עס איז נישט קיין נאָווינע, אַז עס זײַנען דאָ גענוג בעלנים, קליינע מענטשעלעך, וואָס האָבן ליב אַ שטאָך צו טאָן אַ "גדול", אַ באַקאַנטע פּערזענלעכקייט, וועלכע גליטשט זיך, צו מאָל, אויס און פֿאַלט, אָדער כאַפּט זיך אַרויס מיט אַ נאַריש וואָרט — מ’איז דאָך נישט מער ווי אַ מענטש...
לעצטנס, האָט אַזאַ מין "שטאָך" געגעבן דווקא אַ וועלט־באַרימטער שרײַבער, אַ נאָבעל־געווינער, אָבער אין תּוך — אַ קליין מענטשעלע. זײַן "שטאָך" האָט ער אויסגעדריקט אין אַ פּאַמפֿלעט, וואָס קריטיקירט ישׂראל און ישׂראלס דראָונג צו אַטאַקירן די נוקלעאַרע אָביעקטן אין איראַן. מילא, צו קריטיקירן איז קיינעם נישט פֿאַרווערט, אַפֿילו אַזאַ גרויסער פּערזענלעכקייט ווי גינטער גראַס. אַן אַנדער זאַך, ווי אַזוי מע טוט עס, און וואָס מיינט מען דערמיט צו זאָגן. זײַן טענה איז, אַז ער, ווי אַ דײַטשישער פּאַטריאָט און אַ פֿאַרטיידיקער פֿון די "פֿאַרפּײַניקטע פּאַלעסטינער", קאָן נישט שווײַגן, אײַנזעענדיק ווי זײַן פֿאָטערלאַנד פֿאַרקויפֿט ישׂראל סאָפֿיסטיקירטע אונטערוואַסער־שיפֿן, וואָס קאָנען באַוואָפֿנט ווערן מיט נוקלעאַר געווער. אין דעם זעט דער נאָבעל־געווינער אַ סכּנה פֿאַר דער גאָרער וועלט.
אפֿשר וואָלט מען דעם גרויסן שרײַבער אויך די טענה געקאָנט מוחל זײַן — פֿאָרט נישט קיין לעצטער בירגער אין זײַן לאַנד; וואָס טוט מען אָבער מיט די אויערן פֿונעם "חית", וואָס שטעקן נאָך אַרויס פֿון זײַן אַמאָל. ווי ער האָט זיך אַליין אין דעם אָנערקענט, איז ער אין 1944 פֿרײַוויליק אַוועק צו דינען אין דער טאַנקען־דיוויזיע "וואַפֿען־עסעס". אַ גליק, וואָס די מלחמה האָט זיך אין גיכן נאָך דעם פֿאַרענדיקט.
הײַנט געהערט גראַס צו אַן אײַנגעשרומפּענעם קרײַז פֿון לינקע אינטעלעקטואַלן, קעגנער פֿון דער אַמעריקאַנער און ישׂראל־פּאָליטיק, אָבער גרויסע אָנהענגער און פֿאַרטיידיקער פֿון פּאַלעסטינער. וואָס שייך איראַן, און אַכמאַדינעדזשאַדס היסטערישע אויפֿרופֿן "אָפּווישן ישׂראל פֿון דער וועלט־מאַפּע", הערט ער אין די דאָזיקע דראָונגען נישט קיין סכּנה; נאָך מער — ישׂראל אַליין, מיט אירע "ציוניסטישע שטיק" איז אין דעם שולדיק!
אין די טעג פֿון ערבֿ־פּסח שטייט באַזונדערס בולט אויף פֿאַר די אויגן דער לעצטער פּונקט פֿון ייִדישן נע־ונד, די הײַנטיקע ייִדישע מדינה, ארץ־ישׂראל. דווקא דאָרט, נאָך צוויי טויזנט יאָר וואַנדערן איבער דער וועלט, צעזייט און צעשפּרייט, האָט זיך סוף־כּל־סוף צונויפֿגענומען דער קערן פֿון ייִדישן פֿאָלק: ייִדן פֿון די אייראָפּעיִשע לענדער און ייִדן פֿון די מיזרח־ און אַראַבישע לענדער. אָט אין דעם שטעקט טאַקע דער גרויסער אונטערשייד צווישן יענע ייִדן, וואָס משה רבנו האָט זיי אַרויסגעפֿירט פֿון מצרים און נאָך פֿערציק יאָר זיך אַרומדרייען איבערן מידבר, געבראַכט צום צוגעזאָגטן לאַנד פֿון כּנען; און די ייִדן, וואָס דער מענטשן־האַס און אַנטיסעמיטיזם האָט זיי אין 20סטן יאָרהונדערט אַרויסגעטריבן פֿון די אײַנגעזעסענע ערטער און געבראַכט קיין פּאַלעסטינע.
לויט אַלע סימנים, זײַנען די פּליטים פֿון מצרים עטניש נישט געווען אַזוי פֿאַרשידנאַרטיק, ווי די ייִדן, וועלכע דער גלות האָט אויסגעפֿורעמט אויפֿן סמך פֿון די פֿעלקער, צווישן וועלכע זיי האָבן עקזיסטירט די צוויי טויזנט יאָר. די מאָדערנע געלערנטע טיילן די הײַנטיקע וועלט אויף צוויי גרונט־טיילן — "מערבֿ" און "די איבעריקע".
לאָמיר אויך זיך באַנוצן מיט דעם צוגאַנג אין שײַכות מיט דער הײַנטיקער ייִדישער מדינה. די ישׂראל־געזעלשאַפֿט קאָן מען אין תּוך צעטיילן אויף צוויי גרויסע סעקטאָרן: פֿאָרשטייער פֿון דער מאָדערנער מערבֿ־אייראָפּעיִשער ציוויליזאַציע און "די איבעריקע". צום ערשטן סעקטאָר, צום "מערבֿדיקן", געהערן די ישׂראלים, אָפּשטאַמיקע פֿון אייראָפּע און אַמעריקע — די אַלטע ישׂראל־עליט (אַקאַדעמישע, ליטעראַרישע, זשורנאַליסטישע), אַ סך פֿאָרשטייער פֿון קונסט: מוזיקער, מאָלער, אַקטיאָרן; די העברעיִש־רעדנדיקע אינטעליגענץ, נישט וויכטיק וואָס איז זייער עטנישער ייִחוס... די אַלע מענטשן זײַנען מער פֿאַרבינדן מיט דער מערבֿ־קולטור, זיך געלערנט אין אייראָפּע אָדער אַמעריקע, אין די ישׂראל־אוניווערסיטעטן — זיי אַלע ווערן פֿאַראייניקט דורך די גײַסטיקע אוצרות פֿון דער מערבֿ־ציוויליזאַציע.
בערך מיט אַ חודש צוריק האָט די מעדיאַ צעטראָגן איבער דער וועלט, בפֿרט דער ייִדישער וועלט, די אויספֿירן פֿון אַ פּרטימדיקן באַריכט וועגן אַנטיסעמיטיזם אין פֿראַנקרײַך. דער סך-הכּל פֿון דער פֿאָרשונג איז געווען אַזאַ: אַזוי גוט איז דער מצבֿ אין פֿראַנקרײַך שוין לאַנג ניט געווען. אין פֿאַרגלײַך מיטן יאָר 2010, איז פֿאַר אַ יאָרן אויף 16 פּראָצענט געפֿאַלן די צאָל אַנטיסעמיטישע געשעענישן. קאָמענטאַטאָרן פֿון דעם באַריכט האָבן געלויבט די פּאָליציי, ריכטער, לערער און היסטאָריקער פֿאַר זייער בײַטראָג אין אונטערהאַלטן אַ מער אָדער ווייניקער נאָרמאַלע געזעלשאַפֿטלעכע טעמפּעראַטור אין דעם לאַנד, וואָס האָט די גרעסטע אין אייראָפּע ייִדישע באַפֿעלקערונג — אַרום 500 טויזנט נפֿשות.
דעם 19טן מאַרץ האָט מאָהאַמעד מעראַה, דער 23־יאָריקער פֿראַנצויז פֿון אַן אַלזשירישן אָפּשטאַם, אָנגעמאָלט אַ בלוטיקן פֿראַגע-צייכן צו אָט דעם באַריכט. פֿאַר אַן אָביעקט, שוין דריטן אין זײַן קאַמפּאַניע פֿון טעראָר (תּחילת איז ער געווען אויף אַ געיעג אויף מיליטערלײַט), האָט ער אויסגעקליבן אַ ייִדישע שול אין טולוז, דער דריט-גרעסטער שטאָט אין לאַנד. לעבן דער שול האָט מעראַה דערהרגעט איינעם פֿון די לערער און דרײַ תּלמידים. דער טולוזער ייִדישער ייִשובֿ פֿון 14 טויזנט נפֿשות שטאַמט, דער עיקר, פֿון די אַראַבישע לענדער.
איצט רעדט מען שוין וועגן דער פּאָליציי אַנדערש, מע לויבט זי ניט. פֿאַרקערט, מע האָט באַרעכטיקטע טענות צו איר פֿאַר ניט רעאַגירן גיכער און בעסער אויף די פֿריִערדיקע מעשׂים-רעים פֿון דעם זעלביקן מאָהאַמעד מעראַה. עס לאָזט זיך אויס, אַז די רייד גייט ניט וועגן עפּעס אַ פּנים-חדשות. אַ קרימינעלער טיפּ, האָט מעראַה אויך געוויזן קלאָרע סימנים פֿון פֿונדאַמענטאַליסטישער ראַדיקאַליזאַציע, האָט, כּלומרשט ווי אַ טוריסט, באַזוכט פּאַקיסטאַן און אַפֿגאַניסטאַן, און איז אַפֿילו געווען אַרעסטירט אין אַפֿגאַניסטאַן דורך די אַמעריקאַנער. ער איז געווען אויף דער רשימה פֿון די לײַט, וואָס מע האָט ניט געטאָרט אַרײַנלאָזן אין קיין אַמעריקאַנער עראָפּלאַן.
דער פֿרישער נומער פֿון דעם זשורנאַל "קאָמענטאַרי" איז כּולל אַן אַרטיקל פֿון יונתן טאָבין, וואָס באַרירט די פֿראַגע פֿון "ייִדן, געלט און 2012" — אַזוי הייסט טאַקע דער אַרטיקל מכּוח דער ראָלע, וואָס ייִדן שפּילן און קענען שפּילן אין די פּרעזידענטישע וואַלן. דער "קאָמענטאַרי" שפּיגלט אָפּ מיינונגען פֿון דעם קאָנסערוואַטיוון אַמעריקאַנער ייִדישן עולם, און טאָבינס אַרטיקל איז, פֿאַרשטייט זיך, אָנגעשריבן פֿון אָט דעם קוקווינקל. גלײַכצײַטיק אָנערקענט ער, אַז דער גרעסטער טייל פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן הויפּטשטראָם קוקט נאָך אַלץ אויף דער וועלט מיט אַנדערע אויגן און שטיצט אין זײַן מערהייט די דעמאָקראַטישע פּאַרטיי, ניט געקוקט אויף דעם וואָס די איצטיקע אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע האָט — און נאָך מער פֿריִער געהאַט — פּראָבלעמען מיט דער ישׂראלדיקער רעגירונג.
שוין עטלעכע טעג גייט אין ישׂראל אָן אַן עכטע ראַקעטן־מלחמה; פֿון עזה אויף די דרום־שטעט זײַנען שוין אַרויסגעלאָזט געוואָרן אַרום 200 (און ביז מיר שרײַבן דעם אַרטיקל — נאָך מער) ראַקעטן און אַרום 30 מענטשן זײַנען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן. די ראַקעטן פֿאַלן אויף די גרעסערע שטעט — אַשדוד, אַשקלון, באר־שבֿע און גדרה. די לימודים אין די לערן־אַנשאַלטן זײַנען אויף אַ צײַט אָפּגעשטעלט. די באַפֿעלקערונג איז אָנגעשטרענגט און געפֿינט זיך אין אַ כּסדרדיקער סכּנה, נישט געקוקט דערויף, וואָס דער אַזוי גערופֿענער קעגן־ראַקעטן־קופּאָל שיסט אַראָפּ ביז 90% פּאַלעסטינער "קאַסאַמען" און מינעס. אָבער די 10% וואָס טרעפֿן צום ציל איז גענוג, כּדי דעסטאַביליזירן דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון די אײַנוווינער.
פֿאַרשטייט זיך, אַז די ישׂראלדיקע מיליטערישע כּוחות ענטפֿערן אויף די באַשיסונגען און טוען עס מיט הצלחה. ווי באַוווּסט, האָט זיך די נײַע ראַקעטן־מלחמה אָנגעהויבן נאָך דעם, ווי די ישׂראלדיקע עראָפּלאַנען האָבן צעשמעטערט דעם אויטאָ, אין וועלכן ס’איז געפֿאָרן זוכייראַ על־קייסי, דער פֿירער פֿון דער פּאַלעסטינער טעראָריסטישער אָרגאַניזאַציע "קאָמיטעטן פֿון פֿאָלקס־ווידערשטאַנד" און נאָך איינער אַ טעראָריסט, וואָס איז לעצטנס באַפֿרײַט געוואָרן פֿון דער ישׂראל־תּפֿיסה אין די ראַמען פֿונעם "שליט־אויסטויש".
יעדעס מאָל, ווען עס הייבט זיך אָן אַן אינטענסיווע קאָנפֿראָנטאַציע צווישן די פּאַלעסטינער און ישׂראלים, קומען אויף פֿראַגעס, וואָס נישט זעלטן טראָגן זיי אויך געוויסע סתּירות. פֿאַרשטייט זיך, אַז ליקווידירן די טעראָריסטן, וואָס פּלאַנירן טעראָריסטישע אַטאַקעס, איז אַ וויכטיקע אויפֿגאַבע פֿאַר דער אַרמיי. יעדנפֿאַלס, אין דעם פֿאַל איז עס טאַקע אַזוי געווען: קייסי און זײַנע מיליטאַנטן, לויט די אויסשפּיר־ידיעות, האָבן פּלאַנירט דורכצופֿירן אַ ריי טעראָריסטישע אַטאַקן קעגן ישׂראל.
אָנהייב די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ זיך געטראָפֿן מיטן ישׂראל־פּרעמיער בנימין נתניהו. אַוודאי, האָט קיינער פֿון דער טרעפֿונג קיין סוד נישט געמאַכט; מ’האָט אַפֿילו געוווּסט וואָס ס’וועט זײַן די הויפּט־טעמע פֿון זייער טרעפֿונג, אָבער וואָס איז פֿון דער דאָזיקער טרעפֿונג אַרויס, ווייסן נאָר די וואָס מוזן עס וויסן.
אַזאַ פֿאַרנעפּלטקייט פֿאַרשפּרייט זיך איבער אַלעמען, וואָס האָט אַ שײַכות צו דער איראַנער נוקלעאַרער פּראָגראַם און דער רעאַקציע פֿון ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן אויף דער לייזונג פֿון דער פֿראַגע. אַז דער אַיאַטאָלאַ־רעזשים איז נאָענט צו דער רעאַליזאַציע פֿון זײַנע נוקלעאַרע אַמביציעס און וועט מיט אײַנגעשפּאַרטקייט דערגרייכן דעם ציל — אין דעם צווייפֿלט שוין קיינער נישט. די פֿראַגע הײַנט איז — ווען?
די מעדיאַ פֿון ביידע לענדער רעדט שוין אַרום אַפֿילו נישט דעם פֿאַקט אַליין, אַז דער טעהעראַנער נוקלעאַרער קנופּ קאָן נאָר צעהאַקט ווערן דורך אַ מיליטערישן אַטאַק; הײַנט רעדט מען שוין וועגן פּרטים פֿון אָט דעם אַטאַק. נאָך מער: עס ווערן פֿאָרגעלייגט און אַנאַליזירט קאָנקרעטע פּלענער ווי אַזוי דאָס צו טאָן. צווישן זיי ווערט אויך אָנגערופֿן אַ פּלאַן פֿון פּינקטלעך־אָרטיקע ראַקעטן־באָמבאָרדירונגען פֿון די נוקלעאַרע אָביעקטן, קאָמבינירט מיט ספּעציאַליזירטע מיליטער־אָפּעראַציעס אויף דער ערד.
צוריק גערעדט, נישט געקוקט דערויף, וואָס אַ סך פֿירער, אָנהייבנדיק פֿון סאַודיע־אַראַביע ביז די לענדער פֿון דער פֿאַראייניקטער אייראָפּע, פֿאַרשטייען אין תּוך, אַז ס’איז סכּנות־נפֿשות צו דערלאָזן איראַן צו האָבן אַן אַטאָם־באָמבע — זײַנען זיי נישט גרייט אָנצונעמען אַ באַשלוס דעם דאָזיקן "קנופּ" צעהאַקן מיט כּוח.
די צווייטע וועלט־מלחמה, מיט איר אינדוסטריעלער מאַשין פֿון אומקום, וואָס האָט אַוועקגעטראָגן צענדליקער מיליאָנען לעבנס, האָט נאָך דער מלחמה געצוווּנגען די וועלט־פֿירער צו באַטראַכטן אַנדערע קריטעריעס פֿון מענטשלעכער ציוויליזאַציע. אַזוי איז אין דער פּאָליטיק פֿון דער מערבֿ־וועלט אויפֿגעקומען די נײַע אידעאָלאָגיע פֿון אַ "הומאַניסטישן כאַראַקטער". דער הויכפּונקט אין דער דאָזיקער אידעאָלאָגיע ווערט אָנגערופֿן דאָס "מענטשלעכע לעבן"; נישט נאָר דאָס וווילזײַן פֿון דער מלוכה.
אָט דער פּרינציפּ האָט צעשאָקלט די לאַנג־דויערנדיקע קאָלאָניאַלע סיסטעם אין די 1950ער יאָרן; דער דאָזיקער הומאַניטאַרער צוגאַנג איז געלעגן אויך אינעם יסוד פֿונעם קאַמף קעגן דעם אַזוי גערופֿענעם סאָציאַליסטישן לאַגער און זײַן צענטער — סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
און עס האָט שוין אויסגעזען, נאָכן קראַך פֿון דעם סאָוועטישן מאָנסטער, אַז שוין — די אידעאָלאָגיע פֿון מענטשלעכקייט האָט, סוף־כּל־סוף, געזיגט. דער מענטש האָט פֿאַרשטאַנען, אַז העכערס און טײַערס פֿון זײַן לעבן האָט קיין שום וווילזײַן נישט די ווערט!
קומט דער 11טער סעפּטעמבער 2001. דער נײַער מילעניום ווערט געבוירן אונטער דער גרינער פֿאָן פֿון איסלאַמישן פֿונדאַמענטאַליזם. דער מערבֿ שפּרינג ממש אויף: "סטײַטש, מיר האָבן דאָך געבראַכט אַ נײַע אידעאָלאָגיע פֿון מענטשלעכקייט, פֿון שאַצן דאָס מענטשלעכע לעבן; און דאָ קריכט פֿון דער פֿינצטערניש אַרויס אַ נײַע אידעאָלאָגיע, וואָס פּריידיקט זעלבסטמאָרד לטובֿת אַללאַ און אַ כאָפּטע בתולות!" אַזוי גייט אַרײַן אין אונדזער טאָג־טעגלעכקייט דער טויטלעכער באַגריף "הייליקער דזשיהאַד".
עס קלינגט נאָך אין די אויערן און עס שווינדלען פֿאַר די אויגן די טאָג־טעגלעכע ידיעות פֿון ליביע, וווּ די רעבעלן האָבן זיך קעגנגעשטעלט דער דיקטאַטור פֿונעם בלוטיקן דיקטאַטאָר מואַמאַר קאַדאַפֿי; דער גאַנצער מערבֿ האָט אונטערגעכאַפּט דעם קאַמף און אויף אַלע אופֿנים געשטיצט די רעבעלן... דעם סוף פֿון קאַדאַפֿי האָבן אויך אַלע געהערט און געזען. אויס דיקטאַטור, וואָס ווײַטער?... און ווײַטער זײַנען אַלע ווי בלינד און שטום געוואָרן, מיט איין וואָרט — פֿאַרגעסן!
פֿון דעסטוועגן, אייניקע ידיעות שנײַדן זיך דורך, דורך דער געדיכטער נעץ פֿון אַנדערע טאָג־טעגלעכע געשעענישן, וואָס ס’איז שוין מיט זיי פֿאַרכאַפּט סײַ די וועלט און סײַ די מעדיאַ. וואָס הערט זיך טאַקע אין דער באַפֿרײַטער ליביע? לויט דער קנאַפּער אינפֿאָרמאַציע, שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז טיילווײַז איז דאָס לאַנד אַרײַנגעפֿאַלן אין אַ מיטל־עלטערלעכן צײַטגרוב. ליביע האָט זיך צעשפּאַלטן אַפֿילו נישט אויף דרײַ פּראָווינצן, ווי ס’איז געווען אין דער קאָלאָניאַלער תּקופֿה, נאָר אויף באַזונדערע קיניגלעכע שטעט, מיט אייגענע באַוואָפֿנטע גרענעצן, אָדער געגנטן, וואָס ווערן קאָנטראָלירט פֿון געוויסע שבֿטים.
די מיליטאַנטישע מחנות, אין שפּיץ מיט די נעכטיקע פֿעלד־קאָמאַנדירן, האָבן איבערגענומען די פֿונקציעס פֿון אַן אַרמיי; זיי זײַנען אויך די ריכטערס און זיי פֿירן אויס דעם אורטייל. קיין אַלגעמיינע געזעצן זײַנען נישטאָ — יעדער שבֿט לעבט לויט זײַנע אייגענע כּללים, וואָס דער הויפּט־כּלל איז: ווער ס’איז שטאַרקער, דער איז גערעכט. ווי ווײַט עס וועט אַזוי אָנגיין, איז שווער צו זאָגן. צוריק גערעדט, צי איז גרייט דער מערבֿ איצט זיך בכלל אַרײַנצומישן?
און דאָך איז דאָ אַ האָפֿענונג, אַז דער מערבֿ וועט עס טאָן און גאָר אין גיכן; נישט אַזוי צוליב אײַנשטעלן דאָרטן אַ דעמאָקראַטיע, ווי צוליב דער גרויסער נאַפֿט־פּראָבלעם, וואָס טרײַבט אים זיך אומצוקערן צו דעם ליבישן פּאָסט־קאַדאַפֿישן לאַנד.
ישׂראל האָט הײַנט אין דער וועלט אַזוי פֿיל שׂונאים, אַז ס׳איז שוין כּדאַי מע זאָל אַ ביסל רעדן וועגן ישׂראלס פֿרײַנד. יעדנפֿאַלס, פֿון אַ לאַנד, וואָס האָט קיין שלעכטס פֿאַר דער ייִדישער מדינה נישט געטאָן, בפֿרט אַז עס גייט די רייד וועגן אַ לאַנד, וווּ די מערהייט פֿון דער באַפֿעלקערונג איז אַ מוסולמענישע. מיר מיינען דאָ די אומאָפּהענגיקע מלוכה בײַם קאַספּישן ים — אַזערבײַדזשאַן.
צו זײַן אין גוטע באַציִונגען מיט אַ לאַנד, וואָס גרענעצט מיט איראַן, איז סטראַטעגיש הײַנט זייער וויכטיק. אין אַזעלכע גוטע באַציִונגען זײַנען פֿאַראינטערעסירט סײַ ישׂראל און סײַ אַזערבײַדזשאַן, און נישט נאָר צוליב עקאָנאָמישע סיבות. אַזערבײַדזשאַן איז טאַקע אַ מוסולמעניש לאַנד, אָבער די רעגירונג און דער נוסח פֿונעם געזעלשאַפֿטלעכן לעבן דאָרט איז אַ ציווילער. דעריבער ברענגט אַזאַ מין "אַיאַטאָליש שכנות" נישט ווייניק פּראָבלעמען. דערצו, נאָכן קראַך פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, איז טעהעראַן נישט צופֿרידן געבליבן מיט דעם ווי דער קאַספּישער ים, דער הויפּט נאַפֿט־רעזערוווּאַר אין דער געגנט, איז צעטיילט געוואָרן.
די באַציִונגען צווישן די צוויי מוסולמענישע שכנים זײַנען נאָך מער אָנגעשטרענגט געוואָרן אין דער לעצטער צײַט. פֿון איין זײַט, האָט איראַן אָנגעקניפּט פֿרײַנדלעכע באַציִונגען מיט אַרמעניע, וואָס פֿירט מיט אַזערבײַדזשאַן שוין אַ לאַנג־יאָריקן טעריטאָריעלן סיכסוך איבער דעם ראַיאָן נאַגאָרני קאַראַבאַך; פֿון דער צווייטער זײַט, שטרעבט די רעגירונג פֿון אַזערבײַדזשאַן זיך מער דערנענטערן צום מערבֿ, וואָס רופֿט אַרויס אומצופֿרידנקייט בײַ איראַן. אויף דער טעריטאָריע פֿון אַזערבײַדזשאַן באַזירט זיך דאָס אַמעריקאַנער מיליטער, וואָס פֿירט מלחמה אין אַפֿגאַניסטאַן.
פֿון דעסטוועגן, ווי אָנגעשטרענגט די צווישן־באַציִונגען פֿון אַזערבײַדזשאַן און איראַן זאָלן נישט זײַן, מיינט עס אַבסאָלוט נישט, אַז באַקו איז גרייט זיך צו שטעלן אָפֿן קעגן טעהעראַן. וווּ איז טעהעראַן מיט איר ריזיקן מיליטערישן און מענטשלעכן פּאָטענציאַל, און וווּ איז אַזערבײַדזשאַן?! צוריק גערעדט, דווקא צוליב אַזאַ גרויסן אונטערשייד אין כּוח און אידעאָלאָגיע איז די אַזערבײַדזשאַנער רעגירונג, אין שפּיץ מיטן פּרעזידענט אילכאַם אַליִעוו, לײַבלעך פֿאַראינטערעסירט צו פֿירן פֿרײַנדשאַפֿט מיטן מערבֿ בכלל און מיט ישׂראל בפֿרט.
די פּאָליטישע פּראָצעסן וואָס קומען לעצטנס פֿאָר אין רוסלאַנד, בפֿרט די ריזיקע דעמאָנסטראַציעס אין מאָסקווע און נאָך אין עטלעכע מיליאָניקע שטעט, האָבן זייער באַגײַסטערט דעם מערבֿ, וועלכער זעט אין זיי סימנים פֿון נאָך איין "אָראַנזש־רעוואָלוציע" אויפֿן פּאָסט־שטח פֿונעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד.
אַזוי, למשל, לעאָן אַראָן, דירעקטאָר פֿון אַן אויספֿאָרשונג־פּראָגראַם וועגן רוסלאַנד שרײַבט, אַז אין דער רוסלענדישער געזעלשאַפֿט וועקן זיך אויף די מאָראַלישע געפֿילן. "אַ טייל קעמפֿט קעגן קאָרופּציע, אַן אַנדער טייל פּרוּווט צו ראַטעווען היסטאָרישע דענקמעלער אָדער אָפּשטעלן דאָס פֿאַרפּעסטיקן די אַרומיקע סבֿיבֿה." דער אַמעריקאַנער פֿאָרשער דערקלערט עס דערמיט, וואָס די אַקטיווע מענטשן אין רוסלאַנד זײַנען איבערצײַגט, אַז "די ליבעראַליזאַציע פֿון לאַנד קאָן קומען נאָר דורך אַ רײַפֿער ציווילער געזעלשאַפֿט, וואָס איז פֿעיִק צו קאָנטראָלירן די מאַכט".
ווי אַ מוסטער, פֿון דער געזעלשאַפֿטלעכער ליבעראַליזאַציע אויפֿן פּאָסט־סאָוועטישן שטח, ווערט גענומען אוקראַיִנע. די "אָראַנזש־רעוואָלוציע" אין 2005 האָט ממש איבערראַשט דעם מערבֿ, אַרײַנגעבראַכט אַ פֿרישן ווינט פֿון האָפֿענונגען סײַ פֿאַר דער אוקראַיִנישער באַפֿעלקערונג און סײַ פֿאַר די שכנישע לענדער — ווײַסרוסלאַנד און רוסלאַנד; אין דער זעלבער צײַט האָבן זיי אָנגעשראָקן דעם ווײַסרוסישן דיקטאַטאָר לוקאַשענקאָ און די רעגירונג פֿון פּוטינען, וואָס האָבן נאָך שטאַרקער פֿאַרפֿעסטיקט זייער מאַכט.
דער סוף פֿון דער אוקראַיִנישער אָראַנזש־רעוואָלוציע איז אָבער גענוג אַ טרויעריקער: וואָס מער דאָס לאַנד גייט אָן מיט דעמאָקראַטישע פּרינציפּן, אַלץ מער ווערט אָפּגעשוואַכט איר ווירטשאַפֿט. די קאַרפּנקעפּ פֿון 2005, דער געוועזענער פּרעזידענט יושטשענקאָ, האָט אויפֿגעוועקט די עקסטרעם־נאַציאָנאַליסטישע כּוחות, און די געוועזענע פּרעמיער־מיניסטאָרין יוליאַ טימאָשענקאָ איז איצט פֿאַרשפּאַרט אין טורמע אויף זיבן יאָר.
נישט געקוקט אויפֿן קאַלטן וועטער אין ניו־יאָרק, איז אויף דער וואַלן־גאַס — הייס. דהײַנו: דעם 20סטן מאַרץ קומען פֿאָר סענאַט־וואַלן פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק. פֿאַרשטייט זיך, אַז דער הויפּט־געיעג לעצטנס קומט פֿאָר אין דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי, צווישן די קאַנדידאַטן, וואָס דער בעסטער פֿון זיי וועט זיך צונויפֿקומען אין אַ "שלאַכט" מיטן איצטיקן פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, דעם 6טן נאָוועמבער.
דער קאַמף אָבער צווישן די קאַנדידאַטן צו פֿאַרנעמען אַן אָרט אינעם סענאַט פֿונעם שטאַט ניו־יאָרק, איז פּונקט אַזוי דראַסטיש און אײַנשטעלעריש, ווי אין די העכסטע מאַכט־עשאַלאָנען. צוריק גערעדט, די "עולה" קיין וואַשינגטאָן הייבט זיך דאָך אָן פֿון די שטאַטן. דעריבער פֿעלט נישט אויס קיין קללות און שמוץ — אַלץ ווערט איבערגעקערט און אַרויסגעשטעלט פֿאַר דער עפֿנטלעכקייט!
ווי באַוווּסט, ווערט דער שטאַט און די שטאָט ניו־יאָרק צעטיילט אויף וואַלקרײַזן, כּדי יעדער וואַלקרײַז זאָל אויסוועלן זײַן קאַנדידאַט אין שטאַט־סענאַט. די גרענעצן פֿון די וואַלקרײַזן ווערן באַשטימט יעדע 10 יאָר נאָך דער פֿאָלקסציילונג; און אַזוי ווי אַזאַ פֿאָלקסציילונג איז פֿאָרגעקומען אין 2010, זײַנען אויך איצט די גרענעצן פֿון די וואַלקרײַזן געענדערט געוואָרן. און אָט זײַנען דעם 27סטן יאַנואַר פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן די נײַע מאַפּעס. האָט באַלד אויסגעבראַכן אַ מלחמה צווישן די וויילער פֿון דער אַזוי גערופֿענער "רוסישער גאַס" אין ניו־יאָרק
מה־רעש? לאָזט זיך אויס, אַז דער וואַלקרײַז אויף דרום־ברוקלין, וווּ ס’רובֿ פֿון דער באַפֿעלקערונג זײַנען רוסיש־רעדנדיקע אימיגראַנטן, איז צעטיילט געוואָרן. איצט, טענהן די וויילער, וועלן זיי שוין פֿאַרלירן זייער "געאייניקטן כּוח" צו ווירקן אויף די אויסגעוויילטע סענאַטאָרן, זיי זאָל לייגן אַכט אויף די פּראָבלעמען און פֿאָדערונגען פֿון זייערע וויילער. און ס’איז טאַקע אַזוי: וואָס קאָן, למשל, פֿאַרשטיין אַ סענאַטאָר פֿון אַ כינעזישן אָפּשטאַם וועגן די פּראָבלעמען פֿון די "רוסישע ייִדן"?
זעט אויס, אַז די טעמע "אַנטיסעמיטיזם" בכלל און "אַנטיסעמיטיזם אין אייראָפּע", וועט שוין קיין מאָל נישט אויסגעמעקט ווערן פֿונעם פּאָליטישן סדר־היום און דעם טאָג־טעגלעכן לעבנס־שטייגער. דער מלחמה־עכאָ צווישן רוים און ירושלים, אָנגעהויבן נאָך אין די צײַטן פֿון דער רוימישער אימפּעריע, וועט קיין מאָל נישט פֿאַרשטימט ווערן; און ס’איז גאָר נישט וויכטיק, וויפֿל ייִדן בסך־הכּל באַזעצן הײַנט אייראָפּע און, וואָס איז זייער אָרט אינעם לעבן פֿון די אייראָפּעיִשע לענדער. דער מיטאָס איז שטאַרקער פֿונעם אמת.
די אייראָפּעיִשע רעגירונגען, בשותּפֿות מיט די אָרטיקע ייִדישע קהילות און רײַכע יחידים געבן אויס ריזיקע געלטער אויפֿצושטעלן און אויסצוהאַלטן די חורבן־מוזייען, אָנדענק־ערטער, צענטערס פֿון חורבן־ און אַנטיסעמיטיזם־פֿאָרשונג. ערשט מיט צוויי יאָר צוריק איז אין בריסל געעפֿנט געוואָרן אַ גרויסער חורבן־צענטער, וואָס טראָגט דעם נאָמען פֿון "אייראָפּעיִשע אינפֿראַסטרוקטור פֿון פֿאָרשן דעם חורבן". געעפֿנט איז ער געוואָרן מיט אַ גרויסן טראַסק און שיינע רעדעס וועגן די צוועקן און אויפֿגאַבעס פֿון דער דאָזיקער אינסטיטוציע, געשאַפֿן אונטערן פֿליגל פֿונעם האָלענדישן אינסטיטוט צו פֿאָרשן די צווייטע וועלט־מלחמה.
קיין צווייפֿל איז ניטאָ, אַז אַלע באַמיִונגען פֿון די פֿאָרשער וועלן ברענגען צו וויכטיקע רעזולטאַטן. אָבער נאָר אויף אַ טעאָרעטישן אופֿן. אין דרויסן זעט עס אַלץ אויס גאָר אַנדערש. טאַקע אין בעלגיע גופֿא, אין אַנטווערפּן, צו פֿירן דאָרט אַן אָפֿן פֿרום לעבן איז ריזיקאַליש, בפֿרט פֿאַר די אָרטיקע חסידים, וועלכע ווערן אָפֿט אַטאַקירט סײַ ווערטלעך און סײַ פֿיזיש פֿון זייערע מוסולמענישע שכנים, וואָס האָבן פֿאַרפֿלייצט די אייראָפּעיִשע שטעט.
|