אָנהייב די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ זיך געטראָפֿן מיטן ישׂראל־פּרעמיער בנימין נתניהו. אַוודאי, האָט קיינער פֿון דער טרעפֿונג קיין סוד נישט געמאַכט; מ’האָט אַפֿילו געוווּסט וואָס ס’וועט זײַן די הויפּט־טעמע פֿון זייער טרעפֿונג, אָבער וואָס איז פֿון דער דאָזיקער טרעפֿונג אַרויס, ווייסן נאָר די וואָס מוזן עס וויסן.
אַזאַ פֿאַרנעפּלטקייט פֿאַרשפּרייט זיך איבער אַלעמען, וואָס האָט אַ שײַכות צו דער איראַנער נוקלעאַרער פּראָגראַם און דער רעאַקציע פֿון ישׂראל און די פֿאַראייניקטע שטאַטן אויף דער לייזונג פֿון דער פֿראַגע. אַז דער אַיאַטאָלאַ־רעזשים איז נאָענט צו דער רעאַליזאַציע פֿון זײַנע נוקלעאַרע אַמביציעס און וועט מיט אײַנגעשפּאַרטקייט דערגרייכן דעם ציל — אין דעם צווייפֿלט שוין קיינער נישט. די פֿראַגע הײַנט איז — ווען?
די מעדיאַ פֿון ביידע לענדער רעדט שוין אַרום אַפֿילו נישט דעם פֿאַקט אַליין, אַז דער טעהעראַנער נוקלעאַרער קנופּ קאָן נאָר צעהאַקט ווערן דורך אַ מיליטערישן אַטאַק; הײַנט רעדט מען שוין וועגן פּרטים פֿון אָט דעם אַטאַק. נאָך מער: עס ווערן פֿאָרגעלייגט און אַנאַליזירט קאָנקרעטע פּלענער ווי אַזוי דאָס צו טאָן. צווישן זיי ווערט אויך אָנגערופֿן אַ פּלאַן פֿון פּינקטלעך־אָרטיקע ראַקעטן־באָמבאָרדירונגען פֿון די נוקלעאַרע אָביעקטן, קאָמבינירט מיט ספּעציאַליזירטע מיליטער־אָפּעראַציעס אויף דער ערד.
צוריק גערעדט, נישט געקוקט דערויף, וואָס אַ סך פֿירער, אָנהייבנדיק פֿון סאַודיע־אַראַביע ביז די לענדער פֿון דער פֿאַראייניקטער אייראָפּע, פֿאַרשטייען אין תּוך, אַז ס’איז סכּנות־נפֿשות צו דערלאָזן איראַן צו האָבן אַן אַטאָם־באָמבע — זײַנען זיי נישט גרייט אָנצונעמען אַ באַשלוס דעם דאָזיקן "קנופּ" צעהאַקן מיט כּוח. אין דער זעלבער צײַט, וואָלטן זיי נישט געווען קעגן, אויב די "שוואַרצע אַרבעט" וואָלט אויסגעפֿירט ישׂראל גופֿא; סײַדן, מיט אַ באַגרענעצטער שטיצע פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. ס’איז דאָך קלאָר, טענהן זיי, אַז די סכּנה דראָט, קודם־כּל, דער ייִדישער מדינה, פֿאַר וואָס זשע זאָלן די ישׂראלים עס נישט טאָן אַליין?! אַזאַ שטילע העצע אין דער פּרעסע גייט שוין אָן אַ היפּשע צײַט; און מע דאַרף זאָגן, אַז אויך אין ישׂראל פֿעלן נישט אויס קיין היציקע קעפּ, וואָס רופֿן צו מאַכן אַ סוף מיט די איראַנישע נוקלעאַרע אָביעקטן "תּיכּף־ומיד!".
אין זײַנע לעצטע אויפֿטריטן, ווי ביז אַהער, דערקלערט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, אַז "אַלע וואַריאַנטן זײַנען אויפֿן טיש". דעם אמת געזאָגט, זעט עס אויס, ווי אַ מין קאָרטן־שפּיל — שלעפּ אַרויס וואָסער קאָרט דו ווילסט; אָבער ווער דאַרף עס טאָן — אַמעריקע, ישׂראל, איראַן? מיט איין וואָרט, די זעלבע פֿאַרנעפּלטקייט, וואָס דערמעגלעכט יעדן צד צו פֿאַרטײַטשן דעם זאָג אויף זײַן אייגענעם אופֿן, דהײַנו: איראַן גייט אָן מיט זײַנע נוקלעאַרע פּלענער ווײַטער, און ישׂראל — איז פֿרײַ אַליין צו אַטאַקירן!
וואָס זשע איז קיין וואַשינגטאָן געקומען נתניהו? ער וויל טאַקע הערן קלאָרע דיבורים פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט: וווּ איז די אַזוי גערופֿענע "רויטע ליניע" סײַ פֿון איראַנס אַנטוויקלונג און סײַ פֿאַר ישׂראלס אַטאַק (מיט אַמעריקע אָדער אָן איר)?
ס’איז קלאָר, אַז פּרעזידענט אָבאַמאַ איז הײַנט נישט מסוגל צו רעדן "קלאָרע דיבורים" — די וואַלן דריקן אויף אים. אין דעם פֿאַל צעטיילן זיך די מיינונגען בײַ די עקספּערטן: אייניקע האַלטן, אַז דער פּרעזידענט האָט מורא, אַז זײַן פּאָפּולערקייט קאָן פֿאַלן צוליב דער מלחמה מיט איראַן; זי וועט, בלי ספֿק, נאָך שאַרפֿער מאַכן דעם עקאָנאָמישן קריזיס. די אַנדערע טענהן פֿאַרקערט: אַז אַ מיליטערישע לייזונג פֿון דער איראַנישער נוקלעאַרער פֿראַגע, וועט מאַכן אָבאַמאַס פּאָזיציע פֿאַר די וואַלן נאָך פֿעסטער און ברענגען אַ גרעסערע פּאָפּולערקייט סײַ אין אַמעריקע און סײַ איבער דער וועלט.
ווי עס זאָל נישט זײַן, שטייט נישט די צײַט אויפֿן אָרט. אין דעם פֿאַל שפּילט זי צו די פֿאַנאַטיקער פֿון איראַן.