פֿאַראייניקטע שטאַטן. — פֿופֿצן פֿירער פֿון אַמעריקאַנער קירכן און אַנדערע רעליגיעזע אָרגאַניזאַציעס האָבן מאָנטיק אָנגעשריבן אַ בריוו, אין וועלכן זיי רופֿן דעם קאָנגרעס צו באַטראַכטן, צי די אַמעריקאַנער רעגירונג זאָל ווײַטער געבן ישׂראל די מיליטערישע שטיצע. די מחברים פֿונעם בריוו בעטן דעם קאָנגרעס דורכצופֿירן אַן אויספֿאָרשונג, כּדי צו באַשטימען, צי די שטיצע פֿונעם ישׂראלדיקן מיליטער קומט, מעגלעך, אין סתּירה מיט די אַמעריקאַנער געזעצן וועגן די אויסערן־באַציִונגען און וואָפֿן־האַנדל. אין אַזאַ פֿאַל, האָבן די פֿאַראייניקטע שטאַטן נישט קיין געזעצלעכע רעכט צו העלפֿן דעם צה״ל.
דער בריוו איז אונטערגעשריבן געוואָרן דורך די פֿירער פֿון דער לוטעראַנער און מעטאָדיסטישער קירך, פֿון די "פֿאַראייניקטע קירכן פֿון קריסטוס" ("UCC") און פֿונעם "נאַציאָנאַלן ראַט פֿון קירכן". אין דער בקשה ווערט באַמערקט, אַז די דערמאָנטע אָרגאַניזאַציעס האָבן געאַרבעט מיט די פּאַלעסטינער קריסטן, כּדי צו העלפֿן זיי דערגרייכן שלום און אויפֿשטעלן אַ בעסערע בירגערלעכע געזעלשאַפֿט. די מחברים האָבן באַטאָנט, אַז זיי זענען שטאַרק פֿאַרזאָרגט וועגן דעם קריטישן מצבֿ אין ישׂראל און אויף די אָקופּירטע פּאַלעסטינער טעריטאָריעס, וואָס ווערט, לויט זייער מיינונג, אַלץ ערגער. די גײַסטיקע פֿירער האַלטן, אַז די אַמעריקאַנער שטענדיקע מיליטערישע שטיצע האָט געשפּילט אַ ראָלע אינעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט.
אַ צאָל ייִדישע גרופּעס זענען אַרויסגעטראָטן מיט אַ קריטיק קעגן דעם בריוו. סטיוו גוטאָוו, דער פּרעזידענט פֿון דעם "ייִדישן ראַט פֿאַר עפֿנטלעכע ענינים" ("JCPA"), האָט געזאָגט, אַז די אַמעריקאַנער רעגירונג שטיצט ישׂראל צוליב אירע אייגענע זיכערהייט־אינטערעסן, און דערפֿאַר האָט זי דאָס רעכט דאָס צו טאָן, לויט זײַן מיינונג. די "רבנישע אַסאַמבלעע" פֿון דער קאָנסערוואַטיווער באַוועגונג האָט געזאָגט, אַז מע דאַרף באַטראַכטן, צי מע זאָל ווײַטער פֿירן בשותּפֿותדיקע איניציאַטיוון מיט די קריסטלעכע אָרגאַניזאַציעס, וועלכע האָבן אונטערגעשריבן דעם בריוו.
וואַשינגטאָן (ייִט״אַ). — דער פּענסיע־פּלאַן פֿון "בני־ברית אינטערנאַציאָנאַל" איז לעצטנס אַריבערגעפֿירט געוואָרן אין די הענט פֿון אַ דרויסנדיקן פֿאַרוואַלטער: די אַמעריקאַנער רעגירונג — אַ שריט, וואָס האָט אַרויסגערופֿן זאָרג וועגן דער פֿינאַנציעלער צוקונפֿט פֿון דער אָנגעזעענער, 169־יאָריקער ייִדישער אָרגאַניזאַציע.
דער פּענסיע־פּלאַן, אין וועלכן עס נעמען אָנטייל 500 מיטגלידער, האָט חובֿות, וואָס באַטרעפֿן 55.6 מיליאָן דאָלאַר, אָבער אַקטיוון פֿון בלויז 30.1 מיליאָן. דעם 11טן סעפּטעמבער האָט די פֿעדעראַלע רעגירונג אָנגענומען דעם קאָנטראָל פֿון די אויסצאָלונגען. "די אַגענטור האָט אָנגענומען דאָס אַחריות, ווײַל ׳בני־ברית׳ וואָלט נישט געקאָנט באַצאָלן אירע חשבונות אָדער בלײַבן אַקטיוו, סײַדן מע וואָלט דעם פּענסיע־פּלאַן אין גאַנצן אַנולירט," האָט די אַגענטור דערקלערט.
אין די טעג פֿון סוף־יאָר און אָנהייב־יאָר איז מסתּמא די בעסטע צײַט צו דערמאָנען דאָס ייִדישע ווערטל, אַז ווער עס לעבט אָן חשבון, שטאַרבט אָן ווידוי. אונדזער פֿאָלק, לויטן ייִדישן לוח, לעבט 5773 יאָר און ס’איז גאָר נישט די צײַט צו זאָגן ווידוי. איז לאָמיר זיך אויך אין די טעג האַלטן בײַ דעם אַלטן מינהג, זיך אומקוקן אויף דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר און זיך באַמיִען אונטערציִען אַ שטיקל סך־הכּל.
דער ווילדער אויפֿברויז פֿון פּאָגראָמען אין מיטעלן מיזרח קעגן אַמעריקע, קודם־כּל, און דעם מערבֿ בכלל, ווײַזן בפֿירוש אַרויס, וואָס איז דער כּוח, וועלכער איז געקומען ווי אַ פּועל־יוצא פֿון דער אַזוי גערופֿענער “אַראַבישער פֿרילינג־רעוואָלוציע". פֿון דעסטוועגן, האָט ישׂראל גופֿא, וואָס געפֿינט זיך אַרומגערינגלט פֿון אַלע זײַטן מיט פֿײַער פֿון שׂינאה, ביז אַהער זיך אײַנגעגעבן אָנצוהאַלטן מיט די פּאָסט־רעוואָלוציאָנערישע מאַכטן “קאַלטע", אָבער פֿאָרט שטילע באַציִונגען.
עגיפּטן. צו דער מאַכט זײַנען דאָרט געקומען די “מוסולמענישע ברידער" אין שפּיץ מיטן איצטיקן פּרעזידענט מוכאַמעד מורסי. ער האָט זיך געלאָזט הערן, ווען ישׂראל האָט זיך אַנטשולדיקט פֿאַרן גרענעץ־אינצידענט, אין וועלכן עס זײַנען אומגעקומען עגיפּטישע גרענעץ־לײַט; און ישׂראל, פֿון איר זײַט, האָט דערמעגלעכט דעם עגיפּטישן מיליטער אָנצוגיין מיט דער אַנטי־טעראָריסטישער אָפּעראַציע אין סיני. אויפֿן הינטערגרונט פֿון דעם וואָס עס קומט איצט פֿאָר דאָרט, איז עס גאָר נישט קיין שלעכטע פּשרה.
סיריע. הײַנט צו טאָג דער בלוטיקסטער קאָנפֿליקט, וואָס גייט דערווײַל אָן אין די גרענעצן פֿון סיריע גופֿא און אָן אַ דירעקטער זײַטיקער אַרײַנמישונג, ווי ס’איז געווען אין ליביע. מעגלעך, אַז דווקא דער פֿאַקט, וואָס די אינטערנאַציאָנאַלע מיליטערישע כּוחות האָבן נישט די מעגלעכקייט אָנצונעמען דעם צד פֿון די אויפֿשטענדלער, האַלט דער סירישער דיקטאַטאָר זיך אָפּ פֿון אַרײַנציִען ישׂראל אין דער אינערלעכער שחיטה און דערמיט אָפּווענדן דאָס פֿאָלק פֿון דעם בירגער־קריג און אַלץ אויסלאָזן צו ישׂראל.
אַזוי איז שוין, זעט אויס, באַשערט, אַז די טראַגישע קאַלענדאַר־דאַטע פֿון 11טן סעפּטעמבער 2001, וועט זיך אינעם ייִדישן לוח דרייען אַרום ראָש־השנה — צו מאָל שפּעטער און צו מאָל פֿריִער, ווי אַ בלוטיקער צייכן, וואָס דערמאָנט שוין נישט נאָר די ייִדן — דער גאַנצער וועלט, פֿון וואַנען צו דערוואַרטן די סכּנה.
אויפֿן אָרט פֿון “גראַנד זיראָ" איז שוין דערעפֿנט געוואָרן אַ שיינער מעמאָריאַל־צענטער; אָסאַמאַ בין לאַדען, להבֿדיל, איז שוין דערשאָסן געוואָרן, ווי אַ הונט און ליגט ערגעץ וווּ באַגראָבן אָן אַ סימן פֿון אַ קבֿר; דאָס אַמעריקאַנער מיליטער האָט זיך אַרויסגעצויגן פֿון איראַק און דאָס לאַנד פֿונעם דיקטאַטאָר סאַדאַם כוסיין לעבט איצט לויט זײַן אייגענער קאָנסטיטוציע; בכלל האָט זיך איבערן מיטעלן מיזרח דורכגעטראָגן די שטורמישע כוואַליע פֿון דער אַזוי גערופֿענער “אַראַבישער רעוואָלוציע", וואָס צו ביסלעך ווערט קלאָר, אַז ווי אַ רעזולטאַט, ווערט די דיקטאַטור פֿון איין פּאַרשוין, פֿאַרביטן אויף אַ דיקטאַטור פֿון אַן איסלאַמיסטישער באַוועגונג, ווי ס’איז געשען אין עגיפּטן. דער בירגערקריג אין סיריע גייט אָן ווײַטער, די קרבנות וואַקסן און ס’איז אוממעגלעך פֿאָרויסצוזען, וואָס וועט זײַן דער סוף פֿון דעם און ווען ער וועט קומען. ס’איז קלאָר, אַז קיין נײַער דיקטאַטאָר וועט נישט קומען, ס’איז אָבער נישט אויסגעשלאָסן, אַז זײַן אָרט וועט אויך פֿאַרנעמען אַן אויפֿגעקומענע איסלאַמיסטישע באַוועגונג, אויסגעוויילט אויף אַ דעמאָקראַטישן אופֿן.
איצט איראַן — די פֿאַרשלעפּטע קרענק, האַלט הײַנט די וועלט אין אַ פֿאַרצווייפֿלונג און ווײַזט איר בולט אַרויס, ווי זי, די וועלט, מיט אַלע אירע אינטערנאַציאָנאַלע אינסטיטוציעס איז אומבאַהאָלפֿן און צעשפּאָלטן, ווען עס קומט צום אָנצונעמען אַ גורלדיקן באַשלוס קעגן אַ רעאַלער סכּנה.
בעת די פּרעזידענט־וואַלן באַשטייט אין תּוך דער אונטערשייד צווישן דעם אַמטירנדיקן פּרעזידענט און דעם קאַנדידאַט צו פֿאַרנעמען זײַן אָרט קודם־כּל אין דעם, וואָס דער פּרעזידענט גיט אָפּ דעם חשבון פֿון דעם וואָס ער האָט צוגעזאָגט און נישט אויסגעפֿירט; און דער קאַנדידאַט זאָגט ערשט צו דאָס, וואָס ער וועט געוויס נישט אויספֿירן, אויב מע וועט אים אויסקלײַבן צו זײַן דער פּרעזידענט. ס’איז אויך נישט קיין נאָווינע, אַז בײַ יעדן פּרעזידענט איז די פּראָפּאָרץ צווישן דעם צוגעזאָגטן און אויסגעפֿירטן כּמעט די זעלבע, צי ער געהערט צו די דעמאָקראַטן, צי צו די רעפּובליקאַנער.
בלויז איין בײַשפּיל: אין גאַנג פֿון די לעצטע דרײַ צענדליק יאָר איז נאָך נישט געווען קיין פּרעזידענט־קאַנדידאַט ער זאָל נישט געווען צוזאָגן אַריבערצוטראָגן די אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדע פֿון תּל־אָבֿיבֿ קיין ירושלים און דערמיט אָפֿיציעל אָנערקענען די הויפּטשטאָט פֿון ישׂראל... ביז ער ווערט אויסגעוויילט פֿאַרן פּרעזידענט.
דער מצבֿ וואָס האָט זיך געשאַפֿן אין סיני נאָך דעם ווי ישׂראל איז מסכּים געווען אַרײַנצולאָזן אויפֿן האַלב־אינדזל די עגיפּטישע אַרמיי, צו פֿאַרניכטן דאָרט די טעראָריסטישע גרופּירונגען, דערמאָנט הײַנט די אַלטע מעשׂה מיטן ייִד, וואָס האָט זיך פֿאַרפֿירט מיט אַ בער; ער וואָלט שוין, נעבעך, געוואָלט זיך פֿון דעם בער אָפּטשעפּען, אָבער יענער לאָזט אים נישט אָפּ.
געלאָזט האָט מען די עגיפּטער אַרײַנשטעלן אין סיני איין פֿוס, אָבער זיי שטייען שוין דאָרט מיט ביידע פֿיס. פֿון איין זײַט, איז קלאָר, אַז מיט די טעראָריסטישע באַנדעס, וואָס גרייכן שוין נישט הונדערטער נאָר טויזנטער, מוז מען מאַכן אַ סוף; פֿון דער צווייטער זײַט, ווייסט מען דאָך מיט וועמען מע האָט צו טאָן. דער פֿאַרמישפּטער פּרעזידענט מובאַראַק איז טאַקע געווען “גוט פֿאַר ייִדן", אָבער דווקא ער האָט פֿאַרנאַכלעסיקט דעם מצבֿ אין סיני, וווּ דעם קאָנטראָל האָבן איבערגענומען כּל־מיני טעראָריסטישע גרופּירונגען, וואָס זײַנען זיך צעוואַקסן, ווי שוועמלעך נאָך אַ רעגן, געשאַפֿן דאָרט מיליטערישע טרעניר־לאַגערן פֿון פּאַלעסטינער עקסטרעמיסטן און מיליטאַנטן פֿון “אַל־קײַדאַ". אויך די אָרטיקע אײַנוווינער, די בעדויִנער, האָבן זיך אָנגעשלאָסן צו די באַנדעס; קיין באַזונדערן אונטערשייד וועמען צו ראַבעווען מאַכן זיי נישט — עס קאָן זײַן עגיפּטן און עס קאָן זײַן ישׂראל — אַבי מע זאָל זיי צאָלן.
צי וואָלט ישׂראל אַליין, אָן עגיפּטן, געקאָנט דערשטיקן די אַלע באַנדיטן אין סיני? געוויס, אַז יאָ, אָבער ווער דאַרף עס מער האָבן: די נײַע מאַכט אין קאַיִר, צי ירושלים, וואָס איז איצט באַזאָרגט מיט די דראָונגען פֿון טעהעראַן? צוריק גערעדט, דאַרף מען נישט האָבן קיין גרויסע פֿאַנטאַזיע זיך פֿאָרצושטעלן, וואָס ס׳וואָלט זיך אָנגעהויבן, ווען ישׂראל אַליין וואָלט זיך אונטערגענומען אָפּצורייניקן דעם האַלב־אינדזל פֿון טעראָריסטן.
גאָר אין גיכן נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט זיך שוין אין דער לופֿטן ווידער געטראָגן דער גערוך פֿון פּולווער; איבער געוויסע טיילן פֿון דער וועלט — שטאַרקער, און אין אַנדערע — שוואַכער. ווען עס גייט אָבער לעצטנס די רייד וועגן נוקלעאַר־געווער, צו וועלכן עס רײַסן זיך די פֿאַנאַטיקער פֿון איראַן, פֿילט שוין די גאַנצע וועלט דעם גערוך פֿון מלחמה. כּדי צו פֿאַרשטיין, צי קאָן מען טאַקע אויסמײַדן די מלחמה מיט איראַן, וואָלט מען פֿריִער געדאַרפֿט שטעלן די פֿראַגע, צי וואָלט איראַן גופֿא געוואָלט אויסמײַדן אַ מלחמה?
אויפֿן בײַשפּיל פֿון אַזעלכע נוקלעאַרע לענדער ווי אינדיע, אָדער צפֿון־קאָרעע, אָדער פּאַקיסטאַן, זעען די אַיאַטאָלעס, אַז מיט אַן אַטאָם־באָמבע איז לײַכטער זיך קעגנצושטעלן דעם ציוויליזירטן מערבֿ און אָנהאַלטן זייער איסלאַמיסטישן רעזשים, ווי אָן אַ באָמבע. עס איז דאָ נאָך אַ וואַריאַנט צו באַרויִקן דעם מערבֿ, דהײַנו: צוצוקומען צו דער שוועל, ווען אַ נוקלעאַרע באָמבע קאָן געמאַכט ווערן, אָבער די דאָזיקע שוועל נישט אַריבערגיין. אַזוי, למשל, ווי עס טוען ביז אַהער דײַטשלאַנד, יאַפּאַן, בראַזיל... זיי — יאָ, נאָר איראַן וועט עס נישט טאָן! איראַן איז צו גרויס בײַ זיך, כּדי פֿאָלגן די אָנגענומענע געזעצן פֿונעם רעזשים נישט צו פֿאַרשפּרייטן דאָס טייטלעכע געווער. פֿון דער אַנדערער זײַט, וועלן אויך די מערבֿ־לענדער זיך פֿילן כּסדר אָנגעשטרענגט, וויסנדיק, אַז צווישן “זײַן און נישט זײַן" טיילט זיי אָפּ בלויז אַ שמאָלע איראַנישע שוועל.
ווי שטרענג די סאַנקציעס קעגן איראַן זאָלן נישט זײַן, בלײַבט סײַ ווי סײַ נאָר איין וועג — לייזן די נוקלעאַרע פֿראַגע מיט כּוח. שטעלט זיך די פֿראַגע: ווער וועט עס טאָן? — אַמעריקע? ישׂראל? די סוניטישע לענדער פֿון מיטעלן מיזרח? אַלע צוזאַמען?
קיין עקספּערטן אין דעם געביט פֿעלן הײַנט נישט אויס; צווישן זיי געפֿינט זיך אויך יעווגעני סאַטאַנאָווסקי, פּרעזידענט פֿונעם אינסטיטוט פֿאַר מיטל־מיזרח, אַ נישט־מלוכישע אינסטיטוציע אין רוסלאַנד. אין זײַנע אַנאַליטישע מאַטעריאַלן אויף דער טעמע שטעלט סאַטאַנאָווסקי זיך אָפּ אויף דרײַ וואַריאַנטן, ווי עס קאָנען זיך אַנטוויקלען די געשעענישן ווײַטער.
די הויפּט־אינטריגע פֿונעם געיעג צו די פּרעזידענט־וואַלן אין אַמעריקע האָט לעצטנס זיך געלייזט: דער רעפּובליקאַנער קאַנדידאַט מיט ראָמני האָט אָנגערופֿן דעם נאָמען פֿון זײַן פֿאַרטרעטער, דעם קאַנדידאַט צו ווערן וויצע־פּרעזידענט, פּאָול רײַען, דער יונגער 42־יאָריקער קאָנגרעסמאַן פֿון וויסקאָנסין.
מיט אָט דעם אויסוואַל גיט ראָמני (און די רעפּובליקאַנער פּאַרטיי) אָנצוהערן, אַז דעם אויבנאָן אין זײַן אַרבעט אינעם "ווײַסן הויז", אויב ער וועט אַהין אויסגעוויילט ווערן, וועלן קודם־כּל זײַן עקאָנאָמישע פּראָבלעמען; ווײַל די ביידע לויפֿערס אין די פּרעזידענט־וואַלן זײַנען מער באַהאַוונט אין עקאָנאָמישע פֿראַגעס, איידער אין דער אויסערלעכער פּאָליטיק. ראָמני גופֿא, האָט עס זייער בולט אַרויסגעוויזן אין זײַן לעצטן אַרויספֿאָר — אין ענגלאַנד, ישׂראל און פּוילן.
פֿאַר וואָס זשע דווקא פּאָל רײַען? דער פֿאָריקער רעפּובליקאַנער פּרעזידענט־קאַנדידאַט דזשאָן מאַק׳קעין, וואָס האָט זיך מיט פֿיר יאָר צוריק פֿאַרמאָסטן מיטן איצטיקן פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, האָט זיך גענייטיקט מער אין אַ ייִנגערן, כאַריזמאַטישן פֿאַרטרעטער — גראָד אָט די זאַכן האָבן אים אויסגעפֿעלט; און ער האָט אַזאַ קאַנדידאַט געפֿונען — די סעקסאַפּילע און חנעוודיקער שׂרה פּיילין.
דער מאָרמאָן מיט ראָמני, וואָס אים איז נענטער דער מעסיקער, ליבעראַלער לאַגער אין דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי, האָט מיט זײַן אויסווײַל "געכאַפּט" גלײַך צוויי העזלעך: פּאָול רײַען איז אַ געטרײַער קאַטאָליקער און אַ ליבלינג בײַם אולטראַ־קאָנסערוואַטיוון פֿליגל פֿון די רעפּובליקאַנער. דאָס מיינט, אַז אויב בײַם אָנהייב האָט ראָמני בלויז קריטיקירט אַלע טריט, וואָס אָבאַמאַ האָט געמאַכט אויפֿן עקאָנאָמישן פֿעלד בעת זײַן פּרעזידענטשאַפֿט, און דערבײַ אַליין ווייניק וואָס פֿאָרגעלייגט ווי אַזוי צו ענדערן דעם מצבֿ; מיינט עס איצט, נאָכן באַשטימען רײַען פֿאַר זײַן "וויצע", אַז דער וועג פֿון לייזן דעם עקאָנאָמישן קריזיס וועט אויסגעפֿלאַסטערט ווערן לויט די רעצעפּטן פֿון דער אַזוי גערופֿענער "טיי־באַוועגונג", דער עקסטרעם־רעכטער לאַגער פֿון דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי.
יעדעס יאָר אין דער צײַט דערמאָנען מיר די ייִדישע קולטור־טוער, מיטגלידער פֿונעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, וואָס דער סאָוועטישער רעזשים, אין שפּיץ מיט סטאַלינען, האָט דעם 12טן אויגוסט 1952 דערשאָסן. בסך־הכּל, זײַנען רעפּרעסירט געוואָרן 110 מענטשן, באַשולדיקט אין ייִדישן נאַציאָנאַליזם, בורזשואַזן ציוניזם, פֿאַרראַט און אַנדערע זינד.
דרײַ יאָר האָט זיך געצויגן די אויספֿאָרשונג — די אַכזריותדיק־צינישע אַקציע, הגם דער טויט־אורטייל קעגן דער גאַנצער ייִדישער ליטעראַטור און קולטור איז אַרויסגעטראָגן געוואָרן נאָך איידער דער מישפּט האָט זיך אָנגעהויבן. אין די 1990ער יאָרן, בעת דער אַזוי גערופֿענער "פּערעסטרויקע" אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, האָבן געוויסע אַרכיוון דערמעגלעכט זיך צו באַקענען מיט אַ טייל דאָקומענטן, וואָס זײַנען ביז יענער צײַט געווען פֿאַרשלאָסן אויף זיבן שלעסער.
צווישן די פּובליקירטע דאָקומענטן, וואָס האָבן אַ שײַכות צו דער ייִדישער סאָוועטישער ליטעראַטור, געפֿינט זיך אויך דער "דאָקומענט נומ’ 34.", אַ בריוו, אָנגעשריבן פֿונעם פּאָעט אַהרן ווערגעליס, לויט דער ביטע פֿונעם פּאַרטיי־ביוראָ בײַם שרײַבער־פֿאַראיין פֿון סאָוועטישע שרײַבער, אַרויסצוזאָגן זײַן מיינונג וועגן געוויסע סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער.
מיר ברענגען ווײַטער בלויז אייניקע אויסצוגן פֿון זײַנע "מבֿינות" אָן קאָמענטאַרן:
"ס’איז באַוווּסט, אַז אין משך פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר האָט די ייִדישע ליטעראַטור איבערגעלעבט אַ שרעקלעך־גרויסן קריזיס. דער מצבֿ פֿון די ייִדישע שרײַבער, וואָס אַרבעטן הײַנט, ווערט נאָך שווערער צוליב דעם, וואָס נישט מיר, נאָר דווקא די זיכערהייט־אָרגאַנען האָבן די ערשטע געלייגט אַכט אויף דעם קופּקעלע ייִדישע ליטעראַטן, וועלכע האָבן אַקטיוו באַלעבאַטעוועט ווי בורזשואַזע נאַציאָנאַליסטן, שׂונאים פֿונעם סאָוועטישן פֿאָלק. [...]
נאָך די אַנטיסעמיטישע אויפֿשריפֿטן, געמאַכט פֿון די ייִדן גופֿא אין ישׂראל, אין "יד־ושם", זעען שוין אויס, דאַכט זיך, די אַנטיסעמיטישע אויפֿברויזן איבער דער וועלט נישט אַזוי אַכזריותדיק און רופֿן שוין כּמעט נישט אַרויס קיין גרימצאָרן — אַז אַזעלכע מיאוסע מעשׂים קומען פֿאָר צווישן אונדז, ייִדן, וואָס זשע קאָן מען דערוואַרטן פֿון אַנדערע?!
דער פֿאַרברענטער אַנטיסעמיט קרושעוואַן, וואָס האָט מיט זײַנע אונטערהעצערישע אַרטיקלען אין זײַן צײַטונג "בעסאַראַבעץ" אויפֿגעבלאָזן דאָס פֿײַער פֿונעם טרויעריק־באַרימטן קעשענעווער פּאָגראָם פֿון 1903, האָט שפּעטער דערקלערט די טראַגעדיע דערמיט, אַז אין יענעם חודש האָבן זיך אויף דער "זון באַוויזן מאָדנע טונקעלע פֿלעקן; און אָט די נאַטור־דערשײַנונג האָט טאַקע אַזוי נעגאַטיוו געווירקט אויף דער ניט־ייִדישער באַפֿעלקערונג פֿון דער שטאָט."
לויט דער כראָניק פֿונעם חודש יולי, זײַנען די אַנטיסעמיטישע אויפֿברויזן אין פֿאַרשידענע ערטער פֿון דער וועלט זייער געשטיגן. נעמט אַפֿילו אַזאַ געבענטשט אָרט, ווי אונדזער "גאָלדענע מדינה", מיט אירע אוניווערסאַלע געזעצן פֿון מענטשנרעכט: "אין משך פֿון עטלעכע טעג זײַנען די קינדער פֿונעם זומער־קעמפּ ׳בנים׳, וואָס געפֿינט זיך אינעם שטעטל וועימאַרט, פּענסילוועניע, אַטאַקירט געוואָרן פֿון אַ כאָפּטע אָרטיקע כוליגאַנען, וואָס האָבן זיי נאָכגעפֿאָלגט אויף אַן אויטאָ און אויסגעשריִען אַנטיסעמיטישע באַליידיקונגען."
אינעם שטעטל טשאַרלסטאָון, שטאַט דרום־קאַראָלײַנע, האָט מען אויסגעמאַליעוועט די טיר פֿון אַ ייִדישער דירה מיט פֿינף רויטע האַקנקרייצן. די 76־יאָריקע באַלעבאָסטע עסטעל וווּטני האָט זיך געקלאָגט: "אַ קינד פֿון דרײַ יאָר, האָב איך געמוזט טראָגן אַ געלע לאַטע! מיר זײַנען אַנטלאָפֿן פֿון דײַטשלאַנד נישט צוליב דעם, מע זאָל מיר איצט, אויף דער עלטער אָנווײַזן אויף דער טיר!"
סוף־וואָך, דעם 27סטן יולי הייבן זיך אָן, אין לאָנדאָן, די אָלימפּישע פֿאַרמעסטן, וואָס וועלן אָנגיין ביזן 12טן אויגוסט. ווי באַקאַנט, קומען די דאָזיקע פֿאַרמעסטן אַרויס פֿונעם אוראַלטן גריכנלאַנד, וואָס דער הויפּט־דעוויז פֿון זיי איז געווען — שטילשטאַנד בעת די פֿאַרמעסטן גייען אָן. אָבער אויך דעמאָלט, ווען מיט דער וועלט האָבן געפּראַוועט די גריכישע געטער, האָט מען נישט איין מאָל דעם הויפּט־תּנאַי געבראָכן.
מיט 40 יאָר צוריק, בעת די אָלימפּישע פֿאַרמעסטן פֿון 1972, איז פֿאַרגאָסן געוואָרן בלוט גלײַך אינעם אָרט פֿון דער אָלימפּיאַדע — אין מינכן; נאָך מער: די קרבנות פֿון דעם טעראָריסטישן אַטאַק זײַנען געוואָרן די ספּאָרטלער פֿון דער ישׂראלדיקער אָלימפּישער מאַנשאַפֿט.
זינט דעמאָלט, איז די אינטערנאַציאָנאַלע ספּאָרט־אונטערנעמונג געוואָרן אַ פּאַסיק אָרט פֿאַר די טעראָריסטן, צו שטעלן זייערע אייגענע רעקאָרדן פֿון בלוט־פֿאַרגיסונג. אַזוי אַז במשך פֿון די 40 יאָר איז געשטיגן סײַ די מײַסטערשאַפֿט פֿון טעראָר, סײַ די צאָל קרבנות פֿון זייערע טעראָר־אַטאַקעס איבער דער וועלט.
דעריבער איז נישט צו באַוווּנדערן, וואָס די זיכערהייט־מיטלען, וועלכע זײַנען געלאָזט געוואָרן אין גאַנג צו באַוואַכן די אָלימפּישע פֿאַרמעסטן אין לאָנדאָן, גרייכן צו אַ ביליאָן פֿונט (1.58 ביליאָן דאָלאַר); עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז ענגלאַנד גרייט זיך צו אַן אַטאַקע אָדער פֿון קאָסמאָס, אָדער פֿון אַן אַרמיי ווילדע ערדישע באַשעפֿענישן, באַוואָפֿנט מיטן סאַמע סאָפֿיסטיקירטן געווער. כּדי צו פֿאַרשטיין, וואָס מיינט עס, אָט די ריזיקע סומע, איז גענוג עס צו פֿאַרגלײַכן מיט די 930 ביליאָן דאָלאַר — די גאַנצע סומע געלט, אויסגעגעבן בעת די אָלימפּישע פֿאַרמעסטן אין וואַנקוּווער.
אין אונדזער פֿאָריקן לייט־אַרטיקל האָבן מיר געשריבן אין שײַכות מיט דער פּלעסנער־קאָמיסיע, וווּ עס ווערט רעקאָמענדירט צו שטעלן צום מיליטער־דינסט אויך דעם אָרטאָדאָקסיש־פֿרומען טייל פֿון דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט, אַז "די חרדישע מנהיגים סטראַשען אַרויסצופֿירן אויף די גאַסן אַ מיליאָן מענטשן קעגן דעם באַשלוס. און זײַט רויִק, זיי וועלן עס דורכפֿירן, אויב נתניהו וועט ווידער נישט איבערטראַכטן און פֿונאַנדערלאָזן שוין די נײַ־געשאַפֿענע קאָמיסיע."
די רביים האָבן טאַקע זייער וואָרט געהאַלטן, אמת נישט אַ מיליאָן חרדישע קינדער זײַנען אַרויס אין ירושלים, אָבער ס’איז נאָר דער אָנהייב, אַ מין אויספּרוּוו. די דעמאָנסטראַציע אַליין האָט אויסגעזען ווי אַ סורעאַליסטישע סצענע פֿון די צאַרישע צײַטן אין רוסלאַנד, ווען מע טרײַבט בגוואַלד טויזנטער ייִדישע קינדער צום פּריזיוו אויף 25 יאָר. די הײַנטיקע "געכאַפּטע קינדערלעך" האָבן זיך אַליין אײַנגעשמידט אין הענטקייטלעך און רופֿן אויף קולי־קולות, די טאַטע־מאַמעס זאָלן זיי ראַטעווען פֿון דעם וויסטן מיליטער־דינסט אין דער ישׂראל־אַרמיי; אַז "בעסער זיצן אין טורמע מיט דער תּורה, איידער אָן איר — גיין דינען אין מיליטער!"
דער צײַטווײַליקער שטילשטאַנד צווישן די צוויי היפּוכדיקע טיילן פֿון דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט — חרדים און חלוניים, הייבט ווידער אָן זיך שפּאַלטן. אויפֿן הינטערגרונט פֿון אַזאַ קעגנשטעלערישער סיטואַציע, וואָלט די רעגירונג געדאַרפֿט זיך האַלטן פֿעסט, און געפֿינען אַ געזעצמעסיקע לייזונג פֿון דער אָנגעווייטיקטער פּראָבלעם. אין דער אמתן, צוליב דעם מאָדנעם אויפֿפֿיר פֿונעם פּרעמיער־מיניסטער נתניהו, וואָס האָט פֿאַרנומען אַ פּאָזיציע "צווישן־בענקלעך", און די פֿירער פֿון די קאָאַליציע־פּאַרטייען — מופֿז ("קדימה") און ליבערמאַן ("ישׂראל בתינו") שאַפֿט זיך אַ פּאַרעווער צוגאַנג: אָט לאָזט נתניהו פֿונאַנדער די פּלעסנער־קאָמיסיע און אָט, נאָכן באַשלוס פֿון זײַן "ליכּוד"־פּאַרטיי גיט נתניהו זיך נאָך און איז שוין גרייט צו שאַפֿן אַ נײַע קאָמיסיע; אָבער דאָ, שוין אונטערן דרוק פֿון די רעליגיעזע פּאַרטייען, זאָגט ער זיך פֿון זײַן נײַעם באַשלוס אויך אָפּ.
|