- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
אין די אַמעריקאַנער־רוסלענדישע באַציִונגען, וואָס האָבן זיך אין די לעצטע צען יאָר געוואַקלט צווישן "אַ ביסל בעסער" און "אַ ביסל ערגער", האָט זיך אַרײַנגעריסן אַ נײַע טעמע — קינדער־אַדאַפּטירונג. דאָס מיינט, אַז די אַמעריקאַנער בירגער אַדאַפּטירן קינדער אָן עלטערן פֿון די רוסישע קינדער־היימען. מע קאָן נישט זאָגן, אַז דאָס אַדאַפּטירן קינדער שפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אין די פּאָליטישע אָדער עקאָנאָמישע צווישן־באַציִונגען פֿון ביידע מלוכות; און בכלל, וואָס קאָן דאָ זײַן שלעכטס, אַז פֿאַרלאָזטע קינדער, בפֿרט נאָך קראַנקע אָדער מיט אַ פֿיזישן מום, געפֿינען אַ וואַרעמע היים אין אַמעריקע און ווערן באַזאָרגט סײַ מיט אַ גוטער מעדיצין און סײַ מיט אַ גוטער צוקונפֿט? לויט דער לאָגיק איז עס טאַקע אַזוי. אָבער, זעט אויס, נישט לויט דער לאָגיק פֿון אַ פּשוטן רוסישן מענטש, וואָס אַמעריקע איז פֿאַר אים געווען און געבליבן אַ בייזער כּוח, וואָס וויל פֿאַרכאַפּן זײַן לאַנד: דורך זײַן בורזשואַזער קולטור, מאָראַלישער געפֿאַלנקייט, זנות, נאַרקאָטיקס... און לעצטנס, דורך אַדאַפּטירן די רוסישע קינדער און דערמיט זיי אָפּרײַסן פֿון זייער פֿאָטערלאַנד, שפּראַך, קולטור, רעליגיע וכדומה. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן מיר אָפּגעמערקט עטלעכע וויכטיקע דאַטעס: דעם נצחון־טאָג איבער דעם דײַטשישן נאַציזם, דעם יום־הזכּרון און יום־העצמאות. הײַיאָר זײַנען אַלע דרײַ געשעענישן כּמעט צונויפֿגעפֿאַלן. אַזאַ צונויפֿפֿאַל רופֿט אַרויס געוויסע געדאַנקען, פֿאַרבונדן סײַ מיט דער פֿאַרגאַנגענהייט און סײַ מיטן הײַנט. אין שײַכות דערמיט ברענגען מיר ווײַטער אַ מין קורצן אַנאַליז, געמאַכט פֿון אַ ישׂראלדיקן היסטאָריקער מירון אַמוסיאַ. אָט וואָס ער שרײַבט: די צערעמאָניע פֿון אונטערשרײַבן דעם קאַפּיטולאַציע־אַקט פֿון דײַטשלאַנד, איז פֿאָרגעקומען 10 אַזייגער בײַ נאַכט לויט דער מיטל־אייראָפּעיִשער צײַט דעם 8טן מײַ 1945. מאַרשאַל זשוקאָוו האָט דעמאָלט פֿאָרגעשטעלט דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. ווען דער דאָזיקער "אַקט" איז אונטערגעשריבן געוואָרן, איז אין מאָסקווע געווען שוין דער 9טער מײַ. אַזוי אַז דאָס גאַנצע לאַנד האָט זיך וועגן דעם גרויסן טאָג דערוווּסט מיט אַ טאָג שפּעטער. אָסאַמאַ בין לאַדען איז טויט. מסתּמא איז עס דער ערשטער טויט אין די לעצטע צען יאָר, וואָס האָט נישט אַרויסגערופֿן בײַ אַ ציוויליזירטן מענטש אַ מיטגעפֿיל. אַפֿילו דער אויפֿגעהאָנגענער סאַדאַם כוסיין, מיטן שטריק אַרום האַלדז האָט געוועקט אַ רחמנות. אייגנטלעך, האָט ער דאָך קיינעם פֿון אונדז פּערזענלעך קיין שלעכטס נישט געטאָן. יאָ, געהאַווקעט, געסטראַשעט, אָבער נישט געביסן. גאָר אַן אַנדער זאַך — דער הונט בין לאַדען. אונטער די חורבֿות פֿונעם וועלטהאַנדל־צענטער זײַנען געבליבן באַגראָבן נישט נאָר די איבער דרײַ טויזנט אומשולדיקע מענטשן, קרבנות פֿון די טעראָריסטישע אַטאַקן; דאָרט זײַנען געבליבן צעפּלעטשט און צעממיתט אונדזער רו און גלויבן, אַז דער מענטש איז פֿונדעסטוועגן אַ באַשעפֿעניש פֿון גאָט, נישט פֿונעם טײַוול. די יום־טובֿדיקע טעג זײַנען אַדורך, און ווידער איז אין אונדזער טאָג־טעגלעכקייט אַרײַן דער חמץ, דאָס זיס־ביטער שטיקל ברויט. מע הערט פֿון אַלע זײַטן, אַז דאָס לעבן ווערט אַלץ טײַערער און טײַערער; ריכטיקער וואָלט אָבער געווען צו זאָגן: אויסצוהאַלטן אַזאַ לעבן ווערט מסוכּן טײַער. יאָ, פֿון מצרים זײַנען מיר אַרויס, אָבער די פֿערציק יאָר פֿון אויספּרוּוון אונדזער פֿאָלק זײַנען נאָך נישט אַדורך. נישט געקוקט אויף דעם וואָס ס'רובֿ ייִדן האָבן זיך באַזעצט אין דער ייִדישער מדינה און די איבעריקע זײַנען גײַסטלעך מיט ישׂראל פֿאַרבינדן, זײַנען די ייִדן סײַ אין ישׂראל און סײַ אין די תּפֿוצות געבליבן אַ געוווּנטשענער ציל פֿאַר האַס. אין אייראָפּע איז געגרינדעט געוואָרן דער אייראָפּעיִשער ייִדישער פּאַרלאַמענט, וועלכער וועט באַשטיין פֿון 120 דעפּוטאַטן, וואָס זײַן פּרעזידענט וועט זײַן איגאָר קאָלאָמאָיסקי, אַ ביליאָנער פֿון אוקראַיִנע. די אייראָפּעיִשע "כּנסת" וועט זיך געפֿינען אין בריסל, וווּ עס געפֿינט זיך די שטאַב־קוואַרטיר פֿונעם אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט. די וואָך איז אין פּאַריז פֿאָרגעקומען דער ערשטער צוזאַמענפֿאָר אויפֿן אייראָפּעיִשן ייִדישן פֿאָרום. פֿון צענדליקער לענדער זײַנען געקומען דעלעגאַציעס פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. פּאַריז, זאָגט מען, איז שוין שווער מיט עפּעס איבערראַשן, אָבער אַזוינס האָט נאָך פּאַריז ביז אַהער נישט געזען. בײַ דער דערעפֿענונג פֿונעם פֿאָרום האָט די דעלעגאַטן באַגריסט דער ראָש פֿון די פֿראַנצויזישע ייִדן, פּיער בעסנאַנו. ער האָט אויך איבערגעלייענט די באַגריסונג פֿונעם ישׂראל־פּרעזידענט שמעון פּערעס, וווּ עס ווערט באַטאָנט, אַז אַזאַ פֿאָרום איז זייער וויכטיק הײַנט פֿאַר אַ נײַעם דיאַלאָג צווישן ישׂראל און אייראָפּע. אויף דער רעדע פֿונעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ, דעם 28סטן מאַרץ, האָבן געוואַרט נישט בלויז די אַמעריקאַנער, נאָר די גאַנצע וועלט, ווײַל די וויכטיקייט פֿון דעם וואָס עס קומט הײַנט פֿאָר אינעם מיטעלן מיזרח און צפֿון־אַפֿריקע, איז נישט צו דערשאַצן; צוריק גערעדט, פֿון דעם ווי אַמעריקע, דער טאָן־געבער פֿון דער הײַנטיקער פּאָליטיק, וועט אויף די געשעענישן ענטפֿערן, ווענדט זיך דער מאָרגן פֿון דער גאַנצער ציוויליזאַציע. אויף פּרעזידענטס אָבאַמאַס דערקלערונגען האָבן אַרויסגעקוקט סײַ די שטיצער און סײַ די קעגנער פֿון דער רעזאָלוציע, אָנגענומען פֿונעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" — נישט לאָזן דעם דיקטאַטאָר קאַדאַפֿי אומצוברענגען דאָס ליבישע פֿאָלק, וואָס איז אויפֿגעשטאַנען קעגן זײַן טיראַנײַ. אַגבֿ, אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן גופֿא, איז די צאָל שטיצער און קעגנער פֿון דער אַמעריקאַנער אַרײַנמישונג אין דעם אינערלעכן קאָנפֿליקט פֿון ליביע, כּמעט אַ גלײַכע; לעצטנס, מיט אַ קליינעם איבערוואָג בײַ די קעגנער. די געשעענישן אין צפֿון־אַפֿריקע און אין מיטעלן מיזרח וואָלט מען געקאָנט הײַנט אָפּשאַצן מיט איין וואָרט — עס ברענט! די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט זיך אויסגעצייכנט נאָך דערמיט, וואָס אין דעם דאָזיקן פֿײַער האָבן זיך אַרײַנגעוואָרפֿן אויך די מערבֿדיקע מיליטערישע כּוחות. געשען איז עס נאָך דעם, ווי אינעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער "יו־ען" איז אָנגענומען געוואָרן דער באַשלוס צו שטיצן די רעוואָלטירטע. אמת, נישט אַלע לענדער־מיטגלידער האָבן געזאָגט זייער קאַטעגאָרישן "יאָ", אָבער קיינער האָט אויך נישט געזאָגט — "ניין". רוסלאַנד איז בפֿירוש געווען צווישן די געציילטע לענדער, וואָס האָבן זיך אָפּגעהאַלטן, דאָס הייסט, נישט געזאָגט "יאָ" און נישט געזאָגט "ניין". אָבער אַפֿילו אַזאַ פּאַרעווער באַשלוס וועגן ליביע האָט אין רוסלאַנד גופֿא אַרויסגערופֿן סתּירות, און קודם־כּל, צווישן די צוויי ערשטע קעפּ — דעם פּרעזידענט דמיטרי מעדוועדיעוו און פּרעמיער־מיניסטער וולאַדימיר פּוטין. מה רעש? אין יעדן דעמאָקראַטישן לאַנד קאָן דער פּרעזידענט האָבן איין מיינונג און זײַן רעגירונג — אַ היפּוכדיקע מיינונג. אָבער נישט אין רוסלאַנד! אַז די ייִדן אַליין האָבן ליב דורכצופֿירן איבער דער וועלט אויספֿרעגן, כּדי פֿעסטצושטעלן דעם גראַד פֿון ליבע צו זיי, איז נישט קיין נאָווינע. אָבער לעצטנס האָט דווקא אַ דײַטשישער אינסטיטוט, דער פֿאָנד אויף פֿרידריך עבערטס נאָמען, פֿאַרעפֿנטלעכט די רעזולטאַטן פֿון אַן אויספֿאָרשונג, וווּ די הויפּט־פֿראַגעס האָבן געהאַט אַ שײַכות צו דער באַציִונג צו ייִדן און מוסולמענער אין 8 אייראָפּעיִשע לענדער: ענגלאַנד, דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך, האָלאַנד, איטאַליע, פּאָרטוגאַל, פּוילן און אונגערן. ווי עס ווײַזט די סטאַטיסטיק, זײַנען די בירגער פֿון האָלאַנד מער באַזאָרגט מיט דער השפּעה אויף זייער לאַנד מצד די מוסולמענער (46.7%) אין פֿאַרגלײַך מיט די ייִדן (5.6%); אין דײַטשלאַנד גופֿא האָבן פֿײַנט ייִדן 19.7% פֿון דער באַפֿעלקערונג, אין ענגלאַנד — 13.9%, אין איטאַליע — 21.2%, אין פּאָרטוגאַל — 19.9% און די גרעסטע צאָל "ייִדן־פֿרײַנד" לעבן אין פֿראַנקרײַך — 27.7%. די סאַמע הייסע נײַעס הײַנט קומען פֿונעם מיטעלן מיזרח. מע פֿאַלט צו צום קאָמפּיוטער, צו די עלעקטראָנישע צײַטונגען, נישט נאָר ווײַל מע נעמט זיך אַזוי שטאַרק איבער פֿאַרן גורל פֿון די רעוואָלטירטע פֿעלקער; זייערע רעוואָלוציעס ברענגען אַרײַן אַן איבערקערעניש אין אונדזער אייגן לעבן. זיי דראָען נישט בלויז צו דעסטאַביליזירן דעם ענערגעטישן וועלט־מאַרק, נאָר אַרויפֿוואַרפֿן אויף די מערבֿ־לענדער אַ מסוכּנעם עמיגראַציע־צונאַמי. דערווײַל איז אייראָפּע געשטימט קעמפֿעריש און לאָזט זיך נישט פֿאַרפֿלייצט צו ווערן מיט "פֿרעמדע". אָבער ווי עס זאָל נישט זײַן, איז ביז אַהער געוואַקסן די עמיגראַציע פֿון יאָר צו יאָר; צו שטעלן אַ דאַמבע פֿאַר דעם שטראָם אויסגעהונגערטע, בייזע און אויפֿגערייצטע מענטשן איז כּמעט אוממעגלעך. אַ בין, זאָגט מען, זוכט וווּ ס'איז זיסער, אַ פֿיש — וווּ ס'איז טיפֿער, און אַ מענטש זוכט אַן אָרט, וווּ ס'איז אים בעסער. די לעצטע געשעענישן אין מיטעלן מיזרח האָבן פּלוצעם אַנטדעקט פֿאַר דער וועלט, אַז אין יענעם טייל האָט במשך פֿון צענדליקער יאָרן אויסגערײַפֿט אַ מכּה, וואָס קיינער — נישט די דיקטאַטאָרישע פֿירער פֿון די לענדער און נישט די פֿרײַע וועלט — האָבן זי נישט געוואָלט באַמערקן. אַלע זײַנען פֿאַרבלענדט פֿון דער בעלמע אין זייערע אויגן, וואָס הייסט, ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. אַזאַ קורצזיכטיקע, הינערפּלעטנדיקע פּאָליטיק האָט געלוינט סײַ די דיקטאַטאָרן אָנצוהאַלטן זייער מאַכט, און סײַ די דעמאָקראַטישע מערבֿדיקע רעגירונגען צו האָבן מיט אַזאַ מאַכט פֿרײַנדלעכע באַציִונגען. יענע וואָך נאָך די דראָונגען פֿון דער הסתּדרותּ דורכצופֿירן אַן אַלגעמיינעם שטרײַק פֿון אַלע מלוכה־מיטאַרבעטער, האָט דער פּרעמיער נתניהו און זײַן פֿינאַנץ־מיניסטער שטײַניץ רעאַגירט אויף דעם, אָננעמענדיק אייניקע "עקסטרע מיטלען": אַראָפּגעלאָזט דעם פּרײַז אויף בענזין (23 אַגורות אויף אַ ליטער), וואַסער, אויטאָבוס־נסיעות אויף דער פּערעפֿעריע; עס ווערט אויך פּלאַנירט צו העכערן דעם מינימאַלן געהאַלט אויף 450 ש״ח (אַן ערך $128 אַ חודש). מע ווייסט דאָך אָבער גוט, אַז בחינם קריגט דאָס מײַזל קעז נאָר אין דער מײַזן־פּאַסטקע. דאָ געוואָרפֿן אַ ביינדל, און דאָרטן שוין צוגענומען אַ גאַנצע פּאָלקע. צו דעקן די אויסגאַבן פֿאַר די "עקסטרע מיטלען", וויל איצט די רעגירונג קירצן דעם בודזשעט אויף 2% בײַ אַלע מיניסטעריומס און אָפּציִען די ווײַטערדיקע פֿאַרקלענערונג פֿון די הכנסה־שטײַערן. דער ייִדישער זאָג: ער איז ערגער פֿון אַ משומד, וויל נאָר באַטאָנען, אַז ערגער פֿון שמד קאָן שוין גאָרנישט זײַן. אין דער ייִדישער געשיכטע האָבן די משומדים נישט זעלטן צוגעלייגט אַ האַנט בײַם "דעמאַסקירן" די סודותפֿולע זײַטן פֿון דער ייִדישער אמונה. באַזונדערס פֿלעגט מען אויסניצן זייערע "קענטענישן", בעת די עלילת־דם־פּראָצעסן, ווען מ'האָט געדאַרפֿט באַשטעטיקן, אַז ייִדן נוצן טאַקע אויס קריסטלעך בלוט פֿאַר זייערע ריטועלע צוועקן. צווישן די אַקאַדעמישע דעפֿיניציעס איז אַפֿילו פֿאַראַן אַזאַ באַגריף ווי "ייִדישער זעלבסטהאַס". מיר ייִדן האָבן זיך טאַקע זייער ליב — ביז אַ קרענקלעכן מאַזאַכיזם; אָבער אויב פֿון אונדזערע בני־ישׂראל וואַרפֿט איינער אַן אומחן אויף זײַן ייִחוס, איז שוין שווער צו געפֿינען אַ גרעסערן אַנטיסעמיט צווישן אַלע סאַמעראָדנע אַנטיסעמיטן. |