיני נאָך דעם ווי ישׂראל איז מסכּים געווען אַרײַנצולאָזן אויפֿן האַלב־אינדזל די עגיפּטישע אַרמיי, צו פֿאַרניכטן דאָרט די טעראָריסטישע גרופּירונגען, דערמאָנט הײַנט די אַלטע מעשׂה מיטן ייִד, וואָס האָט זיך פֿאַרפֿירט מיט אַ בער; ער וואָלט שוין, נעבעך, געוואָלט זיך פֿון דעם בער אָפּטשעפּען, אָבער יענער לאָזט אים נישט אָפּ.
געלאָזט האָט מען די עגיפּטער אַרײַנשטעלן אין סיני איין פֿוס, אָבער זיי שטייען שוין דאָרט מיט ביידע פֿיס. פֿון איין זײַט, איז קלאָר, אַז מיט די טעראָריסטישע באַנדעס, וואָס גרייכן שוין נישט הונדערטער נאָר טויזנטער, מוז מען מאַכן אַ סוף; פֿון דער צווייטער זײַט, ווייסט מען דאָך מיט וועמען מע האָט צו טאָן. דער פֿאַרמישפּטער פּרעזידענט מובאַראַק איז טאַקע געווען “גוט פֿאַר ייִדן", אָבער דווקא ער האָט פֿאַרנאַכלעסיקט דעם מצבֿ אין סיני, וווּ דעם קאָנטראָל האָבן איבערגענומען כּל־מיני טעראָריסטישע גרופּירונגען, וואָס זײַנען זיך צעוואַקסן, ווי שוועמלעך נאָך אַ רעגן, געשאַפֿן דאָרט מיליטערישע טרעניר־לאַגערן פֿון פּאַלעסטינער עקסטרעמיסטן און מיליטאַנטן פֿון “אַל־קײַדאַ". אויך די אָרטיקע אײַנוווינער, די בעדויִנער, האָבן זיך אָנגעשלאָסן צו די באַנדעס; קיין באַזונדערן אונטערשייד וועמען צו ראַבעווען מאַכן זיי נישט — עס קאָן זײַן עגיפּטן און עס קאָן זײַן ישׂראל — אַבי מע זאָל זיי צאָלן.
צי וואָלט ישׂראל אַליין, אָן עגיפּטן, געקאָנט דערשטיקן די אַלע באַנדיטן אין סיני? געוויס, אַז יאָ, אָבער ווער דאַרף עס מער האָבן: די נײַע מאַכט אין קאַיִר, צי ירושלים, וואָס איז איצט באַזאָרגט מיט די דראָונגען פֿון טעהעראַן? צוריק גערעדט, דאַרף מען נישט האָבן קיין גרויסע פֿאַנטאַזיע זיך פֿאָרצושטעלן, וואָס ס׳וואָלט זיך אָנגעהויבן, ווען ישׂראל אַליין וואָלט זיך אונטערגענומען אָפּצורייניקן דעם האַלב־אינדזל פֿון טעראָריסטן.
ווי עס האָבן געוויזן די לעצטע געשעענישן, האָט דער נײַער עגיפּטישער פּרעזידענט זיך ממש אָנגעכאַפּט אין דעם אינצידענט, וואָס איז געשען דעם 5טן אויגוסט אויף דער עגיפּטישער מיליטערישער באַזע, ווען די טעראָריסטן פֿון סיני האָבן דערהרגעט 16 עגיפּטישע זעלנער. קיין בעסערן תּירוץ, פּטור צו ווערן פֿון די גענעראַלן, וואָס האָבן פֿאַקטיש געפּענטעט די הענט און פֿיס פֿונעם נײַעם פּרעזידענט, מורסי, האָט ער נישט געדאַרפֿט. איצט האָט מורסי געשטעלט אויף די שליסל־פּאָזיציעס אין דער אַרמיי זײַנע אייגענע קאַדרען. די פֿראַגע פֿון איבערנעמען די גאַנצע מאַכט אין זײַנע הענט, האָט ער, קאָן מען זאָגן, געלייזט און אין אַזאַ קורצן טערמין, וואָס קיין איין וואָרזאָגער האָט עס נישט געקאָנט פֿאָרויסזאָגן.
שטעלט זיך די פֿראַגע: וואָס ווײַטער? אויסניצן דעם בליץ־אַרײַנדרינג אין סיני און צעבינדן אַ מלחמה מיט ישׂראל? די נײַ־געקומענע מאַכטהאָבער אין די לענדער פֿון “אַראַבישן פֿרילינג" הערן זיך הײַנט מער צו נישט צו די עצות פֿון זייערע פּאָליטישע און מיליטערישע קאָנסולטאַטן, נאָר צו די געשרייען וואָס טראָגן זיך פֿון די גאַסן. אויפֿן הויפּט־פּלאַץ אין קאַיִר וואַרט מען נישט אויף קיין מיליטערישע נצחונות און אַפֿילו נישט אויף קיין בײַטן אין דער אַרמיי; דער המון וויל עסן! ער דערוואַרט פֿון דער נײַער מאַכט ענדערונגען צום גוטן.
פֿאַר וואָס זשע האָבן די ישׂראלדיקע מיליטער־לײַט יסורים, וואָס די עגיפּטישע אַרמיי פֿאַרשפּרייט זיך און פֿאַרשטאַרקט זיך אויפֿן סיני? טאַקע ווידער, ווײַל זיי ווייסן מיט וועמען מע האָט צו טאָן. סיני און דער טעראָר אין סיני איז אַ פֿאַרלאָזטע קרענק, וואָס די ישׂראל־רעגירונגען האָבן זיך פֿריִער געמאַכט כּלא־ידע, כּדי נישט צו נערווירן מובאַראַקן: “בעסער אַ קאַלטער שלום!"
ערשט איצט, ווען אין סיני געפֿינען זיך סײַ די טעראָריסטישע באַנדעס און סײַ גרויסע טיילן פֿון עגיפּטישער אַרמיי, איז דער האַלב־אינדזל פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ באָמבע פֿון אַ שפּעטערן אויפֿרײַס. אין דער צײַט, ווען “כאַמאַס" אין עזה הערט נישט אויף צו באַשיסן ישׂראל, “כעזבאָלאַ" אין לבֿנון ווערט אַלץ מער באַוואָפֿנט פֿון איראַן, און איראַן גופֿא האַלט אין איין סטראַשען מיט אָפּווישן ישׂראל פֿון דער וועלט, פֿעלט אין סיני נאָר אויס די עגיפּטישע אַרמיי מיט טאַנקן, העליקאָפּטערס און עראָפּלאַנען?
די ישׂראל־פּאָליטיקער מאַכן ווײַטער אַ פּאָליטקאָרעקטן אָנשטעל, אַז זיי “קאָנטראָלירן דעם מצבֿ", אָבער די ישׂראלדיקע מיליטער־לײַט זעען די ווירקלעכקייט נישט פֿון די כּנסת־פֿענצטער.