שוין עטלעכע טעג גייט אין ישׂראל אָן אַן עכטע ראַקעטן־מלחמה; פֿון עזה אויף די דרום־שטעט זײַנען שוין אַרויסגעלאָזט געוואָרן אַרום 200 (און ביז מיר שרײַבן דעם אַרטיקל — נאָך מער) ראַקעטן און אַרום 30 מענטשן זײַנען פֿאַרוווּנדעט געוואָרן. די ראַקעטן פֿאַלן אויף די גרעסערע שטעט — אַשדוד, אַשקלון, באר־שבֿע און גדרה. די לימודים אין די לערן־אַנשאַלטן זײַנען אויף אַ צײַט אָפּגעשטעלט. די באַפֿעלקערונג איז אָנגעשטרענגט און געפֿינט זיך אין אַ כּסדרדיקער סכּנה, נישט געקוקט דערויף, וואָס דער אַזוי גערופֿענער קעגן־ראַקעטן־קופּאָל שיסט אַראָפּ ביז 90% פּאַלעסטינער "קאַסאַמען" און מינעס. אָבער די 10% וואָס טרעפֿן צום ציל איז גענוג, כּדי דעסטאַביליזירן דאָס טאָג־טעגלעכע לעבן פֿון די אײַנוווינער.
פֿאַרשטייט זיך, אַז די ישׂראלדיקע מיליטערישע כּוחות ענטפֿערן אויף די באַשיסונגען און טוען עס מיט הצלחה. ווי באַוווּסט, האָט זיך די נײַע ראַקעטן־מלחמה אָנגעהויבן נאָך דעם, ווי די ישׂראלדיקע עראָפּלאַנען האָבן צעשמעטערט דעם אויטאָ, אין וועלכן ס’איז געפֿאָרן זוכייראַ על־קייסי, דער פֿירער פֿון דער פּאַלעסטינער טעראָריסטישער אָרגאַניזאַציע "קאָמיטעטן פֿון פֿאָלקס־ווידערשטאַנד" און נאָך איינער אַ טעראָריסט, וואָס איז לעצטנס באַפֿרײַט געוואָרן פֿון דער ישׂראל־תּפֿיסה אין די ראַמען פֿונעם "שליט־אויסטויש".
יעדעס מאָל, ווען עס הייבט זיך אָן אַן אינטענסיווע קאָנפֿראָנטאַציע צווישן די פּאַלעסטינער און ישׂראלים, קומען אויף פֿראַגעס, וואָס נישט זעלטן טראָגן זיי אויך געוויסע סתּירות. פֿאַרשטייט זיך, אַז ליקווידירן די טעראָריסטן, וואָס פּלאַנירן טעראָריסטישע אַטאַקעס, איז אַ וויכטיקע אויפֿגאַבע פֿאַר דער אַרמיי. יעדנפֿאַלס, אין דעם פֿאַל איז עס טאַקע אַזוי געווען: קייסי און זײַנע מיליטאַנטן, לויט די אויסשפּיר־ידיעות, האָבן פּלאַנירט דורכצופֿירן אַ ריי טעראָריסטישע אַטאַקן קעגן ישׂראל. פֿון דעסטוועגן, ווי נאָר די רעאַקציע פֿון די פּאַלעסטינער מיליטאַנטן אויף די פֿאַרניכטונגען פֿון זייערע קאָמאַנדירן וואַקסט איבער אין אַן אָפֿענער עסקאַלאַציע, הייבט זיך באַלד אויף אין דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט אַ כוואַליע פּראָטעסטן — סײַ וואָס פֿאָדערן "אַרײַנצוגיין אין עזה און מאַכן אַ סוף צו די כאַמאַסניקעס!" — סײַ פֿון די וואָס שטעלן זיך קעגן דעם.
דאָס מאָל קומט פֿאָר כּמעט דאָס זעלבע, סײַדן עס ווערט געפֿרעגט: ווי ווײַט איז געווען באַרעכטיקט גראָד איצט צו ליקווידירן דעם פֿירער פֿון דער מיליטאַנטישער אָרגאַניזאַציע? און נאָך: צי האָבן די ישׂראלדיקע אַרמיייִשע קאָמאַנדירן פֿאָרויסגעזען אַזאַ רעאַקציע, צי סתּם אויסגענוצט דעם גוטן מאָמענט?
אַוודאי, יעדער טעראָריסטישער אַטאַק, אויב מע קאָן זי דערשטיקן נאָך איידער זי קומט פֿאָר, ראַטעוועט מענטשלעכע לעבנס און בלוטפֿאַרגיסונג. אין דער זעלבער צײַט, האָט דאָס אומברענגען קייסי נאָר אויפֿגערודערט די טעראָריסטישע שלאַנגען־נעסט, וואָס טרײַבט אַרײַן טויזנטער מענטשן אין שרעק און שלאָפֿלאָזע נעכט, מאַכט חרובֿ בנינים, שרעקט אָן קינדער און ברענגט צו ריזיקע עקאָנאָמישע היזקות...
הײַנט, ווען די הויפּט־סכּנה פֿאַר ישׂראל קומט אַרויס פֿון איראַן, און ווען די ישׂראל־רעגירונג טענהט וועגן אַן אַטאַק אויף די נוקלעאַרע אָביעקטן, לייגט זיך נישט לײַכט אויפֿן שׂכל אַזאַ אויפֿפֿיר פֿון די מיליטער־לײַט. קיין בליצקריג, ווי ס’האָט דערוויזן די לעצטע אָפּעראַציע "גוסבלײַ", וועט ווייניק וואָס העלפֿן, בפֿרט, אַז אַרײַנלאָזן זיך אין אַ לאַנגן קריג, וויל מען נישט.
דער פּאָליציי־גענעראַל אורי בר־לבֿ, שרײַבט אין זײַן אַרטיקל אין דער צײַטונג "מעריבֿ", אַז "נישט ׳כאַמאַס׳ איז אונדזער פּראָבלעם. ׳כאַמאַס׳ האָט נישט איין מאָל שוין דעקלאַרירט, אַז ער וויל אונדז אַרײַנוואָרפֿן אין ים־אַרײַן. אונדזער פּראָבלעם איז פֿאַרבונדן מיט דער געמיינער שיטה פֿון אָננעמען באַשלוסן. מיר דאַרפֿן מאַכן אַ סוף צו די אַזוי גערופֿענע באַלאַנסירטע מעשׂים, וועלכע עקזיסטירן נישט אין דער הײַנטיקער ווירקלעכקייט".
אַנדערש געזאָגט: אַז מ’איז גרייט אויס מורא פֿאַר איראַן צו באָמבאַרדירן אירע נוקלעאַרע אָביעקטן, וואָס געפֿינען זיך טויזנטער קילאָמעטער פֿון ישׂראל, פֿאַרוואָס זשע קאָן מען, סוף־כּל־סוף, נישט מאַכן אַ סוף צו דער "כאַמאַס"־ממשלה וואָס דערלויבט אין עזה צו עקזיסטירן אַזעלכע טעראָריסטישע באַנדעס, ווי "קאָמיטעטן פֿון פֿאָלקס־ווידערשטאַנד" און "איסלאַמישער דזשיהאַד". זיי געפֿינען זיך דאָך ממש בשכנות, אַ האַנט אויסצושטרעקן, און פּונקט ווי די אַיאַטאָלעס אין טעהעראַן, סטראַשען זיי אָפּצוּווישן ישׂראל פֿון דער וועלט־מאַפּע?